נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2438
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4022
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
איך קלער שוין לאנג אז עס איז זייער מעגליך אז גארסידזש איז נאך א קענעדי, עס איז פשוט נאכנישט געווען א אישו פון די סארט וואס קענעדי גייט לינק. און אפשר אויך קאוואנאו.
עס איז בושות פאר טראמפ אז זיין אייגענער דזשאסטיץ גארסידזש רייסט זיך אפ פון די אנדערע קאנסערוואטיוון צו גיין קעגן אים.
אימיגראציע איז דאך פון טראמפס עיקר זאכן.
עס איז בושות פאר טראמפ אז זיין אייגענער דזשאסטיץ גארסידזש רייסט זיך אפ פון די אנדערע קאנסערוואטיוון צו גיין קעגן אים.
אימיגראציע איז דאך פון טראמפס עיקר זאכן.
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 39847
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
צל עובר האט געשריבן:איך קלער שוין לאנג אז עס איז זייער מעגליך אז גארסידזש איז נאך א קענעדי, עס איז פשוט נאכנישט געווען א אישו פון די סארט וואס קענעדי גייט לינק. און אפשר אויך קאוואנאו.
עס איז בושות פאר טראמפ אז זיין אייגענער דזשאסטיץ גארסידזש רייסט זיך אפ פון די אנדערע קאנסערוואטיוון צו גיין קעגן אים.
אימיגראציע איז דאך פון טראמפס עיקר זאכן.
צו בעסער פארשטיין די פענאמאנען אינעם העכסטן געריכט:
די רעפובליקאנער פארטיי פרינציפן פארטרעט אין אלגעמיין די קאנסערוואטיווע אידעאלאגיע
א פארטיי קען אפטמאל טוישן ריכטונגען אויף געוויסע טעמעס געוואנדן אויף די אינטערעסן און אומשטענדן איבערן לאנד און איבער די וועלט וועלכע טוישן זיך כסדר
אפט מאל פאסירט אז ווען א פארטיי טוישט אירע שטעלונגען ווערט עס פארשטאנען אז די אידעאלאגיע וועלכע זי פארטרעט אפיציעל ווערט אויך געטוישט ווען אין אמת'ן איז די אידעאלאגיע וואס זי איז נאר די פארטיי האט גענומען א טויש
פון די הויפט עלעמענטן אין קאנסערוואטיזם האט זיך ארגינעל געציילט באגרעניצטע רעגירונג אויף "אלע" פראנטן
מיט די יארן האט זיך די רעפובליקאנער פארטיי דערזעהן אלץ די פאן טרעגער פון נאציאנאלע זיכערהייט (פון אויסערן געפארן) און דאמעסטישע זיכערהייט (פון קרימינאלע פראבלעמען וועלכע פלאגן דאס לאנד)
די ערשיינונג האט געברענגט אז רעפובליקאנער קעמפן פאר די פאליציי, עף בי איי, מיליטער, און סי איי עי, ען עס עי, שטרענגע אימיגראציע,און אזוי ווייטער
ווערנדיג די פארטיי וועלכע פארטרעט די מאכט פון די רעגירונג אבער בלויז ווען עס קומט צו די אישו פון זיכערהייט
די ליבערטעריען פליגל איז די וועלכע זענען פארבליבן מיט זייערע ארגינעלע פרינציפן צו שענקן פאר די רעגירונג די ווייניגסטע מאכט נאר מעגליך אפגעזען אויף וועלכע פראנט און גיבן ווי מער פרייהייט און מאכט פארן אינדיווידועל
ריכטער קענעדי איז געווען א שטארקע פאן טרעגער פון אט די שיטה און עס העלפט פארשטיין זיין סווינג שטימע דורכאויס זיין קאדענץ
עס איז נישט אזוי סווינג ווי מענטשן מיינען, ער האט בעפארצוגט ליבערטי און די נארישקייט און רציחה קעיסעס, ער האט בעפארצוגט ליבערטי אין די רעליגיעזע פריהייט קעיסעס און ער האט בעפארצוגט ליבערטי צווישן רעגירונג מאכט און בירגער קעיסעס
פארטייאישע צוקוקער האבן אים אלץ ערווארטעט צו זעהן גיין אין זייער ריכטונג און ווען עס האט נישט פאסירט איז עס געווארן אויסגעטייטשט אז טיילמאל איז ער געגאנגען רעפובליקאניש און טיילמאל דעמאקראטיש ווען אין פאקט איז ער מערסטנס געגאנגען ליבערטעריעניש און אלץ רעזולטאט האט עס נישט אייביג צופרידנגעשטעלט די זעלבע פארטיי
אצינד מיט טראמפס ריכטער
ריכטער גארסוטש איז א תלמיד פון קענעדי און הייסט היבש ענליך מיט די אויבנדערמאנטע צוגאנג
ריכטער קעווענאו איז אויך זיינס א קלוירק אבער ווערט באטראכט אלץ איינער פיל מער שפארבעריש צו גיבן מאכט פאר די רעגירונג
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2938
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 39847
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
אמווייניגסטנס אויף דערווייל הרג'ט קעווענאו נישט קיין מענטשן...
א פעדעראלע געריכט האט היינט ארויסגעגעבן א צייווייליגע ארדער אפצושטעלן א טויט אורטייל טענעסי האט געסקעדזשועלט אויף היינט 8 אזייגער אוונט
טענעסי האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט ארויסצוווארפן די סטאפ ארדער און מען האט ארויסגעקוקט צו זעהן צו ריכטער קעווענאוס סאמע ערשטע אורטייל וועט זיין איבער אומברענגן א מענטש
עווענטועל האט די געריכט נישט אויפגענומען די קעיס
א פעדעראלע געריכט האט היינט ארויסגעגעבן א צייווייליגע ארדער אפצושטעלן א טויט אורטייל טענעסי האט געסקעדזשועלט אויף היינט 8 אזייגער אוונט
טענעסי האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט ארויסצוווארפן די סטאפ ארדער און מען האט ארויסגעקוקט צו זעהן צו ריכטער קעווענאוס סאמע ערשטע אורטייל וועט זיין איבער אומברענגן א מענטש
עווענטועל האט די געריכט נישט אויפגענומען די קעיס
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 39847
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט באטראכט קעיס צו סטעיטס קענען פארלאנגען צו רעדן מיט האנדלס סעקרעטאר ווילבאר ראס איבער זיין פלאן אריינצושנירן א בירגער סטאטוס פראגע אינעם צענזוס אויספרעג
די סטעיט ניו יארק האט שוין אריינגעגעבן זייערע ארגומענטן צום געריכט צו צווינגען ראס און די אדמיניסטראציע האט שוין אריינגעשיקט אירע
אצינד קען מען ערווארטן עפעס פון געריכט צו יעדע צייט
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 39847
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
נאך וואס א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט צוריק אין אפריל למספרם געשריבן אז אן אינדיאנא געזעץ -אונטערגעשריבן דורך וויצע פרעזידענט מייק פענס אין די צייט וואס ער האט סערווירט אלץ גאווערנאר אין די סטעיט- וועלכע באגרעניצט שטארק חוקי רציחה פראקטיצירונגען איז אומקאנסטיטוציאנאל האט איצט דער סטעיט אטוירני דזשענעראל געבעטן די סופרים קאורט אנצונעמען די קעיס
פילע וועלן האלטן אן אויג אויב די געריכט וועט אין פאקט איינשטימען עס אויפצונעמען וואס דאן וועט זיין גאר אינטערסאנט נאכצופאלגן ווי אזוי ריכטער קעווענאו וועט נויגן און געוויס וועט עס מיינען אסאך פארן איצטיגן וויצע פרעזידענט

- משה כספי
- שר האלפיים
- תגובות: 2070
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
- לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
- פארבינד זיך:
ענדע צדיק! האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:איז דא גענוג מענטשן וועלכע גלייכן און פאלגן נאך באריכטן אין דעם אשכול?
פאר מיר איז עס זייער אינטערסאנט! דוקא די קורצע און שנעלע באריכטן, א מחי'!
עצה טובה: באריכט וועלעכע עס סאונד "אינטערסאנט פאר דיר". ס'איז א גוטע מעסטער, פלאס וואס מען ווערט נישט אזוי שנעל באארד.
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32370
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
-
- שר האלף
- תגובות: 1462
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm