ענדע צדיק! האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:איז דא גענוג מענטשן וועלכע גלייכן און פאלגן נאך באריכטן אין דעם אשכול?
פאר מיר איז עס זייער אינטערסאנט! דוקא די קורצע און שנעלע באריכטן, א מחי'!
עצה טובה: באריכט וועלעכע עס סאונד "אינטערסאנט פאר דיר". ס'איז א גוטע מעסטער, פלאס וואס מען ווערט נישט אזוי שנעל באארד.
נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5430
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 39847
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
נאך וואס טראמפ שפעקולירט הויך אז ער וועט נאך מעגליך באווייזן ארויפצושטעלן פרישע 4 ריכטער אויפן באנק לייגט ער צו: איך האף אז זיי בלייבן אלע געזונט
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך אקטאבער 10, 2018 9:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10682
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
כ'גלייך זייער דיין קלארע און גרינטליכע אנעליז
הגם כ'קען אריינפאלן איינמאל און אפאר טעג אבער כ'האב זייער הנאה
קיעפ אן
א באזינדערע שיינע זאך איז דיין פראגע צו די עולם דארף עס און נישט דו שיסט זאכן סתם אזוי.
גיי ווייטער אן, אויפן זעלבן שיינעם טאן.

א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

דממה דקה האט געשריבן:הבל, ישר כח פאר דיינע באריכטן, און בפרט דא אין דעם אשכול, איך גלייך אלע באריכטן, אפילו די וואס זענען מינדערוויכטיגע פאר די נאציאנאלע מידיע, איך גלייך צו פארשטיין דאס געדאנקגאנג פון אינזערע ריכטער, און ווי אויך צומאל קען נעמען אפאר טעג און די נעכטיגע אומוויכטיגע נייַעס ווערט א סענזאציע, און קיינער באריכט נישט קיין נייעס ווי דיר.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 439
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4330
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
געווענליך אינטערסירט מיר נישט קיין לאו פראפייל קעיסעס,
אבער ווען הבל צולייגט עס אזוי שיין אינטערסירט עס מיר שוין איינמאל!
און נאכאמאל א גרויסן דאנק פאר דיין געוואלדיגע ארבעט!!!

אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5622
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5669
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
אין אן אינטערעסאנטע קרישקעלע האט די סופריעם קאורט זיך אנטזאגט אויסצוהערן אן אפיל אויף א פסק פון א נידריגערע געריכט וועלכע האט ארויסגעווארפן ענווייראמענטאלע רעגולאציעס וואס די אבאמא EPA האט געמאכט אן אויטאריזאציע פון קאנגרעס.
די אינטערעסאנטקייט איז אז די פריערדיגע פסק איז געשריבן געווארן דורך דעם דעמאלסדיגן די סי סירקוט ריכטער קעווענאו, וועלכער איז נעכטן צום ערשטן מאל ערשינען אין די סופריפ קאורט צו פארנעמען זיין נייע פאסטן אלס אסאוסיעט דזשאסטיס. ער שרייבט אין די פסק אז קליימעט טשעינדזש איז נישט קיין בלענק טשעק פאר'ן פרעזידענט צו מעגן מאכן רעגולאציעס אן קאנגרעס אויטאריזאציע.
די דעסיזשאן נישט אנצונעמען די אפיל איז געמאכט געווארן נאך פאר קעווענאו איז אריינגעקומען אין קאורט.

אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
דממה דקה האט געשריבן:הבל, ישר כח פאר דיינע באריכטן, און בפרט דא אין דעם אשכול, איך גלייך אלע באריכטן, אפילו די וואס זענען מינדערוויכטיגע פאר די נאציאנאלע מידיע, איך גלייך צו פארשטיין דאס געדאנקגאנג פון אינזערע ריכטער, און ווי אויך צומאל קען נעמען אפאר טעג און די נעכטיגע אומוויכטיגע נייַעס ווערט א סענזאציע, און קיינער באריכט נישט קיין נייעס ווי דיר.
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל

- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32370
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
העי! הבל, ביסט נאך דא ביים גאזאלין שטאנציאון?
הערדזשע וואס איך האלט! דו שרייב און שרייב און שרייב, אה, און שרייב! ס'דא מענטשן וואס זענען מחי' אנדערע דורכן זיי טראגן פיש אויף שבת, און ס'דא אידן וואס ברענגען נייעס צום טיש, יעדער אויף זיין אופן... דאס איז חוץ א מעשה אז דיינע באריכטן האבן געשניטן דאס באזוכן פרעמדע פלעצער פון אסאך מענטשן! דאס איז שוין א באונעס... אבער דאס איז זיכער אז דער עולם באלעקצעך מיט דיינע באריכטן...
שטייצעך אז סיז דא זאכן וואס אינטערעסירט מער ווי אנדערע, סאו אויב ח"ו מאכצעך אז דיין צייט ווערט באגרעניצט זאלסטו ענדערש פאוקעסן אויף נאציענאלע קעיסעס, אבער אויב דו קענסט, שרייב אלעס וואס דו קענסט! דיינע באריכטן זענען סאליד!!
קיפיראפ בראו!
הערדזשע וואס איך האלט! דו שרייב און שרייב און שרייב, אה, און שרייב! ס'דא מענטשן וואס זענען מחי' אנדערע דורכן זיי טראגן פיש אויף שבת, און ס'דא אידן וואס ברענגען נייעס צום טיש, יעדער אויף זיין אופן... דאס איז חוץ א מעשה אז דיינע באריכטן האבן געשניטן דאס באזוכן פרעמדע פלעצער פון אסאך מענטשן! דאס איז שוין א באונעס... אבער דאס איז זיכער אז דער עולם באלעקצעך מיט דיינע באריכטן...
שטייצעך אז סיז דא זאכן וואס אינטערעסירט מער ווי אנדערע, סאו אויב ח"ו מאכצעך אז דיין צייט ווערט באגרעניצט זאלסטו ענדערש פאוקעסן אויף נאציענאלע קעיסעס, אבער אויב דו קענסט, שרייב אלעס וואס דו קענסט! דיינע באריכטן זענען סאליד!!
קיפיראפ בראו!
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32370
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 39847
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
ווי באריכטעט נעכטן געריכט סקעדזשועל איז היינט פארגעלייגט געווארן אן אימיגראציע קעיס אין וועלכע די ריכטער האבן באהאנדלט א 1996 למספרם געזעץ אריבער אין קאנגרעס וועלכע פארארדנט די פעדעראלע רעגירונג צו פארהאלטן אונטער איר אויפזיכט אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע ווערן ארעסטירט פאר גרויסע אדער קליינע פארברעכן "ווען" זייער טורמע טערמין קומט צו אן ענדע
די געזעץ באדייט אז אפילו ווען אן אומלעגאלע ארעסטאנט וועט באפרייט פון טורמע ווערט ער ווייטער פארהאלטן דורך די אימיגראציע אגענטור ביזן ווערן דעפארטירט פון לאנד
די געזעץ טוט אפעקטירן טויזנטער אימיגראנטן וועלכע ווערן ארעסטירט פאר מינדערוויכטיגע פארברעכנס און ווערן דערנאך פארהאלטן דורך די רעגירונג פארלאנגע מאנאטן אן קיין שאנס פאר א בעיל הירינג וועלכע זאל באשליסן אויב זיי זענען א געפאר פאר די באפעלקערונג
די 9'טע קרייז געריכט האט איינגעשטימט מיט די פארשטייער פון די ACLU וועלכע פארטרעט אימיגראנטן גרופעס און געאורטיילט אז די קאנגרעס געזעץ צו פארהאלטן די אימיגראנטן "ווען" זיי קומען ארויס פון טורמע באדייט קורץ נאכן ווערן באפרייט פון טורמע און נישט אז די רעגירונג קען זיי יארן שפעטער פארהאלטן צוליב די אלטע פארברעך
די רעגירונגס אדוואקאט זאכארי טריפ האט היינט פארגעשטעלט פארן העכטן געריכט זיין ארגומענט אז די קאנגרעס פארארדענונג איז נישט באגרעניצט צו קיין צייט און קען סיי ווען פארהאלטן די אימגראנטן
ריכטער גארסוטש -וועלכע האט שוין צוריק אין אפריל זיך אנגעשלאסן אין א 4-5 אורטייל מיט די ליבעראלע בלאק אין אן אנדערע קעיס און צוריקגעהאלטן די רעגירונג פון דעפארטירן טייל אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע זענען באגאנגען פארברעכן- האט היינט ווידעראמאל געשיינט צו סימפאטיזירן מיט די אימיגראנטן גרופעס און גאר שארף פארהערט מר. טריפ
ריכטער גארסוטש האט געפרעגט: זענען דא עפעס גרעניצן אויף די רעגירונגס מאכטן?!
ביי איין פאל האט ריכטערין ברייער געפרעגט מר. טריפ אויב לויט זיין שטעלונג קען די רעגירונג ארעסטירן אן קיין שאנס פאר בעיל אן אימיגראנט 50 יאר נאכן ענדיגן זיין טורמע טערמין שוין ליגנדיג אויפן קראנקן בעטל ווען זיין פארברעכן איז געווען צו רויבן עטליכע באס טראנספערס נעמענדיג אין באטראכט אז א בירגער וועלכע איז באגאנגען א עטליכ מארדן איז יא בארעכטיגט צו א בעיל הירינג?
ווען מר. טריפ האט געצעגערט מיט אן ענטפער האט ריכטער גארסוטש אריינגעהאקט און אים שארף געצימבלט : ריכטער ברייערס פראגע איז מיין פראגע, מיר ווארטן אויף אן ענטפער!
דאן האט מר. טריפ רעאגירט זאגנדיג אז יא, די רעגירונג איז נישט געבונדן צו קיין צייט און אז קאנגרעס האט דירעקט געצילט צו אננעמען הארבע מיטלען אקעגן אומלעגאלע פארברעכער
פון די אנדערע זייט האבן ריכטער קעוואנאו און אליטא יא אויסגעדרוקט שטיצע פאר די רעגירונגס ארגומענט
ריכטער קעוואנאו האט אנגעוויזן אז קאנגרעס האט אויב קאנגרעס וואלט עס געוואלט באגרעניצן צו א צייט וואלט זי עס אריינגעשריבן אינעם געזעץ און מיר זענען נישט באפולמעכטיגט אריינצולייגן טוישונגען וועלכע מיר גלייכן אין אן אפגעזיגלטן געזעץ
ריכטער קעוואנאו האט אונטערגעשטראכן אז לויט ווי ער זעהט די טרוקענע געזעץ מיינט נישט די ווארט "ווען" אז בלויז אויב עס איז קורץ נאכן באפרייאונג פון טורמע
ריכטער אליטא האט ארויסגעברענגט אז פילע סטעיטס און מוניציפולאטעטן קאאפערירן נישט מיט פעדעאלע אויטאריטעטן איינצומעלדן איבער די ארעסט און בעפרייאונג פון אזעלכע אימגראנטן און דעריבער קען נעמען יארן פאר די רעגירונג זיי צו אנדעקן און פארהאלטן