נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 12, 2021 10:31 am

אין 2018 למספרם האט א פרוי זיך ארויסגעלאזט מיט איר אויטא פון קאליפארניע קיין וואשינגטאן וואו זי האט געפלאנט זיך צו טרעפן צווישן פיר אויגן מיט פרעזידענט טראמפ זיך צו באקלאגן איבער וואס זי האט געהאלטן אז זי ווערט געציהלט אין א קאנספיראציע פון רעגירונג אגענטורן אינאיינעם מיט קאסינא אייגנטומער און זי האט געהאלטן אז דער פרעזידענט מוז באצייטנס ווערן אינפארמירט דערוועגן

זי האט אריינגעשטעלט אין איר דזשי פי עס די אדרעס פון ווייסן הויז און אנקומענדיג אהין האט זי פארקירט איר אויטא און נאכן זיך אריבערגליטשן צוויי צוימען איז זי געווארן פארהאלטן דורך סיקרעט סערוויס אגענטן וועלכע האבן איר ארעסטירט אבער זי האט גיך אנערקענט אז זי איז ניטאמאל אין ווייסן הויז נאר האט אומריכטיג פרובירט אריינצוגיין אין די טרעזשורי געביידע וועלכע איז גאר נאנט צום ווייסן הויז

די אויספארשער וועלכע האבן אריינגעטראגן די קלאגעס זענען געווען באוואוסטזיניג צו איר גרייז אבער זעלבסט געגרייזט ביים מיינען אז די געזעץ וועלכע פארבאט איינטריט צום ווייסן הויז שטח דעקט אויך די טרעזשורי געביידע קאמפלעקס און האבן איר אנגעקלאגט פארן אריינקומען אינעם ווייסן הויז שטח

די דיסטריקט געריכט האט ארויסגעווארן די קלאגע זאגנדיג אז זי האט נישט איבערגעטראטן די ווייסע הויז שטח אבער איר יא געפונען שולדיג אין "פרובירן" אריינצוגיין צום ווייסן הויז שרייבנדיג אז טראץ וואס זי האט זיך פארמישט איז דאס געווען איר פלאן און אפילו אויב מען איז אומסוקסעספול קען מען אויך ווערן געקלאגט

די פרוי האט אפעלירט די אורטייל און איינע פון די טענות אזי געווען אז פאקטיש האט די ארגינעלע קלאגע נישט דערמאנט א "פראבע" אריינצוגיין צום ווייסן הויז אבער א דריי פאנעל אויפן די סי סירקוט קאורט האט באשטעטיגט די אורטייל פון די דיסטריקט געריכט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 12, 2021 10:32 am

הונדערטער האבן האבן אין לויף פון די לעצטערע יארן אריינגעטראגן קלאגעס אקעגן טראסטיס פון זייערע 401 און 403 רעטייערמענט פלענער און די וועג ווי אזוי זיי טוען אדמיניסטרירן די פלענער

אין אונזער קעיס האבן די קלעגער אינוועסטירט אין די נארטוועסטערן יוניווערזיטעט רעטייערמענט פאלן און קלאגן אן די טראסטיס אז זיי האבן באצאלט צופיל פאר די די פירמעס וועלכע האלטן די רעקארדס פון די פלענער און טראנזאקציעס און צוטיילט די רעקארד סעיווינגס ביזנעס פאר מערערע ווענדארס ווי איידער צו נוצן איין פירמע פאר די פולע סערוויס וועלכע וואלט געשפארט פון די קאסטן

די קלעגער באשולדיגן אויך די טראסטיס פארן נישט געהעריג פארהאנדלען אראפצודרוקן געוויסע זייטיגע קאסטן אויסגאבן און אויך גע'טענה'ט אז די פירמע האט אנגעבאטן פאר אינוועסטירער אן אויסוואל פון מיוטשעל פאנד אפציעס פאר א ריטעיל מארקעט פרייז ווי איידער ביליגערע פלענער

די קלעגער האבן זיך אנגעהאנגען אין די 1974 למספרם ערייסא אקט וועלכע שטעלט אראפ די מינימאלע פארזיכערונגען און סטאנדארטן וועלכע פריוואטע פענסיע און רעטייערמענט פירמעס מוזן צושטעלן פאר קליענטן און געקלאגט אז די אויבנדערמאנטע פארנאכלעסיגונג איז אין פארלעצונג פון די געזעץ וועלכע פארלאנגט אז די פירמעס מוזן אקעגנקומען קליענטן מיט גוטע אפציעס, באהאנדלונג און סערוויס

די זיבעטע סירקוט האט ארויסגעווארפן די קלאגעס שרייבנדיג אז דאס צוטיילן די סערוויס פון האלטן פירמע רעקארדס צו עטליכע ווענדארס איז אן אנגענומענע שריט פון אסאך פירמעס וועלכע האלטן נישט אלעס ביי איין ווענדאר און דאס באדייט נישט א פארלעצונג פון באשוצן די אינטערסע פונעם קליענט

אויף די טענה פון נישט צושטעלן ביליגערע פלענער אפציעס שרייבט די געריכט אז די פירמע האט צוגעשטעלט גענונג א ברייטע אויסוואל פון מערערע פלענער

די דריטע סירקוט האט ביי אן ענליכע קעיס יא געגעבן רעכט פאר רעקארד האלטן און אינוועסטמענט אויסוואל קלאגעס און די אכטע סירקוט האט אויך באהאנדלט אן ענליכע קעיס און נאכגעגעבן טייל קלאגעס פון די קלעגער אבער אפגעשלאגן אנדערע

די סופרים קאורט האט אקצעפטירט די קעיס פון די זיבעטע סירקוט און עקספערטן זאגן אז אויב זאל די געריכט אויסנוצן די שאנס אראפצשטעלן קלארע פארשריפטן וועלכע פון די סארט קלאגעס זענען אויסגעהאלטן קען עס אויסקלארן די גורל פון גאר אסאך קעיסעס איבערן לאנד

ריכטערין בערעט וועלכע איז געזיצן אויפן זיבעטן סירקוט אין די צייט וואס זיי האבן באהאנדלט די קעיס האט זיך רעקיוזד טראץ וואס זי איז נישט געווען טייל פון די דריי ריכטער פאנעל וועלכע האבן פאקטיש באהאנדלט די קעיס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 13, 2021 10:47 am

דזשיאנינא גאלארדא איז געווען דרייצן יאר אלט ווען א פיקאפ טראק אין פלארידא איז איר איבערגעארפן און פארוואנדלט פון א מדבר צו א צומח
אין שפיטאל האט מען איר באשטעטיגט אז זי געפונט זיך אין וואס מען רופט א וועדזשטעבל צושטאנד ל"ע אין אירע עלטערן ספראווען זיך זינט דאן מיט זייער טאכטער וועלכע איז באערדיגט אין שפיטאל

די סטעיט האט שוין ארויסגעצאהלט מער ווי 800 טויזנט דאלער זינט די עקסידענט אפאר מעדיצינישע קאסטן דורך די מעדיקעיד פראגראם אבער נאך פארצויגענע קלאגעס אקעגן די וועלכע זענען פאראנטווארטליך פאר די עקסידענט האט די גאלארדא פאמיליע אונטערגעשריבן א סעטלמענט אונטער וועלכע די פאראנטווארטליכע האבן זי פארפליכטעט צו באצאהלן 800 טויזנט דאלער אנטשעדיגונג

לויט די אפמאך האבן ביידע זייטן איינגעשטימט אז 35 טויזנט דאלער פונעם סעטלמענט וועט גיין צו דעקן וואס עס האט געקאסט מעדיצינישע אויסגאבן ביז אהער און ס'איבריגע גייט פאר די פאמיליע צו קענען דעקן צוקונפטיגע הוצאות און זיך ספראווען מיט די נאכווייען פונעם אינצידענט און טייל גייט פאר פארלוירענע פעיראל אין די צייט וואס די עלטערן דארפן זיין אין שפיטאל

די פעדעראלע מעדיקעיד אקט באאויפטראגט סטעיטס איינצוקאסירן זייער פארציע וואס זיי שפענדן פאר מעדיקעיד אויסגאבן פון באטראפענע וועלכע באקומען אנטשעדיגונג פון דריטע פארטייען אין געריכט שליכטונגען אבער ערלויבט זיי בלויז צוריקצונעמען געלט וואס עס האט זיי געקאסט בעבר און נישט אויפן חשבון פון צוקונפטיגע מעגליכע אויסגאבן

די פלארידא סטעיט געזעץ רעזערווירט זיך די רעכט צו ארויסצושנארן ביז האלב פון די טאטאל סעטלמענט אזוי לאנג ווי עס באטרעפט נישט מער ווי די סך הכל וואס מעדיקעיד האט געצאהלט

אין אונזער קעיס איז פלארידא נישט באפרידיגט מיט די נישטיגע 35 טויזנט דאלער וואס די סעטלמענט שרייבט קלאר אז עס קומט זיי נאר ווילן נעמען די אויך די טייל וואס די סעטלמענט האט רעזערווירט פאר צוקונפטיגע מעדיצינשע אויסגאבן וואס באטרעפט 323 טויזנט דאלער

די פאמיליע טענה'ט אז וויבאלד די פעדעראלע געזעץ ערלויבט נישט סטעיטס איינצוקאסירן געלט אויף צוקונפטיגע אויסגאבן וואס עס גייט זיי קאסטן באדייט עס אויך אז זיי טארן נישט נעמען קיין געלט פון די סעטלמענט פון די טייל וועלכע איז רעזערווירט פאר צוקונפטיגע אויסגאבן אפילו אויב זיי ווילן עס נוצן פאר געלט וואס זיי האבן שוין אויסגעגעבן בעבר אבער די סטעיט טענה'ט אז זיי זענען די וועלכע דעקן אלע אויסגאבן בעבר און בעתיד און עס קומט זיי יא די סעטלמענט געלט אפילו פון די טייל וועלכע איז באשטימט לויטן סעטלמענט פאר צקונפטיגע אויסגאבן און די איינציגסטע זאך וואס די פעדעראלע געזעץ פארבאט איז איצט צו נעמען געלט אויפן חשבון פון שפעטערדיגע אויסגאבן

די גאלארדא פאמיליע האט גענומען זייער קעיס צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט וועלכע האט געאורטיילט אין זייער שטיצע פירנדיג צו אן אפעלאט דורך די סטעיט צום עלפטן סירקוט קאורט וועלכע אט געאורטיילט 1-2 אז די סטעיט איז גערעכט

די צוויי אין די מאיאריטעט זענען געווען ריכטער ענדערסאן נאמינירט דורך פרעזידענט קארטער און ריכטערין ברענטש נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און ריכטער ווילסאן נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן

צוליב וואס אנדערע פעדעראלע געריכטן האבן אין אנדערע קעיסעס אויך געארוטיילט אזוי ווי די דיסטריקט געריכט און אויך די פלארידא סופרים קאורט האט אזוי געאורטיילט אז די פאמיליע געבעטן די פולע עלפטע סירקוט אויסצוהערן די קעיס אבער קיינע פון די ריכטער מיטן אויסנאם פון ריכטער ווילסאן האבן נישט איינגעגעבן צום פארלאנג עס איבערצוהערן און די פאמיליע האט זיך דעריבער געוואנדן צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן אויסצוהערן די קעיס און די געריכט האט אצינד געמאלדן אז זיי וועלן אויסהערן ארגומענטן אינעם קומענדיגן טערמין

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 14, 2021 4:54 pm

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער סקאט קוגלער אנטזאגט זיך איינצופרירן זאפארט די פארבאט פון די פעדעראלע רעגירונג אויף סטעיט צו נוצן סטימיולוס הילף פאר סטעיטס פאר שטייער שניטן/קרעדיטס

מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן אין קורצן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 14, 2021 5:02 pm

הכל הבל האט געשריבן:פעדעראלע דיסטריקט ריכטער סקאט קוגלער אנטזאגט זיך איינצופרירן זאפארט די פארבאט פון די פעדעראלע רעגירונג אויף סטעיט צו נוצן סטימיולוס הילף פאר סטעיטס פאר שטייער שניטן/קרעדיטס

מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן אין קורצן

די אנקלאגע איז געווען א געמיינזאמע פון 13 סטעיטס וועלכע האבן זיך באקאלגט אז די פארבאט צו נוצן הילף געלט פאר סטעיטס אויף שטייער שניטן/קרעדיטס איז אומקאנסטיטוציאנאל און פארלעצט די 10'טע אמענדמענט אבער די רעגירונג האט גע'טענה'ט אז די סטעיט מאנגלען סטענדינג

ריכטער קוגלער איז נאמינירט געווארן דורך פרעזידענט בוש דער צוייטער און האט אין א 25 זייטן מעמא געשריבן אז די סטעיט פארמאגן יא סטענדינג אבער זיך אנטזאגט זאפארט איינצופרירן די פארבאט

געווענליך וועלן ריכטער באשליסן אויב ארויפצושטעלן א פרילימינערי אינדזשאקשען (זאפארטיגע סטעי) נאכן אפשאצן אויב די קלעגער פהאבן גוטע שאנסן צו זיגן אויף די מעריטס פון די קעיס און באזונדער אויב דאס לאזן די געזעץ אין קראפט קען פירן צו ערנסטע שאדנס וואס מען קען נישט פארריכטן פאר די קלעגער

אין אונזער קעיס האט ריכטער קוגלער געשריבן אז ער האט ניטאמאל אפגעשאצט די שאנסן פון די קלעגער אויף די מעריטס צוליב וואס זיי האבן סייווי פארפלעט צו איבערצייגן אז זיי קענען ליידן אומפארריכטבארע שאדנס

ער שרייבט אז אויב זאלן די קלעגער פאראויסגיין מיט איינשטעלן שטייער שניטן און די רעגירונג זאל אינפארסירן זייער פארבאט און צוליב דעם צוריקהאלטן געלט פון די באטרעפנדע סטעיטס און די געריכט זאל עווענטועל געפונען די פעדעראלע פארבאט אומקאנסטיטוציאנאל קען די געריכט צו יעדע צייט צוואונגען די פעדעראע רעגירונג צורקיצוגעבן ס'געלט פאא די סטעיט און דעריבער יאגט ער זיך נישט איינצופרירן די פארבאט איידער מען הערט אויס די קעיס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 14, 2021 5:03 pm

הכל הבל האט געשריבן:

נו, האמיר שוין געהאט א געריכט קעיס אויך פאר היינט..

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 11:10 am

מיט 1-2 האט א פאנעל אויפן זעקסטן קרייז געריכט ווידער אפגעווארפן אן אינדזשאנקשען פון א דיסטריקט ריכטער וועלכע האט איינגעפרוירן א מישיגען סטעיט פארבאט אקעגן צושטעלן טראנספארטאציע סערוויס צוגעשטעלט פאר וויילער צו די שטום בודקעס
די מאיאריטעט האט אריינגענומען ריכטער דאני באגס נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען און ריכטערין דבורה קוק נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער וועלכע שרייבן אז די לעגיסאלאטור האט סיי סטענדינג צוליב וואס די אטוירני דזשענעראל איז פאסיוו און האט נישט באקעמפט די דיסטריקט געריכט צייטווייליגע אינדזשאנקשען און סיי גוטע שאנסן צן געוואנען אויף די מעריטס
די מינאריטעט שטעלונג איז געקומען פון ריכטער גיי קאול נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3438
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך יולי 21, 2021 12:13 pm

הבל
א לאנגס איבער Carson v. Makin וואס גייט האבן א ריזן עפעקט אויף מוסדות החינוך אויב עס גייט אדורך?

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1482
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך פארדינט » מיטוואך יולי 21, 2021 3:35 pm

יישר כח 'הכל הבל' פאר אלע דיינע באריכטן!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 3:39 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:הבל
א לאנגס איבער Carson v. Makin וואס גייט האבן א ריזן עפעקט אויף מוסדות החינוך אויב עס גייט אדורך?

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך מטות מסעי

אינעם פארלאפענעם סופרים קאורט טערמין האט מיר אויספירליך באהאנדלט א קעיס אין וועלכע די געריכט האט מיט 4-5 געאורטיילט אז טראץ וואס סטעיט רעגירונגען מוזן נישט סובסודיזירן פריוואטע שולעס קענען זיי אבער נישט אויסשליסן רעליגיעזע שולעס אויב זיי ערלויבן נאן רעליגיעזע שולעס צו געניסן פון אזא פראגראם

איין פראגע וועלכע די ריכטער האבן נישט באהאנדלט ביי די מאנטאנא קעיס איז געווען אויב די זעלבע איז גילטיג ביי פראגראמען אונטער וועלכע די סטעיט גיבט נישט די סוסודיעס דירעקט פאר די שולעס נאר אפערירט פראגראמען וועלכע גיבט גרענטס פאר סטודענטן זיי ארויסצוהעלפן פינאנצירן זייערע פריוואטע רעליגיעזע שולע קאסטן

אין מעין טוען איבער האלב פון די פובליק שולע דיסטריקטן נישט זעלבסט אפערירן קיין אייגענע הויך שולעס נאר אנשטאט טוען זיי דעקן די קאסטן פון סטודענטן צו קענען גיין צו אנדערע פובליק אדער פריוואטע שולעס סיי אינערהאלב אדער אפילו אינדרויסן פון די סטעיט אזוי לאנג ווי די שולעס זענען נישט אנגעשלאסן אין "א סעקטע"

דעיוויד קארסאן און אנגעלא נעלסאן האבן אריינגעטראגן א קלאגע אקעגן די פראגראם זאגנדיג אז זיי ווילן געניסן פון די פאנדינג צו קענען שיקן זייערע קינדער צו א פריוואטע קריסטליכע שולע אבער די סטעיט האט עס באצייכנט אלץ סעקטעריען און אלץ אומקוואליפיצירט

די עלטערן האבן זיך געוואנדן צום פעדעראלן געריכט און די ערשטע סירקוט קאורט האט עווענטועל געאורטיילט אז די פראגראם איז קאנסטיטוטיציאנאל צוליב וואס עס ערלויבט שולעס מיט א רעליגיעזע סטאטוס צו קוואליפיצירן און שליסט בלויז אויס אזלעכע שולעס וועלכע פרעדיגן די רעליגיע ווייל די סטעיט טענה'ט אז זי קען געזעצליך נישט פינאנצירן דאס פארשפרייטן רעליגיע

די עלטערן האבן עס אפלעירט צום סופרים קאורט און צווישן אנדערן דערמאנט א שולע אין ניו העמפשיר וועלכע איז בלויז רעגיסטרירט אלץ רעליגיעז און דארט לערנט א זוהן פון הויפט סופרים קאורט ריכטער דזשאן ראבערטס און יענע שולע קוואליפיצירט יא אונטער די פראגראם

די סופרים קאורט איז אצינד איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס אין זייער קומענדיגע סעסיע

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3438
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג יולי 22, 2021 11:00 am

Thank you sir!!!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג יולי 23, 2021 12:14 pm

מיסיסיפי בעהט פונעם סופרים קאורט איבערצודרייען די לענדמארק חוק רציחה וועלכע די געריכט האט באשטעטיגט צוריק אין 1973 למספרם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 27, 2021 3:11 pm

מרת סאטאמיאר איז געשטארבן

זי איז געווען די מוטער פון ריכטערין סאטאמאיאר

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג יולי 29, 2021 12:44 pm

הכל הבל האט געשריבן:מיסיסיפי בעהט פונעם סופרים קאורט איבערצודרייען די לענדמארק חוק רציחה וועלכע די געריכט האט באשטעטיגט צוריק אין 1973 למספרם

228 רעפובליקאנע געזעצגעבער אונטערגעשריבן א 'פריינד פון געריכט' בריוו אין וואס זיי מוטיגן די געריכט צו נאכקומען די ביטע פון מיסיסיפי.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו (מוסף יוה"ק).
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א גמר חתימה טובה.

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הר גריזים » דאנארשטאג יולי 29, 2021 12:55 pm

נא נא הבל….

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג יולי 29, 2021 12:57 pm

הכל הבל האט געשריבן:מרת סאטאמיאר איז געשטארבן

זי איז געווען די מוטער פון ריכטערין סאטאמאיאר

:lol: :lol: זאל זי זיין א גוטע בעטער.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 04, 2021 10:38 am

פעדעראלע ריכטער בלאקירט אן ארדער פון טעקסאס גאווערנאר גרעג אבאט וועלכע האט באגרעניצט די פעדראלע רעגירונג מעגליכקייט פון טראנספערירן אומלעגאלע אימיגראנטן אז בלויז געזעץ אינפארסירער פערסאנעל זאלן עס מעגן דורכפירן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוגוסט 08, 2021 12:41 pm

אן אבאמא נאמינירטע ריכטער האט בלאקירט א פרואוו פון שיקאגא איינוואוינער און א גרופע ענווייראמענטאליסטן וועלכע האבן געוואלט אפשטעלן די אבן הפנה צערעמאניע געסקעדזשועלט פאר אוגוסט 16 למספרם פאר די נייע אבאמא פרעזידענטליכע ביבליאטעק

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוגוסט 08, 2021 12:46 pm

קעגנער פון די אורטייל אז אן אינדיאנא יוניווערסיטעט מעג פארלאנגען וואקסינאציע פיילן פאר אן עמורדזשענסי סטעי אין סופרים קאורט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 2:20 pm

פעדעראלע ריכטער אין די סי פארארדנט טראמפ שטייער רעקארדס פון 2017 און 2018 למספרם צו ווערן איבערגעגעבן צו די קאנגרעס איבערזיכט קאמיטע אבער שרייבט אז רעקארדס פון פריערדיגע יארן דארפן נישט ווערן איבערגעגעבן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 2:22 pm

הכל הבל האט געשריבן:פעדעראלע ריכטער אין די סי פארארדנט טראמפ שטייער רעקארדס פון 2017 און 2018 למספרם צו ווערן איבערגעגעבן צו די קאנגרעס איבערזיכט קאמיטע אבער שרייבט אז רעקארדס פון פריערדיגע יארן דארפן נישט ווערן איבערגעגעבן

ריכטער עמיט מעטא איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 1:13 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:פעדעראלע ריכטער אין די סי פארארדנט טראמפ שטייער רעקארדס פון 2017 און 2018 למספרם צו ווערן איבערגעגעבן צו די קאנגרעס איבערזיכט קאמיטע אבער שרייבט אז רעקארדס פון פריערדיגע יארן דארפן נישט ווערן איבערגעגעבן

ריכטער עמיט מעטא איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא

טראמפ און זיינע ביזנעסער אפעלירן אורטייל

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 6:53 pm

הכל הבל האט געשריבן:קעגנער פון די אורטייל אז אן אינדיאנא יוניווערסיטעט מעג פארלאנגען וואקסינאציע פיילן פאר אן עמורדזשענסי סטעי אין סופרים קאורט

ריכטער בערעט אפגעווארפן די פארלאנג.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו (מוסף יוה"ק).
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א גמר חתימה טובה.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 7:49 pm

סופרים קאורט בלאקירט טיילן פון די ניו יארק סטעיט עוויקשאן מאראטאיום.

די געריכט האט בלאקירט דאס וואס דאס די סטעיט האט איינגעשטעלט א פארבאט אויף לענדלארדס צו קענען פארלאנגען א באווייז אז דער טענענט איז טאקע באטראפן געווארן פונעם וויירוס.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו (מוסף יוה"ק).
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א גמר חתימה טובה.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 10:33 am

דיסטריקט ריכטער ריטשארד יאנג (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן) ווארפט ארויס אנקאלגע פון אן איינגעשטעלטע ביי א קאטוילישע שולע אין אינדיאנאפאליס וועלכע האט געקלאגט די שולע פארן נישט באנייען איר קאנטראקט
די שולע האט געזאגט אז זי האט זיך נישט צוגעשטעלט צו די רעליגיעזע פארשריפטן וועלכע זענען פארלאנגט אלץ טייל פון איר ארבעט אלץ לערערין וועמענס פאזיציע ווערט דורך זיי באצייכנט אלץ רעליגיעזע מיניסטער און דער ריכטער האט עס אקצעפטירט זאגנדיג אז ביי אזעלכע פעלער קענען נישט די געריכטן אינטערווענירן און זיך אננעמען פאר עימיצן'ס דזשאב דיסקרימינאציע באקלאגענישן

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”