נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

להגדיל שמו האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האלט אז ס'לוינט זיך פאר טראמפ, אז ווען מ'וועט שרייען וואו זענען דיינע 4 מיליאן פאפולערע שטימען? וועט ער צוריקשרייען ס'איז אין קאליפארניע...

די געזעץ איז נאר פאר די פריימעריס נישט פאר דזשענערעל

איינער וואס איז נישט אויף די פריימערי בעלאט קען ע''כ נישט זיין אויף די דזשענעראל בעלאט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:וואס האט ער דערפון? ער האט נאך ניטאמאל גענוצט די געלט וואס איז שוין פון לאנג עפראוועד פאר זיין סטופיד וואנט.

וואאאאאסססס?!?! מען האט שוין אפראווד געלט פאר די וואנט?!?! און נאך פון לאנג?!
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

Think and Thank האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האלט אז ס'לוינט זיך פאר טראמפ, אז ווען מ'וועט שרייען וואו זענען דיינע 4 מיליאן פאפולערע שטימען? וועט ער צוריקשרייען ס'איז אין קאליפארניע...

די געזעץ איז נאר פאר די פריימעריס נישט פאר דזשענערעל

איינער וואס איז נישט אויף די פריימערי בעלאט קען ע''כ נישט זיין אויף די דזשענעראל בעלאט.


מהיכי תיתי?
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

הכל הבל האט געשריבן:נאך די מידיא פראסק וואס די ניו יארק טיימס האט היינט אריינגעהויבן פון די ליבעראלן איבער א טראמפ קעפל האט זי איצט באקומען א לעגאלע פאטש אויפן צווייטן באק

:lol: :lol:
האסט מיר דערמאנט פון די נאָז װאס האט מיר װײ געטוהן פון די גלעזער װאס האט זיך צובראכן דערױף
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האלט אז ס'לוינט זיך פאר טראמפ, אז ווען מ'וועט שרייען וואו זענען דיינע 4 מיליאן פאפולערע שטימען? וועט ער צוריקשרייען ס'איז אין קאליפארניע...

די געזעץ איז נאר פאר די פריימעריס נישט פאר דזשענערעל

איינער וואס איז נישט אויף די פריימערי בעלאט קען ע''כ נישט זיין אויף די דזשענעראל בעלאט.


מהיכי תיתי?

לכאורה, אז א צווייטער האט געווינען די פריימערי וועט דאך יענער צווייטער שטיין אויף די בעלאט, ניין?

איה''נ אלס אינדעפענדענט קען ער נאך שטיין.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

Think and Thank האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האלט אז ס'לוינט זיך פאר טראמפ, אז ווען מ'וועט שרייען וואו זענען דיינע 4 מיליאן פאפולערע שטימען? וועט ער צוריקשרייען ס'איז אין קאליפארניע...

די געזעץ איז נאר פאר די פריימעריס נישט פאר דזשענערעל

איינער וואס איז נישט אויף די פריימערי בעלאט קען ע''כ נישט זיין אויף די דזשענעראל בעלאט.


מהיכי תיתי?

לכאורה, אז א צווייטער האט געווינען די פריימערי וועט דאך יענער צווייטער שטיין אויף די בעלאט, ניין?

איה''נ אלס אינדעפענדענט קען ער נאך שטיין.

מען רעדט דאך נאר פון קאליפארניע. סאו מהכי תיתי אז ער קען נישט געווינען אן זיין אויף די פריימערי בעלעט אין קאלי?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

ווער רעדט פון געווינען? מען רעדט פון זיין אויף די בעלאט אין קאליפארניע ביי די דזשענעראל עלעקשאנס. אויב איז טראמפ נישט אויפ'ן בעלאט ביי די קאליפארניע פריימעריס, וועט דאך א צווייטער געווינען די רעפובליקאנער פריימערי, וואס מיינט אז יענער אנדערער וועט שטיין אויפ'ן בעלאט אין קאליפארניע ביי די דזשענעראל עלעקשאנס.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

Think and Thank האט געשריבן:ווער רעדט פון געווינען? מען רעדט פון זיין אויף די בעלאט אין קאליפארניע ביי די דזשענעראל עלעקשאנס. אויב איז טראמפ נישט אויפ'ן בעלאט ביי די קאליפארניע פריימעריס, וועט דאך א צווייטער געווינען די רעפובליקאנער פריימערי, וואס מיינט אז יענער אנדערער וועט שטיין אויפ'ן בעלאט אין קאליפארניע ביי די דזשענעראל עלעקשאנס.

ביי די דזשענעראל עלעקשאנס אין גאנצן לאנד גייט ארויף ווער עס געוואונט די פארטיי'ס נאמינאציע ביים קאנווענשאן
האט גארנישט מיטן געוואונער פונעם סטעיט ביים פריימערי!
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

גערעכט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

קיינער באריכט נישט די פרישע סופרים קאורט רולינג?

אקעי איז אזוי.
די טראמפ אדמיניסטראציע האט פריער אין יאר געהאט געמאלדן א נייע פאליסי אז אנגעהויבן פון פארגאנגענעם יולי גייט מען מער נישט קענען פארלאנגן אסיילעם אויב מ'איז אדורך א צווייטע לאנד און מ'האט נישט געבעטן קיין אסיילעם דארטן.

די ליבעראלן האבן דאס געטראגן אין געריכט, און אן אבאמא געשטעלטע ריכטער דזשאן טייגער פון סאן פראנציסקא (אין די 9'טע סירקוט) האט פארבאטן די אדמיניסטראציע צו אינפארסירן די פאליסי ביז ווילאנג די קאורט פסק'נט איבער די עצם פראגע אויב די פאליסי איז אויסגעהאלטן.

די אפיעלס קאורט פון די ניינטע סירקוט (וואס א דאנק טראמפ איז עס שוין ב"ה געווארן מער מעסיג) האט געצוימט די פארבאט פון דעם טייגער צו בלויז קאליפארניע און אריזאנע וועלכע זענען אונטער די ניינטע סירקוט יוריסדיקאציע, ערלויבענדיג די אדמיניסטראציע דאס איינצופירן אין טעקסאס און אין ניו מעקסיקא.


פארגאנגענעם מאנטאג האט דער א.ד. ריכטער טייגער נאכאמאל פארבאטן די אדמיניסטראציע דאס צו אינפארסירן אינעם גאנצן לאנד.
דינסטאג האט די אפיעלס קאורט ווידעראמאל געצוימט די פארבאט צו בלויז קאליפארניע און אריזאנע.
און פריער האט די סופרים קאורט דאס אינגאנצן ארויסגעווארפן ערלויבענדיג פאר די אדמיניסטראציע דאס צו אינפארסירן אינעם גאנצן לאנד.

דאס איז א שטארקע געווינס פאר די אדמיניסטראציע, ובעיקר נעמענדיג אין באטראכט אז 7 פון די 9 ריכטער אויפן סופרים קאורט האבן זיך געשטעלט אויף די זייט פון די אדמיניסטראציע, נאר גינזבורג און סאטאמאיר האבן זיך אנטקעגן געשטעלט.


טראמפ האט זיך געהאט אפגערעדט אז ס'איז נישט קיין יושר אז אן איינצעלע נישט ערוועלטע דיסטריקט ריכטער קען אפעקטירן דעסישענס פאר די גאנצע לאנד.
יעצט האט טראמפ שטארק באגריסט די סופרים קאורט רולינג.

פון די אנדערע זייט האט נאדלער אויסגעדריקט זיין גרויסע דיסאפוינטמענט מיט די רולינג, און געזאגט מיט געמאכטע זארג אז צענדליגער מענטשן גייען יעצט זיין אין סכנה.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מאנטאג עפענען זיך די טויערן פון די סופרים קאורט אין וואשינגטאן פארן נייעם סעסיע און מען קען ערווארטן היבש נייעס פון קעיסעס וועלכע די געריכט פלאנט אצונעמען
די ליסטע פון וועלכע היי פראפיל קעיסעס די געריכט וועט אויסהערן אינעם איצטיגע סעסיע איז נאכנישט פולקאם ווייל מען ערווארט צו הערן אפדעיטס איבער א רייע קעיסעס לענגאויס די קומענדיגע מאנאטן אבער פון וואס די געריכט האט שוין אקצעפטירט ביז היינט איז קלאר אז די דאס מאל רעדט מען פון גאר אן היסטארישן טערמין ווען זיי האבן גענומען אויף זיך צו באהאנדלען גאר אסאך שטארק נאכגעפאלגטע פאליטיש צוטיילטע קעיסעס און עס קומט אין א היציגע וואל יאר וועלכע וועט נאר צוגעבן צו די דראמא
די געריכט וועט באהאנדלען חוקי רציחה, נארישע געזעצן, בריות משונות, דאקא, גאן רעכטן,רעליגיעזע פרייהייט און נאך
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די פאלגענדע איז א קעיס וועלכע די געריכט וועט היינט אויסהערן:


עוואנגעליסטא רעימאס איז געווארן אנגעקלאגט מיט צווייטע גראד מארד און ער האט פארלאנגט א דזשורי פראצעס
נאכן פארהאנדלען האבן צעהן דזשורארס געזאגט אז די פראקורארן האבן איבערצייגט זייער קעיס אן קיין צווייפל
צוויי דזשורארס האבן אבער געזאגט פארקערט און אין א געווענליכע פאל וואלט דעקלערט געווארן א מיסטרייעל
די פראבלעם פאר רעימאס איז געווען זיין לאקאציע, נעמליך, ער וואוינט אין ליוזיאנא ווי די סטעיט געזעץ ערלויבט זיך צו רעכענען מיט די מיינונג פון צעהן דזשורארס אויך אויב די אנדערע צוויי זענען אומאיינשטימיג
נו, וואס זאגט די געזעץ איבער אומאיינשטימיגע דזשורי געפינסן?
איז אזוי, אין 1972 למספרם האט די סופרים קאורט באהאנדלט די פראגע אויב די זעקסטע אמענדמענט וועלכע שענקט די רעכט פאר יעדן אנגעקלאגטן צו באקומען א דזשורי פראצעס באדייט אז מען איז שולדיג בלויז ווען אן איינשטימיגע דזשורי באשליסט אזוי אדער אויך מיט א מאיאריטעט
די געריכט האט זיך געשפאלטן אין צווייען מיט 4 אין שטיצע פון אן איינשטימיגע דזשורי און 4 אין שטיצע פון א מאיאריטעט דזשורי
אלע אכט ריכטער האבן פארשטאנען אז די פערצנטע אמענדמענט פון די קאנסטיטוציע וועלכע פארלאנגט אייניגע רעכטן פאר אנגעקלאגטע אין פעדעראלע פראצעסן און אנגעקלאגטע אין סטעיט פראצעסן באדייט אז זייער מיינונג איבער ווי אזוי אויסצוטייטשן די זעקסטע אמענדמענט פון א רעכט פאר א דזשורי איז גילטיג און אייניג אויף א פעדעראלע און סטעיט שטאפל
דער ניינטער ריכטער איז געווען ריכטער לואיס פאועל וועלכע איז אויפגעקומען מיט א מאדנע מיטל וועג און געמאכט א פשרה גייענדיג מיט די איינשטימיגע דזשורי צוגאנג אויפן פעדעראלן שטאפל אבער ערלויבט מאיאריטעט דזשורי אורטיילן אויף א סטעיט שטאפל
איי וועסטו פרעגן ווי אזוי איז עס אין איינקלאנג מיט די פערצנטע אמענדמענט וועלכע שרייבט אז סטעיט און פעדעראלע רעכטן פאר אנגעקלאגטע זענען די זעלבע
אקעי, א גוטע קשיא אבער לויט ריכטער פאועל פארענטפערט מען עס אז די אמענדמענט איז אויף א באגרעניצט פארנעם און בלויז איבער די עצם רעכט פון א דזשורי וועלכע סטעיט זענען אויך פארפליכטעט צוצושטעלן אבער איבער גיין מיט אן איינשטימיגע דזשורי מוזן זיי נישט זיין ווי די פעדעראלע רעגירונג
די אינטערסאנטע אורטייל ווערט שוין פאר לאנגע יארן קריטיקירט אלץ אבסורד פון א לעגאלע שטאנדפונקט און איבער גאנץ אמעריקא עקזיסטירט די איינשטימיגע דזשורי דאקטרינע אבער ארעגאן און ליוזיאנא זענען פארבליבן די לעצטע צוויי שטאטן וועלכע קלאמערן זיך צו די פאועל אורטייל
פארלאפענע למספרם יאר האבן וויילער אין ליוזיאנא באשלאסן צו ברענגן אן ענדע דערצו און באשטעטיגט א רעפערענדום וועלכע איז אריין אין קראפט פארלאפענע יונואר למספרם צו טוישן צום איינשטימיגע דזשורי סיסטעם
צוריק צו אונזער רעימאס וועלכע איז געווארן געפונען שולדיג דורך צעהן פון צוועלף דזשורארס
רעימאס וועלכע איז געווארן פאראורטיילט צו לענסלענגליכע טורמע אן פאראל בעפאר די רעפערענדום טויש קען נישט דערפון געניסן אבער ער זוכט איצט אז די געריכט זאל ארויסווארפן די פאועל אורטייל און האט זיך געוואנדן צום סטעיט אפעלאט קאורט וועלכע האט ארויסגעווארפן זיין קעיס
רעימאס האט זיך דאן געקערט צום סטעיט סופרים קאורט וועלכע האט ניטאמאל געוואלט אריינקוקן דערין
פארבליבן איז איין לעצטע שאנס צו גיין צום סופרים קאורט און די קאורט האט טאקע אקצעפטירט די קעיס
און וועט אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס אום אקטאבער 7 למספרם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איידער די געריכט וועט אויסהערן די אויבנדערמאנטע קעיס וועט זי צו ערשט אויסהערן די פאלגענדע קעיס:

דאקטאר הענס קלינגעמאן האט צוריק אין 2001 למספרם געפיילט פאר א פעטענט אפליקאציע אויף אן ערפינדונג ווי אזוי צו היילן די ביטערע מחלה ל"ע דורכן נוצן נאטורליכע צעלן צו אטאקירן די קרענק
נאכן איבערגיין די אפליקאציע האט דער עקזעמינאר באשלאסן אז די קעיס קוואליפיצירט נישט פאר א פעטענט
די פעטענט טרייעל און שפעטער די אפעלאט באורד האבן ווידערהאלט די זעלבע באשלוס און ארויסגעוארפן די אפליקאציע
ווען די אפעלאט באורד באשטעטיגט אזא באשלוס פון אן אקזעמינאר פארבלייבט צוויי אפציעס פארן אפליקאנט
אדער קען מען זיך ווענדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט אדער קען מען נעמען די קעיס גראד צום פעדעראלן קרייז געריכט
קלינגעמאן האט אנגעהויבן אינעם דיסטריקט געריכט אבער פארלוירן די קעיס און שפעטער אנגעוואוירן אויך אין די סירקוט קאורט
דא האט ער זיך געכאפט אז נישט בלויז איז זיין פעטענט אפליקאציע געווארן ארויסגעווארפן נאר דער פארזוך עס צו באקומען איז געקומען מיט א טייערע פרייז
די פעטענט און טרעידמארק אפיס האט גע'טענה'ט פארן געריכט אז קלינגעמאן זאל זיי באצאלן די קאסטן פון ארום 80 טויזנט דאלער פאר זייערע אדוואקאטן און צוגאב פון 33 טויזנט דאלער פאר עדות עקספערטן
לויט די געזעץ ווערן אפליקאנטן אויפגעפאדערט צו דעקן "אלע אויסגאבן פון די פראצעדור" וואס עס קאסט פאר די אפיס צו באשוצן און פארטיידיגן די באשלוס פון די באורד אפגעזעהן ווי אזוי די געריכט אורטיילט איבער די אפליקאציע קוואליפיקאציע זעלבסט
ביז היינט פלעגט די געזעץ ווערן פארטייטשט אז עס רעכנט אריין קאסטן ווי טראוועל, פרינטינג און עקספערט עדות'שאפט
די דיסטריקט געריכט האט אנגענומען די אויבנדערמאנטע ליניע אז עס איז באגרעניצט צו שטייגערליכע אויסגאבן אבער ווען עס קומט צו אדוואקאטן קאסטן דארף נישט דער אפליקאנט דעקן וואס אדוואקאטן האבן גערעכנט פון די רעגירונג גייענדיג מיטן אנגענומענע דאקטרינע אז יעדער צאהלט זיין אייגענע אדוואקאטן אפגעזעהן די אויסגאנג אין געריכט אויסער אין פאל וואס קאנגרעס שרייבט א קלארע געזעץ אז איין זייט זאל דעקן די אדוואקאטן קאסטן פון ביידע זייטן
שפעטער האט די קרייז געריכט געאורטיילט די זעלבע אז קלינגעמאן דארף נישט דעקן די קאסטן פון די רעגירונג אדוואקאטן
די סופרים קאורט וועט אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס אום אקטאבער 7 למספרם איבער די פראגע אויב די קאנגרעס אויסדרוק פון "אלע אויסגאבן פון די פראצעדור" רעכנט אריין אדוואקטן קאסטן
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג אקטאבער 07, 2019 9:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אבער די סאמע ערשטע קעיס וועלכע די געריכט וועט היינט אויסהערן וועט זיין די פאלגענדע:

א מאן וועלכע האט געהאלטן אינמיטן דורכגיין א פיינפולע צושיידונג איז ערשינען ביי זיין שווער אין די צייט וואס זיין פרוי און זיינע צוויי טעכטער האבן דארט באזוכט
דער מאן קרעיג קאהלער האט דערשאסן פרוי און קינדער און אויך זיין שוויגער צום טויט
די פראקורארן און פארטיידיגונג האבן ביידע איינגעשטימט אז יענער איז געווען גאר דערביטערט און געליטן פון מענטל אישוס וועלכע ער האט נישט געקענט לייכט איבערקומען זינט ער האט נישט געהעריג גענומען די מעדיצינען זיינע דאקטוירים האבן אים פארשריבן
די פארטיידיגונגס עקספערט האט אויפגעטרעטן אין געריכט זאגנדיג אז זיינע אומשטענדן האבן אים נישט ערלויבט צו טראכטן ראציאנאל איידער ער האט געטוהן זיין פארברעך און אז ער איז צו יענע צייט געווען גענצליך ארויס פון קאנטראל
די דזשורי האט אים געפונען שולדיג זינט אונטער די סטעיט געזעץ אין קענסאס קען מען נישט נוצן די עמאציאנאלע און גייסטישע צושטאנד אלץ אויסרייד פארן באגיין א פארברעך און אזוי האט אויך דערנאך געאורטיילט די קענסאס סופרים קאורט
די פראגע פארן געריכט איז אויב די סטעיט געזעץ נישט צו נעמען אין באטראכט די גייסטישע צושטאנד פון א באשולדיגטן ביים באשטימען זיין סענטענסינג איז אויסגעהאלטן און אויב עס איז נישט ארין פארלעצונג פון די קאנסטיטוציע אז טאר נישט צוטיילן איבערגעטריבענע שטראפן
די סופרים קאורט וועט ווי געשריבן אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס אום אקטאבער 7 למספרם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אום 9:30 וועט מען הערן ארדערס (מיינסטנס איבער קעיסעס וועלכע די געריכט אקצעפטירט נישט) און אום 10 אזייגער הויבן זיך אן די מונדליכע ארגומענטן
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

Wow ש'כח! שוין לאנג נישט באזוכט אין דיינע אשכולות, איך פיהל זיך וואו א פיש אין וואסער מיט די געריכטליכע באריכטן!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טאמאס אפוועזנד

שפירט זיך נישט גוט און איז קראנק מיט די פלו
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אן אינטערסאנטע טויש איז אריין אין אפעקט ווען די געריכט וועט אין אלגעמיין ערלויבן פאר די אדוואקאטן וועלכע פרעזענטירן זייער קעיס דורכאויס די מונדליכע ארגומענטן צו קענען רעדן צוויי מינוט אומגעשטערט
ביז היינט האבן ריכטער געקענט איבערהאקן מיט פראגן פון אנהויב פון די אדוואקאטן פרעזענטאציע אבער אצינד וועלן ריכטער זיך פרובירן צו האלטן שטיל פאר די ערשטע צוויי מינוט צו גיבן א געלעגנהייט פאר די קעיסעס צו ווערן געמאכט

ריכטערין גינזבורג איז אין די פעדערן און האט נאכן אויסווארטן די צוויי מינוט פעריאד גלייך געשטעלט די ערשטע פראגע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין ליכט פון די גערימענדערינג אורטייל פאריגן טערמין ווערט די קעיס אקעגן די רעפובליקאנער געשריבענע מאפע אין אהייא ארויסגעווארפן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די מאושען פון ניו יארק ארויסזצושליידערן די גאן קאנטראל קעיס צוליב וואס זיי האבן שוין מאשדיפיצירט די געזעץ איז ארויסגעווארפן

די געריכט וועט אבער נאכאמאל אין באטראכט נעמען די פארלאנג דורכאויס די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס אין דעצעמבער למספרם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פאלגענד איז א באריכט פון א צייט צוריק איבער קעיס וועלכע איז היינט געווארן ארויסגעווארפן:

דאמינא'ס פיצא האלט אינמיטן אנטוויקלען גאר סאפיסטיקירטע טעכנאלאגישע עפפס פאר קאנסומער צו קענען ארדערן זייערע מאלצייטן אויף א גאר צוגענגליכע פארנעם
אין די זעלבע צייט זענען זיי פארכאפט אין א שטרייט מיט א בלינדע מאן מיטן נאמען גווילערמא ראבלס פון קאליפארניע וועלכע האט אין 2016 למספרם אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט נאכן פרובירן צו באשטעלן א קאסטום פיצא ארדער פון די פירמע'ס וועבזייטל און מאביל עפפ און זיך אין צוויי באזונדערע פעלער נישט געקענט אומגיין מיט די עפפ אויסשטעל
ראבלס זאגט אז די פעדעראלע אמעריקאנע מיט דעסיביליטי אקט באשיצונגען טוט אויך ארייננעמען אנליין פלאטפארמעס וועלכע זענען אונטער די אייגנטומערשאפט פון פירמעס וועלכע פארמאגן פיזישע געשעפטן און פאבריקן און זיי דארפן אקעגנקומען מענטשן מיט באגרעניצונגען אנליין גענוי ווי זיי זארפן זיך באגיין אין זייערע פיזישע געשעפטן
די ניינטע קרייז געריכט האט געאורטיילט אין שטיצע פון ראבלס און אצינד איז דאמינא גרייט צו נעמען די קעיס צום סופרים קאורט און זיי ווערן שטארק געשטיצט פון די ביזנעס געמיינדע
די באשלוס פונעם סופרים קאורט אויב אויפצנעמען די קעיס און איר אורטייל אויף די פראגע זעלבסט קען האבן א דאמינא אפעקט נישט בלויז אויף די ספעציפישע דאמינא פירמע נאר אויף די טויזנטער ביזנעסער וועלכע פארקויפן אויך אנליין און זענען מאמענטאל נישט קלאר וויפיל די דיסעביליטי אקט איז זיי מחייב זינט די געזעץ איז געשריבן געווארן אין די צייט וואס די אינטערנעט האט עארשט אנגעהויבן ארויסצושפראצן און דעריבער איז נישט קלאר אדרעסירט אןי די געזעץ אויב זי שליסט איין אנליין פלאטפארמעס


ווי געזאגט האט די געריכט זיך היינט אנטזאגט אויסצוהערן די קעיס
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

Wow, ש'כח הבל! ס'איז גאר אינטערסאנט דיינע באריכטן, איך באלעק מיך דערמיט!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איש האשכולות האט געשריבן:Wow, ש'כח הבל! ס'איז גאר אינטערסאנט דיינע באריכטן, איך באלעק מיך דערמיט!

יישר כח פאר די פידבעק א גמר חתימה טובה
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

א ריזיגע שכח
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

@הכל הבל, א שיינעם דאנק! די פליסיגקייט, קלארקייט, און געשמאקייט פון דיינע באריכטן זענען להפליא! ביטע האלט אונז ווייטער אפדעיטעד.
(די אונטערשטע שורה פון דיין ערשטע היינטיגע תגובה האט מיר געקאסט א לאך.)
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”