נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

יישר כח הבל. זייער שיין און קלאר. כדרכו.

עס איז אינטערסאנט צו זעהן ווי דער טענה'ט מסברא, און די צווייטע טענה'ט אז ער האט א דיוק אין די לשון פון די געזעץ...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סברא קען אויך זיין ווי צו אויפווייזן אז מסברא האט קאנגרעס געממיינט אומבאגרעניצט (אויסער אויב אין יענע עפאכע האבן אלע קאאפעריט מיט די פעדס אויף די אישו)
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:הבל, די קעיס אינטערעסירט מיך...

Breaking. Mayer Hershkowitz (Shomrim case in Willi) won his appeal and his indictment is also dismissed.


הודו לשם כי טוב כי לעולם חסדו
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הויפט ריכטער ראבערטס שיקט ווייטער די באקלאגענישן ערהאלטן פון די די סי געריכט צום פעדעראלן אפעלאט געריכט באזירט אין קאלאראדא אז זיי זאלן אריינקוקן דערין
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך קלער שוין לאנג אז עס איז זייער מעגליך אז גארסידזש איז נאך א קענעדי, עס איז פשוט נאכנישט געווען א אישו פון די סארט וואס קענעדי גייט לינק. און אפשר אויך קאוואנאו.

עס איז בושות פאר טראמפ אז זיין אייגענער דזשאסטיץ גארסידזש רייסט זיך אפ פון די אנדערע קאנסערוואטיוון צו גיין קעגן אים.

אימיגראציע איז דאך פון טראמפס עיקר זאכן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צל עובר האט געשריבן:איך קלער שוין לאנג אז עס איז זייער מעגליך אז גארסידזש איז נאך א קענעדי, עס איז פשוט נאכנישט געווען א אישו פון די סארט וואס קענעדי גייט לינק. און אפשר אויך קאוואנאו.

עס איז בושות פאר טראמפ אז זיין אייגענער דזשאסטיץ גארסידזש רייסט זיך אפ פון די אנדערע קאנסערוואטיוון צו גיין קעגן אים.

אימיגראציע איז דאך פון טראמפס עיקר זאכן.

צו בעסער פארשטיין די פענאמאנען אינעם העכסטן געריכט:

די רעפובליקאנער פארטיי פרינציפן פארטרעט אין אלגעמיין די קאנסערוואטיווע אידעאלאגיע

א פארטיי קען אפטמאל טוישן ריכטונגען אויף געוויסע טעמעס געוואנדן אויף די אינטערעסן און אומשטענדן איבערן לאנד און איבער די וועלט וועלכע טוישן זיך כסדר

אפט מאל פאסירט אז ווען א פארטיי טוישט אירע שטעלונגען ווערט עס פארשטאנען אז די אידעאלאגיע וועלכע זי פארטרעט אפיציעל ווערט אויך געטוישט ווען אין אמת'ן איז די אידעאלאגיע וואס זי איז נאר די פארטיי האט גענומען א טויש

פון די הויפט עלעמענטן אין קאנסערוואטיזם האט זיך ארגינעל געציילט באגרעניצטע רעגירונג אויף "אלע" פראנטן

מיט די יארן האט זיך די רעפובליקאנער פארטיי דערזעהן אלץ די פאן טרעגער פון נאציאנאלע זיכערהייט (פון אויסערן געפארן) און דאמעסטישע זיכערהייט (פון קרימינאלע פראבלעמען וועלכע פלאגן דאס לאנד)
די ערשיינונג האט געברענגט אז רעפובליקאנער קעמפן פאר די פאליציי, עף בי איי, מיליטער, און סי איי עי, ען עס עי, שטרענגע אימיגראציע,און אזוי ווייטער
ווערנדיג די פארטיי וועלכע פארטרעט די מאכט פון די רעגירונג אבער בלויז ווען עס קומט צו די אישו פון זיכערהייט

די ליבערטעריען פליגל איז די וועלכע זענען פארבליבן מיט זייערע ארגינעלע פרינציפן צו שענקן פאר די רעגירונג די ווייניגסטע מאכט נאר מעגליך אפגעזען אויף וועלכע פראנט און גיבן ווי מער פרייהייט און מאכט פארן אינדיווידועל

ריכטער קענעדי איז געווען א שטארקע פאן טרעגער פון אט די שיטה און עס העלפט פארשטיין זיין סווינג שטימע דורכאויס זיין קאדענץ

עס איז נישט אזוי סווינג ווי מענטשן מיינען, ער האט בעפארצוגט ליבערטי און די נארישקייט און רציחה קעיסעס, ער האט בעפארצוגט ליבערטי אין די רעליגיעזע פריהייט קעיסעס און ער האט בעפארצוגט ליבערטי צווישן רעגירונג מאכט און בירגער קעיסעס
פארטייאישע צוקוקער האבן אים אלץ ערווארטעט צו זעהן גיין אין זייער ריכטונג און ווען עס האט נישט פאסירט איז עס געווארן אויסגעטייטשט אז טיילמאל איז ער געגאנגען רעפובליקאניש און טיילמאל דעמאקראטיש ווען אין פאקט איז ער מערסטנס געגאנגען ליבערטעריעניש און אלץ רעזולטאט האט עס נישט אייביג צופרידנגעשטעלט די זעלבע פארטיי

אצינד מיט טראמפס ריכטער

ריכטער גארסוטש איז א תלמיד פון קענעדי און הייסט היבש ענליך מיט די אויבנדערמאנטע צוגאנג

ריכטער קעווענאו איז אויך זיינס א קלוירק אבער ווערט באטראכט אלץ איינער פיל מער שפארבעריש צו גיבן מאכט פאר די רעגירונג
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שכח פארן ברענגן די חילוק פון גארסידזש און קעווענא, האבעך נישט געוואוסט.
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

אי הכי, וואלט קענעדי געדארפט זיין קעגן אבאמא קעיר?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ער איז געווען
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

קיינמאל צו שפעט צו באדאנקן. מיר ליינען און האבן הנאה פון יעדע באריכט דיינע.
געריכטן אין דזשענעראל זענען נאנט צו מיין הארץ און איך גלייך עס זייער. מיר איז קיין חילוק אין די סייז פון די קעיס, וואז מאכט אויס איז א גוטן ארגומענט, א געלונגענע דיפענס, א כאפ פון א טענה, דאס מאכט א קעיס אינטערעסאנט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר כחכם באמת!
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

געוויסט אז פריער אדער שפעטער וועט @געלעגער אנקומען..

#געלעגער_פאר_סופרים_קאורט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

וואשינגטאן סטעיט סופרים קאורט אורטיילט אז טויט שטראף איז נישט אויסגעהאלטן לויט די סטעיט קאנסטיטוציע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

לעכטיגער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ער איז געווען


כ'מיין האסט א טעות.
אבאמא קעיר איז געווען א 6-3 רולינג.
ראבערטס און קענעדי האבען געפסקנט בעד.

ניין עס איז געווען 5-4

קענעדי האט דאן געשוימט אויף ראבערטס דערוועגן
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

הכל הבל האט געשריבן:
לעכטיגער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ער איז געווען


כ'מיין האסט א טעות.
אבאמא קעיר איז געווען א 6-3 רולינג.
ראבערטס און קענעדי האבען געפסקנט בעד.

ניין עס איז געווען 5-4

קענעדי האט דאן געשוימט אויף ראבערטס דערוועגן


Wow! You are quick.
I saw a different article.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אמווייניגסטנס אויף דערווייל הרג'ט קעווענאו נישט קיין מענטשן...

א פעדעראלע געריכט האט היינט ארויסגעגעבן א צייווייליגע ארדער אפצושטעלן א טויט אורטייל טענעסי האט געסקעדזשועלט אויף היינט 8 אזייגער אוונט
טענעסי האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט ארויסצוווארפן די סטאפ ארדער און מען האט ארויסגעקוקט צו זעהן צו ריכטער קעווענאוס סאמע ערשטע אורטייל וועט זיין איבער אומברענגן א מענטש

עווענטועל האט די געריכט נישט אויפגענומען די קעיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט באטראכט קעיס צו סטעיטס קענען פארלאנגען צו רעדן מיט האנדלס סעקרעטאר ווילבאר ראס איבער זיין פלאן אריינצושנירן א בירגער סטאטוס פראגע אינעם צענזוס אויספרעג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט באטראכט קעיס צו סטעיטס קענען פארלאנגען צו רעדן מיט האנדלס סעקרעטאר ווילבאר ראס איבער זיין פלאן אריינצושנירן א בירגער סטאטוס פראגע אינעם צענזוס אויספרעג

די סטעיט ניו יארק האט שוין אריינגעגעבן זייערע ארגומענטן צום געריכט צו צווינגען ראס און די אדמיניסטראציע האט שוין אריינגעשיקט אירע
אצינד קען מען ערווארטן עפעס פון געריכט צו יעדע צייט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נאך וואס א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט צוריק אין אפריל למספרם געשריבן אז אן אינדיאנא געזעץ -אונטערגעשריבן דורך וויצע פרעזידענט מייק פענס אין די צייט וואס ער האט סערווירט אלץ גאווערנאר אין די סטעיט- וועלכע באגרעניצט שטארק חוקי רציחה פראקטיצירונגען איז אומקאנסטיטוציאנאל האט איצט דער סטעיט אטוירני דזשענעראל געבעטן די סופרים קאורט אנצונעמען די קעיס

פילע וועלן האלטן אן אויג אויב די געריכט וועט אין פאקט איינשטימען עס אויפצונעמען וואס דאן וועט זיין גאר אינטערסאנט נאכצופאלגן ווי אזוי ריכטער קעווענאו וועט נויגן און געוויס וועט עס מיינען אסאך פארן איצטיגן וויצע פרעזידענט
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

ענדע צדיק! האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:איז דא גענוג מענטשן וועלכע גלייכן און פאלגן נאך באריכטן אין דעם אשכול?

פאר מיר איז עס זייער אינטערסאנט! דוקא די קורצע און שנעלע באריכטן, א מחי'!

עצה טובה: באריכט וועלעכע עס סאונד "אינטערסאנט פאר דיר". ס'איז א גוטע מעסטער, פלאס וואס מען ווערט נישט אזוי שנעל באארד.
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די געריכט וועט ארויסגעבן אירע ארדערס אום 9:30 ווי דער שטייגער

עס איז צו ערווארטן אז ערגעץ דורכאויס דעם היינטיגו טאג וועט זיך די געריכט לאזן הערן איבער די געפעכט אויב סטעיטס זאלן קענען צווינגען האנדלס סעקרעטאר ווילבאר ראס זיך צו לאזן אויספרעגן איבער די נייע צוגעלייגטע בירגער סטאטוס פראגע אינעם צענזוס
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

און?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נאך וואס פלארידא גאווערנאר האט געוואלט אויספילן ליידיגע זיצן אויפן סטעיט געריכט האט אצינד די פלארידא סופרים קאורט איצט געאורטיילט אז עס וועט בלייבן פארן קומענדיגן גאווערנאר(גילאם אדער דסענטיס) צו מאכן די אויסוואלן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריק סקאט האט שוין געהאט אנגעהויבן די נאמינאציע פראצעדור און האט זיך געגרייט אנצופילן די דריי זיצן אויפן העכסטן סטעיט געריכט אין זיין לעצטן טאג אין אפיס

די אורטייל איז א שטארקע קלאפ פארן גאווערנאר
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

הכל הבל האט געשריבן:ריק סקאט האט שוין געהאט אנגעהויבן די נאמינאציע פראצעדור און האט זיך געגרייט אנצופילן די דריי זיצן אויפן העכסטן סטעיט געריכט אין זיין לעצטן טאג אין אפיס

די אורטייל איז א שטארקע קלאפ פארן גאווערנאר

קען ער עס נישט אפילן?
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”