נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירום הודו »

הכל הבל האט געשריבן:עס איז אזוי נעבעכדיג ווי מען קען עס נאכנישט זעהן באריכטעט אין די מידיא אבער אויף אייוועלט איז עס שוין צוגעשטעלט

דאנקע שיין.
מיין שאלה איז סוכ"ס וואס איז די הגדרה פון 'איבערגעטריבען' ?? דאס בלייבט לכאורה שודא דדייני
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:טייסאן טימבס אן אינדיאנא מאן האט פארלוירן זיין פאטער אין 2012 למספרם אבער גלייכצייטיגגעמאכט א ברוך הטוב והמטיב ערהאלטנדיג א סומע קעש פון א לייף אינשורענס פאליסי מיט וועלכע זיין פאטער האט אים אינזין געהאט צו באזארגן
טימבס האט זיך איינגעהאנדלט א לענד ראווער פאר 42 טויזנט דאלער און היידא..ויהי בנסוע
די פראבלעם איז געווען אז טימבס האט געהאט א פארגאנגענהייט פון צוגעבינדנקייט צו דראגס וועלכע האט זיך איצט אלץ רעזולטאט פון זיין פאטערס טויט פריש ערוועקט
טימבס איז פונדאסניי ארויף אויף די סחורה און גלייכצייטיג אויך אנגעהויבן פארקויפן די געווירצן מיטן ציהל צו פינאנצירן מיט די איינקופט די קאסטן פון די ווארע פאר זיין אייגענע געברויך
ביז.. יענעם שווארצן טאג אין נאוועמבער 2013 למספרם ווען ער האט אריינגעביסן אינעם נישט ריכטיגן עפל פארקויפנדיג דראגס אין די ווערט פוןן 225 דאלער פאר אן אונטערגעשטעלטער אגענט וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט זיין ארעסט און טימבס האט זיך קורצליך דערויף דערקלערט שולדיג אין געריכט
די אורטייל האט נישט געשפעטיגט צו קומען און טימבס האט באקומען איין יאר הויז ארעסט, 5 יאר פראבעישאן און 1200 דאלער אין פינאנציעלע שטראפן
די אפעטיט פון די סטעיט איז אבער נישט געווארן איינגעשטילט און זיי האבן געלייגט אן אויג אויף זיין לענד ראווער וועלכע איז סיי ווי געשטאנען אומבאנוצט דורכאויס די יאר פון זיין הויז ארעסט
די סטעיט האט קאנפיסקירט דעם אויטא אונטער די געזעץ וועלכע ערלויבט אוועקצונעמען סיי וועלכע חפץ עס איז גענוצט געווארן אינעם פארברעכן און די אויטא איז גענוצט געווארן ארומצופארן פארקויפן די פארבאטענע מאטריאל
ויהי ככלות השנה, טימבס עפנט מיט פרייד די פארדזשאווערטע טויערן פון זיין היים ווען אירע ראסטיגע אנגלען פארציילן הויך פאר אלע שכנים אז זיי זענען שוין נישט גערירט געווארן פון פלאץ פאר א קיילעכיגן יאר
טימבס שטעלט זיינע טריט צו די גאס און אטעמט אריין די פרישע לופט ווען זיינע אויגן פאלן אויף א ליידיגע ספאט צווישן צוויי פארקירטע אויטאס
יא די זעלבע פלאץ ווי ער האט איבערגעלאזט זיין פארמעגן מיט א יאר צוריק אבער והילד איננו, די לענד ראווער איז נישטא
עס האט נישט לאנג גענומען מברר צו זיין מה טיבה און טימבס האט באשלאסן אז איידער ער נעמט אונטער מיטלען להציל עשוק מעושקו דארף ער קודם זיך באזארגן מיט ארבעט זיך צו קענען שפייזן
עס איז נישט געווען גרינג צו געפונען ארבעט זייענדיג מוכתר ביחוס עצמו און ארבעטסגעבער שטייען ווייט פון פארשוינען וועלכע ווערן געטראפן שולדיג
עווענטועל האט ער געטראפן אן אנבאט פון איינעם וועלכער איז איינגעגאנגען אים אויפצונעמען טראץ זיי קרימינאלע רעקארד
איין באדינג איז געשטעלט געווארן, באזירט אויף די סארט ארבעט אין וועלכע יענער האט זיך גענויטיגט האט זיך געפאדערט אן אויטאמאביל.. וכאן הבן שואל ווי באקומט מען צוריק די לענד ראווער?
מען האט אריינגעברענגט אין בילד די אינסטיטוט פאר יוסטיץ וועלכע האט זיך געוואנדן צום געריכט און פרעזענטירט טימבס אין אן אנקלאגע אקעגן די סטעיט מיטן ארגומענט אז פארכאפן די קאר האט פארלעצט די אכטע אמענדמענט וועלכע באשוצט שולדיגע פון איבערגעטריבענע שטראפן
דער ריכטער האט געפונען די ארגומענט פאר ריכטיג נעמענדיג אין באטראכט אז די ווערט פונעם אויטא איז עטליכע מאל מער וויפיל די מאקסימום ערלויבטע געלט שטראף איז ערלויב אין אזא פאל
די סטעיט איז געלאפן צום אפעלאט געריכט אבער באגעגנט א פרישע נידערלאגע ווען די סטעיט אפעלאט געריכט האט באשטעטיגט די אורטייל פונעם נידריגן געריכט
די סטעיט האט דאך די וועלטס געלט און צייט האבן זיי באשלאסן זיך צו ווענדן צום סטעיט סופרים קאורט און דאס מאל האבן זיי באוויזן צו איבערצייגן די געריכט אנצונעמען די סטעיטס שטעלונג און די געריכט האט צוריקגעדרייט די פריערדיגע אורטייל
די ארגומענט פון די סטעיט וועלכע די ריכטער האבן אנגענומען איז געווען אז די אכטע אמענדמענט איז בינדנד אויסשליסליך צו די פעדעראלע יוסטיץ סיטעם אבער טוט אויף קיין פאל נישט אריינרעדן ווי אזוי סטעיט און לאקאלע רעגירונגען זאלן באשטראפן שולדיגע
טימבס האט זיך אצינד געוואנדן צום סופרים קאורט וועלכע האט אקצעפטירט די פעטיציע און האט באשטימט די מונדליכע ארגומענטן אויף מארגן מיטוואך
די פראגע וועלכע שטייט פארן געריכט איז ווי פאלגענד:
די ביל אף רייטס איז געשריבן געווארן פאר די פעדעראלע רעגירונג און נישט פאר סטעיט רעגירונגען אבער נאך די ציווילע קריג האט קאנגרעס מאדיפיצירט די 14'טע אמענדמענט מיט א סעיף וועלכע איז שפעטער געווארן אויסגעטייטשט דורכן סופרים קאורט אז זי פארלאנגט די סטעיטס אדער סיי וועלכע קערפערשאפט צו רעספעקטירן און זיך פירן אין איינקלאנג מיטן צושטעלן די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פאר סיי וועם
אין פאקט אבער האט די געריכט קיינמאל נישט געאורטיילט אויף ספעציפישע טיילן פון די קאנסטיטוציע אויב זי איז מחייב די סטעיטס אויסער אין א פאל מיט די צווייטע אמענדמענט
די חלל אין קלארקייט האט געהאנגן ווי א וואלקן אין די לעגאלע וועלט נישט וויסנדג אויב די אפיציעלע געריכט דאקטרינע טייטשט אפ אלע חלקים אין די קאנסטיטוציע בינדנד פאר סטעיט רעגירונגען
אין 2017 למספרם האט שוין איינער גראדע צוגעשיקט א פעטיציע וועלכע בעהט די געריכט אריינצוקוקן אויב די אכטע אמענדמענט איז מחייב די סטעיטס אבער צוליב טעכנישע פעלערן אין יענעמס קעיס האט עס די געריכט דאן געמוזט צוריקווייזן אבער ריכטער טאמאס וועלכע האט געשריבן די ארדער נישט צו אקצעפטירן יענע קעיס האט קלאר ארויסגעברענגט אז עס זענען פארהאן ערנסטע גרונדן פארן געריכט עווענטועל אריינצוקוקן און באשליסן אויף די פראגע

דאס איז די קעיס איבער וואס די געריכט האט היינט געאורטיילט

די אורטייל איז איינשטימיג דורך אלע 9 ריכטער!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נאכאלץ נישט קיין פיפס אין די מידיא
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:איצט קומען פאר די מונדליכע ארגומענטן אין די טימבס קעיס און יאפ, עס קוקט אויס פון די ריכטער אז זיי וועלן אורטיילן אז די אכטע אמענדנמענט רעכטן זענען ווירקליך מחייב די סיטיס און סטעיטס

דאס איז אונזערס א תגובה פון נאוועמבער 28 2018 למספרם
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

ירום הודו האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:עס איז אזוי נעבעכדיג ווי מען קען עס נאכנישט זעהן באריכטעט אין די מידיא אבער אויף אייוועלט איז עס שוין צוגעשטעלט

דאנקע שיין.
מיין שאלה איז סוכ"ס וואס איז די הגדרה פון 'איבערגעטריבען' ?? דאס בלייבט לכאורה שודא דדייני

דאס איז אן אלטע קריגעריי וואס נעמט אויך אריין טויט שטראף, צו מען קוקט אויף וואס איז געווען איבערגעטריבן בשעת די קאנסטיטוציע איז געשריבן געווארן (וואס דאן איז די שטראפן סטאנדארטן געווען פיל הארבער) אדער מען קוקט אויף די היינטיגע סטאנדארטן.

—————
שכח הבל!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אה גוט מארגן טייל מידיא לייט זענען ארויסגעקראכן פון בעט פאר 23 מינוט צוריק זעה איך שוין א באריכט איבער די היינטיגע אורטייל
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:איצט קומען פאר די מונדליכע ארגומענטן אין די טימבס קעיס און יאפ, עס קוקט אויס פון די ריכטער אז זיי וועלן אורטיילן אז די אכטע אמענדנמענט רעכטן זענען ווירקליך מחייב די סיטיס און סטעיטס

דאס איז אונזערס א תגובה פון נאוועמבער 28 2018 למספרם

די געריכט אורטייל איז זייער א שטארקע יסודות'דיגע פסק וואס קען האבן גאר ווייטגרייכנדע עפעקטס, נישט אזוי?

ווי איך פארשטיי זאגט עס אין אנדערע ווערטער אז די פעדעראלע קאנסטיטוציע איז מחייב יעדעם אלעמאל, און אלע סטעיט פסקים זענען אייביג אונטערגעווארפן אונטער דעם, און אויב איז סטעיט געזעץ נישט איינשטימיג מיט א סעיף פון די יונייטעד סטעיטס קאנסטיטוציע, איז עס בטל ומבוטל.

העלמיר דארפן ווארטן וויפיל נאכפאלגנדע קלאגעס צו טשעלענדזשען סטעיט געזעצן וועלן יעצט נאכקומען צום סופרים קארט צוליב דעם פסק.
---
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:טייסאן טימבס אן אינדיאנא מאן האט פארלוירן זיין פאטער אין 2012 למספרם אבער גלייכצייטיגגעמאכט א ברוך הטוב והמטיב ערהאלטנדיג א סומע קעש פון א לייף אינשורענס פאליסי מיט וועלכע זיין פאטער האט אים אינזין געהאט צו באזארגן
טימבס האט זיך איינגעהאנדלט א לענד ראווער פאר 42 טויזנט דאלער און היידא..ויהי בנסוע
די פראבלעם איז געווען אז טימבס האט געהאט א פארגאנגענהייט פון צוגעבינדנקייט צו דראגס וועלכע האט זיך איצט אלץ רעזולטאט פון זיין פאטערס טויט פריש ערוועקט
טימבס איז פונדאסניי ארויף אויף די סחורה און גלייכצייטיג אויך אנגעהויבן פארקויפן די געווירצן מיטן ציהל צו פינאנצירן מיט די איינקופט די קאסטן פון די ווארע פאר זיין אייגענע געברויך
ביז.. יענעם שווארצן טאג אין נאוועמבער 2013 למספרם ווען ער האט אריינגעביסן אינעם נישט ריכטיגן עפל פארקויפנדיג דראגס אין די ווערט פוןן 225 דאלער פאר אן אונטערגעשטעלטער אגענט וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט זיין ארעסט און טימבס האט זיך קורצליך דערויף דערקלערט שולדיג אין געריכט
די אורטייל האט נישט געשפעטיגט צו קומען און טימבס האט באקומען איין יאר הויז ארעסט, 5 יאר פראבעישאן און 1200 דאלער אין פינאנציעלע שטראפן
די אפעטיט פון די סטעיט איז אבער נישט געווארן איינגעשטילט און זיי האבן געלייגט אן אויג אויף זיין לענד ראווער וועלכע איז סיי ווי געשטאנען אומבאנוצט דורכאויס די יאר פון זיין הויז ארעסט
די סטעיט האט קאנפיסקירט דעם אויטא אונטער די געזעץ וועלכע ערלויבט אוועקצונעמען סיי וועלכע חפץ עס איז גענוצט געווארן אינעם פארברעכן און די אויטא איז גענוצט געווארן ארומצופארן פארקויפן די פארבאטענע מאטריאל
ויהי ככלות השנה, טימבס עפנט מיט פרייד די פארדזשאווערטע טויערן פון זיין היים ווען אירע ראסטיגע אנגלען פארציילן הויך פאר אלע שכנים אז זיי זענען שוין נישט גערירט געווארן פון פלאץ פאר א קיילעכיגן יאר
טימבס שטעלט זיינע טריט צו די גאס און אטעמט אריין די פרישע לופט ווען זיינע אויגן פאלן אויף א ליידיגע ספאט צווישן צוויי פארקירטע אויטאס
יא די זעלבע פלאץ ווי ער האט איבערגעלאזט זיין פארמעגן מיט א יאר צוריק אבער והילד איננו, די לענד ראווער איז נישטא
עס האט נישט לאנג גענומען מברר צו זיין מה טיבה און טימבס האט באשלאסן אז איידער ער נעמט אונטער מיטלען להציל עשוק מעושקו דארף ער קודם זיך באזארגן מיט ארבעט זיך צו קענען שפייזן
עס איז נישט געווען גרינג צו געפונען ארבעט זייענדיג מוכתר ביחוס עצמו און ארבעטסגעבער שטייען ווייט פון פארשוינען וועלכע ווערן געטראפן שולדיג
עווענטועל האט ער געטראפן אן אנבאט פון איינעם וועלכער איז איינגעגאנגען אים אויפצונעמען טראץ זיי קרימינאלע רעקארד
איין באדינג איז געשטעלט געווארן, באזירט אויף די סארט ארבעט אין וועלכע יענער האט זיך גענויטיגט האט זיך געפאדערט אן אויטאמאביל.. וכאן הבן שואל ווי באקומט מען צוריק די לענד ראווער?
מען האט אריינגעברענגט אין בילד די אינסטיטוט פאר יוסטיץ וועלכע האט זיך געוואנדן צום געריכט און פרעזענטירט טימבס אין אן אנקלאגע אקעגן די סטעיט מיטן ארגומענט אז פארכאפן די קאר האט פארלעצט די אכטע אמענדמענט וועלכע באשוצט שולדיגע פון איבערגעטריבענע שטראפן
דער ריכטער האט געפונען די ארגומענט פאר ריכטיג נעמענדיג אין באטראכט אז די ווערט פונעם אויטא איז עטליכע מאל מער וויפיל די מאקסימום ערלויבטע געלט שטראף איז ערלויב אין אזא פאל
די סטעיט איז געלאפן צום אפעלאט געריכט אבער באגעגנט א פרישע נידערלאגע ווען די סטעיט אפעלאט געריכט האט באשטעטיגט די אורטייל פונעם נידריגן געריכט
די סטעיט האט דאך די וועלטס געלט און צייט האבן זיי באשלאסן זיך צו ווענדן צום סטעיט סופרים קאורט און דאס מאל האבן זיי באוויזן צו איבערצייגן די געריכט אנצונעמען די סטעיטס שטעלונג און די געריכט האט צוריקגעדרייט די פריערדיגע אורטייל
די ארגומענט פון די סטעיט וועלכע די ריכטער האבן אנגענומען איז געווען אז די אכטע אמענדמענט איז בינדנד אויסשליסליך צו די פעדעראלע יוסטיץ סיטעם אבער טוט אויף קיין פאל נישט אריינרעדן ווי אזוי סטעיט און לאקאלע רעגירונגען זאלן באשטראפן שולדיגע
טימבס האט זיך אצינד געוואנדן צום סופרים קאורט וועלכע האט אקצעפטירט די פעטיציע און האט באשטימט די מונדליכע ארגומענטן אויף מארגן מיטוואך
די פראגע וועלכע שטייט פארן געריכט איז ווי פאלגענד:
די ביל אף רייטס איז געשריבן געווארן פאר די פעדעראלע רעגירונג און נישט פאר סטעיט רעגירונגען אבער נאך די ציווילע קריג האט קאנגרעס מאדיפיצירט די 14'טע אמענדמענט מיט א סעיף וועלכע איז שפעטער געווארן אויסגעטייטשט דורכן סופרים קאורט אז זי פארלאנגט די סטעיטס אדער סיי וועלכע קערפערשאפט צו רעספעקטירן און זיך פירן אין איינקלאנג מיטן צושטעלן די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פאר סיי וועם
אין פאקט אבער האט די געריכט קיינמאל נישט געאורטיילט אויף ספעציפישע טיילן פון די קאנסטיטוציע אויב זי איז מחייב די סטעיטס אויסער אין א פאל מיט די צווייטע אמענדמענט
די חלל אין קלארקייט האט געהאנגן ווי א וואלקן אין די לעגאלע וועלט נישט וויסנדג אויב די אפיציעלע געריכט דאקטרינע טייטשט אפ אלע חלקים אין די קאנסטיטוציע בינדנד פאר סטעיט רעגירונגען
אין 2017 למספרם האט שוין איינער גראדע צוגעשיקט א פעטיציע וועלכע בעהט די געריכט אריינצוקוקן אויב די אכטע אמענדמענט איז מחייב די סטעיטס אבער צוליב טעכנישע פעלערן אין יענעמס קעיס האט עס די געריכט דאן געמוזט צוריקווייזן אבער ריכטער טאמאס וועלכע האט געשריבן די ארדער נישט צו אקצעפטירן יענע קעיס האט קלאר ארויסגעברענגט אז עס זענען פארהאן ערנסטע גרונדן פארן געריכט עווענטועל אריינצוקוקן און באשליסן אויף די פראגע

דאס איז די קעיס איבער וואס די געריכט האט היינט געאורטיילט

בין יאך נייגעריג אויב מען קען נוצן דעם פסק אקעגן סיטיס. לדוגמא א פארקינג טיקעט אדער אן אנדער סיטי קאוד פארלעצונג וואס האט גרעסערע שטראפן א בילדינג/פייער/זאונינג/העלט קאוד וואס לויפן געוענטליך אין די טויזנטערס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נעכטן איז אריינגעקומען די גונסטיגע נייעס פון די סופרים קאורט אז זי אנטזאגט זיך אויסצוהערן א קעיס אקעגן קאטוילישע בישאפס אין טעקסאס איבער חוקי רציחה
א געראנגל גייט פאר אין טעקסאס צווישן רוצחים אין די סטעיט אויב נרצחים פארדינען כאטש א נארמאלע מכובד'יגע קבורה א זאך וואס די סטעיט האט פארלאנגט און די רוצחים פרובירן צו באקעמפן פארלאנגענדיג אז די מתים זאלן גיין אין מיסט
דורכאויס די פריע שטאפל פארהערן אין די קעיס האט זיך די בישאפס געוואנדן צום געריכט און אויסגעדרוקט שטיצע פאר די סטעיט רעגולאציע זאגנדיג אז אויב די ארגומענט פון די רוצחים איז אז פארלאנגען קבורה לייגט ארויף א שווערע פינאנציעלע לאסט האט די קירכע פארוואלטונג אויסגעארבעט מיט די סטעיט אינסטאנצן פרייוויליג זיך צו מטפל זיין מיט די נרצחים און אראנזשירן א רעספעקפולע באגרעבעניש פריי פון אפצאהל
די רוצחים זענען ארויפגעשפרונגען און דורך א געריכטליכע סובפינע פארלאנגט אז אזוי ווי די בישאפס האבן זיך זעלבסט פארמישט אין די קעיס אלץ עדות ווילן זיי אויספרעגן די בישאפס און אלץ ערשטער שטאל זאלן די בישאפס איבערגעבן אלע דעקומענטן און געשפרעכן, אריינגערעכנט פריוואטע, וועלכע קענען זיין פארבינדן צו זייער קאמיוניקאציע מיט סטעיט באאמטע איבער די געמיינזאמע פלאן פון פארשלאגן פרייע קבורה
די בישאפס האבן צוריקגעקעמפט און פארלאנגט ארויסצושליידערן די סובפינע
אין א 2-1 אורטייל האט א פאנעל אויפן 5'טן סירקוט געאורטיילט אז די סובפינע ווערט ארויסגעווארפן און די בישאפס געניסן די רעכט פון היטן אויף זייערע פריוואטע געשפרעכן ערלויבט אונטער די ערשטע אמענדמענט
די רוצחים האבן עס אפעלירט צום סופרים קאורט וועלכע האט נעכטן געזאגט אז זיי אקצעפטירן נישט די קעיס
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די פובליק סיטיזאן לאוסוט איבער טראמפס נאציאנאלע דעקלעראציע באקומט צוגעטיילט א ריכטער
ריכטער טרעיוואר מעקפאדאן, א דיסטריקט ריכטער פון די דיסטריקט אף קאלאמביע און א וועטעראן יוסטיץ דעפארטמענט באאמטער נאמינירט דורך טראמפ וועט פארפיגן אויף די קעיס

ער האט באקומען ביידע לאוסאוט'ס וואס איז אריינגעגעבן געווארן אין די די-סי דיסטריקט געריכט.

ער איז א שטארקע קאנסערוואטיוו און א טראמפ סופארטער, (ער האט דאנעיטעד געלט צו די טראמפ 2016 קאמפיין...סוי האפענטליך איז ער א טראמפיסט!)

ר' הכל מ'ווייסט שוין ווער עס באקומט די 16 סטעיטס לאו-סאוט?

הרב הכל הבל, עני מאר אינפאו?

כ'זעה סתירה'דיגע באריכטן,
דא זעה איך אז די קעיס איז אנגעקומען צו א קלינטאן אפוינטעט ריכטערין מיטן נאמען elizabeth laporte.

משא"כ דא זעה איך אז עס איז אנגעקומען צו אן אבאמא אפוינטעט ריכטער מיטן נאמען haywood s. gilliam jr .

וועלכעס איז ריכטיג?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בשבילי נברא האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:איצט קומען פאר די מונדליכע ארגומענטן אין די טימבס קעיס און יאפ, עס קוקט אויס פון די ריכטער אז זיי וועלן אורטיילן אז די אכטע אמענדנמענט רעכטן זענען ווירקליך מחייב די סיטיס און סטעיטס

דאס איז אונזערס א תגובה פון נאוועמבער 28 2018 למספרם

די געריכט אורטייל איז זייער א שטארקע יסודות'דיגע פסק וואס קען האבן גאר ווייטגרייכנדע עפעקטס, נישט אזוי?

ווי איך פארשטיי זאגט עס אין אנדערע ווערטער אז די פעדעראלע קאנסטיטוציע איז מחייב יעדעם אלעמאל, און אלע סטעיט פסקים זענען אייביג אונטערגעווארפן אונטער דעם, און אויב איז סטעיט געזעץ נישט איינשטימיג מיט א סעיף פון די יונייטעד סטעיטס קאנסטיטוציע, איז עס בטל ומבוטל.

העלמיר דארפן ווארטן וויפיל נאכפאלגנדע קלאגעס צו טשעלענדזשען סטעיט געזעצן וועלן יעצט נאכקומען צום סופרים קארט צוליב דעם פסק.

די רעדע איז פון די ביל אף רייטס

מערסטנס אמענדמענטס דערפון זענען שוין אין לויף פון די יארן געווארן באשטימט צו מחייב זיין אויך די סטעיטס אבער צווישן די ארויסגעבליבענע איז געווען די 8'טע אמענדמענדט וועלכע איז איצט אויך געווארן באשטימט

די דריטע אמענדמענט איז נאך אלץ פארבליבן אינדרויסן זייענדיג מחייב בלויז די פעדעראלע רעגירונג
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

הכל הבל האט געשריבן:איר געדענקט די געשיכטע און קעיס מיט איינעם'ס לענדראווער וועלכע די סטעיט האט קאנפיסקירט מיר האבן דא באריכטעט א צייט צוריק

היינט איז געקומען די פרייליכע ענדע מיט אן אורטייל געשריבן דורך ריכטערין גינזבורג

לדעתי איז דאס א זיג פאר די ציוויליזירטע מענטשהייט.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

איניינוועיגס ווילעך דיר זאגן ש'כח פאר די רייכע באריכטן.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר

האפעך באלד צו זיין צוריק מיט א שטיקעלע אנאליז איבער די נערוועזיטעט וואס טייל קאנסערוואטיוון האבן לעצטנס מיט הויפט ריכטער ראבערטס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין די לעצטע צייט וואקסט די שפאנונג אין קאנסערוואטיווע רייען איבער ווי זיי שטייען מיט הויפט ריכטער ראבערטס
די פרייד וואס האט זיי באנומען ווען ריכטער קענעדי האט רעטייערט איז ווי געלייגט אויף "האלד"
אנגעהויבן האט זיך עס ווען מען האט מורא באקומען אז די דרוק וואס ריכטער קעווענאו איז אויסגעשטאנען דורכאויס זיין נאמינאציע פארהער וועט ווירקן אויף אים זיך אהערצושטעלן עטוואס מער מעסיג
די זארג האט היבש נאכגעלאזט אין די לעצטערע וואכן ווען קעווענאו שיילט זיך ארויס צו זיין וואס מען האט ערווארטעט צו זעהן אבער מען וועט נאך דארפן אביסל מער צו זעהן ווי שטאנדהאפטיג ער וועט זיך טאקע האלטן ספעציעל איבער די מקצועות איבער וועלכע מען קלערט אז ער וועט מעגליך זיין מער מעסיג
איר קענט געוויס די סצענע פון איינעם מיט באגאזשן וואס פולן אן זיינע הענט און איין זעקל גליטשט זיך ארויס און ווען ער בויגט זיך אראפ עס אויפצוהייבן פאלט ארויס א צווייטע זעקל וחוזר חלילה
אזוי שפירן איצט די קאנסערוואטיוון ווען זיי האבן ענדליך איינגעטוישט קענעדי אויף קעווענאו אן זיי האבן געקלערט אז די געריכט איז פארזיגלט און איצט הויבט ראבערטס אן צו מאכן קונצן גייענדיג מיט די ליבעראלן אויף א רייע 5-4 קעיסעס
ווי מערסטע ערקלערן די ערשיינונג איז עס טאקע די פאראנטווארטליכקייט וועלכע ראבערטס קלערט אז ער האט זייענדיג די הויפט ריכטער צו פארזיכערן די אומפארטייאישע בליק וואס אמעריקאנער האבן אויפן סופרים קאורט
די ערשטע און דערווייל שטארקסטע קלאפ איז געקומען מיט די אבאמאקעיר אורטייל און עס איז קלאר אז די אויבנדערמאנטע סיבה איז וואר ווי קוועלער פארציילן אז ראבערטס זעלבסט איז פון אנהויב אן געווען אנטשלאסן צו שטימען אקעגן אבאמאקעיר נאר האט אין די לעצטע מינוט געטוישט זייטן צו די אנטריסונג פון די איבריגע קאנסערוואטיוון אויפן קאורט אריינגרעכנט ריכטער קענעדי
זיינע ארומיגע פארציילן אז ער אליין איז געווען באוואוסטזוניג אז זיינע צווייפלען איז געקומען פון א צוריסעניש אין זיך זעלבסט צווישן מח און הארץ און אין די ענדע איז געווען לב שליט על המח ווען ער האט זיך נישט געקענט ברענגן ארויסצושליידערן אזא וויכטיגע פאליטישע דערגרייכונג פון א פרעזידענט וועלכע אפעקטירט אזויפיל אמעריקאנער
די מיליאן דאלער פראגע איז, נעמענדיג אין באטראכט די נייע בליק פון ריכטער ראבערטס איז ער טאקע ממש געווארן א מעסיגער ריכטער און וואלט געאורטיילט אין היי פראפיל קעיסעס נאכאמאל אזוי ווי אין די אבאמאקעיר קעיסעס?!
פאלגנד איז א שטיקל שפעקולאציע:
זיכער וועט ראבערטס פרובירן וואו ער קען צו שטעלן א טאן פון אומפארטייאישקייט אבער.. ראבערטס אידעאלאגיע איז פארט היבש שטארק קאנסערוואטיוו און "דערווייל" קען מען נישט געפונען קיין קלארע אנדייטונג אז ער וואלט איבערגעשפילט זיין אבאמאקעיר שטימע נאכאמאל
די נייעס איז טאקע אויף מיט א רייע ביישפילן פון לעצטערע קעיסעס וועלכע ראבערטס איז געווען די פיפטע וואוט אויף די ליבעראלע זייט הויפטזעכטליך אין די ליוזיאנא חוקי רציחה קעיס און ממש לעצטנס אין א טויט שטראף קעיס אבער מען קען אנדערש אפלערנען די זאך אויך..
מיט איין געדאנק קען מען ערקלערן ראבערטס שטימע אין ביידע קעיסעס אן דארפן ציען מסקנות דערפון אז ער איז געווארן לינק
די ליוזיאנא קעיס איז גאר ענליך צו א טעקסאס קעיס וועלכע איז געווארן אנטשידן דורך א סופרים קאורט פון 8 אין א 4-4 אורטייל ווען ראבערטס איז געגאנגען רעכט
מיטן ערווארטונג אז די איצטיגע סופרים קאורט וואלט געגאנגען רעכטס אויף די אישו האבנדיג קעווענאו האט די נידריגע געריכט טאקע געאורטיילט רעכט אין די ליוזיאנא קעיס
די סופרים קאורט האט טאקע אויפגענומען די קעיס אבער ריכטער ראבערטס האט אויף דערווייל בלאקירט די נידריגע קאורטס אורטייל
די נייעס האט געמאכט העדליינס און געברענגט פילע צו גלויבן אז אויף די ענדגילטיגע פסק וועט ראבערטס אויך גיין לינק אנדערש ווי זיין שטימע אויף רעכטס אין די טעקסאס קעיס
אבער פאוואליע, אויב וועט עס טאקע פאסירן דאן וועט מען וויסן אז דאס איז טאקע די מצב מיט אים אבער עס קען זייער מעגליך זיין אז ער וועט שטימען רעכטס און זיין איצטיגע בלאקאדע איז בלויז צו שיקן א מעסעדזש צו די נידריגע געריכטן זיך צו רעכנען מיטן סופרים קאורט פרעצעדענט אפילו ווען זיי גלייכן נישט די פרעצעדענט
עס איז ווי א מעסעדזש פון ראבערטס: די גלויבסט אז די טעקסאס און ליוזיאנא געזעצן זענען גוט? איך גלויב אויך אזוי און איך האב אזוי געשטימט ביי די טעקסאס קעיס "אבער" למעשה האט דאן די סופרים קאורט געאורטיילט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן
דעריבער איצט ביי די ליוזיאנא קעיס קענסטו זיך נישט אויספייפן אויף סופרים קאורט פרעצעדענט און גיין רעכטס בלויז ווייל דו ווייסט פונעם סוד אז אינעם צוקונפט קען די סופרים קאורט זיין רעכטס אויף די אישו
דו אורטייל לויטן איצטיגן פרעזצענדט אז די געזעצן טויגן נישט און ווען עס וועט ווערן אפעלירט וועלן מיט שוין דא אינעם געריכט באשליסן אויב מיר ווילן טאקע טוישן פרעצעדענט
די זעלבע איז מיטן טויט שטראף קעיס ווי איך וועל איצט נישט אריינגיין אין קיין דעטאלן אבער אויך דארט האט ראבערטס געפירט ווי א נידריגע געריכט האט נישט געהעריג אויסגעפאלגט וואס די סופרים קאורט האט זיי אנגעוויזן צו טוהן
איז די שפעקולאציע ריכטיג? איך ווייס נישט אין מען וועט דארפן ווארטן אויף מער קעיסעס און ווי אזוי ער אורטיילט אויף די מעריטס דערפון
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 2:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

הכל דו האסט אזא דורכגעטראכטער בליק אויף יעדער זאך, זייער אינטערעסאנט!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

פאראינטערסירט האט געשריבן:הכל דו האסט אזא דורכגעטראכטער בליק אויף יעדער זאך, זייער אינטערעסאנט!

גא״מ

אבער דיינע לעגאלע שמועסערייען איז די פעיוואריט!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר כח פאר ביידע פון אייך!
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

הכל הבל האט געשריבן:אין די לעצטע צייט וואקסט די שפאנונג אין קאנסערוואטיווע רייען איבער ווי זיי שטייען מיט הויפט ריכטער ראבערטס
...

איינער זאל עמערזשענסי זאגען פאר ראבערטס אז ער איז נישט קיין פאליטיקאנט נאר א ריכטער
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

פאראינטערסירט האט געשריבן:הכל דו האסט אזא דורכגעטראכטער בליק אויף יעדער זאך, זייער אינטערעסאנט!
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שכח הכל, זייער שיין צונומען די זאך...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די פובליק סיטיזאן לאוסוט איבער טראמפס נאציאנאלע דעקלעראציע באקומט צוגעטיילט א ריכטער
ריכטער טרעיוואר מעקפאדאן, א דיסטריקט ריכטער פון די דיסטריקט אף קאלאמביע און א וועטעראן יוסטיץ דעפארטמענט באאמטער נאמינירט דורך טראמפ וועט פארפיגן אויף די קעיס

ער האט באקומען ביידע לאוסאוט'ס וואס איז אריינגעגעבן געווארן אין די די-סי דיסטריקט געריכט.

ער איז א שטארקע קאנסערוואטיוו און א טראמפ סופארטער, (ער האט דאנעיטעד געלט צו די טראמפ 2016 קאמפיין...סוי האפענטליך איז ער א טראמפיסט!)

ר' הכל מ'ווייסט שוין ווער עס באקומט די 16 סטעיטס לאו-סאוט?

הרב הכל הבל, עני מאר אינפאו?

כ'זעה סתירה'דיגע באריכטן,
דא זעה איך אז די קעיס איז אנגעקומען צו א קלינטאן אפוינטעט ריכטערין מיטן נאמען elizabeth laporte.

משא"כ דא זעה איך אז עס איז אנגעקומען צו אן אבאמא אפוינטעט ריכטער מיטן נאמען haywood s. gilliam jr .

וועלכעס איז ריכטיג?

יעצט זעה איך אינעם וואשינגטאן טיימס אז די צווייטע איז ריכטיג, דאס מיינט אז די קעיס איז געגאנגען צום אבאמא אפוינטעט ריכטער haywood s. gilliam jr,
(נאכן ארום זיכן קוקט אויס ער האט שוין פאראיאר עפעס גע'פסק'נט געגן מר. טראמפ בנוגע די אבאמא קעיר רולס)

נאך א פיפטער לאו-סאוט אין טעקסאס איז געגאנגען פאר א קלינטאן אפוינטעט ריכטער מיטן נאמען David Briones.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

Great analysis, Mr. Hevel, as always.
If I may ask, President Trump is publicly displaying his confidence in the Supreme Court, that they will rule in his favor, to a point of mocking the lower courts for trying to block some of his actions, as the SC will anyways override their ruling. Trump said it very clearly last week when he announced the state of emergency at the border. Here is my question, doesn't this have a negative effect on the Supreme Court judges, they should want to show the president that HE is not on the SC and he shouldn't make any conclusions how they will / should rule, while the judges haven't even heard the case?
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

שכוח הבל פאר אייערע קלארע און אינהאלטסרייכע באריכטען, מיר האבן שטארק הנאה ליינענדיג אייערע תגובות.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”