נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 11:27 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווען איך בין אין די מאאד צו ליינען עפעס זאפטיג, קומעך אריין אין דעם אשכול...

און יאפ! דער הבל אנטוישט נישט!!! מעגא!

א דאנק!
גראד לעצטנס שוואכער אקטיוו דא מיט האפענונג זיך צו פארבעסערן

אויף די מינוט איז היבש אקטיוו און לעבעדיג אין די "פאליטישע ביכער" אשכול

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוגוסט 09, 2022 1:25 pm

מען ווארט צו הערן פון א ריכטער אין פולטאן קאונטי דזשארדזשיא איבער א פארלאנג צו בלאקירן די סטעיט'ס 2019 למספרם אנטי רציחה געזעץ

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 1:44 pm

סאן פראנציסקא האט געהאט אריינגעטראגן א גרויס אנקלאגע אקעגן מערערע פארמאסיוטיקאל ריזן פארן ביישטייערן צו די אפיאד קריזיס אין די סיטי און מיינסטנס פון זיי האבן אויסגעהאמערט שליכטונגען מיט די סיטי און באצאהלט מיליאנען דאלארן אנטשעדיגונג

איבערגעבליבן איז וואלגרינס וועלכע איז די דאמינירנדע פארמאסי געשעפט אין די ראיאן און זיי האבן אויסגעקליבן דורכצוגיין א פראצעס

אצינד האט פעדעראלע דיסטריקט ריכטער טשארלס ברייער (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן און ער איז א ברודער פונעם רעטייערטן סופרים קאורט ריכטער סטיווען ברייער) געאורטיילט אז די סיטי האט צוגעשטעלט גענוג באווייזן אונטערצושטיצן די באשולדיגונג אז די פארמאסי ריז האט פארנאכלעסיגט זייער פליכטן און פאראויסגעשטופט לייכט צו באשטעטיגן פארשריבענע דראגס און מעדיצינען און שטרענגע איבערזיכט און אן אלארמירן די אינסטאנצן איבער א שטארקע העכערונג פון פרעסקריבשאנס האט געהאלפן טרייבן די איצטיגע קריזיס

ריכטער ברייער זאגט אז א באזונדערע פרעצס וועט פארקומען צו באשטימען וואס און ווי אזוי צו באשטראפן וואלגרינס

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך פארדינט » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 3:14 pm

הכל הבל האט געשריבן:סאן פראנציסקא האט געהאט אריינגעטראגן א גרויס אנקלאגע אקעגן מערערע פארמאסיוטיקאל ריזן פארן ביישטייערן צו די אפיאד קריזיס אין די סיטי און מיינסטנס פון זיי האבן אויסגעהאמערט שליכטונגען מיט די סיטי און באצאהלט מיליאנען דאלארן אנטשעדיגונג

איבערגעבליבן איז וואלגרינס וועלכע איז די דאמינירנדע פארמאסי געשעפט אין די ראיאן און זיי האבן אויסגעקליבן דורכצוגיין א פראצעס

אצינד האט פעדעראלע דיסטריקט ריכטער טשארלס ברייער (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן און ער איז א ברודער פונעם רעטייערטן סופרים קאורט ריכטער סטיווען ברייער) געאורטיילט אז די סיטי האט צוגעשטעלט גענוג באווייזן אונטערצושטיצן די באשולדיגונג אז די פארמאסי ריז האט פארנאכלעסיגט זייער פליכטן און פאראויסגעשטופט לייכט צו באשטעטיגן פארשריבענע דראגס און מעדיצינען און שטרענגע איבערזיכט און אן אלארמירן די אינסטאנצן איבער א שטארקע העכערונג פון פרעסקריבשאנס האט געהאלפן טרייבן די איצטיגע קריזיס

ריכטער ברייער זאגט אז א באזונדערע פרעצס וועט פארקומען צו באשטימען וואס און ווי אזוי צו באשטראפן וואלגרינס

יישר כח 'הכל הבל' פאר דיינע באריכטן.

איך האף אז זיי גייען אפעלירן דעם אורטייל.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 5:06 pm

מאנטאנא סופרים קאורט באשטעטיגט באשלוס פון א נידריגע געריכט צו בלאקירן אויף דערווייל די אינפארסירונג פון די סטעיט'ס אנטי רציחה געזעץ

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 5:10 pm

פאנעל אויפן די סי סירקוט אורטיילט אז די רעגירונג איז בארעכטיגט צו קלאסיפיצירן באמפ סטאקס אלץ מאשין גאנס און פארלאנגען אלע וועלכע פארמאגן עס זאלן עס צוריקברענגן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוגוסט 15, 2022 5:14 pm

הכל הבל האט געשריבן:מען ווארט צו הערן פון א ריכטער אין פולטאן קאונטי דזשארדזשיא איבער א פארלאנג צו בלאקירן די סטעיט'ס 2019 למספרם אנטי רציחה געזעץ

ריכטער באשלאסן אז אין לויף פון די געריכטליכע קאמף קען די געזעץ ווערן אינפארסירט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוגוסט 16, 2022 2:41 pm

א מוטער האט אנגעקלאגט א שפיטאל אין א שולע אין ליוזיאנא נאך וואס אין א מאביל אינדרויסן פון די שולע האט מען וואקסינירט איר זעכצן יעריג קינד אן איר וויסן

מען האט געבען דעם קינד אונטערצושרייבן א רשות צעטל דארט וואו די עלטערן וואלטן געדארפט אונטערשרייבן און דאס קינד האט פארשטאנען אז מען שרייבט אונטער צו קענען באקומען די איינשפריץ ביי א שפעטערע געלעגנהייט און געפלאנט אינצווישן אנצופרעגן ביי זיין מוטער אויב ער זאל עס נעמען

די מוטער האט געקלאגט אין סטעיט געריכט אבער די אנגעקלאגטע האבן געזוכט אריבערצורוקן די קעיס אין פעדעראלע געריכט וואו זיי האבן ארויסגעקוקט אויף בעסערע אויסזיכטן אבער פעדעראלע דיסטריקט ריכטער דזשעי זעיני (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער) האט אצינד בלאקירט די פארזוך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוגוסט 16, 2022 2:52 pm

א מאן אין טעקסאס איז אריבער א פראצעס ווערנדיג באשולדיגט אין הארבע סארט איבערפאל קלאגעס

ער האט אריינגעשמוגלט גיפט אין זיין פלאש וואסער פון וועלכע ער האט געמיטליך געזופט דורכאויס די צייט וואס דער ריכטער האט פארגעליינט זיין שולד אורטייל און זיך פארדאנירט פון די וועלט קורצליך דערויף

יאנקעל פעדראטשיק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג אוגוסט 16, 2022 2:56 pm

הכל הבל האט געשריבן:א מאן אין טעקסאס איז אריבער א פראצעס ווערנדיג באשולדיגט אין הארבע סארט איבערפאל קלאגעס

ער האט אריינגעשמוגלט גיפט אין זיין פלאש וואסער פון וועלכע ער האט געמיטליך געזופט דורכאויס די צייט וואס דער ריכטער האט פארגעליינט זיין שולד אורטייל און זיך פארדאנירט פון די וועלט קורצליך דערויף

דער מיט זיינע אויסשפריכן...

אוועטאר
Borrower
שר האלפיים
תגובות: 2162
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך Borrower » דינסטאג אוגוסט 16, 2022 2:59 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:א מאן אין טעקסאס איז אריבער א פראצעס ווערנדיג באשולדיגט אין הארבע סארט איבערפאל קלאגעס

ער האט אריינגעשמוגלט גיפט אין זיין פלאש וואסער פון וועלכע ער האט געמיטליך געזופט דורכאויס די צייט וואס דער ריכטער האט פארגעליינט זיין שולד אורטייל און זיך פארדאנירט פון די וועלט קורצליך דערויף

דער מיט זיינע אויסשפריכן...

:lol:

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוגוסט 16, 2022 3:38 pm

אין 2021 למספרם האט פעדעראלע דיסטריקט ריכטער קענדעל שארפ (נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען) געאורטיילט צו פארבאטן א פאליסי אין א פלארידא קאונטי וועלכע לויטעט אז אז מענטשן וועלכע ווערן ארעסטירט צוליב זיצן ביים רעדל אונטער די איינפלוס זאלן ווערן געהאלטן אונטער גראטעס אפילו אין פעלער וואס אטעמען מאשינען באווייזן צייגן אן קיין צווייפל אז דער ארעסטירטער איז נישט אנגעטרונקען און אז עס איז עכט נישט געווען די ריכטיגע זאך יענעם צו פארהאלטן

פרוי בארנעט וועלכע איז געווארן ארעסטירט אין 2014 למספרם דורך דיסעמינאל קאונטי שעריף דעפיוטי אויף פארדאכטן צו דרייוון אונטער די איינפלוס

זייענדיג ארעסטירט האט מען איר אונטערזוכט און די טעסט האבן נישט געצייגט סיי וועלכע שפור אז זי זאל זיין אונטער די אינפלוס און טראץ וואס זי האט איינגעלייגט די פארלאנגטע באנדס האט מען איר געהאלטן אויף פולע אכט שטונדן אין איינקלאנג מיט די פאליסי -וועלכע לויטעט אז אז מענטשן וועלכע ווערן ארעסטירט צוליב זיצן ביים רעדל אונטער די איינפלוס זאלן ווערן געהאלטן אונטער גראטעס אפילו אין פעלער וואס אטעמען מאשינען באווייזן צייגן אן קיין צווייפל אז דער ארעסטירטער איז נישט אנגעטרונקען און אז עס איז עכט נישט געווען די ריכטיגע זאך יענעם צו פארהאלטן- אבער די קלאגעס זענען געווארן ארויסגעצויגן צוויי מאנאטן שפעטער

אין 2015 למספרם האט זי אריינגעטראגן א אנקלאגע אקעגן די שעריף און א פארצויגענע לעגאלע קאמף האט זיך אנטוויקלט און די אורטיילן זענען שוין געווארן אפעלירט 2 מאהל צום עלפטן סירקוט

אין 2020 למספרם האט א דריי ריכטער פאנעל אויפן קרייז געריכט צוריקגעשיקט די קעי צום דיסטריקט געריכט און פארארדנט צו זעצן א דזשורי וועלכע זאל אויסהערן די פראגע אויב בארנעט איז געווארן פארהאלטן אקעגן אירע קאנסטיטוציאנאלע רעכטן

אין 2021 למספרם האט פעדעראלע דיסטריקט ריכטערין קענדעל שארפ (נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען) געאורטיילט צו פארבאטן די פאליסי אין א פלארידא קאונטי צוליב וואס עס איז אומקאנסטיטוציאנאל און געמאלדן אז זי וועט זעצן א דזשורי אויסצוהערן אויב און וויפיל אנטשעדיגונג בארנעט קען באקומען צוליב וואס מען האט פארלעצט אירע רעכטן

די שעריף האט ווידער אפעלירט די קעיס צום קרייז געריכט מיט די טענה אז ער האט קיינמאל נישט באקומען א געלעגנהייט צו מאכן די ארגומענט פארנט פון א דזשורי אז פארהלאטן די פרוי איז געווען אויסגעהאלטן און דא פארלויפט מען אים די וועג וואו ער וועט בלויז קענען זיך אויסשלאגן אויף וויפיל אנטשעדיגונג צו צאהלן

די דריי ריכטער פאנעל האט אויסגעקוקט סקעפטיש צו זיין ארגומענט און ריכטערין בארבארא לאגאע (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און אויב איר געדענקט די נאמען פון ערגעץ איז עס מעגליך פון דא:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די עלפטע גייט זיך אט אט בייגן רויט
מעקאנעל נארוואס געפיילט קלאוטשער אויף צוויי נאמינאציעס
ראבערט לאק און בארבארא לאגאע

Wow!
ווילאנג די דעמעקראטן זענען פארנומען מיט אימפיטשמענט שטייט מעקאנעל און שרייבט איבער די קאורט סיסטעם!
) האט פארפירט אז אין די סירקוט קאורט אורטייל האבן זיי קלאר פארארדנט צו זעצן א דזשורי אויף די קאנסטיטוציאנאליטעט פראגע און נישט דערמאנט קיין ווארט פון אנטשעדיגונג און צוגעלייגט אז מעגליך שטייט עס אין די אורטייל מיט אומזעהבארע טינט.. אבער זי זעהט עס נישט דארט

אנשטאט אויספאלגן די אנווייזונג האט ריכטער שארפ אויף די אייגענע האנט געאורטיילט אן קיין געהעריגע פראצעס אז עס איז נישט קאנסטיטוציאנאל און וויל בלויז נוצן א דזשורי צו באשליסן אויף די אנטשעדיגונג פראגע

אפילו ווען א ריכטער זעלבסט אורטיילט אויף אזא פראגע צו בלאקירן א פאליסי ארבעט עס מיט א פיר פאקטארן אנאליז וועלכע די ריכטער באהאנדלט אויספירליך און אין דעם פאל האט עס נישט פאסירט

זי ברענגט ארויס אז געווענליך וועט אן אפעלאט געריכט צו ערשט איבערקוקן די אנאליז וועלכע האט געפירט צום אויספיר אדאפטירט דורך די דיסטריקט געריכט און באהאנדלען שטיקל נאך שטיקל אויב עס איז ריכטיג

אבער אין די איצטיגע פאל האט די געריכט זיי גארנישט געגעבן וואס איבערצוקוקן און באהאנדלען

ריכטער טשארלס ווילסאן (נאמינירט דוך פרעזידענט קלינטאן) האט איינגעשטימט זאגנדיג אז ער זעהט נישט סיי וועלכע אויטאריטעט פארן דיסטריקט געריכט צו בלאקירן די פאליסי אויף אזא וועג

די דריטע אויפן פאנעל איז ריכטערין עליזאבעט ברענטש (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ)
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך אוגוסט 17, 2022 10:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוגוסט 16, 2022 3:46 pm

א ריכטער האט נארוואס רעדוצירט די סענטענס פון אן ארעסטאנט וועלכע זיצט אין טורמע אויף באנק רויבעריי קלאגעס- מיט 2 יאר וואס באדייט אז יענער קען זאפארט זיין פעליג פאר פאראל

דער ריכטער שרייבט צו זיין באשלוס צו דאס וואס דער ארעסטאנט האט געארבעט אפצוהאלטן א צווייטע ארעסטאנט צו באגיין זעלבסטמארד

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוגוסט 16, 2022 3:47 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:א מאן אין טעקסאס איז אריבער א פראצעס ווערנדיג באשולדיגט אין הארבע סארט איבערפאל קלאגעס

ער האט אריינגעשמוגלט גיפט אין זיין פלאש וואסער פון וועלכע ער האט געמיטליך געזופט דורכאויס די צייט וואס דער ריכטער האט פארגעליינט זיין שולד אורטייל און זיך פארדאנירט פון די וועלט קורצליך דערויף

דער מיט זיינע אויסשפריכן...

א דאנק!

אוועטאר
enjoy
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4409
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך enjoy » דינסטאג אוגוסט 16, 2022 7:47 pm

ש'כח @הבל פארן צוריק קומען דא.. אבער קושנער'ס בוך איז שוין געענדיגט?
געב א שמייכל.. געב א געב א שמייכל..... געב שמייכל give a smile.....
געב א שמייכל.. געב א געב א שמייכל..... be the reason someone smiles......

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 10:18 am

enjoy האט געשריבן:ש'כח @הבל פארן צוריק קומען דא.. אבער קושנער'ס בוך איז שוין געענדיגט?

ערשיינט אום אוגוסט 21 למספרם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 10:19 am

הכל הבל האט געשריבן:אין 2021 למספרם האט פעדעראלע דיסטריקט ריכטער קענדעל שארפ (נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען) געאורטיילט צו פארבאטן א פאליסי אין א פלארידא קאונטי וועלכע לויטעט אז אז מענטשן וועלכע ווערן ארעסטירט צוליב זיצן ביים רעדל אונטער די איינפלוס זאלן ווערן געהאלטן אונטער גראטעס אפילו אין פעלער וואס אטעמען מאשינען באווייזן צייגן אן קיין צווייפל אז דער ארעסטירטער איז נישט אנגעטרונקען און אז עס איז עכט נישט געווען די ריכטיגע זאך יענעם צו פארהאלטן

פרוי בארנעט וועלכע איז געווארן ארעסטירט אין 2014 למספרם דורך דיסעמינאל קאונטי שעריף דעפיוטי אויף פארדאכטן צו דרייוון אונטער די איינפלוס

זייענדיג ארעסטירט האט מען איר אונטערזוכט און די טעסט האבן נישט געצייגט סיי וועלכע שפור אז זי זאל זיין אונטער די אינפלוס און טראץ וואס זי האט איינגעלייגט די פארלאנגטע באנדס האט מען איר געהאלטן אויף פולע אכט שטונדן אין איינקלאנג מיט די פאליסי -וועלכע לויטעט אז אז מענטשן וועלכע ווערן ארעסטירט צוליב זיצן ביים רעדל אונטער די איינפלוס זאלן ווערן געהאלטן אונטער גראטעס אפילו אין פעלער וואס אטעמען מאשינען באווייזן צייגן אן קיין צווייפל אז דער ארעסטירטער איז נישט אנגעטרונקען און אז עס איז עכט נישט געווען די ריכטיגע זאך יענעם צו פארהאלטן- אבער די קלאגעס זענען געווארן ארויסגעצויגן צוויי מאנאטן שפעטער

אין 2015 למספרם האט זי אריינגעטראגן א אנקלאגע אקעגן די שעריף און א פארצויגענע לעגאלע קאמף האט זיך אנטוויקלט און די אורטיילן זענען שוין געווארן אפעלירט 2 מאהל צום עלפטן סירקוט

אין 2020 למספרם האט א דריי ריכטער פאנעל אויפן קרייז געריכט צוריקגעשיקט די קעי צום דיסטריקט געריכט און פארארדנט צו זעצן א דזשורי וועלכע זאל אויסהערן די פראגע אויב בארנעט איז געווארן פארהאלטן אקעגן אירע קאנסטיטוציאנאלע רעכטן

אין 2021 למספרם האט פעדעראלע דיסטריקט ריכטער קענדעל שארפ (נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען) געאורטיילט צו פארבאטן די פאליסי אין א פלארידא קאונטי צוליב וואס עס איז אומקאנסטיטוציאנאל און געמאלדן אז זי וועט זעצן א דזשורי אויסצוהערן אויב און וויפיל אנטשעדיגונג בארנעט קען באקומען צוליב וואס מען האט פארלעצט אירע רעכטן

די שעריף האט ווידער אפעלירט די קעיס צום קרייז געריכט מיט די טענה אז ער האט קיינמאל נישט באקומען א געלעגנהייט צו מאכן די ארגומענט פארנט פון א דזשורי אז פארהלאטן די פרוי איז געווען אויסגעהאלטן און דא פארלויפט מען אים די וועג וואו ער וועט בלויז קענען זיך אויסשלאגן אויף וויפיל אנטשעדיגונג צו צאהלן

די דריי ריכטער פאנעל האט אויסגעקוקט סקעפטיש צו זיין ארגומענט און ריכטערין בארבארא לאגאע (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און אויב איר געדענקט די נאמען פון ערגעץ איז עס מעגליך פון דא:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די עלפטע גייט זיך אט אט בייגן רויט
מעקאנעל נארוואס געפיילט קלאוטשער אויף צוויי נאמינאציעס
ראבערט לאק און בארבארא לאגאע

Wow!
ווילאנג די דעמעקראטן זענען פארנומען מיט אימפיטשמענט שטייט מעקאנעל און שרייבט איבער די קאורט סיסטעם!
) האט פארפירט אז אין די סירקוט קאורט אורטייל האבן זיי קלאר פארארדנט צו זעצן א דזשורי אויף די קאנסטיטוציאנאליטעט פראגע און נישט דערמאנט קיין ווארט פון אנטשעדיגונג און צוגעלייגט אז מעגליך שטייט עס אין די אורטייל מיט אומזעהבארע טינט.. אבער זי זעהט עס נישט דארט

אנשטאט אויספאלגן די אנווייזונג האט ריכטער שארפ אויף די אייגענע האנט געאורטיילט אן קיין געהעריגע פראצעס אז עס איז נישט קאנסטיטוציאנאל און וויל בלויז נוצן א דזשורי צו באשליסן אויף די אנטשעדיגונג פראגע

אפילו ווען א ריכטער זעלבסט אורטיילט אויף אזא פראגע צו בלאקירן א פאליסי ארבעט עס מיט א פיר פאקטארן אנאליז וועלכע די ריכטער באהאנדלט אויספירליך און אין דעם פאל האט עס נישט פאסירט

זי ברענגט ארויס אז געווענליך וועט אן אפעלאט געריכט צו ערשט איבערקוקן די אנאליז וועלכע האט געפירט צום אויספיר אדאפטירט דורך די דיסטריקט געריכט און באהאנדלען שטיקל נאך שטיקל אויב עס איז ריכטיג

אבער אין די איצטיגע פאל האט די געריכט זיי גארנישט געגעבן וואס איבערצוקוקן און באהאנדלען

ריכטער טשארלס ווילסאן (נאמינירט דוך פרעזידענט קלינטאן) האט איינגעשטימט זאגנדיג אז ער זעהט נישט סיי וועלכע אויטאריטעט פארן דיסטריקט געריכט צו בלאקירן די פאליסי אויף אזא וועג

די דריטע אויפן פאנעל איז ריכטערין עליזאבעט ברענטש (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ)

פארגעסן צו באמערקן אז ריכטערין'ס לאגאע'ס באמערקונגען זענען געווען לועג לרש זינט ריכטער שארפ האט זיך אפגעזעגנט פון די וועלט פארלאפענע מערץ למספרם
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך אוגוסט 17, 2022 10:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 11071
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 10:27 am

שכוח פאר די הוספה, איך האב געוואלטנאנפרעגן ווי אלט די ריכטערין איז... רעיגן נאמינירטער...

ביידיוועי, #הכל הבל_שיעורלאזע_טאלאנט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 10:37 am

יאנאש האט געשריבן:שכוח פאר די הוספה, איך האב געוואלטנאנפרעגן ווי אלט די ריכטערין איז... רעיגן נאמינירטער...

ביידיוועי, #הכל הבל_שיעורלאזע_טאלאנט

יישר!
איך האב אים בטעות איר באצייכנט אלץ ריכטער"ין"

ער איז געבארן אין 1934 למספרם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 2:31 pm

קעשא וויליאמס האט סערווירט אין טורמע און נאכן באפרייאונג אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט אז טראץ זיין שינוי הבריות סטאטוס האט מען אים/איר אריינגעשטעלט אין א צעל פון א מענער אפטיילונג און ארומגעשלעפט מיטן צושטעלן גייסטישע הילף זיך צו ספראווען מיט די אידענטיטעט צומישעניש מיט וועלכע ער/זי האט זיך געמוטשעט און איז באזונדער אויסגעשטאנען נאכאנאנדע טשעפערייען דורך אנדערע ארעסטאנטן און טורמע איינגעשטעלטע וועלכע האבן אים/איר פארבאטן עובר צו זיין אויף לא תלבש

ארגינעל האט מען מען געשיקט די ארעסטאנט צו א פרויען טורמע אבער נאכן ארויפקומען אויף געבורט שפורן האט מען אריבערגעפירט די/עם ארעסטאנט צו די מענער אפטיילונג וואו יענער האט סערווירט פאר 6 מאנאטן

דיסטריקטס געריכטן האבן פרעקערטע ריכטונגען אויף די פראגע אויב גענדער צומישעניש איז נכלל אמעריקאנע דיסעביליטי אקט און אין דעם פאל האט די דיסטריקט געריכט געאורטיילט אז נישט און דיסמיסד די קעיס

א פאנעל אויפן פערטן קרייז געריכט האט אבער איצט פארארדנט די דיסטריקט געריכט יא צו באטראכטן די אנקלאגע און געשריבן אז ע איז יא געדעקט אין די דיסעביליטי אקט

ריכטערין פאמעלא העריס (נאמנרט דורך פרעזידענט אבאמא) און ריכטערין דיאנא גריבאן מאץ נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן און איר מאן איז דיסטריקט ריכטער פרעדעריק מאץ און איז א רעפובליקאנער נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען) זענען געווען אין די מאיאריטעט

ריכטער ארטור מארווין קוואטעלבוים (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ) האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 4:49 pm

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער דאן פאלסטער (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן) האט איצט געאורטיילט אז סי ווי עס, וואלמארט און וואלגרינס דארפן באצאהלן 650 מיליאן דאלער פאר 2 אהייא קאונטיס פאר זייער ראלע אין די איצטיגע אפיאד קריזיס

די פארמאסיס (סי ווי עס און וואלגרינס, וואלמארט האט נאכנישט רעאגירט) וועלכע האבן גע'טענה'ט אז זיי קענען נישט געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך פארן ארויסגעבן מעדיצינען וועלכע דאקטוירים האבן פארשריבן פרעסקריבשאנס פארשפרעכן צו אפעלירן די אורטייל

די איצטיגע אורטייל איז די ערשטע פון אזא סארט און קומט נאך וואס א דזשורי האט אין נאועמבער למספרם געפונען אז די פירמעס זענען שולדיג

פריער אין וואך האבן מיר געשריבן איבער אן ענליכע שולד אורטייל אקעגן וואלגרינס סאן פראנציסקא אבער דארט האט דער ריכטער נאכנישט באשטימט אן אנטשעדיגונג סומע
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך אוגוסט 17, 2022 4:54 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

פראקטיש
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך פראקטיש » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 4:53 pm

הכל הבל האט געשריבן:פעדעראלע דיסטריקט ריכטער דאן פאלסטער (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן) האט איצט געאורטיילט אז סי ווי עס, וואלמארט און וואלגרינס דארפן באצאהלן 650 מיליאן דאלער פאר 2 אהייא קאונטיס פאר זייער ראלע אין די איצטיגע אפיאד קריזיס

די פארמאסיס וועלכע האבן גע'טענה'ט אז זיי קענען נישט געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך פארן ארויסגעבן מעדיצינען וועלכע דאקטוירים האבן פארשריבן פרעסקריבשאנס פארשפרעכן צו אפעלירן די אורטייל

גע'טענה'ט אז זיי קענען נישט געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך פארן ארויסגעבן מעדיצינען וועלכע דאקטוירים האבן פארשריבן פרעסקריבשאנס

נו וואס האלט דער צד שכנגד?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 4:55 pm

הכל הבל האט געשריבן:פעדעראלע דיסטריקט ריכטער דאן פאלסטער (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן) האט איצט געאורטיילט אז סי ווי עס, וואלמארט און וואלגרינס דארפן באצאהלן 650 מיליאן דאלער פאר 2 אהייא קאונטיס פאר זייער ראלע אין די איצטיגע אפיאד קריזיס

די פארמאסיס (סי ווי עס און וואלגרינס, וואלמארט האט נאכנישט רעאגירט) וועלכע האבן גע'טענה'ט אז זיי קענען נישט געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך פארן ארויסגעבן מעדיצינען וועלכע דאקטוירים האבן פארשריבן פרעסקריבשאנס פארשפרעכן צו אפעלירן די אורטייל

די איצטיגע אורטייל איז די ערשטע פון אזא סארט און קומט נאך וואס א דזשורי האט אין נאועמבער למספרם געפונען אז די פירמעס זענען שולדיג

פריער אין וואך האבן מיר געשריבן איבער אן ענליכע שולד אורטייל אקעגן וואלגרינס סאן פראנציסקא אבער דארט האט דער ריכטער נאכנישט באשטימט אן אנטשעדיגונג סומע

דער ריכטער שרייבט אז זיי דארפן באצאהלן די סומע אין לויף פון די קומענדיגע 15 יאר אבער אויב זיי צאהלן עס אויפן פלאץ גייט עס אראפ צו 86.7 מיליאן דאלער

ער האט אויך פארארדנט די פירמע איינצושטעלן נייע פראצעדורן צו פארזיכערן אז וואס זיי פארקויפן ווערט נישט שפעטער אומלעגאל פארשפרייט אויפן שווארצן מארקעט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 4:59 pm

הכל הבל האט געשריבן:

פארמאסי נעצן איבערן לאנד האבן שוין אויסגעהאמערט עטליכע סעטלמענטס אין א רייע סטעיטס ווי צום ביישפיל וואלגרינס האט זיך פארגליכן צו באצאהלן פאר פלארידא 683 מיליאן און סי ווי עס 484 מיליאן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2022 10:04 am

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער וויליאם אסטין (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער) ערלויבט די צפון קאראליינע אנטי רציחה געזעץ (גאנץ א מעסיגע אין קאנטראסט צו אנדערע) אריינצוגיין אין קראפט און נעמט אראפ בלאקאדא אין ליכט פון די סופרים קאורט אורטייל

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, Ice, ארי וואהרמאן, ברית אבות, גילי, היללקרעסט, חיים ברוך, טאשקע, יואל שווארטץ, מה שמו, נאר אמונה, נודניק, עימעקס, שואלכענין און 68 געסט