נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך מארטש 13, 2019 12:17 am

הכל הבל האט געשריבן:טראמפ האט איצט איבערגעפארבט א פעדעראלע אפעלאט געריכט פון בלוי אויף רויט

ביז איצט איז עס געווארן דאמינירט דורך א מאיאריטעט ריכטער נאמינירט דורך דעמאקראטן און איצט ווערט עס אונטער קאנטראל פון א מאיאריטעט נאמינירט דורך רעפובליקאנע פרעזידענטן

דאס איז די 3'טע קרייז געריכט.
עס נעמט אריין ניו דזשערסי, פענסעלוועניע, דעלעווער, און די ווירדזשין אינזלען.

די קרייז באשטייט פון 14 אקטיווע ריכטער זיצן.
יעצט איז דא 6 דעמאקראטישע אפוינטיס און 7 רעפאבליקאנע אפוינטיס, איין זיץ איז נאך יעצט ליידיג, טראמפ וועט ווארשיינליך נאמינירן נאך א קאנסערוואטיוו פאר דעם פאזיציע, מאכנדיג דעם געריכט רעכט אויף לאנגע יארן בעז"ה.

דאס איז גוטע נייעס פאר אונזערע ברודער אין לעיקוואד און אין דזשערסי סיטי...
פינג @כאפצעם @בוידעם @זאכליך
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 4:43 pm

ענדליך ווערט קלאר פעסטגעשטעלט אז די אנגייענדע מיסטריעזע קעיס פארנט פון די סופרים קאורט איבער א רוסיש פארבינדעטע פירמע איז פארבונדן מיט די מולער אויספארשונג
מולערס נאמען ערשיינט אין א פריש פארעפנטליכט אבער צענזורירטע סטעי אפליקאציע דאקומענט געפיילט אין דעצעמבער לנספרם

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 18, 2019 9:28 am

א גוט מארגן פון געריכט


אין צוויי מינוט ארום קען קומען פרישע ארדערס

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 18, 2019 9:29 am

עמער זעהן אויב זיי וועלן ענדליך עפעס מעלדן איבער די רציחה תועבה קעיסעס

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 18, 2019 9:31 am

די געריכט וועט היינט אויך אויסהערן א ווירדזשיניע גערימענדערינג קעיס אויב עס איז באזירט אויף ראסע

די פראגע איז אויב זיי וועלן גריבלען אין די מעריטס פון די קעיס אדער זיך ווידעראמאל ארויסדרייען באהאנלענדיג בלויז זייטיגע אספעקטן ווי זיי האבן געטוהן ווען קענעדי איז געווען אויפן באנק
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג מארטש 18, 2019 9:35 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 18, 2019 9:33 am

סופרים קאורט אקצעפטירט קעיס וועלכע באהאנדלט אויב סטעיטס מעגן קלאגן אומלעגאלע אימיגראנטן פאר אידענטיטעט גניבה אויב זיי נוצן א צווייטן'ס סאושעל סעקיוריטי נומער ביים איינגעבן פאר א דזשאב

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 18, 2019 9:51 am

די אימיגראנטן אידענטיטעט גניבה קעיס וועט ווערן אויסגעהערט אינעם קומענדיגן געריכט טערמין

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 18, 2019 10:11 am

די געריכט האט אויך אקצעפטירט א קעיס איבער א ליוזיאנא דזשורי געזעץ

ליוזיאנא איז די איינציגסטע סטעיט אין לאנד וועלכע ערלויבט נאך צו באשטראפן קרימינאלן באזירט אויף א שולד אורטייל דורך א מאיאריטעט פון די דזשורארס

אויף ערשטע דעגרי מארד פארלאנגען זיי אויך אז די גאנצע דזשורי זאל מוזן איינשטימיג אורטיילן אז יענער איז שולדיג אבער דא האנדלט זיך עס פון א מאן וועלכע איז געווארן געפונען שולדיג אויף צווייטע דעגרי מארד דורך 10-2 דזשורארס און די סטעיט ערלויבט צו גיין מיט די מאיאריטעט מיינונג

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 18, 2019 10:33 am

אין ניופארט ראוד איילענד געפונט זיך אן היסטארישע שוהל וועלכע באזיצט גאר אלטע ווערטפולע רעליגיעזע חפצים אריינגערעכנט תורה גלאקן
די ניו יארקע קהילה ישועות ישראל פירט שוין אן די רעליגיעז אקטיוויטעטן אין די שוהל זינט די 1800'טער למספרם און האט געוואלט האבן קאנטראל אויף די בית הכנסת און געזוכט צו פארקויפן איינע פון די צוויי פאר אור אלטע גלאקן פאר א מוזעאם אין באסטאן פאר 7. מיליאן דאלער
קהילת שארית ישראל פון מאנהעטען האט זיך אבער אקעגנגעשטעלט די פארקויף זאגנדיג אז זיי זענען די אייגנטומער פון די פראפערטי און פאר אלע נכסים זי באזיצט
די אפעלאט געריכט האט געאורטיילט אין שטיצע פון שארית ישראל און ישועות ישראל האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט וועלכע האט זיך היינט מאנטאג אנטזאגט אריינצורעדן איבער די פראגע פון קאנטראל אויפן בית הכנסת וועלכע באדייט אז די פסק פונעם אפעלאט געריכט בלייבט אין פלאץ

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 18, 2019 11:35 am

אין צוגאב צו די גערימענדערינג קעיס טוט די סופרים קאורט היינט אויך אויסהערן ארגומענטן אין א סאושעל סעקיריטי קלעים קעיס

געווענליך קומען בענעפיטן קלעימס אן צן אן אדמיניסטראטיווע ריכטער און דאן קען מען אפעלירן יענעמס באשלוס צו די אפעלאט קאונסיל
וואס טוט מען אבער אויב אויך דארטן טאפט מען א וואנט?
די געזעץ שרייבט אז אויב מען איז נישט צופרידן פון די ענדגילטיגע באשלוס דורכן סאושעל סעקיוריטי קאמישאנער קען מען זיך ווענדן צום פעדעראלן געריכט
די פראגע איז אבער אויב "ענדגילטיגע באשלוס" באדייט ווען די אגענטור ווארפט אפ די פארלאנג פאר בענעפיטן באזירט אויף די מעריטס פון די קלעים אדער נעמט אויך אריין א פאל ווען די קאונסיל ווארפט אפ די קלעים פארן נישט ווערן אריינגעגעבן צייטליך און די פראגע האט צוטיילט די סירקוט קאורטס

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג מארטש 18, 2019 2:46 pm

ייש"כ פאר אלע באריכטן.

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 18, 2019 2:50 pm

דממה דקה האט געשריבן:ייש"כ פאר אלע באריכטן.

שקויעיך פאר אייך

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 18, 2019 3:15 pm

די סופרים קאורט האט אויף דערווייל נישט אנגענומען א פרישע אפיעל אויף א רעלייגעזע רעכטן קעגן חוקי תועבה קעיס ווען זיי האבן צוריקגעשיקט די אפיעל פון אן אייגענטומערין פון א ביזנעס אין האנאלולו וועלכע שטעלט צו אכסניות פאר געסט איבערצושלאפן א נאכט און געניסן פון א פרישטאג אויפצומארגנס
יענע האט נישט געוואלט צושטעלן איר סערוויס פאר א פארפאלק מתועבות און מוטשעט זיך איצט אין געריכט דערוועגן

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 19, 2019 9:31 am

א גוט מארגן פון געריכט

היינט וועט ארויסקומען אורטיילן אום 10 אזייגער

צווישן די קעיסעס וועלכע מען וועט מעגליך הערן רעכנט אריין אימיגראנטן פארהאלטונג, אייפאון עפפס, און די קלאגן מענטשן צוויי מאל אויפן זעלבן פארברעך

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 19, 2019 9:57 am

צוויי שאכטלען דאקומענטן אריינגעברענגט

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 19, 2019 10:05 am

קעווענאו שליסט זיך אן מיט ראבערטס און די ליבעראלן אין א לייעביליטי קעיס וואו ער שרייבט די אורטייל וועלכע איז 6-3

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 19, 2019 10:16 am

סופרים קאורט אורטיילט 5-4 צו ערלויבן די רעגירונג צו פארהאלטן אימיגראנטן וועלכע שטייען אויס דעפארטאציע
די קעיס באציהט זיך צו לעגאלע רעזידענטן וועלכע זענען נישט קיין בירגער און זענען באגאנגען קרימינאליטעטן און איז א זיג פאר די טראמפ אדמיניסטראציע

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 19, 2019 11:01 am

אין א באזונדערע קעיס האבן ריכטער קעווענאו און טאמאס זיך אפגעטיילט פון א 7 ריכטער מיינונג

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 19, 2019 11:46 am

די היינטיגע אימיגראציע אורטייל איז צו ערלויבן צו פארהאלטן די אימיגראנטן אן קיין הירינג אפילו יארן נאכן באפרייט ווערן פון טורמע פאר פארברעכן וועלכע זיי זענען באגאנגען

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 19, 2019 12:18 pm

די געריכט האט נעכטן אויסגעהערט א גערימענדערינג קעיס באזירט אויף ראסע

קומענדיגע וואך גייען זיי אריינקוקן אין די פראגע אויב גערימענדערינג באזירט אויף פארטייאישע ליניעס קען פארלעצן די קאנסטיטוציע אבער ווען עס איז באזירט אויף ראסע איז עס זיכער אומלעגאל און דאס איז געווען די טענה פון די קלעגער אז די סטעיט דעלעגאטן הויז האט געשריבן די מאפעס און ביי 11 פון די דיסטריקטס האבן זיי פארזיכערט אז 55% פון די בארעכיגט עוויילער זענען אפריקאנע אמעריקאנע
לויט די קלעגער איז עס געציהלט אריינצושטופן מער פון די גרופע אין ווייניגער דיסטריקטס צו אפשוואכן זייערע שאנסן אין אנדערע דיסטריקטס אבער די הויז פון דעלעגאטן פארטרעטן דורכן פראמינענטן אדוואקאט פאול קלעמענט האט געמאכט דעם ארגומענט אז די 55%
רעכענונג איז גאר געציהלט צו פארזיכערן אז די גרופע איז גענוג באקוועם רעפרעזענטירט אין די וו דיסטריקטס
די דיסטריקט געריכט האט ארגינעל באשטעטיגט די מאפעס אבער מיט ארום צוויי יאר צוריק האט די סופרים קאורט זיי געהייסן בעסער אריינקוקן אין די קקעיס און זיי האבן עס דאן גע'פסל'ט
איצט קומען די הויז אף דעלעגאטן צוריק אין געריכט אז די מאפע זאל יא זיין אויסגעהאלטן אבער די סטעיט סאליסיטאר דזשענעראל איז אויך אריינגשפרינגען אין די קעיס זאגנדיג אז לויט די ווירדזשיניע געזעצן איז א באשלוס צו אפעלירן א דיסטריקט געריכט אורטייל פון אזא קאליבער רעזערווירט אויסשליסליך פארן סטעיט עקזעקוטיווע אפיס און נישט פאר די לעגיסלאטיווע פליגל און דעריבער איז ער דער וועלכע דארף באשליסן אויב צו אפעלירן די אורטייל און זיין באשלוס איז עס נישט צו אפעלירן
זעלבסטפארשטענדליך אז די אורזאך איז צוליב וואס ער ארבעט פארן דעמאקראטישן גאווערנאר וועלכע איז צופרידן אז די מאפע איז געווארן אומאויסגעהאלטן און די הויז אף דעלעגאטן ווערט געפירט דורך א רעפובליקאנע מאיאריטעט
און ריכטער ברייער האט טאקע זיך הויך געוואונדערט אויפן סאליסיטאר דזשענעראלס ארגומענט פרעגנדיג אויב פאליטישע מאטיוון שפילן דערין א ראלע אויף וועלכע יענער האט רעאגירט באליידיגט פון די געריכטס אומצוטרוי אין די סטעיט רעגירונגס פונקציאנירן ערליך מיט ריינע כוונות
ריכטער ראבערטס האט אויף דעם קאמענטירט אז ריכטער מעגן נוצן קאמען סענס ביים צוטרעפן מאטיוון פון רעגירונג באאמטע זאגנדיג ציניש אז ער האט נאכנישט געזען א קעיס אין וועלכע א דעמאקראטישע געפירטע לעגיסלאטור זאל קלאגן א מאפע וועלכע איז צו גענויגט צו בעפארצוגן דעמאקראטישע וויילער און די זעלבע זאך פארקערט (אגב, ריכטער ראבערטס האט געשפילט די זעלבע טעמיש מיט א צייט צוריק ווען ער האט זיך געאייסערט אז ריכטער שטימען נישט אויף פארטייאישע ליניעס, הגם ער האט גערעדט פון ריכטער וועלכע ווערן נישט ערוועלט)
אן אדוואקאט פאר די פעדעראלע רעגירונג האט אויך געזאגט אז די הויז אף דעלעגאטן האט נישט קיין סטענדינג אין די קעיס צוליב וואס זי קען ווייטער געהעריג אפערירן אפילו אויב מען פסל'ט די מאפעס און ווערט בכלל נישט אפעקטירט דערפון
אבער ריכטער אליטא האט געזאגט דערויף אז אפילו די מינדעסטע אפעקט וועלכע קען אויסווירקן אויף זיי גיבט זיי שוין גענוג רעכט און סטענדינג צו אפעלירן די קעיס און אנגעצייגט אז אויב די מאפע ווערט ארויסגעווארפן באדייט עס אז די הויז אף דעלעגאטן וועלן דארפן פון פריש איבערשרייבן די מאפעס וועלכע איז אן אפעקט אויף זיי
ריכטערין קעיגען האט אבער געזאגט אז די סטעיט איז דער וועלכע דארף פאסן אזא באשלוס אנצייגנדיג אז טייל סטעיטס אין גענוי די זעלבע אומשטענדן האבן אויטאריזירט די לעגיסלאטור צו אפעלירן אזעלכע אורטיילן און אנדערע האבן באשלאסן אז נישט און ווירדזשיניע איז איין אזא פאל

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג מארטש 19, 2019 12:36 pm

הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט אקצעפטירט קעיס וועלכע באהאנדלט אויב סטעיטס מעגן קלאגן אומלעגאלע אימיגראנטן פאר אידענטיטעט גניבה אויב זיי נוצן א צווייטן'ס סאושעל סעקיוריטי נומער ביים איינגעבן פאר א דזשאב

וואס איז די צד אז זיי זאלן נישט מעגן?

אגב, ש'כח פאר דיינע שטענדיגע קלארע באריכטן, דא און איבעראל.
Innocent until proven Republican

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 19, 2019 1:59 pm

Think and Thank האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט אקצעפטירט קעיס וועלכע באהאנדלט אויב סטעיטס מעגן קלאגן אומלעגאלע אימיגראנטן פאר אידענטיטעט גניבה אויב זיי נוצן א צווייטן'ס סאושעל סעקיוריטי נומער ביים איינגעבן פאר א דזשאב

וואס איז די צד אז זיי זאלן נישט מעגן?

אגב, ש'כח פאר דיינע שטענדיגע קלארע באריכטן, דא און איבעראל.

די קעיס איז איבער 3 אימיגראנטן וועלכע האבן צוגעשטעלט פאלשע נומערן פאר זייער ארבעטסגעבער וועלכע איז א רעסטוראנט אייגנטומער אין קענסאס
די קענסאס סופריעם קאורט האט ארויסגעווארפן די סטעיט קלאגעס און די שולד אורטייל נאך וואס דער אדוואקאט האט געמאכט דעם ארגומענט אז די סטעיט קען נישט קלאגן אויף אזעלכע פארברעכן
פרעזידענט רעיגען האט אין 1986 למספרם אונטערגעשריבן א געזעץ אין וועלכע ארבעטסגעבער פילן אויס א ספעציעלע I-9 פארום מיט אינפארמאציע פון זייערע ארבעטער און זייערע רעכט צו ארבעטן אין אמעריקא (אבער נאכנישט אויף א ריכטיג שטרענגע פארנעם ווי די אי וועריפיי סיסטעם וועלכע איז נאך דערווייל נישט קיין געזעץ) די געזעץ שרייבט אז די אינפארמאציע טאר נישט ווערן מיטגעטיילט אדער גענוצט פאר קיין שום אנדערע צוועק
דער אדוואקאט האט סוקסעספול געמאכט דעם ארגומענט אז עס באדייט אז די סטעיט קען זיך נישט באנוצן מיט די אינפארמאציע וועלכע באלאנגט אויסשליסליך פאר די פעדעראלע רעגירונג
די סטעיט טענה'ט איצט מיט די שטיצע פון די יוסטיץ דעפארטמענט אין סופרים קאורט אז וויבאלד די אימיגראנטן האבן אויך אריינגעשריבן די אינפארמאציע אין זייערע סטעיט און פעדעראלע שטייער בויגנס קען די סטעיט נוצן די שטייער פארומס און זיי אנקלאגן באזירט אויף דעם אן זיך דארפן באנוצן מיט די I-9 פארום
די טענה איז אז די פאקט אז זיי האבן "אויך" אריינגעשריבן די זעלבע אינפארמאציע אין די I-9 פארום מיינט נישט אז די באגרעניצונג אויף יענע פארום אז עס איז עקסקלוסיוו פאר די פעדס איז חל אויף אנדערע דאקומענטן אין וועלכע זיי שרייבן די זעלבע אינפארמאציע

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 20, 2019 9:56 am

א גוט מארגן פון געריכט


אין 4 מינוט ארום קען קומען פרישע ארדערס

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 20, 2019 9:59 am

איין שאכטל דאקומענטן אריינגעברענגט

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 20, 2019 10:12 am

סופרים קאורט פארארדנט נידריגע געריכט פון פריש אריינצוקוקן אין אן 8.5 מיליאן דאלער גוגל פרייוועסי סעטלמענט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 30 געסט