די איראנער דיעל

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

אמעריקאנער רעגירונג מעלדט גרייטקייט אראפצונעמען סאנקציעס פון איראן אין אויסטויש פאר אויספאלגן דיעל‎

תגובהדורך תנא-קמא » דינסטאג אפריל 06, 2021 1:59 pm

די געשפּרעכן קומען פאָר צווישן רוסלאַנד, כינע, דייטשלאַנד, פראַנקרייך און די אַנדערע לענדער וואָס זענען אָנגעשלאָסן אינעם דיעל, אויפצוקומען מיט א פּלאַן וויאַזוי אַמעריקע זאָל זיך צוריק אָנשליסן אינעם נוקלעאַרן אָפּמאַך. די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט אָבער ווידעראַמאָל קלאָרגעשטעלט אַז ביי די געשפּרעכן, וואָס וועלן זיך אָנהייבן מאָרגן אין וויען, וועט זי נאָר אַראָפּנעמען סאַנקציעס אויב איראַן קערט זיך צוריק אויסצופאָלגן אַלע טיילן פונעם דיעל.
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

איראנער באאמטע זאגן אז זיי זענען נישט אפטימיסטיש און נישט פעסעמיסטיש איבער די נוקלעארע געשפרעכן וועלכע קומען היינט פאר

תגובהדורך תנא-קמא » דינסטאג אפריל 06, 2021 2:10 pm

רעגירונג ווארטזאגער אלי ראבי זאגט אז טעהראן שפירט אז מען גייט אין גוטן ריכטונג מיט'ן ציל אויפצולעבן די אפמאך, אבער איראן רישט זיך אז עס קען זיך ענדיגן אויף ביידע וועגן. ער זאגט אז עס וועט זיך ווענדן אין די גרייטקייט פון אמעריקא צו זיין ערענסט און ארענטליך.
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

אמעריקע און איראן אפגעהאלטן אומאפיציעלע געשפרעכן

תגובהדורך תנא-קמא » מיטוואך אפריל 07, 2021 4:15 am

א דעלעגאציע פון אמעריקאנער דיפלאמאטן, האבן זיך היינט געטראפן מיט באאמטע פון עטליכע לענדער, אריינגערעכנט איראן, צו פארהאנדלען וויאזוי מ'קען צוריק באנייען די נוקלעארע געשפרעכן וואס דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט צעשטערט.

די געשפרעכן זענען געצילט צו זען וויאזוי מ'קען באנייען די אפמאך, און וואס ס'פארלאנגט זיך. די אמעריקאנער דיפלאמאטן האבן קלארגעשטעלט פאר איראן אז אמעריקע גייט נישט אראפנעמען די סאנקציעס וואס איז ארויפגעלייגט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ, נאר אויב איראן גייט זיך פולקאם צושטעלן צו יעדע דעטאל פון די אבאמא נוקלעארע אפמאך.

אמעריקאנער באאמטע האבן באשטעטיגט אז די געשפרעכן זענען צוריק, צו באנייען די נוקלעארע אפמאך, און ווי מ'הערט פון איראנער באאמטע איז די היינטיגע זיצונג געווען גאנץ פראדוקטיוו.

ווי באקאנט האט פרעזידענט טראמפ אפגעשאפן די אמעריקע-איראן אפמאך, וואס דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא האט צושטאנד געברענגט, און טראמפ האט ארויפגעלייגט שווערע סאנקציעס אויף די איראנער, וואס האט א טיפע ווירקונג ביי זיי אין לאנד.
JPFN
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » מיטוואך אפריל 07, 2021 2:39 pm

JERUSALEM: Mossad chief will travel to the US for meetings with top officials in the White House to present damning evidence on Iran (Channel 13)
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

Re: די איראנער דיעל

תגובהדורך שקר » מיטוואך אפריל 07, 2021 9:58 pm

איך פארשטיי נישט ווי די שכל פון איראן איז פארוואס זאלן זיי צריק גיין צי די דיל מארגן קומט אן א נייע פרעזידענט און צישטערט עס ווייטער
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

Re: די איראנער דיעל

תגובהדורך טאנץ 2 » מיטוואך אפריל 07, 2021 10:00 pm

שקר האט געשריבן:איך פארשטיי נישט ווי די שכל פון איראן איז פארוואס זאלן זיי צריק גיין צי די דיל מארגן קומט אן א נייע פרעזידענט און צישטערט עס ווייטער

מען קען מאכן אפאר טאללער אינצווישען

און אויפבויען נאך אינטערערדישע בונקערס

אזוי ווי ביים לעצטען דיעל


וואסערע פראגע

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

Re: די איראנער דיעל

תגובהדורך שקר » מיטוואך אפריל 07, 2021 10:02 pm

דער ביידען איז דאך ממש א בהמה די חברה האלטן אט אט ביים אינטערברעכען
כאמ אן מען
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13637
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די איראנער דיעל

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אפריל 07, 2021 10:12 pm

שקר האט געשריבן:איך פארשטיי נישט ווי די שכל פון איראן איז פארוואס זאלן זיי צריק גיין צי די דיל מארגן קומט אן א נייע פרעזידענט און צישטערט עס ווייטער

זיי האבן אלעס צו פארדינען פון צוריקגיין צום דיעל און א סאך צו פארלירן פון נישט צוריקגיין.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג אפריל 11, 2021 8:57 am

סטעיט דעפּארטמענט באאמטע זאגן אז זיי זענען אומזיכער צי איראן וויל ערנסט איינגיין אויף א דיעל מיט אמעריקע איבער'ן נוקלעארן אפּמאך, נאך א רונדע געשפּרעכן אין וויען.
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: די איראנער דיעל

תגובהדורך zugurnish » זונטאג אפריל 11, 2021 9:22 am

היינט האבן די איראנער געוואלט אנהויבן ארבעטען אין די נוקלער פלאנט מיט א שנעלערע אויפן
אבער אגרויסער תקלה איז געשען וואס מען גיט איבער איז געווען א סייבער אטאקע - כפשוט דורך ארץ ישראל
זע ווי באריכטעט דא


זמן לא רב אחרי שבאיראן אישרו את השמועות על תקלה שהתגלתה במערכת החשמל של המתקן הגרעיני בנתנז, מתברר - כך לפי מומחים שבדקו את המקרה - כי הוא נגרם כתוצאה ממתקפת סייבר ממוקדת.

המומחים, שצוטטו בכלי התקשורת, הוסיפו והסבירו, לאחר שניתחו את פרטי האירוע, כי מערכות שלמות בתוך המתקן המסווג הושבתו באופן חלקי או מלא, בעקבות הקריסה החשמלית שיצרה מתקפת הסייבר.

כזכור, מפרטים שמסר היום (ראשון) דובר ארגון האנרגיה האטומית של איראן, לא נפלטו לאוויר חומרים מזהמים, ואף לא היו בו נפגעים ישירים כלשהם, במתקן זה, שכבר חווה לפני כתשעה חודשים פיצוץ מסתורי שהיסב נזק רב.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: די איראנער דיעל

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג אפריל 11, 2021 10:27 am

NYT אדעטאריעל רייסט אראפ די שטרענגע טראמפ סאנקציעס אלס עפעס וואס האט זיך אויפגעוויזן אז עס ארבעט נישט
והא ראיה איראן האט זיך נישט געבראכן ביז אהער

צום שטוינען!
די דעמס האבן געשיקט צענדליגע מעסעדשעס אז זיי גייען זיין ווייכער ווען זיי נעמען איבער די White House געשיקט קערי זאגן אז עס קומט ניייע צייטן און דא זאגט מען אז טראמפס מהלך האט נישט געארבעט

האט איינער א ספק אז אויב וואלט טראמפ געווינען א צווייטע מאל וואלטן זיי זיך געבראכן ?!
אוודאי ווען זיי זעהן מיט וואספארא שוואכעטשקע מען האט דא צוטוהן נעמען זיי עדווענטעדש

נישט בחינם האט ביבי יעצט געזאגט אז ער איז נישט מחיוב צום אמעריקאנע אפמאכען איבער איראן
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://www.kikar.co.il/375894.html

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8029
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: די איראנער דיעל

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אפריל 11, 2021 10:45 am

אבער די מידיע אויב בכלל נישט בייעסד! זשאסט פעיר!
שרייב שוין עפעס

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13637
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די איראנער דיעל

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג אפריל 11, 2021 11:24 am

און די רעפובליקאנער זענען די וואס באגייען די 'פאסקודנע שטיק' (קרעדיט: פראגרעמינג).
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
גיבראלטאר
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 8:23 pm

Re: די איראנער דיעל

תגובהדורך גיבראלטאר » זונטאג אפריל 11, 2021 11:51 am

שקר האט געשריבן:איך פארשטיי נישט ווי די שכל פון איראן איז פארוואס זאלן זיי צריק גיין צי די דיל מארגן קומט אן א נייע פרעזידענט און צישטערט עס ווייטער

ווי איך האב פארשטאנען, איז איראן מסכים צו א דיעל בתנאי אז מארגן קען נישט קומען א פרעזידענט און צוברעכן דעם אפמאך!
גם זה יעבור

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13637
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די איראנער דיעל

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 11:39 am

איראן'ס גייסטליכער פירער איאטאלא כאמינעי האט אוועקגעמאכט די יעצטיגע געשפּרעכן וואס ווערן געפירט צווישן דיפּלאמאטן פון איראן, כינע, רוסלאנד, פראנקרייך, דייטשלאנד און אמעריקע מיט'ן ציל צו ראטעווען דעם נוקלעארן אפּמאך.

כאמינעי האט אדרעסירט די געשפּרעכן וואס קומען פאר אין וויען, עסטרייך, און ער זאגט אז די אנבאטן וואס די אנדערע לענדער האבן דערווייל ארויסגעשטעלט פאר איראן, זענען ניטאמאל ווערד צו קוקן אויף זיי.


דעילי איד
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הויעך, היסטאריקער, פרא-חסיד, ציגרעטל, שמחה פריילעך און 51 געסט