די איראנער דיעל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך יוני 06, 2018 6:50 pm

גוט געפרעגט;

אויך; מיטען זיך טשעפען אין גרויסען מיט אמעריקע (אין דער פרסישען גאלף) און סעבאטאדזען צוויי שיפען; דאס הייסט זיך געבעטען פאר א דיעל? אזוי בעהט מען זיך פאר א דיעל?

אלא מאי; איראן האט געוויסט אז אבאמא שטארבט דורף צו פירען דער דיעל, און זיי האבען ריכטיג קאלקולעיטעד אז זיי וועלען קיינמאל נישט האבען נאכאמאל אזא פרעזידענט און אזא געלעגענהייט צו מאכען דער דיעל אוו דע סענטשורי ווי זיי קענען עסען די קיכען און בלייבען דערמיט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך יוני 06, 2018 7:01 pm

שמערלער האט געשריבן:...
Secretary of State John Kerry and other top aides fanned out across Europe, Asia and the Middle East trying to convince banks and businesses they could do business with Iran without violating sanctions and facing steep fines.

...

די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף וואס דער ממזר האט אלץ געטוהן!

אבאמא זאגט מען האט עס געטוהן פאר לעגעסי; (דאס איז דער אפיציעלע ליניע)

אבער פארוואס האט עס קערי געטוהן?! געלאפען הינקעדיג לארבע רוחות שוין נאך דער דיעל... פארוואס?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:56 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:וואס גייט למעשה זיין נאך 15/20 יאר? די אנטי דיעל ווייסן פאר א פאקט אז איראן הייבט אן צוריק איר פראגראם און איז רעדי פאר א פרישע פייט מיט די גאנצע וועלט... די פרא דיעל זאגן עס מאכט נישט קיין סענס זיי זאלן נישט באנייען, פשוט פאר די זעלבע סיבה פארוואס זיי זענען געפאלן צו די קניען ביים ערשטן דיעל וועט זיי נישט אנשמעקן איבערצוחזר'ן דעם זעלבן חאזעריי. און נאכדערצו אז די איראן'ר פאלק ווערט מער סעקולאר מיט יעדע פארבייגייענדע יאר וועט די באפעלקערונג זיין שארף קעגן א פרישע עקאנאמישע קאטאסטראפע.

נאך 15-20 יאר פון א נאטורליך רייכע איראן אן סאנקציעס. מיינט א עקאנאמישע גרויסמאכט ווי סאודי ארביע וכדומה, קענסטו לייגן סאנקציעס ביז איבער מארגן.
פראביר נאר יעצט צו לייגן סאנקציעס אויף רוסלאנד, קען זיין עס וועט עפעס אויפטון אבער זייער א שווערע און לאנגע וועג.

און וואס וועסטו טוהן אויב אין פופצן יאר ארום וועט סאודי אראביע וועלן בויען נוקלעארע וואפן?
איך פארשטיי דעם פשט פון די פופצן יאר פשוט, כמעט אלע וועלט'ס לענדער זענען אין א דיעל נישט צו בויען קיין נוקלעארע וואפן, יעצט איראן האט אנגעהויבן צו בויען נוקלעארע וואפן און די וועלט האט ארויפגעלייגט סאנקציעס, און ווען זיי האבן געוואלט מען זאל אראפנעמען די סאנקציעס האט מען פארלאנגט פון זיי זיך אונטערצונעמען נייע באגרעניצונגען וואס זענען נישט נכלל אינעם אלטן דיעל וויבאלד זיי האבן שוין אנגעהויבן צו בויען נוקלעארע וואפן, אבער די נייע באגרעניצונגען גייען נישט אנגיין אויף אייביג, אין פופצן יאר וועט עס עקספייערן און מען וועט בלייבן מיטן אלטן דיעל.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:28 am

כ'ביניש מחייב חושש צו זיין אז א לאנד וואס האט אונטערגעשריבן די טריטי גייט עס ברעכן אבער טאמער האט עס איינער שוין געבראכן האט ער פארלוירן זיין חזקת כשרות

וואלט ער געווען באדראעט, וואלטעך געזאגט אז ווען די סכנה גייט דורך עלעכעם אפלאזן. למעשה האט ער עס געבויט נאר ווייל ער איז ווער ער איז און דאס גייצעך נישט טוישן אזוי שנעל
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2035
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג יוני 07, 2018 11:49 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:וואס גייט למעשה זיין נאך 15/20 יאר? די אנטי דיעל ווייסן פאר א פאקט אז איראן הייבט אן צוריק איר פראגראם און איז רעדי פאר א פרישע פייט מיט די גאנצע וועלט... די פרא דיעל זאגן עס מאכט נישט קיין סענס זיי זאלן נישט באנייען, פשוט פאר די זעלבע סיבה פארוואס זיי זענען געפאלן צו די קניען ביים ערשטן דיעל וועט זיי נישט אנשמעקן איבערצוחזר'ן דעם זעלבן חאזעריי. און נאכדערצו אז די איראן'ר פאלק ווערט מער סעקולאר מיט יעדע פארבייגייענדע יאר וועט די באפעלקערונג זיין שארף קעגן א פרישע עקאנאמישע קאטאסטראפע.

נאך 15-20 יאר פון א נאטורליך רייכע איראן אן סאנקציעס. מיינט א עקאנאמישע גרויסמאכט ווי סאודי ארביע וכדומה, קענסטו לייגן סאנקציעס ביז איבער מארגן.
פראביר נאר יעצט צו לייגן סאנקציעס אויף רוסלאנד, קען זיין עס וועט עפעס אויפטון אבער זייער א שווערע און לאנגע וועג.

און וואס וועסטו טוהן אויב אין פופצן יאר ארום וועט סאודי אראביע וועלן בויען נוקלעארע וואפן?
איך פארשטיי דעם פשט פון די פופצן יאר פשוט, כמעט אלע וועלט'ס לענדער זענען אין א דיעל נישט צו בויען קיין נוקלעארע וואפן, יעצט איראן האט אנגעהויבן צו בויען נוקלעארע וואפן און די וועלט האט ארויפגעלייגט סאנקציעס, און ווען זיי האבן געוואלט מען זאל אראפנעמען די סאנקציעס האט מען פארלאנגט פון זיי זיך אונטערצונעמען נייע באגרעניצונגען וואס זענען נישט נכלל אינעם אלטן דיעל וויבאלד זיי האבן שוין אנגעהויבן צו בויען נוקלעארע וואפן, אבער די נייע באגרעניצונגען גייען נישט אנגיין אויף אייביג, אין פופצן יאר וועט עס עקספייערן און מען וועט בלייבן מיטן אלטן דיעל.

צושטעלן א ציוויליזירטע לאנד ווי סאודי אראביע צו א ראדיקאלע ציווילדוועטע איראן איז זינלאז.
זאגסטעך אליין אז ביז 2015 איז זיי אנגעגאנגען וועלטליכע דיעלס ווי די פאריעריגע שניי, וואס זאל זיין אנדערש און פופצן יאר ארום?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 1:46 am

כאפצעם האט געשריבן:א סעמפל פארוואס איך גיי מיר נישט אריינלאזן אין קיינע בעק ענד פארט דא. איך האב געזאגט מ'האט זייער "גאנצע" סטאקפייל פארניכטעט אבער ס'עכט 088.%97....

איך וויל נישט זיין שלעכט און איגנארירן, אבער טייל מאל האב איך פשוט נישט די צייט דערצו.

פארניכטעט זאגט איר? ס'מסתמא געווען א טייפא. מען האט עס ארויסגעטראגן צו א דערנעבנדיג לאנד וואו עס איז ווייטער אונטער איראנער קאנטראל.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 2:20 am

Think and Thank האט געשריבן:
איין נקודה וואס איך האב אויסגעלאזט: אלס טייל פון איראנ'ס 'קומען קלין' ('נישט' אלס טייל פון די אנגייענדע אינספעקשאנס כמבואר) האט איראן געדארפט לאזן די IAEA טעסטן ערד סעמפלס פון איר מיליטערישע באזע אין פארטשין. די סעמפלס זענען געווארן צוזאמענגעקליבן דורך... איראן(!), וועלכע האט דאס דאן איבערגעגעבן פאר די IAEA צו שטודירן. די IAEA האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז זיי האבן וועריפייד אז די סעמפלס זענען טאקע פון פארטשין, אבער האבן נישט קלאר געזאגט אז זיי האבן דארט געהאט איינגעשטעלטע בשעת מעשה. עד היום איז נישט קלאר צו איראן האט בכלל אריינגעלאזט אינספעקטארס מיטצוהאלטן דעם פראצעדור. (און אויף מער ווי סעמפל נעמען איז קלאר אז זיי האבן נישט צוגעלאזט קיין אינספעקטארס, היות דאס איז א מיליטערישע סייט.)

בינעך לעצטנס געוואויר געווארן אן אינטערעסאנט שטיקל אינפארמאציע. עטליכע טעג נאכ'ן שליסן די איראנער דיעל, זענען סענאטארן מייק פאמפעא (היינט סעקרעטערי אף סטעיט) און טאם קאטאן געפארן קיין וויען אויסצושמועסן די דיעל מיט די דעפיוטי דירעקטאר און צוויי הויפט איראן נעגאושיעיטארס פון די IAEA. ווען פאמפעא האט זיי געפרעגא וויאזוי די וועריפיקעישאנס אין די מיליטערישע באזע אין פארטשין, האבן זיי אים געענטפערט אז דאס איז אלעס אויסגעארבעט אין די דיעלס צווישן די IAEA און איראן. איבערראשט צו הערן איבער זייטיגע דיעלס האט פאמפעא געפרעגט אויב ער קען זען די דיעלס.
''אה ניין. זיכער נישט. דו גייסט יענץ נישט זען.''
''צו האט סעקרעטערי קערי געזען זיי געזען?" האט פאמפעא געפרעגט.
"ניין, סעקרעטערי קערי האט זיי נישט געזען. קיין שום אמעריקאנער וועט דאס קיינמאל נישט זען.''

די 'איראן נוקלער אגרימענט ריוויו עקט' וואס אבאמא האט אונטערגעשריבן האט פארלאנגט פון די אבאמא אדמיניסטראציע איבערצוגעבן פאר קאנגרעס 'אלע דאקומענטן' בנוגע די איראן דיעל. די אבאמא אדמיניסטראציע האט אבער נישט געפאלגט די געזעץ און נישט איבערגעגעבן פאר קאנגרעס די דאקומענטן פון די זייטיגע דיעלס, ווייל זיי האבן עס אליינס נישט געזען. (זיי האבן אויך נישט מודיע געווען פאר קאנגרעס אז עס זענען דא זייטיגע דיעלס).

היינט אז מען ווייסט אז איינס פון די זייטיגע דיעלס איז געווען צו לאזן איראן אליינס 'אויספארשן' פארטשין, איז זעלבסטפארשטענדליך פארוואס די איי עי אי עי האט בשום אופן נישט געלאזט קיין שום אמעריקאנער זיי זען.
(הגם לדעתי האבן זיי איבערגעשאצט קערי - ער וואלט געכאפט די דיעל אפי' ווען ער ווייסט וואס דארט שטייט).



און דאס איז ווייט נישט די איינציגסטע מאל וואס די אבאמא אדמיניסטראציע האט געבראכן געזעצן און פארפירט דאס פאלק און קאנגרעס בנוגע די דיעל. היינט ווייסט מען אז זיי האבן פרובירט זיי צו געבן עקסעס צו די אמעריקאנער פינאנציעלע סיסטעם קעגן די סאנקציעס און האבן זאגאר פרובירט צו שטופן בענק צו העלפן איראן ברעכן די סאנקציעס! און האבן ליגנט געזאגט פאר קאנגרעס דערוועגן. אזוי אויך ווייסט מען אז זיי האבן געגעבן בירגערשאפט פאר איראנער עליטע כדי צו באקומען די דיעל.
מיט אזא אפענע דעספערעישאן פון איין זייט צו באקומען א דיעל, איז זייער פארשטענדליך פארוואס די דיעל איז אזוי שטארק לטובת די אנדערע זייט.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:37 pm

BREAKING: Kerry Meeting With Iran to Salvage Nuke Deal With Rogue Diplomacy -- Criticizes Trump in closed-door powwows with top Iranian offl https://t.co/I9rxoJRZ5z

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:49 pm

אלטע נייעס נאר יעצט האט דער פאררעטער מודה געווען

פינחס
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 9:55 pm

Donald J. Trump
@realDonaldTrump
·
40m
John Kerry had illegal meetings with the very hostile Iranian Regime, which can only serve to undercut our great work to the detriment of the American people. He told them to wait out the Trump Administration! Was he registered under the Foreign Agents Registration Act? BAD!

סופסמאן איז דאס נישט עפעס פין די טייטעל 18?

rutledge
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

תגובהדורך rutledge » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 9:59 pm

פינחס האט געשריבן:Donald J. Trump
@realDonaldTrump
·
40m
John Kerry had illegal meetings with the very hostile Iranian Regime, which can only serve to undercut our great work to the detriment of the American people. He told them to wait out the Trump Administration! Was he registered under the Foreign Agents Registration Act? BAD!

סופסמאן איז דאס נישט עפעס פין די טייטעל 18?

!!Collusion

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:40 am

Think and Thank האט געשריבן:אויף נומער איינס טענה'ט אבאמא אז ער האט עס שוין באווארנט אין די צייטווייליגע דיעל! וויאזוי? הערט און שטוינט:
איינס פון די סעיפים פון די צייטווייליגע דיעל געסיינט אין 2013 איז אז איראן מוז ארויסגעבן פאר די וועלט די גאנצע סקאופ פון אירע נוקלעארע אקטיוויטעטן. אויב אזוי טענה'ט אבאמא, וועט דאך איראן מוזן ארויסגעבן אלע זייערע נוקלעארע איינריכטונגען, ממילא פאלט אוועק די חשש אז איראן וועט קענען פארזעצן איר ארבעט אויף נוקלעארע וואפן אין אומדעקלערטע סייטס, ווייל זיי וועלן דאך אלעס דערקלערן! דזשיניעס!

און איראן איז טאקע נאכגעקומען די פארלאנג און האבן איבערגעגעבן א באריכט איבער אירע נוקלעארע אקטיוויטעטן אין די פארגאנגענהייט. אין די דאזיגע באריכט האבן זיי קאגעטעגאריש געלייקנט אז זיי זאלן האבן סיי וועלכע נוקלעארע וואפן פראגראם אין די פארגאנגענהייט!

און ווען די IAEA האט עטליכע חדשים דערויף ארויסגעגעבן א באריכט וואס באשולדיגט אז איראן האט יא געהאט א וואפן פראגראם, האבן טאקע אסאך ארויסגעברענגט זארג אז דאס וועט צוזאמענברעכן די נוקלעארע דיעל. למעשה האט די אגענטור געשריבן די באריכט זייער פארווע און פארוואסערט, און היות אבאמא איז געווען דעספערעט פאר א דיעל האט ער פשוט איגנארירט די באריכט און די קאנסעקווענצן וואס דאס וואלט געדארפט האבן אויף די נוקלעארע דיעל.

און דאס גענוי איז וואס ביבי האט געוויזן ביי זיין פרעזענטאציע עטליכע וואכן צוריק. ער האט געזאגט אז ער האט אנדיספיוטעבל עווידענס אז איראן האט יא געהאט אן ערנסטן וואפן פראגראם. דאס מיינט אז נישט נאר זענען פוינט 2 און 3 א געלעכטער, נאר אפי' די כלומר'שטע 'טיפע אינספעקשאנס' פון פוינט1 צו וואס איראן האט זיך פארפליכטעט אויך א חוזק ווייל איראן האט קלאר באהאלטן חלקים פון איר נוקלעארע פראגראם, און אויב אזוי איז מעגליך אז זי האט אויך באהאלטן נוקלעארע סייטס. און דאס איז חוץ די פאקט אז דאס ווייזט אז איראן האט, מיט'ן פארלייקענען איר וואפן פראגראם, פשוט און פראסט פארלעצט די צייטווייליגע דיעל.

ווערט באריכטעט אין די לעצטע טעג, אז נאך ביבי'ס דרשה האט די IAEA טאקע פארלאנגט צו אינספעקטן איינס פון די סייטס וואס ביבי האט גע'טענה'ט אז עס איז א 'נוקלעארע וועירהאוז'. איראן האט געצעגערט און געשלעפט און אונטערגעשטעלט שטייינדלעך, אבער סוף כל סוף האבן זיי באוויזן דורכצופירן די אינספעקשאנס, און זיי האבן אויפגעדעקט שפורן פון אוראניום. זיי האבן געפאדערט אן ערקלערונג פון איראן, אבער איראן האט זיך אנטזאגט צו ענטפערן.

אויך ווערט באריכטעט אז א צווייטע סייט וואס ביבי האט דאן אויפגעדעקט איז געווארן פארניכטעט דורך איראן ווי נאר זיי זענען געוואויר געווארן אז מד"י ווייסט דערפון.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel און 29 געסט