שוידערליכע טראגעדיע אין מאנסי, קינד אראפגעקלאפט געווארן ל"ע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » מאנטאג מאי 28, 2018 6:05 pm

בילדער פונעם שוידערליכע סצענע.
צוגעלייגטע
IMG-20180528-WA0144.jpg
IMG-20180528-WA0144.jpg (172.36 KiB) געזעהן 3025 מאל
IMG-20180528-WA0093.jpg
IMG-20180528-WA0093.jpg (198.97 KiB) געזעהן 3025 מאל

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » מאנטאג מאי 28, 2018 6:11 pm

מען האט איינגעזעצט די טראק דרייווער?

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » מאנטאג מאי 28, 2018 6:11 pm

@KolHaolam: MONSEY: Levaya of Gittel A"H (1) bas R' Levi Yitzchok Rosenberg, struck by car today R'L, will take place 8:15 tonight at Sanz Shul on Suzanne....

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16611
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג מאי 28, 2018 6:11 pm

בד"ה שרעקליך והחי יתן אל לבו

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מאי 28, 2018 6:45 pm

רחמנא לצלן
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג מאי 28, 2018 6:45 pm

והחי יתן אל לבו און זאל דער באשעפער געבן פאר יעדן אינוואלווד די כוחות זיך צו טרייסן!
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג מאי 28, 2018 7:42 pm

די מויל איז שטים און די הארץ וויינט, ברוך דיין האמת.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג מאי 28, 2018 8:06 pm

שרעקליך
ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די
טייערע אידן געדענקט אז א יעדער איינער וואס האט געהערט און האט צער איז אים די צער געווען באשערט און פון הימל פאדערט מען דא עפעס

פארשטייט זיך אלע חכמים ונבונים גייען יעצט אנהייבן די דרך הטבע הסברות אבער רבותי עס איז יעצט אן עת חשבון הנפש און וואו די רמב״ם שרייבט
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג מאי 28, 2018 8:54 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:שרעקליך
ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די
טייערע אידן געדענקט אז א יעדער איינער וואס האט געהערט און האט צער איז אים די צער געווען באשערט און פון הימל פאדערט מען דא עפעס

פארשטייט זיך אלע חכמים ונבונים גייען יעצט אנהייבן די דרך הטבע הסברות אבער רבותי עס איז יעצט אן עת חשבון הנפש און וואו די רמב״ם שרייבט

און אונז סתם עמך שוטים וועלן פרעגן ווען וועט מען טוען מתקן צו זיין דאס פעלער אז אין מאנסי איז איינגעפירט אז פיצלעך קינדער שפילן אין דרייוועיז ווי עס פארן און בעקן טויט מאשינען.

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג מאי 28, 2018 11:29 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:די מויל איז שטים און די הארץ וויינט, ברוך דיין האמת.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

עפל קוגל
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2016 7:59 pm

לויה

תגובהדורך עפל קוגל » מאנטאג מאי 28, 2018 11:49 pm

הער איך אז כ״ק הגה״צ מצאנז זוועהיל שליט״א אין די זיידה דיין שפע חיים מאנסי האבן גערעדט

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג מאי 29, 2018 12:01 am

כאפצעם האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:די מויל איז שטים און די הארץ וויינט, ברוך דיין האמת.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג מאי 29, 2018 12:58 am

אוי אוי אוי!! ס'רייסט דאס הארץ!! אזא טראגעדיע!! ווי טראגט מען דאס אריבער?? רבוש''ע ווי לאנג נאך?! נעם אונז שוין ארויס פון דעם באצוקערטן גלות, ווילאנג ס'נאך געבליבן עפעס. גיב כוח פאר די משפחה דאס אריבערצוטראגן.
Innocent until proven Republican

אינטערעסאנט
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2012 3:29 pm

תגובהדורך אינטערעסאנט » דינסטאג מאי 29, 2018 1:02 am

קדוש ונורא האט געשריבן:מען האט איינגעזעצט די טראק דרייווער?


ער האט גארנישט שלעכט געטוהן

אינטערעסאנט
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2012 3:29 pm

תגובהדורך אינטערעסאנט » דינסטאג מאי 29, 2018 1:08 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
דער דרייבער האט געשריבן:BDE Terrible accident in front of Viznitz shull on Phyllis terrace Father ran over child

No. According to Police, he was strucked by a Rackand Kosher Truck


Meir .... from rockland told me. That that police told
him it was not the rockland truck. They just keep the truck there because the driver Is a witness

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג מאי 29, 2018 1:32 am

דער טראק דרייווער האט מיטגעהאלטן די טראגעדיע, און איז נאכגעפארן דעם ווען אים מודיע צו זיין וואס האט פאסירט. פון דא האט זיך גענומען די שמועות אז דאס איז געווען א טראק.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
יליד מאנסי
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 18, 2018 12:20 am

דעתינו - דעת תורא אויף די שרעקליכע טראגעדיע

תגובהדורך יליד מאנסי » דינסטאג מאי 29, 2018 5:13 am

ווען אזא זאך פאסירט וועט נאטורליך יעדער איינער שפירן א ציפ'קעלע אין הארץ, וואס דאס איז די געפיל פון 'והחי יתן אל ליבו', אבער דער הוא מלאך המות - הוא השטן קען דאס נישט צולאזן, ווייל טאמער יא קען ער גיין אויף פענסיע, וועט ער אריין ברענגען מחשבות של מקרה [פערצופאל], משנה [נאכאמאל א טראגעדיע וואס איז א תוצאה פון טעקניקאלע לעכער און פראבלעמען וכדו'] און {ג}מרה - טראמא, דעפרעסיע, פחדים, יאוש, איבריגע יראת העונש, וכדו'.

לאמיר נישט פארקריכן, יא! אין מאנסי שפילן זיך קינדער אין די דרייוועיס, איר ווייסט ווער עס איז שולדיג?? אונז אלע וואס כל אחד בשמו הטוב יבורך - אדער דורך בויען, פארקויפן קויפן רענטען, ליעסן, בארגן, געבן, ירש'ענען, גנב'ענען, וכו' - האבן בא'גנב'עט די טייערע צאן קדשים מיט זייערע ד' אמות לפני ביתם פון געשמאקע גראז.

אבער צו דען איז אין אנדערעפלעצער און פעלער נישטא קיין טראגעדיעס?? אז הקב"ה וויל שיסט א בעזים ר"ל.

יא! גאר אסאך טראגעדיע'ס אין מאנסי אומגעגנט זענען געווען ע"י בני חם המאוררים, און מער ווי עטליכע דורך די באקאנטע 'שליחים שאינם עושים שליחותם' [אדער בעסער געזאגט, עושים שליחותם של רצון קונם - ל"ע], אבער אפילו דא וואלט אויך אזוי געווען וואלט עס אונז גארנישט פארבעסערט פון די פאקט אז א אידיש לעבן איז אין איין מינוט טראגיש פארשניטן געווארן. [אמת, אז יעצט אז מען ווייסט אז דאס איז געקומען דורך א - ליידער - צוזאמענארבעט פון די ג' שותפים, עלה במחשבתו הטהורה של א' מהם, ולמלאות רצונו של הקב"ה - א' מהשותפים - יצא למעשה ל"ע ע"י שאר השותף\שותפים ה"י, איז די ווייטאג גרעסער, אבער אנדעם איז די ווייטאג גענוג שטארק]. זיך פרובירן צו טרייסטן מיט נחמות שקר אז דאס איז געקומען פון א פארנאכלעסיגע דרייווער, און אים איינזעצן.... פארקראכן פונ'ם פינטל.

יא! אויף פיליס טעררעס הערשט אן אומגעהויערע סכנה'דיגע טרעפיק, אבער זאגט מיר באמת? #1 אין וועמענ'ס הענט ליגט עס צו מאכן זיכערער??? די אלע וואס צוויי אזייגער ביינאכט און צוועלף אזייגער מיטאג שמייסן זיי דורך די 'אלל וועי' סטאפ סיין דארט כאילו לא הי', און לייגן אריין 'נאר' צענדליגע לעבנ'ס און א סכנה, אדער נאר די וואס אפילו ביי מנחה מעריב צייט זענען זיי 'מעביר' על הסטאפ סיין, כמי שאינו, עד כדי כך אז מען קען שוין לכאורה זאגן תפילת הדרך דורכפארנדיג דאס געסל...??? צו ערווארסטו באמת אז די גרעסטע מנינים צענטער זאל ווערן פארשפארט צוליב רוצחי'שע דרייווער'ס??? אדער גאר ערווארסטו א פעטראל צו שטיין דארטן יומם ולילה צו אכט געבן אויף די 'מנהיגי' ישראל??? אדער אפשר גאר א רויט לייט?? #2 עס טוט מיר לייד אייך צו מעלדן אז דאס טראגעדיע האט פאסירט "אין א דרייוועי"!!!!

יא! כל המרחם על הבריות, מרחמין עליו [על הצריך רחמים] מן השמים, אבער נישט ווערן איינגעזונקען אין די רחמנות געפילן און בלייבן 'סטאק' דארטן.

ניין! מיר קענען נישט צוריק ברענגען די דערהויבענע נשמה פון הילדה גיטל ע"ה ב"ר לוי יצחק לרח"ש וואס האט געהאט די זכיה צו פארענדיגן איר תפקיד אויף דער וועלט אזוי שנעל.

ניין! מיר קענען נישט באגרייפן די צער פון אלע באקאנטע וואס עס טוהט זיי וויי די פאסירונג [ווייל עס קומט זיך זיי.... כדברי החכם מחוכם לעיל... ועליו נאמר 'סיג' לחכמה שתיקה, נישט אלעס וואס אויפ'ן לונג, דארף דורך פארן דעםצונג.... כ'מיין הענט].

ניין! מיר קענען נישט באגרייפן די צער און צומישטקייט וואס אלע ביישויערס, שכנים, כולל אינגערלייט, אינגע ווייבלעך, וכל השושבינין וואס וואוינען דארט גייען יעצט דורך.

ניין! מיר קענען נישט באגרייפן די צער און ווייטאג פון די עלטערן וואס דארפ'ן חזר'ן דעם ה' לקח אויף אזא ביטערע אופן.

ניין! מיר קענען נישט באגרייפן די שרעקליכע צער השכינה האומרת קלני מראשי וזרועי מצרתם של כל הנזכרים לעיל!!!!

ניין! איך ווייס נישט וואס הקב"ה וויל פון כלל ישראל בכלליות ובפרטיות, אבער יודע בהמה נפש צדיקו!! יעדער איינער 'קען' קענען זייער גוט את נגעי עצמו, און אליין זעהן צו פאררעכטן במעוד מועד. [וכמעשה רב, א' בא להרה"ק מוויזשניץ מאנסי זצ"ל אחר שאירע לו דבר קשה מאוד, ושאלתו בפיו, מה ה' אלוקיו שואל מעמו ובמה יזכה את ארחו? וענה לו הרה"ק זצ"ל "דאס וואס דו ווילסט נישט"!!! ודו"ק וד"ל]

יא! מיר קענען אבער יא מקיים זיין דברי הרמב"ם ז"ל הנ"ל און "נישט" זיין פארנומען מיט דערשטיקן די תשובה ותיקון המעשים'דיגע געפילן מיט נער'ישע טיפשות'דיגע חשבונות לקיים מה שנאמר 'והמה ביקשו חשבונות רבים', נאר

יא! ליבערשט לאמיר מקיים זיין די ערשטע האלב פסוק 'והאלוקים עשה את האדם ישר', און זוכן די ישר, זיך מתקן זיין און פירן ביושר, ובזכות זה וועלן מיר בקרוב זוכה זיין צו 'והוא יישר אורחותיך'.

יישר כח, און זאל די אויפריכטיגע מחשבות וואס אידן זענען מכוון זיין לע"נ גיטל ע"ה בת לוי יצחק, און לזכות לוי יצחק וב"ב ראזענבערג, זיך צו קענען שטארקן מיט די ריכטיגע כוחות הנפש בעזהשי"ת.
געזונט: לעב מיט דיין אייגענע שכל און יענעמ'ס געפילן!!! קראנק: לעב מיט דיין אייגענע געפילן און יענעמ'ס שכל.....
עצה: זיי נישט פארנומען טראכטן וואס יענער טראכט אויף דיר, ווייל יענער איז ממילא פארנומען צו טראכטן וואס דו טראכסט אויף אים......

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג מאי 29, 2018 10:08 am

דברים נכונים עד מאוד.
נוקבים ויורדים לחדרי בטן.
השם ישמרינו ויצילינו מכל רע.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » דינסטאג מאי 29, 2018 10:11 am

רבונו של עולם!


ווי קען מען נעמען די ווערטער זיך צו טרייסטן
ווי אזוי קען מען אראפשלינגען די צער

עד מתי, ווי לאנג נאך וועלן מיר וויילען אין דעם בעטערן גלות ?
ווען וועט שוין זיין דעם פתום יבא ?
אוי טאטע מען קען שוין נישט מער !!!

גרינע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » דינסטאג מאי 29, 2018 10:17 am

דאס איז געווען דורך א קאר אדער א טראק?
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דינסטאג מאי 29, 2018 10:21 am

דער זיידע הרה"ג ר' מאיר אייזענבערגער שליט"א דינט אויך אלס ראש הכולל "צאנז" אין יוניאן סיטי, און גיבט די השגחה אויף די ארטיגע שחיטה. ער איז באמת א צדיק פון א איד, זאל דער אייבערשטער אים געבן די כוחות דאס דורכצוטראגן, ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו, אכי"ר.

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג מאי 29, 2018 10:29 am

יליד מאנסי, יא יא גערעכט מען דארף תשובה טאן! און דאס הארץ איז פארקלעמט און נאמב פון צער.

אבער יעצט איז די צייט!! ארויסצוברענגען, און שרייען מיט א שופר: די דרייוועיס זענען גאר א גרויסע סכנה אין מאנסי זענען גהרגעט געווארן פיר צו פינף קינדער אין דרייועיס די לעצטע פאר יאר, אינזשעריס ווערט אפילו נישט באריכטעט, פרעג א יעדעס דעליוורי טראק אדער טעקסי וואספארא ניסים מען זעהט זיך אן טעגליך!

קענסט לייגן דאס שולד אויף וועם דו ווילסט, מיר זענען נישט דא צו בלעימען נאר זוכן עצות אויף צו פאררעכטן, קארס באלאנגען נישט ווי פיצלעך דרייען זיך! וואס איז דאס סאלושען? דאס העל עך לאזן פאר קלוגערע פון מיר.

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג מאי 29, 2018 10:32 am

הרב יליד מאנסי, זייער גוט געזאגט! (און אויך, האסט א גוטע שפראך און פעדער).

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » דינסטאג מאי 29, 2018 11:29 am

אז מען רעדט שוין פון די פראבלעם פון בויען אן גראז און נאר דרייוו וועי איז דעי בילדינג טאקע די בעסטע ביישפיל, דא איז געשטענען א קליינע כאטקע מיט אסאך גראז, מען האט אראפגאהאקט די כאטקע און אויסגעבויעט די גאנצע לאט, ביי איין זייט גייט די בילדינג זיגזעק אזוי ווי סטעפסט כדי צו קענען אויסבויען די גאנצע לאט %100. איז דאס נארמאל ???

איתמר
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

תגובהדורך איתמר » דינסטאג מאי 29, 2018 2:48 pm

יליד מאנסי האט געשריבן:ווען אזא זאך פאסירט וועט נאטורליך יעדער איינער שפירן א ציפ'קעלע אין הארץ, וואס דאס איז די געפיל פון 'והחי יתן אל ליבו', אבער דער הוא מלאך המות - הוא השטן קען דאס נישט צולאזן, ווייל טאמער יא קען ער גיין אויף פענסיע, וועט ער אריין ברענגען מחשבות של מקרה [פערצופאל], משנה [נאכאמאל א טראגעדיע וואס איז א תוצאה פון טעקניקאלע לעכער און פראבלעמען וכדו'] און {ג}מרה - טראמא, דעפרעסיע, פחדים, יאוש, איבריגע יראת העונש, וכדו'.

לאמיר נישט פארקריכן, יא! אין מאנסי שפילן זיך קינדער אין די דרייוועיס, איר ווייסט ווער עס איז שולדיג?? אונז אלע וואס כל אחד בשמו הטוב יבורך - אדער דורך בויען, פארקויפן קויפן רענטען, ליעסן, בארגן, געבן, ירש'ענען, גנב'ענען, וכו' - האבן בא'גנב'עט די טייערע צאן קדשים מיט זייערע ד' אמות לפני ביתם פון געשמאקע גראז.

אבער צו דען איז אין אנדערעפלעצער און פעלער נישטא קיין טראגעדיעס?? אז הקב"ה וויל שיסט א בעזים ר"ל.

יא! גאר אסאך טראגעדיע'ס אין מאנסי אומגעגנט זענען געווען ע"י בני חם המאוררים, און מער ווי עטליכע דורך די באקאנטע 'שליחים שאינם עושים שליחותם' [אדער בעסער געזאגט, עושים שליחותם של רצון קונם - ל"ע], אבער אפילו דא וואלט אויך אזוי געווען וואלט עס אונז גארנישט פארבעסערט פון די פאקט אז א אידיש לעבן איז אין איין מינוט טראגיש פארשניטן געווארן. [אמת, אז יעצט אז מען ווייסט אז דאס איז געקומען דורך א - ליידער - צוזאמענארבעט פון די ג' שותפים, עלה במחשבתו הטהורה של א' מהם, ולמלאות רצונו של הקב"ה - א' מהשותפים - יצא למעשה ל"ע ע"י שאר השותף\שותפים ה"י, איז די ווייטאג גרעסער, אבער אנדעם איז די ווייטאג גענוג שטארק]. זיך פרובירן צו טרייסטן מיט נחמות שקר אז דאס איז געקומען פון א פארנאכלעסיגע דרייווער, און אים איינזעצן.... פארקראכן פונ'ם פינטל.

יא! אויף פיליס טעררעס הערשט אן אומגעהויערע סכנה'דיגע טרעפיק, אבער זאגט מיר באמת? #1 אין וועמענ'ס הענט ליגט עס צו מאכן זיכערער??? די אלע וואס צוויי אזייגער ביינאכט און צוועלף אזייגער מיטאג שמייסן זיי דורך די 'אלל וועי' סטאפ סיין דארט כאילו לא הי', און לייגן אריין 'נאר' צענדליגע לעבנ'ס און א סכנה, אדער נאר די וואס אפילו ביי מנחה מעריב צייט זענען זיי 'מעביר' על הסטאפ סיין, כמי שאינו, עד כדי כך אז מען קען שוין לכאורה זאגן תפילת הדרך דורכפארנדיג דאס געסל...??? צו ערווארסטו באמת אז די גרעסטע מנינים צענטער זאל ווערן פארשפארט צוליב רוצחי'שע דרייווער'ס??? אדער גאר ערווארסטו א פעטראל צו שטיין דארטן יומם ולילה צו אכט געבן אויף די 'מנהיגי' ישראל??? אדער אפשר גאר א רויט לייט?? #2 עס טוט מיר לייד אייך צו מעלדן אז דאס טראגעדיע האט פאסירט "אין א דרייוועי"!!!!

יא! כל המרחם על הבריות, מרחמין עליו [על הצריך רחמים] מן השמים, אבער נישט ווערן איינגעזונקען אין די רחמנות געפילן און בלייבן 'סטאק' דארטן.

ניין! מיר קענען נישט צוריק ברענגען די דערהויבענע נשמה פון הילדה גיטל ע"ה ב"ר לוי יצחק לרח"ש וואס האט געהאט די זכיה צו פארענדיגן איר תפקיד אויף דער וועלט אזוי שנעל.

ניין! מיר קענען נישט באגרייפן די צער פון אלע באקאנטע וואס עס טוהט זיי וויי די פאסירונג [ווייל עס קומט זיך זיי.... כדברי החכם מחוכם לעיל... ועליו נאמר 'סיג' לחכמה שתיקה, נישט אלעס וואס אויפ'ן לונג, דארף דורך פארן דעםצונג.... כ'מיין הענט].

ניין! מיר קענען נישט באגרייפן די צער און צומישטקייט וואס אלע ביישויערס, שכנים, כולל אינגערלייט, אינגע ווייבלעך, וכל השושבינין וואס וואוינען דארט גייען יעצט דורך.

ניין! מיר קענען נישט באגרייפן די צער און ווייטאג פון די עלטערן וואס דארפ'ן חזר'ן דעם ה' לקח אויף אזא ביטערע אופן.

ניין! מיר קענען נישט באגרייפן די שרעקליכע צער השכינה האומרת קלני מראשי וזרועי מצרתם של כל הנזכרים לעיל!!!!

ניין! איך ווייס נישט וואס הקב"ה וויל פון כלל ישראל בכלליות ובפרטיות, אבער יודע בהמה נפש צדיקו!! יעדער איינער 'קען' קענען זייער גוט את נגעי עצמו, און אליין זעהן צו פאררעכטן במעוד מועד. [וכמעשה רב, א' בא להרה"ק מוויזשניץ מאנסי זצ"ל אחר שאירע לו דבר קשה מאוד, ושאלתו בפיו, מה ה' אלוקיו שואל מעמו ובמה יזכה את ארחו? וענה לו הרה"ק זצ"ל "דאס וואס דו ווילסט נישט"!!! ודו"ק וד"ל]

יא! מיר קענען אבער יא מקיים זיין דברי הרמב"ם ז"ל הנ"ל און "נישט" זיין פארנומען מיט דערשטיקן די תשובה ותיקון המעשים'דיגע געפילן מיט נער'ישע טיפשות'דיגע חשבונות לקיים מה שנאמר 'והמה ביקשו חשבונות רבים', נאר

יא! ליבערשט לאמיר מקיים זיין די ערשטע האלב פסוק 'והאלוקים עשה את האדם ישר', און זוכן די ישר, זיך מתקן זיין און פירן ביושר, ובזכות זה וועלן מיר בקרוב זוכה זיין צו 'והוא יישר אורחותיך'.

יישר כח, און זאל די אויפריכטיגע מחשבות וואס אידן זענען מכוון זיין לע"נ גיטל ע"ה בת לוי יצחק, און לזכות לוי יצחק וב"ב ראזענבערג, זיך צו קענען שטארקן מיט די ריכטיגע כוחות הנפש בעזהשי"ת.

אנטשולדיג, אבער אייינער קען מיר ביטע זאגן אין איין ווארט וואס די איד וויל דא?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן, אור ישר, איש האשכולות, בינוני, גראף פאטאצקי, פינחס, רבי משה, שטילער, שמעלץ טאפ און 79 געסט