נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מארטש 21, 2021 2:12 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אלע רעפובליקאנער אויפן סענאט ארמד סערוויסעס קאמיטע שיינען צו אפאזירן נאמינאציע פון קאלין קאהל פאר פארטיידיגונג אונטער סעקרעטאר און אויטאמאטיש ווענדן אלע זייערע אויגן צו דזשאו מענשין
די קעגנערשאפט קומט צוליב קאמענטארן אויף סאושעל מידיא פאר וועלכע ער האט זיך איצט אנטשולדיגט זאגנדיג אז ער איז געווארן מיטגעשלעפט מיט די פארטייאישע שטימונג דורכאויס די טראמפ פרעזידענטשאפט און געשריבן אומרעספעקטפול

מענשין האט נאכנישט אנגעדייטעט ווי אזוי ער וואלט געשטימט און איז נישט געווען ביי די קאמיטע פארהער אבער יא געזאגט האבן א געשפרעך מיט קאהל נעכטן דינסטאג
די ווייסע הויז איז באזארגט אז מענשין קען מאכן פראבלעמען און האבן איינגעשפאנט פארטיידיונג סעקרעטאר לאיד אוסטין וועלכע גייט רעדן מיט מענשין און פרובירן צו פארזיכערן אז ער טארפעדירט נישט די נאמינאציע

קאלינס וועט שטימען אקעגן קאהל

אויב איז מורקאוסקי א ניין וועט זיך עס ווארשיינליך ווענדן אין מענשין און אויב מענשין איז א יא וועט די וויצע פרעזידענט צום ערשטן מאל דארפן ברעכן א טיי פאר א נאמינאציע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 22, 2021 12:30 pm

סינעמא שליסט זיך אן מיט סענאטאר קארנין אין א רוף צו די ביידען אדמיניסטראציע צו נוצן די פולסטע אויטאריטעט צו רעאגירן צום קריזיס ביי די גרעניץ

אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 06, 2021 8:13 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך רוסישע פרינץ » מאנטאג מארטש 22, 2021 8:55 pm

סענאט באשטעטיגט מארטי וואלש, מעיאר פון באסטאן, אלס לעיבאר סעקרעטאר.

וואלש איז באשטעטיגט געווארן 68-29.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2398
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג מארטש 22, 2021 10:16 pm

קאנגרעס ספיקער פעלאוסי האט פרייטאג אפגעווארפן א פארלאנג אז קאנגרעספרוי גרין פון זשארזשיע זאל ווערן ארויסגעווארפן פון קאנגרעס.

די פארלאנג איז געווארן אונטערגעשריבן דורך 72 דעמאקראטישע קאנגרעסלייט.

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » מאנטאג מארטש 22, 2021 10:17 pm

ארויסווארפן קען מען אויך?

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2398
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג מארטש 22, 2021 10:24 pm

אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז מעסיגע דעמאקראטן ברויזן גאר שטארק נאך וואס עס איז געווארן אויפגעברענגט די מעגליכקייט אז קאנגרעס וועט איבערדרייען די רעזולטאטן פון די צווייטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין אייאווע.

די ארטיגע וואלן פאר קאנגרעס האבן זיך געענדיגט מיט א גאר שמאלע זיג -פון בלויז זעקס שטימען- פאר די רעפובליקאנער קאנדידאט, און פאריגע וואך איז געווארן באריכטעט אז דער דעמאקראטישע קאנדידאט גרייט זיך אריינצוגעבן א פארלאנג ביי די האוז עדמיניסטרישאן קאמיטע -מיט די צושטימונג פון די פארטיי פירערשאפט- אז זיי זאלן איבערקוקן די וואלן, און מעגליך רעקאמענדירן א קאנגרעסיאנאלע אפשטימונג איבער ווער עס זאל באקומען די זיץ.

עס ווערט באריכטעט אז דורכאויס די לעצטע ניינציג יאר האט קאנגרעס איבערגעדרייט די רעזולטאטן אין בלויז דריי פעלער, ארויס פון 110 וואס זענען געווארן אויפגעברענגט פאר אן אפשטימונג.

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » מאנטאג מארטש 22, 2021 10:26 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז מעסיגע דעמאקראטן ברויזן גאר שטארק נאך וואס עס איז געווארן אויפגעברענגט די מעגליכקייט אז קאנגרעס וועט איבערדרייען די רעזולטאטן פון די צווייטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין אייאווע.

די ארטיגע וואלן פאר קאנגרעס האבן זיך געענדיגט מיט א גאר שמאלע זיג -פון בלויז זעקס שטימען- פאר די רעפובליקאנער קאנדידאט, און פאריגע וואך איז געווארן באריכטעט אז דער דעמאקראטישע קאנדידאט גרייט זיך אריינצוגעבן א פארלאנג ביי די האוז עדמיניסטרישאן קאמיטע -מיט די צושטימונג פון די פארטיי פירערשאפט- אז זיי זאלן איבערקוקן די וואלן, און מעגליך רעקאמענדירן א קאנגרעסיאנאלע אפשטימונג איבער ווער עס זאל באקומען די זיץ.

עס ווערט באריכטעט אז דורכאויס די לעצטע ניינציג יאר האט קאנגרעס איבערגעדרייט די רעזולטאטן אין בלויז דריי פעלער, ארויס פון 110 וואס זענען געווארן אויפגעברענגט פאר אן אפשטימונג.


אויב ברוגז'ן זיי טאקע וועט עס נישט געשען!
נאך מער אינטערעסאנט איז אז מען האט שוין גלייך אנהייב גערעט פון דעם וואס איז אבער יעצט געשעהן?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14495
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג מארטש 22, 2021 10:29 pm

ס'וועט זיי גארנישט העלפן, ס'וועט אריבערגיין איבערוויגענד דורך די רעפובליקאנער וואס האבן דאך געשטימט אום יאנואר 6 צו נוליפייען אן עלעקשאן מיט אירעגולאריטיס

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » מאנטאג מארטש 22, 2021 10:30 pm

כאפצעם האט געשריבן:ס'וועט זיי גארנישט העלפן, ס'וועט אריבערגיין איבערוויגענד דורך די רעפובליקאנער וואס האבן דאך געשטימט אום יאנואר 6 צו נוליפייען אן עלעקשאן מיט אירעגולאריטיס

100%!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2398
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג מארטש 22, 2021 10:34 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:ארויסווארפן קען מען אויך?

מיט די צושטימונג פון צוויי דריטל קאנגרעס מיטגלידער - יו.עס. קאנסיטטושאן, ארטיקל 1, סעקשאן 5.
Screenshot 2021-03-23 022923.jpg
Screenshot 2021-03-23 022923.jpg (84.67 KiB) געזעהן 776 מאל

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » מאנטאג מארטש 22, 2021 10:38 pm

סא אין איייאווע 2 איז אויך די זעלבע זאך?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 23, 2021 2:06 pm

הכל הבל האט געשריבן:בוירנס איז געווארן באשטעטיגט דורך אן איינשטימיגע סענאט און איז געקומען נאך א בלאקאדא פון סענאטאר קרוז וועלכע האט געוואלט א פארשפרעכונג פון די אדמיניסטראציע אז מען וועט סאנקציאנירן די קערפערשאפט פארמישט אין דאס אויפבוי פון נארד סטריעם 2 וועלכע איז א פייפליין וועלכע וועט עקספארטירן נאטורליכע גאז פון רוסלאנד קיין אייראפע

אויסערן סעקרעטאר האט אצינד פארשפראכן סאנקציעס און קרוז האט געעפנט די וועג פאר א שנעלע באשטעטיגונג

דערווייל האלט ער נאך פאר'משכונ'ט די נאמינאציע פון דעפיוטי סעקרעטאר נאמיני ווענדי שערמאן אויף ביז די סאנקציעס ווערן פאקטיש ארויפגעשטעלט

דעמאקראטן שאהין און מענענדעז מוטיגן בלינקען פאראויסצוגיין מיט סאנקציעס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 23, 2021 2:08 pm

מענשין איבער 3 טריליאן פאר אינפראסטרוקטור: אזוי לאנג ווי די קאסטן ווערן געדעקט, אדרבה

איבער די קלימאטן טויש טיל: דאס איז אינפראסטרוקטור? איך ווייס נישט

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג מארטש 23, 2021 2:10 pm

הכל הבל האט געשריבן:מענשין איבער 3 טריליאן פאר אינפראסטרוקטור: אזוי לאנג ווי די קאסטן ווערן געדעקט, אדרבה

איבער די קלימאטן טויש טיל: דאס איז אינפראסטרוקטור? איך ווייס נישט

מיסטער מענשין קוקט דא ביטע!
viewtopic.php?p=2681953#p2681936

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 23, 2021 3:20 pm

קאלינס פאר רעפארטער: דו שיינסט צו וויסן מער איבער וואס עס איז אין דעם (אינפראסטרוקטור ביל) ווי איך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 23, 2021 3:23 pm

דעמאקראט דאקווארט שטעלט קלאר פארן ווייסן הויז אז אזוי לאנג ווי זיי שטעלן נישט ארויס א נאמיני פון אזיאנער אפשטאם איז זי א "ניין" אויף סיי וועלכע נאמינאציע פון א אנישט מינאריטעטן גרופע אריינגערעכנט יורידישע און סוב קאבינעט נאמינאציעס גיבנדיג ביישפילן פון FCC, OMB, און געהילף פארטיידיגונגס סעקרעטאר

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 23, 2021 3:25 pm

שאלאנדא יאנג באשטעטיגט אין סענאט מיט 37-63 צו זיין דעפיוטי דירעקטאר פון די אפיס אוו מענעדזשמענט און בודזשעט

עס איז ערווארטעט אז זי וועט אין די נאנטע צוקונפט נאמינירט ווערן פאר די ליידיגע דירעקטאר פאזיציע

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14495
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג מארטש 23, 2021 3:26 pm

הכל הבל האט געשריבן:דעמאקראט דאקווארט שטעלט קלאר פארן ווייסן הויז אז אזוי לאנג ווי זיי שטעלן נישט ארויס א נאמיני פון אזיאנער אפשטאם איז זי א "ניין" אויף סיי וועלכע נאמינאציע פון א אנישט מינאריטעטן גרופע

פעך

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2398
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג מארטש 23, 2021 6:47 pm

פארוואס פעך?

בסך הכל פאדערט זי אז דער פרעזידענט זאל איינהאלטן זיין צוזאג פון "דייווערסיטי".

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג מארטש 23, 2021 9:32 pm

הכל הבל האט געשריבן:דעמאקראט דאקווארט שטעלט קלאר פארן ווייסן הויז אז אזוי לאנג ווי זיי שטעלן נישט ארויס א נאמיני פון אזיאנער אפשטאם איז זי א "ניין" אויף סיי וועלכע נאמינאציע פון א אנישט מינאריטעטן גרופע אריינגערעכנט יורידישע און סוב קאבינעט נאמינאציעס גיבנדיג ביישפילן פון FCC, OMB, און געהילף פארטיידיגונגס סעקרעטאר

ראסיסט איינער!

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג מארטש 23, 2021 9:43 pm

כאפצעם האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דעמאקראט דאקווארט שטעלט קלאר פארן ווייסן הויז אז אזוי לאנג ווי זיי שטעלן נישט ארויס א נאמיני פון אזיאנער אפשטאם איז זי א "ניין" אויף סיי וועלכע נאמינאציע פון א אנישט מינאריטעטן גרופע

פעך

יאפ די זעלבע שטעקן וועלכע מהאט גענוצט קעגן רעפובליקאנער נוצט זי אקעגן ביידען יעצט. די ריזען? אטענטשן! פעך? ביגטיים באט יו קענט העוו די קעיק ענד איעט איט טו.. האסט געריטן אויף די מינאריטי געשוינעכץ פעיק וואגן ביז היינט? עס עס!

יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג מארטש 23, 2021 9:59 pm

הכל הבל האט געשריבן:דעמאקראט דאקווארט שטעלט קלאר פארן ווייסן הויז אז אזוי לאנג ווי זיי שטעלן נישט ארויס א נאמיני פון אזיאנער אפשטאם איז זי א "ניין" אויף סיי וועלכע נאמינאציע פון א אנישט מינאריטעטן גרופע אריינגערעכנט יורידישע און סוב קאבינעט נאמינאציעס גיבנדיג ביישפילן פון FCC, OMB, און געהילף פארטיידיגונגס סעקרעטאר

דעי נאמען קוקט מיר אויס צו זיין אזיאניש.
הכל הבל האט געשריבן:שאלאנדא יאנג באשטעטיגט אין סענאט מיט 37-63 צו זיין דעפיוטי דירעקטאר פון די אפיס אוו מענעדזשמענט און בודזשעט

עס איז ערווארטעט אז זי וועט אין די נאנטע צוקונפט נאמינירט ווערן פאר די ליידיגע דירעקטאר פאזיציע
אין עהרע פון @נישט ווי יעדעם.

אין עהרע פון @כסלו

למען אחינו ואחותינו המצפים לישועה להתב’ בזש’’ק

היום עשרים יום לסדר ארבעים יום תהילים ברציפות


האסט נאך נישט גענומען? כאפ דיך ’’יעצט’’. מיט.
עוועילעבעל אין מחזור ב’, ס’’א - פ’’א.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14495
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג מארטש 23, 2021 10:42 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פארוואס פעך?

בסך הכל פאדערט זי אז דער פרעזידענט זאל איינהאלטן זיין צוזאג פון "דייווערסיטי".

פארוואס פעך? קוק אן למשל די נעקסטע צוויי וואכן. אלע נאמינאציעס אויפצוקומען אין סענאט זענען מינאריטעטן חוץ איינער, א ווייסער. סאו זי גייט שטימען פאר יעדעם חוץ איינער, דו רבי לעבן האסט א פלעק ביזט א ווייסער! כמוז שטימען ניין אויף דיר.

איז דאס נישט א גרויל?

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג מארטש 23, 2021 10:52 pm

כאפצעם האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פארוואס פעך?

בסך הכל פאדערט זי אז דער פרעזידענט זאל איינהאלטן זיין צוזאג פון "דייווערסיטי".

פארוואס פעך? קוק אן למשל די נעקסטע צוויי וואכן. אלע נאמינאציעס אויפצוקומען אין סענאט זענען מינאריטעטן חוץ איינער, א ווייסער. סאו זי גייט שטימען פאר יעדעם חוץ איינער, דו רבי לעבן האסט א פלעק ביזט א ווייסער! כמוז שטימען ניין אויף דיר.

איז דאס נישט א גרויל?

איך האב הנאה אז דו עקלסט זיך יא פון די ליבעראלן!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14495
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג מארטש 23, 2021 11:17 pm

זיך אלץ געעקעלט

----

שוין, די חכמת האט שוין צוריקגעצויגן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הערינג מיט ברוינפען, שווערע שטופער און 31 געסט