נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9106
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מארטש 14, 2021 12:23 am

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:
יישר כח האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די צוויי סענאטארן פון די זוהנשיין סטעיט וויקלען אויף א ביל צו טוישן צום זומער זייגער פארן גאנצן יאר


קיינעם פאלט נישט ביי פארקערט? אפשר דאך...


זיי ווילען אז מער מענטשען זאלן שוין זיין אויף ווען די זין שיינט אויף .

סתם שלעכטע מענטשן זיי ווילן אז די זון זאל ווינטער אויפשיינען אכטע אנשטאט זיבענע

איך זע נישט קיין פראבלעם דערמיט, חוץ אז אסאך אידן וואס ארבעטן פרי/ווייט וועלן זיך מוטשען מיט'ן שחרית ווינטער. אויך וועט עשרה בטבת, תענית אסתר און שובבים תעניתים זיין לענגער מיט א שעה.

די מעלות זענען פילפכיג, ערב שבת חנוכה וועט נישט זיין אזוי קורץ, מעריב חנוכה א שעה שפעטער, פורים בייטאג א שעה לענגער, שבת נאכמיטאג שלאף לענגער, מנחה וועט מען אייביג קענען דאווענען נאך 6'ע, סוף זמן קרי"ש א שעה שפעטער גאנץ ווינטער, חצות קיינמאל נישט פאר 12:40, וכו'.

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג מארטש 14, 2021 12:16 pm

די פראבלעם פון דאווענען קען מיינען אז אסאך יודן וועלן פשוט נישט קענען דאווענען שחרית "איך זעה אין דעם א גרויסע פראבלעם"!

אינטערסאנטע איד
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 08, 2020 11:30 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אינטערסאנטע איד » זונטאג מארטש 14, 2021 12:39 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:די פראבלעם פון דאווענען קען מיינען אז אסאך יודן וועלן פשוט נישט קענען דאווענען שחרית "איך זעה אין דעם א גרויסע פראבלעם"!


הא לן והא להו! פאר די שפעטע אויפשטייערס איז עס נישט קיין פראבלעם פאר די פריע אויפשטייערס וואס דארפן זיין געענדיגט דאווענען 7-7:30 אדער אפילו אביסל שפעטער וועט זיין תקופות אינמיטן ווינטער וואס מען וועט נישט קענען דאווענען פאר צען צו אכט בערך אויב מע ןוויל נישט דאווענען פאר די נץ און אפילו אויב יא וועט מען נא ר מרויח זיין אפאר מינוט.

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » זונטאג מארטש 14, 2021 12:53 pm

אינטערסאנטע איד האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:די פראבלעם פון דאווענען קען מיינען אז אסאך יודן וועלן פשוט נישט קענען דאווענען שחרית "איך זעה אין דעם א גרויסע פראבלעם"!


הא לן והא להו! פאר די שפעטע אויפשטייערס איז עס נישט קיין פראבלעם פאר די פריע אויפשטייערס וואס דארפן זיין געענדיגט דאווענען 7-7:30 אדער אפילו אביסל שפעטער וועט זיין תקופות אינמיטן ווינטער וואס מען וועט נישט קענען דאווענען פאר צען צו אכט בערך אויב מע ןוויל נישט דאווענען פאר די נץ און אפילו אויב יא וועט מען נא ר מרויח זיין אפאר מינוט.

די שפעטע אויפשטייערס מיינט עס סך הכל אז זיי דארפן אויפשטיין אביסל פריער
משא"כ די וואס דארפן זיין געענדיגט דאווענען אויף 7-7:15 איז עס א גרויסע פראבלעם

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג מארטש 14, 2021 12:55 pm

איקזעקטלי!

אוועטאר
מקווה איד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך מקווה איד » זונטאג מארטש 14, 2021 12:57 pm

די ביל ווערט ארויפגעברענגט כמעט יעדע יאר

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג מארטש 15, 2021 6:34 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סענאט וועט שטימען היינט נאכמיטאג צו ענדיגן דעבאטע אויף די האלאנד נאמינאציע און מאנטאג די ענדגילטיגע אפשטימונג

דעבאטע אפגעשטעלט מיט 42-54

האלאנד קאנפירמד ביי די פילע סענאט, 51/40.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 16, 2021 12:00 pm

אום 12 אזייגער וועט די סענאט שטימען אפצושטעלן דעבאטע אויף די נאמינאציע פון איזבל גוזמאן צו זיין אדמיניסטראטאר פון די קליינע ביזנעס אסאסיאציע
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג מארטש 16, 2021 1:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 16, 2021 12:00 pm

שומער פיילט קלאוטשער פאר די נאמינאציעס פון בעסערא פאר געזונטהייט סעקרעטאר און וואלש פאר לעיבאר סעקרעטאר
ערשטע אפשטימונגען ווארשיינליך מארגן מיטוואך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 16, 2021 12:00 pm

סענאטאר בען קארדין האט נעכטן דורכאויס אן אויפטריט אינאיינעם מיט טראנספארטאציע סעקרעטאר פיט בוטידזשעדזש -נישט כאפנדיג אז ער ווערט אויפגעכאפט דורך אן אנגעצונדענע מיקראפאן- געזאגט אז די אינפראסטרוקטור ביל וועט ווארשיינליך מוזן ווערן אדורכגעשטופט די רעקאנסיליאציע שטראז

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 16, 2021 12:01 pm

מענשין זאגט אז נאכן רעדן מיט אטוירני דזשענעראל מעריק גארלענד וועלכע האט אים שטארק געראטן צו שטימען יא אויף די די גופטא נאמינאציע אלץ געהילף אטוירני דזשענעראל איז ער א ווארשיינליכע יא צוליב זיין צוטרוי אין גארלענד

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 16, 2021 12:01 pm

סענאטאר דורבין זאגט אז ספיקער פעלאסי האט אנערקענט אז זי מאנגלט די שטימען אין די הויז דורכצושטופן א ברייטע אימיגראציע פלאן
דורבין זאגט אז מען קען זיך נאר פארשטעלן אז אין סענאט זענען די שאנסן נאך בלאסער און דורכצושטופן איין טייל אויפמאל איז נאך שווערער

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג מארטש 16, 2021 1:22 pm

הכל הבל האט געשריבן:סענאטאר דורבין זאגט אז ספיקער פעלאסי האט אנערקענט אז זי מאנגלט די שטימען אין די הויז דורכצושטופן א ברייטע אימיגראציע פלאן
דורבין זאגט אז מען קען זיך נאר פארשטעלן אז אין סענאט זענען די שאנסן נאך בלאסער און דורכצושטופן איין טייל אויפמאל איז נאך שווערער

אינטערעסאנט, און דאס איז שוין נאכן האבן כמעט יעדן ביים סטימולוס!

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג מארטש 16, 2021 1:27 pm

בכלל נישט אינטערסאנט, סטימוליס איז אסאך מער פאפעלער ווי אימעגראציע.

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג מארטש 16, 2021 1:35 pm

איך האף אז דו געדענקסט אז מיט אובאמא האבן געוויסע רעפובליקאנער געהאלטן ביים מיטארבעטן כלפי אימיגרעישאן משא"כ די סטימולוס (אבער עס איז נישט קיין ראי').
אגב ביי מיר איז עס נידט יין חי' נאר פארקערט אז בי י טימולוס איז נישט געווען כמעט קיין אופוזישן אפי' ביי די ערטע ווירדזשען איז א חי'.
לעצט פאראכטן דורך גיי פארשטיי אום דינסטאג מארטש 16, 2021 5:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 16, 2021 1:53 pm

הכל הבל האט געשריבן:אום 12 אזייגער וועט די סענאט שטימען אפצושטעלן דעבאטע אויף די נאמינאציע פון איזבל גוזמאן צו זיין אדמיניסטראטאר פון די קליינע ביזנעס אסאסיאציע

אפגעשטעלט מיט 18-80

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג מארטש 16, 2021 4:41 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אום 12 אזייגער וועט די סענאט שטימען אפצושטעלן דעבאטע אויף די נאמינאציע פון איזבל גוזמאן צו זיין אדמיניסטראטאר פון די קליינע ביזנעס אסאסיאציע

אפגעשטעלט מיט 18-80

געפעסט 81-17

אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 06, 2021 8:13 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך רוסישע פרינץ » דינסטאג מארטש 16, 2021 8:28 pm

סענאט מינאריטי פירער מעקאנעל היינט ארויסגעטרעטן מיט א גאר שארפע רעדע אין וועלכע ער האט גאר שארף געווארענט דעמאקראטן זאלן נישט עלימינירן די פיליבוסטער.

מעקאנעל זאגט אז אויב וועלן זיי דאס עלימינירן וועט די סענאט ארבעט ווערן פארשטאטערט ביז צו א מאקסימום, ווי אויך זאלן דעמאקראטן געדענקן אז ס'וועט קומען א צייט זיי וועלן חרטה האבן דערויף.

אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 06, 2021 8:13 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך רוסישע פרינץ » דינסטאג מארטש 16, 2021 8:35 pm

איבער הונדערט קאנגרעסלייט אונטערגעשריבן א ביטע צום איי.אר.עס. אז די טעקס פיילינג דעדליין זאל ווערן אפגעלייגט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 17, 2021 10:29 am

סענאטאר ראמני זאגט אז ער געדענקט נישט אז דעמאקראטן זאלן נוצן די שפראך וועלכע זיי נוצן איצט אין באצוג צום פיליבאסטער און ער געדענקט ווי באקוועם זיי זענען געווען מיט ווי אזוי די פיליבאסטער האט געארבעט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 17, 2021 10:29 am

סענאטאר טון איבער די פיליבאסטער: זיי (סענאטארן מענשין און סינעמא האבן מיר פארשפראכן נאכאנאנד אז מיר קענען בויען אויף זייער ווארט און זיי וועלן נישט דרוקן אויף רעפובליקאנער ווען עס קומט צו באשוצן די לעגיסלאטיווע פיליבאסטער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 17, 2021 10:29 am

ביזטו אין שטיצע פון די גאן לעגיסלאציע אדער וואוטינג רייטס ביל אריבער אין קאנגרעס?
סענאטאר מענשין: ערנסט גערעדט, איך האב עס נאכנישט געזעהן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 17, 2021 10:29 am

דעמאקראטישע קאנגרעסמאן קולער פון טעקסאס איבער די צושטאנד ביים גרעניץ: עס איז קלאר אז מיר זעען אן אויפשטייג און אויב דאס גייט אנהאלטן אריין אין מערץ למספרם גייען מיר האבן אן היומאניטערישע קריזיס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 17, 2021 10:30 am

סענאטאר מענענדעז זאגט אז ער וואלט נישט אויפגעהויבן א ווייסע פאן איבער אימיגראציע רעפארם בעפאר מען פרובירט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 17, 2021 10:30 am

סענאטאר סאנדערס איבער דורכשטופן אן אינפראסטרוקטור ביל דורך די רעקאנסיליאציע פראצעדור:
עס איז אלץ גוט צו האבן אומפארטייאישע שטיצע אבער פון וואס ער האט מיטגעהאלטן די לעצטע צייט פארשטייט ער אז אויס וויל מען אריבערפירן עפעס באדייטנד איז זייער שווער צו קריגן רעפובליקאנע שטיצע


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Good eye, אלי' מקוה יוד, בילדער, יש ברירה, נחמדים, סאברע, פראגראמער, פרינדזשעס.., שווערע שטופער, שמחהלע קאפשטיק און 41 געסט