נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג פאברואר 14, 2021 3:12 pm

צל עובר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:סענאטאר בורר (רעפ.-נארט קאראליינע) זאגט אז טראץ וואס ער פערזענליך האלט אז די סענאט האט נישט קיין קאנסטיטוציאנאלע יוריסדיקציע צו אימפיטשן געוועזענע באאמטע - איז אבער זיין ארבעט צו קוקן אויב די פראסעקיושאן האט געמאכט א גוטע קעיס.

ווייסט? איך האב פיינט ווען מענטשן זאגן סטופיד סטעטמענטס.

איך נישט, איך האב אייך נישט פיינט.

ליין איבער, איך האב פיינט "ווען מענטשן זאגן וכו' ".


איך האב קיינמאל נישט געזאגט אויף דיינע סטעטמענטס אז זיי זענען 'סטופיד'.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג פאברואר 14, 2021 3:22 pm

צל עובר האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:א היציגע אויסטויש איז פארגעקומען צווישן דזשאנסאן און ראמני ווען דער לעצטער האט געשטיצט דאס לאזן ברענגן עדות אין די אימפיטשמענט פראצעס
סאליוואן איז געווען פארכאפט צווישן די צוויי ווען אן אויפגעברויזטער דזשאנסאן האט בא'שגצ'ט ראמני שרייענדיג "דו ביזט שולדיג"

שולדיג אין וואס?

דאס איז וואס מען האט אויפגעכאפט פון א פריוואטע אויסטויש

מען האט אים אנגעפרעגט איבער דעם און דער ערשטער (ווער איז דער ערשטער? דזשאנסאן) האט נישט געוואלט קאמענטירן זאגנדיג אז עס איז געווען א פריוואטע דיסקוסיע אבער די דזשורנאליסטן האבן צוריקגעווארפן אז עס איז געווען אונטער די געשפרעך איז פארגעקומען אונטער זייערע פיס (אויערן) און דעריבער מעגן זיי זיין נייגעריג דערין
אן מיטטיילן מער איבער די אויסטויש זעלבסט האט ער בלויז געזאגט אז די גאנצע פראצעס איז געווען פארברענט צייט און אנשטאט זוכן צו היילן האט מען פרובירט צו עפענען וואונדן און ארויפשיטן דערויף נאך אביסעלע זאלץ

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך צל עובר » זונטאג פאברואר 14, 2021 3:23 pm

ישר כח.

איך שפעקוליר אז ער גייט צוריק צו 2012...
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
Rak Tov
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: כולל
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך Rak Tov » מאנטאג פאברואר 15, 2021 12:33 am

סענאטאר לינדזי גרעהעם זאגט אז די ווען די רעפאבליקאנער נעמען צוריק קאנגרעס דארפן זיי אימפיטשן קאמאלע העריס צוליב וואס זי האט באצאלט בעיל פאר ב.ל.מ. כאליגיאנעס וואס האט געפירט דערצי אז זיי האבן דורכגעפירט פרישע רויבערייען.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 15, 2021 4:30 pm

ספיקער פעלאסי מעלדט אז די הויז וועט נעמען שריט צו פארמירן א 9/11 למספרם סטיל קאמיסיע אויסצופארשן די אטאקע אויף די קעפיטאל געביידע און די אומשטענדן ארום
די ספיקער פארלאנגט אויך מער פאנדינג פאר זיכערהייט צו באשוצן די קעפיטאל און געזעצגעבער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 15, 2021 5:59 pm

נישט צופיל רעדן דערפון אבער אין אזא שטילע נייעס טאג קען אלעס גיין

די דעמאקראטישע פלאן דורכצושטופן א מאסיווע סטימיולוס פעקל דורך רעקאנסיליאציע איז נאכנישט פולשטענדיג אויסגעהאמערט אבער לויט די פארשריפטן וועט די גרויסע ספענדערייען אין טייל מוזן ווערן געדעקט פון ערגעץ און עס וועט מוזן אריינגיין אין אפעקט אויטאמאטישע שניטן אין מעדיקעיר און אנדערע פאפולערע פראגראמען

עס איז אבער נישט ס'ערשטע מאל וואס אזעלכע מאנסטער בילס קוועטשן זיך אדורך די רעקאנסיליאציע שפאלט און אלעמאל ארבעט עס אזוי אז וויכטיגע פראגראמען דינען ווי א תל אנצופילן די חריץ פון דעפעציטן אויפגעטריבן דורך די פרישע בילס

אבער ווי וואשינגטאן פונקציאנירט קענט איר זיך פארשטעלן אז די דעפעציט זעצט פאר צו שטייגן טראץ די אויטאמאטישע שניטן און דאס איז וויבאלד נאך וואס די רעגירנדע פארטיי צופירן זיך די הענט און שטפון דורך זייערע פעקלעך אויף פארטייאישע ליניעס קומען זיי צוריק און הייבן אויף א ויצעקו אקעגן די שניטן אין די אלטע פראגראמען און ערקלערן פאר די אנדערע פארטיי אז טראץ זייער קעגנערשאפט צו די ביל אדורך אונטער רעקאנסיליאציע מוז מען אבער איצט צוריקשטעלן די געלטער פון די אור אלטע פראגראמען און ביידע פארטייען שטימען דאן צוריק אנצוהויפענען דעם תל צו איר פריערדיגן הייך לאזנדיג די קומענדיגע גענעראציעס מיטן צונג אינדרויסן

אזוי איז געווען אונטער בוש און שפעטער אויך און די לעצטע מאל איז עס געווען ווען די רעפובליקאנער האבן אדורכגעשטופט די שטייער רעפארם פעקל האט עס
געפירט צו אויטאמאטישע שניטן וועלכע דעמאקראטן זענען שפעטער גרייט געווען צוריקצושטעלן (ווייל אויף דעם איז 51 נישט גענוג)

אצינד אבער איז די פאליטישע קלימאט אזוי גליענד אז די מער פעסעמיסטישע אין וואשינגטאן הויבן שוין אן צו שושקען אז מען דארף זיין באזארגט איבער די שאנס אז דאסמאל וועט זיין אנדערש און עס וועלן זיך נישט אזוי לייכט אווען 10 רעפובליקאנע סענאטארן צו העלפן צוריקשטעלן די פאנדינג פאר מעדיקעיר און אנדערע פראגראמען

הויז בודזשעט קאמיטע פארזיצער דזשאן יארמעט זאגט אז ער איז נישט זיכער אויב מען דארף זיין באזארגט דערוועגן אבער מען זאגט אים אז ער קען זיין רואיג
געוויסע שטאב מעמבער אונטער אנאנימיטעט ווארענען יא אז מען זאל זיין פארזיכטיג איבער דעם אבער אנדערע פארמישט אין די סטימיולוס געשפרעכן שפילן אראפ זארגן זאגנדיג אז עווענטועל וועט אלעס ווערן צוריקגעשטעלט בעפאר קומענדיגע למספרם יאר ווען די אויטאמאטישע שניטן וואלטן אריין אין קראפט

עס איז שווער אויסצורעכענען אויב רעפובליקאנער וועלן האבן די ביינער אנצוהויבן א קאמף וועלכע איז שווער פאראויסצורעכענען וועלכע זייט קען מער דערלייגן אין די אויגן פון די וויילער ווייל דעמאקראטן קענען עס צוטשעפענען צו יערליכע וויכטיגע גרויסע בילס ווי די בודזשעט ביל און ווארפן די טאבע צו די רעפובליקאנער לאגער און זיי גיבן די שאנס צו ריזיקירן אלץ די וועלכע שטימען פאר א רעגירונג פארשליסונג אבער פון די אנדערע זייט האבן די רעפובליקאנער פאליטישע קאפיטאל פון לאזן די שניטן אין פלאץ און שרייען אז פאקטיש זענען עס דעמאקראטן אין קאנטראל פון אלע דריי הייזער און זיי האבן ווירקליך געפירט צו די שניטן נאר שפעטער פארלאנגן פון זיי עס צו רייניגן

אפילו אויב רעפובליקאנער זאלן יא פרובירן צו שלאגן קאפיטאל איבער דעם איז די פראגע אויב זיי וועלן איינפאך באשליסן מישט צו פינאנצירן די לאך געשאפן אין די פראגראמען אדער בלויז באווייזן ארויסצובאקומען לייכטע קאנצעסיעס אין אויסטויש פאר זייער שטימע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 16, 2021 9:36 am

סענדערס ווידערהאלט אז ער גלויבט אז די מינימום געהאלט העכערונג וועט יא מיטגיין מיט די גרעסערע סטימיולוס פעקל טראץ וואס מענשין און סינעמא זענען דערקעגן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 16, 2021 9:45 am

א נייע גרופע גייט שפענדן א מיליאן דאלער פאר רעקלאמעס אין וויסקאנסין צו שטופן סענאטאר ראן דזשאנסאן צו שטיצן די סטימיולוס פעקל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 16, 2021 9:49 am

אילינאי דעמאקראט ברעד שניידער אויפגעברענגט א ביל וועלכע זאל צוריקהאלטן געוועזענע קאנגרעס מיטגלידער וועלכע זענען געווארן לאביאיסטן פון קענען אויסנוצן זייערע קאנגרעסיאנאלע פריווילעגיעס ווי האבן צוטריט צו די הויז און סענאט פלאר און מעמבער דיינינג רומס
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג פאברואר 16, 2021 9:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 16, 2021 9:51 am

היינט איז די דעדליין פאר 12 קאנגרעס קאמיטעען צוצושיקן זייערע טיילן פון די בודזשעט רעקאנסיליאציע ביל צו די בודזשעט קאמיטע
9 קאמיטעען האבן עס שוין געשיקט מיינסטנס אויף פארטייאישע ליניעס און די דריי אנדערע וועלן עס מוזן טוהן היינט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 16, 2021 9:56 am

מעקאנעל איבער זיין שטימע ריינצואוואשן פרעזידענט טראמפ: די סענאט איז נישט א מאראל טריביונאל
ער האט אויך קריטיקירט דעמאקראטן זאגנדיג אז די געקליבענע איגנאראנץ פון פארשריפטן און נארמס איז א ציווילע דעזיז וועלכע פארשפרייט זיך צווישן די פאליטישע לינקע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 16, 2021 11:24 am

די סענאט היימלאנד זיכערהייט קאמיטע וועט אפהאלטן פארהערן אפצושאצן די זיכערהייט דורכפאלן ביי די קעפיטאל איבערפאל
עדות וועלן ווערן אראפגערופן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 16, 2021 11:27 am

פארהער באשטימט אויף פעברואר 23 למספרם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:55 pm

ראן דזשאנסאן איבער מעקאנעל: איך האלט אז ער דארף זיין אביסל פארזיכטיג
ווען דער פירער פון א סענאט קאנפרענץ רעדט דארף ער געדענקן אז וואס ער זאגט רעפלעקטירט אויף אלע פון אונז און איך בין נישט צופרידן פון זיינע קאמענטארן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 17, 2021 9:41 am

גרעהעם: קעווין מעקארטי איז דער פירער פון די רעפובליקאנער אין קאנגרעס און האט אנגענומען אן אנדערע צוגאנג צו פרעזידענט טראמפ
איך וואלט געראטן מעקאנעל נאכצופאלגן דעם ביישפיל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 17, 2021 10:05 am

קאנגרעס יורידישע סוב קאמיטע איבער ציווילע רעכטן און ציווילע פרייהייט האלט היינט אפ א פארהער איבער קנעכטשאפט פארגיטיגונג פאר אפריקאנע אמעריקאנער
עדות זענען הילערי שעלטאן און הערשל וואלקער (יא, דער וועלכע האט אויפגעטרעטן ביי די רעפובליקאנע קאנווענשאן)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 17, 2021 11:43 am

נאך וואס ווי פריער באריכטעט האט ביידען גענוצט די N ווארט (די מיט צוויי בוכשטאבן וועלכע ענדיגט זיך מיט אן O) איבער אפמעקן סטודענטן חובות ביז 50 טוינט דאלער דורך אן עקזעקוטיוו ארדער זאגן איצט שומער און ווארען אז די אדמיניסטראציע האט געהאט געזאגט אז זיי וועלן איבערקוקן די אפציעס איבער דעם און אז זיי (די צוויי סענאטארן) זענען קאנפידענט אז די ווייסע הויז וועט איינשטימען מיט די סטאנדארד גענוצט דורך פרעזידענטן אבאמא און טראמפ

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 17, 2021 3:19 pm

די סענאט פינאנץ קאמיטע געסקעדזשועלט פארהער איבער די באסערא נאמינאציע פאר געזונטהייט סעקרעטאר
איין טאג בעפאר וועט ער ווערן פארהערט דורך די העלפ קאמיטע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 17, 2021 10:14 pm

רעפובליקאנער אויפן יורידישן קאמיטע ווילן דרוקן גארלענד צו פארשפרעכן אז זיין דעפארטמענט וועט געהעריג אויספארשן קאומא

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 17, 2021 10:16 pm

א געהילף צו מעקאנעל זאגט אז זיין אויבערהאר לאכט זיך אויס פון טראמפ'ס סטעיטמענט און פלאנט נישט צו רעדן אדער מער אנקערן מיט אים

גיי פארשטיי
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » מיטוואך פאברואר 17, 2021 11:43 pm

א וודאי פלאנט ער נישט צן רעדן צו אים אבער לאכן לאכט ווער עס לאכט דער לעצטער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:15 am

ווערט ארויסגערוקט קריטיק אקעגן טעד קרוז פאר כאפן אן אויספלוג רייזע אין די צייט וואס מיליאנען אין טעקסאס זיצן אין די טונקל אן קיין וואסער

גיי פארשטיי
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:53 am

און ווי איז קריטיק קעגן ביידן אדימינסטראציע עיין ערך האריקעין סענדי.

אוועטאר
שפרינגען
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2020 12:45 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך שפרינגען » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:55 am

גיי פארשטיי האט געשריבן:און ווי איז קריטיק קעגן ביידן אדימינסטראציע עיין ערך האריקעין סענדי.

וואס איז געווען ביי האריקעין סענדי?

גיי פארשטיי
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 12:07 pm

פרעג פאר מענשן אין ניו יארק ניו דזערסי און נאכדעם קוק צייטונגען פון דעמאלטס.

ואידך פירושא זיל גמור!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איגערקע, בר דעת, חלה לכבוד שבת און 36 געסט