נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 6:27 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:קאנגרעס האט היינט באשטעטיגט א געזעץ פארשלאג וואס פארלאנגט פון כינעזע פירמעס וואס ווערן געטרעיד אויף די אמעריקאנע סטאק עקסטשעינזש זאלן צולאזן אמעריקאנע רעגולעיטאר'ס זאלן איבערקוקן די פיינענשעל אודיט רעקארד'ס פון די פירמעס - אויב די פירמעס וועלן נישט דערלויבן אמעריקאנע רעגולעיטאר'ס צו האבן צוטריט צו די אינפארמאציע וועלן זיי ווערן פארבאטן פון טרעיד'ן אויף אמעריקאנע עקסטשעינזשעס.

די געזעץ פארשלאג איז שוין אדורך די סענאט פריער אין יאר און איז ערווארטערט צו ווערן אונטערגעשריבן דורכ'ן פרעזידענט.

לאנג אווערדו
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 1:06 pm

די אומפארטייאישע ביל האט איצט ערהאלטן א וויכטיגע שטיצער אמדירעקט מיט דעם וואס פרעזידענט טראמפ זאגט איבער דעם: איך גלויב אז מיר קומען נענטער און ווילן עס זעהן פאסירן
איך גלויב זיי ווערן זייער נאנט צו אן אפמאך

פארשער
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך פארשער » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 1:21 pm

הכל הבל האט געשריבן:די אומפארטייאישע ביל

https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 7#p1808037

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 4:20 pm

וואו האלט די אומפארטייאישע ביל?
קרעמער דרוקט זיך אויס היבש סימפאטיש זאגנדיג:
איך גלייך די פארזוכן וועלכע שטעלט אוועק די ריכטיגע באלאנס פון קאמפראמיס און עס איז א ציפער וועלכע קען מצליח זיין
דערווייל זענען דא 6 רעפובליקאנער אין שטיצע און צוגאב פון צוויי וועלכע קוקן אויס צו גיין אין יענע ריכטונג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 4:22 pm

לויט קוועלער דיסקוסירט מען נאך אלץ אויב די בענעפיטן זאלן גיין אויף צוריק אויך אבער לויט מארק ווארנער קוקט אויס אז כאטש אויף דעצעמבער למספרם וועט מען זיכער צוריקצאהלן

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 11:28 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מעקאנעל פיילט קלאוטשער אויף די נאמינאציע פון קריס וואלער צו סערווירן אויפן פעדעראל רעזערוו באורד

אפשטימונג שפעטער אין וואך

נאמינאציע פאראויסגערוקט מיט 50-45

ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן אין א אפשטימונג פון 48-47.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו (מוסף יוה"ק).
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א גמר חתימה טובה.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש דעצמבער 05, 2020 4:41 pm

קאנגרעס האט היינט באשטעטיגט א ביל צו אראפנעמען מאריוואנא פון די פעדעראלע "קאנטראלירטע סובטאנצן" ליסטע.

די אפשטימונג איז אדורך 228-164, און איז נישט ערווארטערט צו ווערן אויפגענומען דורכ'ן סענאט.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו (מוסף יוה"ק).
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א גמר חתימה טובה.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג דעצמבער 07, 2020 10:32 am

הכל הבל האט געשריבן:די אומפארטייאישע ביל האט איצט ערהאלטן א וויכטיגע שטיצער אמדירעקט מיט דעם וואס פרעזידענט טראמפ זאגט איבער דעם: איך גלויב אז מיר קומען נענטער און ווילן עס זעהן פאסירן
איך גלויב זיי ווערן זייער נאנט צו אן אפמאך

סענאטאר ביל קעסידי (ר-לואיזיאנא) זאגט היינט אז ער ערווארטערט אז סיי טראמפ און סיי מעקקאנעל וועלן שטיצן די אומפארטייאישע ביל.

די ביל וועט ווארשיינליך אנטהאלטן 300 דאללער אין עקסטערע אנעפלוימענט בענעפיטן פאר אמעריקאנע, אין צוגאב צו א פרישע רונדע פי.פי.פי. געלטער.

געזעצגעבער פארמישט אין די פארהאנדלונגען זאגן אז א 1,200 דאללער טשעקל וועט מוזן צוווארטן אויף די קומענדיגע אדמיניסטראציע.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו (מוסף יוה"ק).
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א גמר חתימה טובה.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 9:38 am

ווארען קוקט אויס סקעפטיש איבער די שאנסן פאר סוקסעס פון די אומפארטייאישע ביל זאגנדיג אז עס איז נישטא קיין אפמאך
זי זאגט אז זי איז זייער אבאזארגט איבער די קליינע ציפער און איבער די לייעביליטי פראוויזיע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 9:39 am

שטיצער פונעם ביל זוכן נישט צו רופן אירע מיטגלידער אלץ גענג נאר זיי באצייכענען עס אלץ די 908 קאאליציע באזירט אויף די ציפער וועלכע די ביל זוכט צו שפענדן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 9:42 am

א קאמף פארעמט זיך ארום די נאמינאציע פון ביידען'ס אויסוואל פאר העלט און יומען סעקרעטאר

דזשאן קארנין זאגט אז דער קאליפארניע אטוירני דזשענעראל בעסערא איז היבש ראדיקאל און ער ווייסט ניטאמאל זיין עקספערטיז אין דעם פעלד און אז עס איז אנדערש פון אלעקס עיזאר וועלכע איז געקומען פון די פארמאסיוטיקעל אינדוסטריע און פון אן העלט קעיר בעקגראונד

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 9:43 am

האולי מוטיגט טראמפ צו וועטאאירן סיי וועלכע סטימילוס ביל וועלכע נעמט נישט אריין דירעקטע טשעקס פאר אמעריקאנע בירגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 9:44 am

מעקאנעל האפט אז מען וועט נאך די וואל שטימען אויף אן 1 וואך CR און שפעטער אויף א גרעסערע ביל
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג דעצמבער 08, 2020 9:54 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 9:47 am

פירער פון ביידע פארטייען און ביידע הייזער פאראייניגט איבערצודרייען א וועטא פון פרעזידענט טראמפ איבער די פארטיידיגונגס ביל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 9:48 am

מענענדעז האט באוויזן צו איבערצייגן מורקאוסקי צו שטיצן זיין רעזאלוציע אקעגן די וואפן פארקויף פאר די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן
דער איינציגסטער אנדערע רעפובליקאנער עס צו שטיצן איז רענד פאול

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 9:51 am

מיט די נאמינאציע פון לאיד אויסטין פאר פארטיידיגונגס סעקרעטאר קומט ארויף די וועיווער אישו ווען די סענאט וועט מוזן צו ערשט פטר'ן אוסטין פון די באגרעניצונג וועלכע ערלויבט נישט צו שטעלן געוועזענע מיליטערלייט בעפאר זיי זענען געווען אינדרויסן פון די מיליטער פאר כאטש 7 יאר
ווען מען האט באשטעטיגט מעטיס און אים דאן געשאנקן אזא פטור האט דאן דעמאקראט דזשעק ריעד פון ראוד איילאנד פארשפראכן אז מער וועט עס נישט פאסירן אין מען טאר נישט ארויסגעבן אזלעכע וועיווערס מער ווי איינמאל אין א גענעראציע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 9:54 am

די פלאן פון די אומפארטייאישע ביל דערווייל לויטעט ווייטער אז די בענעפיטן וועלכע נישט צוריקגיין אויף אלע פריערדיגע מאנאטן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 9:55 am

הכל הבל האט געשריבן:א קאמף פארעמט זיך ארום די נאמינאציע פון ביידען'ס אויסוואל פאר העלט און יומען סעקרעטאר

דזשאן קארנין זאגט אז דער קאליפארניע אטוירני דזשענעראל בעסערא איז היבש ראדיקאל און ער ווייסט ניטאמאל זיין עקספערטיז אין דעם פעלד און אז עס איז אנדערש פון אלעקס עיזאר וועלכע איז געקומען פון די פארמאסיוטיקעל אינדוסטריע און פון אן העלט קעיר בעקגראונד

קעסידי: עס איז אזוי ווי מען זאל שטעלן איינעם אנצופירן די פארטיידיגונגס דעפארטמענט אן קיין ערפארונג אין פארטיידיגונג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 9:56 am

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:א קאמף פארעמט זיך ארום די נאמינאציע פון ביידען'ס אויסוואל פאר העלט און יומען סעקרעטאר

דזשאן קארנין זאגט אז דער קאליפארניע אטוירני דזשענעראל בעסערא איז היבש ראדיקאל און ער ווייסט ניטאמאל זיין עקספערטיז אין דעם פעלד און אז עס איז אנדערש פון אלעקס עיזאר וועלכע איז געקומען פון די פארמאסיוטיקעל אינדוסטריע און פון אן העלט קעיר בעקגראונד

קעסידי: עס איז אזוי ווי מען זאל שטעלן איינעם אנצופירן די פארטיידיגונגס דעפארטמענט אן קיין ערפארונג אין פארטיידיגונג

קאלינס: איבערראשט אז עס איז נישט עימיצער מיט אן העלט קעיר בעקגראונד

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 9:57 am

טון זאגט אז עס וואלט געווען מער שטיצע אינערהאלב רעפובליקאנע ראנגן איינצושליסן דירעקטע שעקס פאר אמעריקאנער אין א סטימילוס ביל אויב דעמאקראטן זענען עס גרייט צו פינאנצירן דורך אויפגעבן א פארציע פון די הילף פאר סטעיט און לאקאלע רעגירונגען

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 10:01 am

הכל הבל האט געשריבן:מיט די נאמינאציע פון לאיד אויסטין פאר פארטיידיגונגס סעקרעטאר קומט ארויף די וועיווער אישו ווען די סענאט וועט מוזן צו ערשט פטר'ן אוסטין פון די באגרעניצונג וועלכע ערלויבט נישט צו שטעלן געוועזענע מיליטערלייט בעפאר זיי זענען געווען אינדרויסן פון די מיליטער פאר כאטש 7 יאר
ווען מען האט באשטעטיגט מעטיס און אים דאן געשאנקן אזא פטור האט דאן דעמאקראט דזשעק ריעד פון ראוד איילאנד פארשפראכן אז מער וועט עס נישט פאסירן אין מען טאר נישט ארויסגעבן אזלעכע וועיווערס מער ווי איינמאל אין א גענעראציע

דעמאקראט סלאטקין (פון קאנגרעס) זאגט אז זי רעספעקטירט אוסטין און געארבעט מיטי אים אין איראק אבער די ציווילע-מיליטערישע באציאונגען אין די פענטאגאן מוז ווערן אדרעסירט און באלאנסירט און די ביידען אדמינסטראציע וועט מוזן אדרעסירן אירע זארגן בעפא זי שטימט (ביידע הייזער דארפן שטימען) צו שענקן א וועיווער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 10:03 am

קאנגרעס וועט היינט דעבאטירן און דערנאך שטימען אויף די פארטיידיגונג ביל
די הויז פרידאם קאקוס וועט אפהאלטן א פרעסע קאנפרענץ און שטימען דערקעגן
באזונדער וועלן זיי אראפרייסן ביים נאמען אלע רעפובליקאנער וועלכע פלאנען איבערצודרייען א פרעזידענט וועטא דערויף

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 10:36 pm

הכל הבל האט געשריבן:האולי מוטיגט טראמפ צו וועטאאירן סיי וועלכע סטימילוס ביל וועלכע נעמט נישט אריין דירעקטע טשעקס פאר אמעריקאנע בירגער

ווייסע הויז אנגעהויבן שטופן מ'זאל אריינווארפן 600 דאלער פאר אמעריקאנע בירגער.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו (מוסף יוה"ק).
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א גמר חתימה טובה.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 10:51 pm

הכל הבל האט געשריבן:קאנגרעס וועט היינט דעבאטירן און דערנאך שטימען אויף די פארטיידיגונג ביל

אריבער אין קאנגרעס 335-78, גענוג אויף צו איבערדרייען א וועטא.

דארף נאך אריבערגיין אינעם סענאט.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו (מוסף יוה"ק).
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א גמר חתימה טובה.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 9:44 am

קאליפארניע דעמאקראט עריק סוואלוואל וועלכע זיצט אויפן סעלעקט שפיאנאזש קאמיטע פארוויקלט אין סומאטוכע נאך אן אויפדעקונג וועלכע פארציילט אז ער אין אנדערע קאליפארניע פאליטיקאנטן זענען באאיינפלוסט פון כינעזע שפיאנען
לויט די באריכט האבן די כינעזע אינפילטרירט זיין אפיס מיט אן איינגעשטעלטע דארט און א צווייטע האט ארויסגעהאלפן זיין קאמפיין צו קאנגרעס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן, אבן יקרה, לא ימושו מפיך, לעילא ולעילא, מַחְכִּימַת פֶּתִי, נו שוין, סענסיטיוו, פארצייטיש, שתקן, תרמב און 52 געסט