נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

נודניק האט געשריבן:
אונגארישער האט געשריבן:קומט אריין די נייעס אז קארטעז גייט האבן א פריימערי קעגענער. געדענק איך נישט די נאמען. אבער עס איז א פרוי א לאנג יעריגע האסט פון סי ענ בי סי. און א רעספעקטירטע אקאנאמיע/ביזנעס אנאליסט. מיט שטארקע קשרים און די מידיא וועלט א זייער וויכטיגע עסעט פאר א קאמפיין



מישעל קעראסע קעברערע, דריי אין פיפציג,



זעט אויס אז אין די דיסטריקט איז א קפידא 3 נעמען, אין צוגאב צו קענען שווער ארויסזאגן
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

מישעל קאראסע קאברערע ?!

הממממממ, סאונד אווי א כישוף מאכער'ס לחש..
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מעטיו טאמעס שעלפ באשטעטיגט מיט 72-23 צו סערווירן אלץ דיסטריקט ריכטער פאר מזרח מיזורי
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דזשאן קנעס באשטעטיגט מיט 81-12 צו סערווירן אלץ דיסטריקט ריכטער פאר דרום ניו יארק
ער איז געווארן געשטיצט דורך ביידע אילינאי דעמאקראטן, דורבין און דאקווארט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יושע קיינדראד באשטעטיגט מיט 54-41 צו סערווירן אלץ דיסטריקט ריכטער פאר אלאסקא
אפשטימונג אריבער אויף פארטייאישע ליניעס מיטן אויסנאם פון דעמאקראטן מענשין און סינעמא וועלכע האבן געשטימט אין שטיצע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

רוביא שיקט ארויס פאנדרעיזינג אימעיל פאר סוזען קאלינס
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

הכל הבל האט געשריבן:יושע קיינדראד באשטעטיגט מיט 54-41 צו סערווירן אלץ דיסטריקט ריכטער פאר אלאסקא
אפשטימונג אריבער אויף פארטייאישע ליניעס מיטן אויסנאם פון דעמאקראטן מענשין און סינעמא וועלכע האבן געשטימט אין שטיצע

און מיט דעם האט די אלאסקא דיסטריקט געריכט צוריקבאקומען א רעפאבליקאנע מעדזשאריטי.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פיליפ האלפערין באשטעטיגט מיט 77-19 צו סערווירן אלץ דיסטריקט ריכטער פאר דרום ניו יארק
געווארן געשטיצט דורך שומער אבער אפאזיטירט דורך דזשיליברענד

ער איז די 137'סטע דיסטריקט ריכטער צו ווערן באשטעטיגט אונטער פרעזידענט טראמפ
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

Senate votes 55-45 to impose war powers restrictions when it comes to use of force against Iran. This measure requires the Trump Admin to end all military action targeting Iran within a month after the beginning of potential hostilities - unless Congress expressly signs off


איך מיין אז דאס אויף וואס מען האט געשטימט אין די הויז איז בלויז א רעזאלוציע, און יעצט וועט מען שטימען דארט אויף דעם ביל צו שיקן צו טראמפ. וועלכער וועט עס אוודאי וועטאירן.

אכט רעפאבליקאנער האבן געשטימט קעגן טראמפ. און בערני ווארן און קלאבאשער זענען דארט געווען.
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך !want to be good »

!want to be good האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:MAY 10 2019
דאס איז א ליסטע פון די יוניידעט סטעיטס סירקוט קאורטס, פארטיי קאנטראל.
1'טע סירקוט, דעמאקראטען +2. מיט 4 אנטקעגן 2.
2'טע סירקוט, דעמאקראטען +1. מיט 7 אנטקעגן 6, אבער צוויי וועקענסי'ס קומען אויף נעקסטע חודש.
3'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +1. מיט 7 אנטקעגן 6, און איין וועקענסי.
4'טע סירקוט, דעמאקראטען -1. מיט 8 אנטקעגן 7.
5'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +6. מיט 11 אנטקעגן 5, און איין וועקענסי.
6'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +6. מיט 11 אנטקעגן 5.
7'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +7. מיט 9 אנטקעגן 2.
8'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +9. מיט 10 אנטקעגן 1.
9'טע סירקוט, דעמאקראטען +7. מיט 16 אנטקעגן 9, מיט 4 וועקענסי'ס, טראמפ האט שוין נאמינירט ריכטער.
10'טע סירקוט, דעמאקראטען +2. מיט 7 אנטקעגן 5.
11'טע סירקוט, אייניג. מיט 6 אנטקעגן 6.

די-סי סירקוט, דעמאקראטען +3. מיט 7 אנטקעגן 4.
פעדעראלע סירקוט, דעמאקראטען +4. מיט 8 אנטקעגן 4.


פאראינטערסירט האט געשריבן:NOVEMBER 14 2019
כהיום איז די בילד היבש אנדערש!
דאס איז א ליסטע פון די יוניידעט סטעיטס סירקוט קאורטס יעצטיגע פארטיי קאנטראל.
1'טע סירקוט, דעמאקראטען +2. מיט 4 אנטקעגן 2.
2'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +1. מיט 7 אנטקעגן 6.
3'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +2. מיט 8 אנטקעגן 6.
4'טע סירקוט, דעמאקראטען +1. מיט 8 אנטקעגן 7.
5'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +6. מיט 11 אנטקעגן 5, און איין וועקענסי.
6'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +6. מיט 11 אנטקעגן 5.
7'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +7. מיט 9 אנטקעגן 2.
8'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +9. מיט 10 אנטקעגן 1.
9'טע סירקוט, דעמאקראטען +3. מיט 16 אנטקעגן 13.
10'טע סירקוט, דעמאקראטען +2. מיט 7 אנטקעגן 5.
11'טע סירקוט, אייניג. מיט 6 אנטקעגן 6, 3 גייען ריטייערן אריינגערעכנט איין דעמאקראטישער אפוינטעט ריכטער.

די-סי סירקוט, דעמאקראטען +3. מיט 7 אנטקעגן 4.
פעדעראלע סירקוט, דעמאקראטען +4. מיט 8 אנטקעגן 4.


הרב פאראינטערעסירט, מיר וואלטן הנאה געהאט פון א אפדעיט!
יישר כח פון פאראויס!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

די אכט רעפאבליקאנער וואס האבן געשטימט קעגן טראמפ

מייק לי (יוטא)
רענד פאול (קענטאקי)
סוזען קאלינס (מעין)
לאמער אלעקסאנדער (טענעסי)
ביל קעסידי (לואזיענע)
מארען (קענסעס)
ליסע מוקארסקי (אלעסקע)
טאד יאנג (אינדיאנא)
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

!want to be good האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:MAY 10 2019
דאס איז א ליסטע פון די יוניידעט סטעיטס סירקוט קאורטס, פארטיי קאנטראל.
....
...

הרב פאראינטערעסירט, מיר וואלטן הנאה געהאט פון א אפדעיט!
יישר כח פון פאראויס!


זעה דא.

ווען פרעזידענט טראמפ איז אריין אין אפיס האבן די דעמאקראטישע אפוינטיס קאנטראלירט 9 פון די 13 סירקוט געריכטן. בעת די רעפאבליקאנע אפוינטיס האבן קאנטראלירט נאר 4!

כהיום איז די בילד היבש אנדערש!
די רעפאבליקאנע אפוינטיס קאנטראלירן שוין 7 סירקוטס. אנטקעגן 6 קאנטראלירט דורך דעמעקראטישע אפוינטיס.

דא איז א ליסטע פון די יוניידעט סטעיטס סירקוט קאורטס יעצטיגע פארטיי קאנטראל.
1'טע סירקוט, דעמאקראטען +2. מיט 4 אנטקעגן 2.
2'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +1. מיט 7 אנטקעגן 6.
3'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +2. מיט 8 אנטקעגן 6.
4'טע סירקוט, דעמאקראטען +1. מיט 8 אנטקעגן 7.
5'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +6. מיט 11 אנטקעגן 5, און איין וועקענסי.
6'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +6. מיט 11 אנטקעגן 5.
7'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +7. מיט 9 אנטקעגן 2.
8'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +9. מיט 10 אנטקעגן 1.
9'טע סירקוט, דעמאקראטען +3. מיט 16 אנטקעגן 13.
10'טע סירקוט, דעמאקראטען +2. מיט 7 אנטקעגן 5.
11'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +1. מיט 7 אנטקעגן 5.

די-סי סירקוט, דעמאקראטען +3. מיט 7 אנטקעגן 4.
פעדעראלע סירקוט, דעמאקראטען +4. מיט 8 אנטקעגן 4.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

וויפיל דיסטריסטס ריכטער האט שוין טראמפ אריינגעשטעלט ? און וויפיל האט אבאמא אריינגעשטעלט אין זיינע 8 יאר ?
א דאנק אייך
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

eller האט געשריבן:וויפיל דיסטריסטס ריכטער האט שוין טראמפ אריינגעשטעלט ? און וויפיל האט אבאמא אריינגעשטעלט אין זיינע 8 יאר ?
א דאנק אייך

שוין געשריבן דא, אבער כ'וועל עס נאכמאל שרייבן בקיצור.


אבאמא האט במשך זיינע 8 יאר אריינגעשטעלט:
2 סופרים קאורט ריכטער.
55 סירקוט ריכטער.
268 דיסטריקט ריכטער.
4 ריכטער אויף די אינטערנאציאנאלע טרעיד געריכט.

טראמפ האט ביזדערווייל אין זיינע קארגע 3 יאר שוין אריינגעשטעלט:
2 סופרים קאורט ריכטער.
51 סירקוט ריכטער.
137 דיסטריקט ריכטער.
2 ריכטער אויף די אינטערנאציאנאלע טרעיד געריכט.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
eller האט געשריבן:וויפיל דיסטריסטס ריכטער האט שוין טראמפ אריינגעשטעלט ? און וויפיל האט אבאמא אריינגעשטעלט אין זיינע 8 יאר ?
א דאנק אייך

שוין געשריבן דא, אבער כ'וועל עס נאכמאל שרייבן בקיצור.


אבאמא האט במשך זיינע 8 יאר אריינגעשטעלט:
2 סופרים קאורט ריכטער.
55 סירקוט ריכטער.
268 דיסטריקט ריכטער.
4 ריכטער אויף די אינטערנאציאנאלע טרעיד געריכט.

טראמפ האט ביזדערווייל אין זיינע קארגע 3 יאר שוין אריינגעשטעלט:
2 סופרים קאורט ריכטער.
51 סירקוט ריכטער.
137 דיסטריקט ריכטער.
2 ריכטער אויף די אינטערנאציאנאלע טרעיד געריכט.


די כמות דאס מיינט די נומבער וויפיל ריכטער ער האט באקימען באשטעטיגט און אזא קורצע צייט איז זייער א שטארקע דערגרייכונג. אבער די איכות דאס מיינט אז ער האט באוויזן צו איבערדרייען געוויסע דיסטריקטס צו רעפובליקאנע (אבי נישט ליבעראל) איז אסאאאאך א גרעסערע דערגרייכונג וואס וועט האבן לאנג טערם אפעקט
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
ראשית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 11:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשית »

וויפיל ליידיגע זיצען איז נאך דא
בשביל התורה שנקרא ראשית, בשביל ישראל שנקרא ראשית
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סענאטארשע עליזאבעט ווארען שלאגט פאר א ביל אין וועלכע מען וועט שטימען צו שיפטן געלט וועלכע דער פרעזידענט האט דעזיגנירט פארן גרעניץ וואנט און אנשטאט נוצן צו באקעמפן די קאראונא וויירוס
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

פאראינטערסירט האט געשריבן:.


א דאנק @פאראינטערסירט פאר די אפדעיט.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

הכל הבל האט געשריבן: אינעם היינטיגן קאקאש באריכט:

הויפט ריכטער דזשאן ראבערטס האט אראפגעריסן סענאט מינאריטעט פירער טשאק שומער פארן מאכן פובליק סטראשעס אקעגן ריכטער קעווענאו און גארסוטש זאגנדיג אז אויב זיי וועלן זיך דערוואגן צו שטימען אין שטיצע פון א אן אנטי רציחה געזעץ אין ליוזיאנא וועלן זיי באצאלן א פרייז
ראבערטס זאגט אז ריכטער זענען באוואוסטזיניג אז ווערן קריטיקירט איז טייל פון פון זייער דזשאב אבער דראאונגען פון אזא קאליבער נאכדערצו ווען עס קומט פון די העכסראנגיקע רעגירונג באאמטע איז נישט בלויז נישט אויסגעהאלטן נאר געפארפול
*
דזשעימס קאומי פריער: עס איז שלעכט פאר ערוויילטע באאמטע צו אטאקירן פעדעראלע ריכטער אפגעזעהן ווער דו ביזט אדער ווער די ריכטער זענען
און אויב דו האסט עס געטוהן דאן אנטשודיג זיך
מיר דארפן האבן פירער וועלכע זענען א קאנטראסט צו טראמפ און נישט אן אפשפיגלונג פון אים
*
סענאט פירער מיטש מעקאנעל גייט זאגן אין זיין רעדע באלד אויפן סענאט פלאר: אין קעאגנזאץ צו וואס דער דעמאקראטישע פירער פרובירט צו זאגן האט ער זיך קלאר נישט באצויגן צו רעפובליקאנע געזעצגעבער אדער סיי וועם אנדערש
ער האט קלאר און דירעקטירט זיין סטעיטמענט אין ריכטונג פוןן די ריכטער ביי זייער נאמען
*


פאראינטערסירט האט געשריבן:ברעיקינג!!

סענאט דעמעקראט מינאריטעט פירער טשאק שומער האט היינט "געסטראשעט" די צוויי טראמפ אפוינטעט סופרים קאורט ריכטער אויב זיי גייען פסק'ענען אנטקעגן חוקי רציחה!

ביי א ראלי אין שטיצע פון חוקי רציחה אויף די גאס פארנט פון די סופרים קארט געביידע, בשעת די ריכטער האבן אויסגעהערט די ארגומענטן איבער א לואיזיאנא אנטי חוקי רציחה געזעץ, האט שומער געשריגן "איך וויל דיר זאגן גארסיטש, איך וויל דיר זאגן קאוואנאוו, איהר האט געלאזט אין גאנג די שטורעם ווינט, און איהר וועט באצאלן די פרייז דערפאר! איהר וועט נישט וויסן וואס עס וועט ענק באטרעפן אויב איהר גייט פאראויס מיט די שלעכטע באשלוסן!!

הויפּט ריכטער ראבערטס האט אין אן אומגעווענליכע שריט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט ווי ער ווארפט אפ די סטראשע פון שומער זאגנדיג אז אזעלכע סטראשונקעס סטעיטמענט בפרט פון הויכע לעוועל אפישעלס איז נישט נאר נישט אפראפיעט נאר עס איז מסוכנ'דיג! אלע מעמבערס אין די סופרים קאורט וועלן ווייטער טוהן זייער פליכט אהן קיין פחד.



כ'ווארט יעצט צו זעהן ווי די 350 געוועזענע יו עס אטוירניס גייען פארדאמען די אומפראצעדענטעד ווערטער פון שומער... כ'וויל זעהן די סטעיטמענט וואס די פארפוילטע ליבעראלע אמעריקען באר אסאסיאציע גייט ארויסגעבן אנטקעגן שומער...

ווען טראמפ קריטיקירט סופרים קאורט ריכטער וואס באשולדיגן זייערע קאלעגן אין פארטייאישקייט דעמאלטס איז די מידיע געווען אויף, אבער יעצט איז שא שטיל....

ביידעוועי ווי כ'פארשטיי זענען די ריכטער מער ווייניגער געשפאלטן איבער די קעיס, און ראבערטס אדער קאוואנאוו וועלן לכאורה זיין די דעצעדירענדע שטימע, סוי בעסיקלי האט שומער (האפענטליך) גורם געווען אז די צוויי זאלן שטימען קאנסערוואטיוו.


https://www.foxnews.com/politics/chief- ... -dangerous
The extraordinary back-and-forth began hours earlier at a pro-choice rally hosted by the Center for Reproductive Rights, when Schumer ominously singled out President Trump's two Supreme Court picks: "I want to tell you, Gorsuch. I want to tell you, Kavanaugh. You have released the whirlwind and you will pay the price!" Schumer warned. "You won’t know what hit you if you go forward with these awful decisions."

Roberts replied in his remarkable written statement, obtained by Fox News: "This morning, Senator Schumer spoke at a rally in front of the Supreme Court while a case was being argued inside. Senator Schumer referred to two Members of the Court by name and said he wanted to tell them that 'You have released the whirlwind, and you will pay the price. You will not know what hit you if you go forward with these awful decisions.'"

Roberts continued: "Justices know that criticism comes with the territory, but threatening statements of this sort from the highest levels of government are not only inappropriate, they are dangerous. All Members of the Court will continue to do their job, without fear or favor, from whatever quarter."


פאראינטערסירט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ער טענה'ט אז ער מיינט די סענאט רעפאבליקאנער.

און זאג נישט אויס פאר קיינעם, שומער וויל מסתמא אז זיי זאלן שטימען קאנסערוואטיוו, סוזען קאלינס.

דזשאסט קוק די קליפ, און זאג נאכאמאל איבער די ענטפער פון שומער'ס ספאוקסמען...

דראפבאקס
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

היינט אין סענאט האט זיך אלעס געדרייט איבער די שומער סטראשונקעס.

מעקאנעל האט אין א לענגערע רעדע גאר שארף פארדאמט די ווערטער, זאגנדיג אז די דעמאקראטען האבן אזא טרענד פון פרובירן צו אינטערמינעווען די רעגירונג אינסטיטוציעס, און רוב מאכן די יושר'דיגקיט פון די קאנסטיטוציע.
עטליכע רעפאבליקאנע סענעטארן אריינגערעכנט גרעהעם האבן אויך אויפגעטרעטן און פארלאנגט פון שומער צו צוריקציען פון די געפארפולע רייד.

שומער האט שפעטער גערעדט אוו געזאגט אז ער וואלט ווען נישט געדארפט רעדן אזוי שארף, נאר ער איז געווען גאר אויפגעברויזט און ער האט אין זעך די ברוקלינער שארפקייט ממילא האט ער דאס געזאגט, אבער ער האט נישט געמיינט די ריכטער.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

וואס זענען די אפדעיטס מיט די פרישע קאראנאוויירוס רעספאנס פאנדינג ביל?

עפעס האט פעלאסי געזאגט די נאכט אז רוב מיספארשטענדענישן איז מען זיך דורכגעקומען מיט די ווייסן הויז און מ'קען עקספעקטן א וואוט נאך פאר די קומענדיגע וואך וואס קאנגרעס גייט אויף ריסעס.

סענאט וועט יא זיין גרייט צו נעמען דעם ביל קומענדיגע וואך.

די ביל וועט אריינעמען אביסל "פעיד סיק ליעוו" פאר די וואס קענען נישט אריינגיין אין ארבעט צוליב די וויירוס, וואס די דעמאקראטן האבן פארלאנגט. נישט קלאר אויב ס'וועט אנטהאלטן די פעיראל טעקס רעליעף וואס טראמפ האט לויט באריכטן געוואלט.

מאנכע זאגן אבער אז "פעיד סיק ליעוו" וועלן די עמפלאיערס דארפן באצאלן וואס אנשטאט העלפן וועט דאס נאר מער אנשטרענגען דעם אזוי אויך אנגעשטרענגטן מצב אין די ביזנעס וועלט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סענאט שפיאנאזש קאמיטע פארעפנטליכט אומפארטייאישע באריכט וועלכע זאגט אז זי איז איינשטימיג מיט די שפיאנאזש געמיינדע און איר שאצונג אז רוסלאנד האט זיך געמישט אין די וואלן מיטן ציהל צו העלפן טראמפ'ס שאנסן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סענאטארן טשאק שומער און טשאק גרעסלי ביידע שטארק אפטימיסטיש אז אן א פרישע הילף פעקל פאר קליינע ביזנעסער און שפיטעלער וועט היינט ווערן אויפגעברענגט אין סענאט אום 4 אזייגער און אדורכגיין
לויט סענאט פירער איז מען זיך שוין אדורכגעקומען אויף די הויפט פראגן און מען שרייבט ארבעט שוין אויף די טעקסט
פון צווישן די לעצטע סאמע לעצטע דורכברוכן האפט מען אז א פארשטענדעניש איז דעגרייכט געווארן איבער טעסטינג ווען די אדמינסטראציע האט ארגינעל געוואלט אז די מאסן טעסטינג זאל ווערן דורכגעפירט דורך די סטעיטס אבער דעמאקראטן האבן פארפירט און ווי עס קוקט אויס באקומען דאס זייעריגע אז עס זאל זיין א נאציאנאלע טעסטינג פראיעקט און סטראטעגיע
אויב די ביל ווערט היינט באשטעטיגט אין סענאט גייט עס קאנגרעס אויפברענגן ערשט דאנערשטאג אינדערפרי און קאנגרעספרוי קארטעז האט זיך שוין געלאזט הערן שארף דערקעגן זאגנדיג אז זי איז נישט נייגעריג אין קיין 5 דאלערדיגע בילס..
קארטעז וויל מער הילף פאר סטעיט און לאקאלע רעגירונגען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קאנגרעס גייט דאנערשטאג שטימען אויף א טויש צו ערלויבן אפשטימונגען אפילו מיט מעמבערס אפוועזנד פונעם פלאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קאנגרעסמאן פוטערפעלד גיבט איבער אז די ענדגילטיגע ווערסיע איבער די 460 ביליאן דאלערדיגע הילף פיקל קען קומען אין א ליאדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”