נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 9:34 pm

קאנגרעס רעפאבליקאנער האבן היינט אין א בלויזע סימבאלישע שריט ארויפגעברענגט א פריווילידזשד רעזולוציע צו פארדאמען פעלאוסי'ס אקט פון צורייסן די קאפיס פון די סטעיט אוו די יוניאן רעדע.

עס איז פארשטייט זיך געווארן אראפגעוואוט (Tabled) אויף פארטיי ליניעס.
צוגעלייגטע
Screenshot_20200206-212204~2.png
Screenshot_20200206-212204~2.png (312.35 KiB) געזעהן 2243 מאל
Screenshot_20200206-212214.png
Screenshot_20200206-212214.png (299.8 KiB) געזעהן 2243 מאל
Screenshot_20200206-212242~2.png
Screenshot_20200206-212242~2.png (64.62 KiB) געזעהן 2243 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12359
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 07, 2020 12:10 am

שטארקע זאך אז אמאש האט געשטימט אין שטיצע פון צורייסן די דרשה.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג פאברואר 07, 2020 12:25 am

שטילערהייט האבן אסאך דעמעקראטן געזאגט אז זיי האלטן אז זי האטעס נישט געטארט טוהן, אבער דאך האבן זיי געוואוט קעגן די פארדאמונג... סאו עכט איז זי יא פארדאמט...

חחח
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12359
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 07, 2020 1:21 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:שטילערהייט האבן אסאך דעמעקראטן געזאגט אז זיי האלטן אז זי האטעס נישט געטארט טוהן, אבער דאך האבן זיי געוואוט קעגן די פארדאמונג... סאו עכט איז זי יא פארדאמט...

חחח

;l;p- ;l;p-
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5256
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג פאברואר 07, 2020 11:38 am

קען די סענאט עס נישט אדורך פירן ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1700
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג פאברואר 07, 2020 11:54 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:שטילערהייט האבן אסאך דעמעקראטן געזאגט אז זיי האלטן אז זי האטעס נישט געטארט טוהן, אבער דאך האבן זיי געוואוט קעגן די פארדאמונג... סאו עכט איז זי יא פארדאמט...

חחח

:lol:
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מוצ"ש פאברואר 08, 2020 8:24 pm

די רעפאבליקאנע קאנגרעסמאן דזשים דזשארדען (ר - אהייאו) גייט איבערנעמען דאגג קאלינס (ר - דזשארדזשיע) אלץ העכסט ראנגיקע מעמבער אין די הויז דזשודישיערי קאמיטע, און מארק מעדאוס (ר - נארט קאראליינע) נעמט איבער דזשארדען אלץ רענקינג מעמבער אין די הויז אווערסייט קאמיטע.

לויט די רעפאבליקאנער רולס אין די הויז אוו רעפרעזענטעטיווס דארפן מעמבער'ס וואס לויפן פאר א העכערע פאזיציע אפטרעטן פון עני פירערשאפט פאזיציע אין די הויז, אחוץ אויב מ'באקומט א וועיווער.

היות דאגג קאלינס לויפט אין א פריימערי פאר די דזשארדזשיע סענאט זיץ אנטקעגן די אמטירענדע גאווערנער אפוינטעט סענעטארשע לאפלער דארף ער לויט די רולס אפטרעטן פון די רענקינג מעמבער פאזיציע אין די דזשודישיערי קאמיטע.

דזשארדען, מעדאוס און קאלינס זענען שטארקע קעמפער פאר פרעזידענט טראמפ, און זענען געווען גאר שטארק אינוואלווד אין זיך אננעמען פאר פרעזידענט טראמפ במשך די נארוואס געענדיגטע אימפיטשמענט האוקס.

די רעפאבליקאנע סטירינג קאמיטע (ביידע פארטייען האבן אזא קאמיטע )וואס פירט אהן מיטן באשטימען וועלכע מעמבער'ס אריינצושטעלן אין וועלכע קאמיטע האט איינשטימיג באשטעטיגט די טויש אין די פאזיציעס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מוצ"ש פאברואר 08, 2020 9:42 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:די רעפאבליקאנע קאנגרעסמאן דזשים דזשארדען (ר - אהייאו) גייט איבערנעמען דאגג קאלינס (ר - דזשארדזשיע) אלץ העכסט ראנגיקע מעמבער אין די הויז דזשודישיערי קאמיטע, און מארק מעדאוס (ר - נארט קאראליינע) נעמט איבער דזשארדען אלץ רענקינג מעמבער אין די הויז אווערסייט קאמיטע.

לויט די רעפאבליקאנער רולס אין די הויז אוו רעפרעזענטעטיווס דארפן מעמבער'ס וואס לויפן פאר א העכערע פאזיציע אפטרעטן פון עני פירערשאפט פאזיציע אין די הויז, אחוץ אויב מ'באקומט א וועיווער.

היות דאגג קאלינס לויפט אין א פריימערי פאר די דזשארדזשיע סענאט זיץ אנטקעגן די אמטירענדע גאווערנער אפוינטעט סענעטארשע לאפלער דארף ער לויט די רולס אפטרעטן פון די רענקינג מעמבער פאזיציע אין די דזשודישיערי קאמיטע.

דזשארדען, מעדאוס און קאלינס זענען שטארקע קעמפער פאר פרעזידענט טראמפ, און זענען געווען גאר שטארק אינוואלווד אין זיך אננעמען פאר פרעזידענט טראמפ במשך די נארוואס געענדיגטע אימפיטשמענט האוקס.

די רעפאבליקאנע סטירינג קאמיטע (ביידע פארטייען האבן אזא קאמיטע )וואס פירט אהן מיטן באשטימען וועלכע מעמבער'ס אריינצושטעלן אין וועלכע קאמיטע האט איינשטימיג באשטעטיגט די טויש אין די פאזיציעס.

מעדאוס האט דאך געמאלדן אז ער גייט רעזיגנירען סוף יאר
איי געס ער כאפט אריין אפאר חדשים צי זיי די רענקינג טשעיר

ווי אויך איז געווען באריכטעט אז טראמפ טראכט אים ערענסט צי נעמען פארן טשיף אוו סטעף אנשאטאס מילוועיני

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מוצ"ש פאברואר 08, 2020 9:46 pm

וועם שטיצט טראמפ לאפלער אדער קאלינס?

קאלינס איז געווען א פיערדיגע קעמפער פאר טראמפ ביי אימפיטשמענט און ביי די ראשע האוקס.. איך האב געזען באריכטן אז די ריפאבליקען פירערשאפט שטיצט פולי לאפלער...
וואס טיט זיך אבער מיט טראמפ? איך וואלט געווען סורפרייזד אויב טראמפ סעפאורט אים נישט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 10, 2020 9:42 am

פעלאוסי געמאלדן אז דעמאקראטישע קאנגרעסמאן ריטשארד ניעל (געווען אינסטראמונטאל און אויסהאמערן די USMCA אפמאך) גייט מארגן דינסטאג האבן א פרישטאג מיט סטיוו מנוטשין און זעהן אויב און ווי אזוי עס זענען דא מעגליכקייטן זיך פאראויסצורוקן אויף אן אינפראסטרוקטור ביל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 10, 2020 9:44 am

אין סענאט וועט מען היינט שטימען פאראויסצורוקן די נאמינאציע פון דיסטריקט ריכטער ענדרו בראשאר צו סערווירן אויפן עלפטן סירקוט קאורט
ער איז באשטעטיגט געווארן צו זיין איצטיגע פאזיציע אויפן דיסטריקט געריכט מיט 52-47

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג פאברואר 10, 2020 11:28 am

שׁעמעדיגער האט געשריבן:וועם שטיצט טראמפ לאפלער אדער קאלינס?

קאלינס איז געווען א פיערדיגע קעמפער פאר טראמפ ביי אימפיטשמענט און ביי די ראשע האוקס.. איך האב געזען באריכטן אז די ריפאבליקען פירערשאפט שטיצט פולי לאפלער...
וואס טיט זיך אבער מיט טראמפ? איך וואלט געווען סורפרייזד אויב טראמפ סעפאורט אים נישט

פאר גאווערנער קעמפ האט גענומען לאפלער האט טראמפ שטארק געשטופט קאלינס, אבער איינמאל לאפלער איז געווארען אפוינטעט און זי האט זיך שטארק אנגענומען פאר טראמפ,
און די ריפאבליקען פירערשאפט ווארענט אז א געראנגעל צווישען לאפלער און קאלינס קען אפשוואכען די טשאנסען פון די ריפאבליקענס צו אנהאלטען סיי דעי זיץ און און אפילו פערדו'ס
זיץ, זעהט נישט אויס ווי טראמפ גייט זיך אריינמישען.

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מאנטאג פאברואר 10, 2020 11:50 am

ר' זעקל האט געשריבן:

איך פארשטיי אז די פירערשאפט מיז שטיפן לאפלער
אבער סאיז א חידוש פין טראמפ אז ער שטיצט נישט אפען קאלינס, איך וואלט דאס ערווארטעט פין טראמפ

קאלינס האט פארטיידיגט טראמפ מיט זיין גאנצע ענערדשי
סיי ביי די ראשע האוקס און נאכמער ביי די אימפיטשמענט
זייענדיג די רענקינג מעמבער אויפן אינטעלעדשענס קאמיטע

ער איז געווען פין די ליעדערס און שטערקסטע פארטיידיגער פין טראמפ ער האט נאך געמאכט אזא פיינע ארבעט ווי דשארדאן מעדאוס אין די אנדערע גרויסע פיסקעס, ער פארטיידיגט שוין טראמפ פאר די לעצטע 3 יאר מיטן גאנצן פלייס

מש"כ לאפלער איז א פרעשמען סענעטאר קיינמאל געווען אין פאליטיקס קוים דא צוויי חדשים..נא אוואדאי האט זי געטרייעט צי פארטיידיגן טראמפ ביי די אימפיטשמענט זי האט געציטערט טראמפ זאל נישט אינדארסן קאלינס טרייט זי דיך ארויסצישטעלן פאר א טראמפ קעמפער

איך וואלט ערווארטעט טראמפ זיך אנציפייפען אינעם פירערשאפט (ער האט עס שוין געטין בעבר) אין אינדארסירען קאלינס אפילו אומפיציעל, אזויפיל מעג ער נאך טין פאר איינער וואס האט זיך ציפליקט פאר אים די לעצטע 3 יאר

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג פאברואר 10, 2020 12:00 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:

טראמפ האט נאכנישט גענומען א צד אין די פריימערי, הגם ער האט דאס מרמז געווען ביי זיין זיג רעדע/סעלעבראציע ווען ער האט זיך באדאנקט פאר לאפלער און עקסטער גאר שטארק באדאנקט פאר קאלינס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג פאברואר 10, 2020 12:47 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:וועם שטיצט טראמפ לאפלער אדער קאלינס?

קאלינס איז געווען א פיערדיגע קעמפער פאר טראמפ ביי אימפיטשמענט און ביי די ראשע האוקס.. איך האב געזען באריכטן אז די ריפאבליקען פירערשאפט שטיצט פולי לאפלער...
וואס טיט זיך אבער מיט טראמפ? איך וואלט געווען סורפרייזד אויב טראמפ סעפאורט אים נישט

פאר גאווערנער קעמפ האט גענומען לאפלער האט טראמפ שטארק געשטופט קאלינס, אבער איינמאל לאפלער איז געווארען אפוינטעט און זי האט זיך שטארק אנגענומען פאר טראמפ,
און די ריפאבליקען פירערשאפט ווארענט אז א געראנגעל צווישען לאפלער און קאלינס קען אפשוואכען די טשאנסען פון די ריפאבליקענס צו אנהאלטען סיי דעי זיץ און און אפילו פערדו'ס
זיץ, זעהט נישט אויס ווי טראמפ גייט זיך אריינמישען.

איך פארשטיי אז די פירערשאפט מיז שטיפן לאפלער
אבער סאיז א חידוש פין טראמפ אז ער שטיצט נישט אפען קאלינס, איך וואלט דאס ערווארטעט פין טראמפ

קאלינס האט פארטיידיגט טראמפ מיט זיין גאנצע ענערדשי
סיי ביי די ראשע האוקס און נאכמער ביי די אימפיטשמענט
זייענדיג די רענקינג מעמבער אויפן אינטעלעדשענס קאמיטע

ער איז געווען פין די ליעדערס און שטערקסטע פארטיידיגער פין טראמפ ער האט נאך געמאכט אזא פיינע ארבעט ווי דשארדאן מעדאוס אין די אנדערע גרויסע פיסקעס, ער פארטיידיגט שוין טראמפ פאר די לעצטע 3 יאר מיטן גאנצן פלייס

מש"כ לאפלער איז א פרעשמען סענעטאר קיינמאל געווען אין פאליטיקס קוים דא צוויי חדשים..נא אוואדאי האט זי געטרייעט צי פארטיידיגן טראמפ ביי די אימפיטשמענט זי האט געציטערט טראמפ זאל נישט אינדארסן קאלינס טרייט זי דיך ארויסצישטעלן פאר א טראמפ קעמפער

איך וואלט ערווארטעט טראמפ זיך אנציפייפען אינעם פירערשאפט (ער האט עס שוין געטין בעבר) אין אינדארסירען קאלינס אפילו אומפיציעל, אזויפיל מעג ער נאך טין פאר איינער וואס האט זיך ציפליקט פאר אים די לעצטע 3 יאר

קאלינס איז געווען די בעסטע און קאנגרעס איך גיי פאר אים משוגע.
טראמפ גייט אים אונטערן טיש זיכער שטיצען, אבער עמטליך גלייב איך נישט אז ער גייט אים אינדארסירען.

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מאנטאג פאברואר 10, 2020 4:16 pm

סעים הער
איך ווער משוגע פאר דעם מענטש

ער איז א שרוד קליגע שארפע פערזאן

פין א אידישע שטאנדפינקט האט ר' משה מארגרעטן אמאל געהאט א אינטרוויא ווי ער האט געזאגט אז דאג קאלינס איז געווען זייער הילפבאר פאר פריזען ריפארם און אסאך געהאלפן

מען האט געדאפט זיין הילף ווייל ער איז און די פרידאם קאוקעס דאס איז א גרופע אינעם ריפאבליקען קאוקעס וואס זענען זייער קאנסערוואטיו און טייל פין די גרופע איז געווען די שווערסטע איבערציצייגן צי שטימען אדער עט ליעסט נישט שטערן פאר דעם ביל
און קאלינס אפילו זייענדיג און די גרופּע האט סעפארטעד דעם ביל פין די ערשטע מינוט און געהאלפן אריבערשלעפן אנדערע
איך געדענק נישט פינקטליך אבער עפעס האט מארגערעטן געזאגט אז ער איז זייער נאנט מיט קאלינס און ער איז א אמתדיגע אוהב ישראל מיט א גיטע הארץ

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12359
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג פאברואר 10, 2020 4:24 pm

די מעשה איז אז דערווייל איז דער סיסטעם אין דזשארדזשיע, אז בײ אזא סעמי ספעשל סענאט עלעקשן, איז נישט דא קיין פארטייאישע פריימעריס, נאר יעדער לויפט אין נאוועמבער, און אויב קיינער האט נישט קיין 50%, איז דא א ראנאף.

מען האלט אז אויב איז דא אן עכט בלוטיגע רעפאבליקאנער פריימערי ווי יעדער לויפט די מערסטע רעכטס צו קעיטערן פאר די בעיז שייך, און די דעמאקראטן וועלן באווייזן צו האבן בלויז איין קאנדידאט, איז שייך פארן דעמאקראט אנצוציען די 50%, חוץ מזה וואס די אנדערע סענאט זיץ מיט די 16 עלעקטארעל שטימען ווערן אין דזשעפארדי.

וועגן דעם קען נישט טראמפ זיך אריינמישן במישרין אדער אפילו בעקיפין. איך האב גראדע פארשטאנען פון זיין דרשה אז ער שטיצט אויב עפעס לאפלער, און האפט צו געבן פאר קאלינס א פעסטע פאסטן ער זאל זיך ארויסציען.

פון די אנדערע זייט האלט מען אז אין א ראנאף האבן די דעמאקראטן קיין שאנס ארויסצוברענגען זייער עולם.

קאלינס ארבעט אבער מיט דעם רעפאבליקאנער ספעקער פון דזשארדזשיע צו טוישן דאס געזעץ צו מאכן געהעריגע פריימעריס, וואס אין אזא פאל איז ער פעוואריט צו געווינען די פריימערי, און די דעמאקראטן ארבעטן מיט, ווייל זיי ווייסן אז א ראנאף איז נישט גוט פאר זײ.

ווייסט דאך אבער דער גאווערנאר ברייען קעמפ, וועלכער האט אריינגעלייגט לאפלער - וועם טראמפ האט גראדע געמאכט געווינען די פריימערי - וואס זיי צילן, סטראשעט ער מיט א וועטאו, אבער עס קען זיין אז מיט דעמאקראטישע שטיצע וועט מען איבערדרייען זיין וועטאו.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג פאברואר 10, 2020 11:56 pm

וויזוי ציהט דער דעמעקראט אן 50 פראצענט, ווייל סיז דא אסאך ריפאבליקענס?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג פאברואר 10, 2020 11:57 pm

אויב עפעס קען זיין אז סאל זיין צוויי דעמעקראטן וואס זאלן אריינקומען אן טאפ נאכדעם וואס די ריפאבליקענס וועלן זיין צוטיילט אזוי שטארק, אבער איין דעמעקראט זאל אנציען 50 פראצענט?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12359
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג פאברואר 11, 2020 12:17 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:וויזוי ציהט דער דעמעקראט אן 50 פראצענט, ווייל סיז דא אסאך ריפאבליקענס?

דאס איז נישט מיין איידיע, נאר רעפאבליקאנער אין דזשארדזשיע זאגן אזוי.

דער הסבר איז אז ביידע רעפאבליקאנער וועלן מוזן קעיטערן די באזע, זינט עס איז א פריימערי, און דער דעמאקראט וועט האבן דעם גאנצן צענטער פאר זיך.

דאס מיינט נישט אז דער דעמאקראט וועט געווינען, נאר עס העלפט זיינע טשענסעס.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

בלומבערג
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2019 2:20 pm

תגובהדורך בלומבערג » דינסטאג פאברואר 11, 2020 2:35 pm

הכל הבל קענסט שוין אנגרייטן תגובה איבער פרישע נאמינאציע וואס האלט יעצט אינדערמיט....
סוף דבר הכל נשמע את אלקים ירא ואת מצותיו שמור כי זה כל האדם!!!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:40 pm

הכל הבל האט געשריבן:אין סענאט וועט מען היינט שטימען פאראויסצורוקן די נאמינאציע פון דיסטריקט ריכטער ענדרו בראשאר צו סערווירן אויפן עלפטן סירקוט קאורט
ער איז באשטעטיגט געווארן צו זיין איצטיגע פאזיציע אויפן דיסטריקט געריכט מיט 52-47

בראשאר באשטעטיגט צום סירקוט קאורט מיט 52-43 אויף פארטייאישע ליניעס

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:44 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אין סענאט וועט מען היינט שטימען פאראויסצורוקן די נאמינאציע פון דיסטריקט ריכטער ענדרו בראשאר צו סערווירן אויפן עלפטן סירקוט קאורט
ער איז באשטעטיגט געווארן צו זיין איצטיגע פאזיציע אויפן דיסטריקט געריכט מיט 52-47

בראשאר באשטעטיגט צום סירקוט קאורט מיט 52-43 אויף פארטייאישע ליניעס

דאס איז טראמפ'ס 51'סטע סירקוט ריכטער.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג פאברואר 11, 2020 10:35 pm

קומט אריין די נייעס אז קארטעז גייט האבן א פריימערי קעגענער. געדענק איך נישט די נאמען. אבער עס איז א פרוי א לאנג יעריגע האסט פון סי ענ בי סי. און א רעספעקטירטע אקאנאמיע/ביזנעס אנאליסט. מיט שטארקע קשרים און די מידיא וועלט א זייער וויכטיגע עסעט פאר א קאמפיין
Liberalism is a mental disorder

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » דינסטאג פאברואר 11, 2020 11:12 pm

אונגארישער האט געשריבן:קומט אריין די נייעס אז קארטעז גייט האבן א פריימערי קעגענער. געדענק איך נישט די נאמען. אבער עס איז א פרוי א לאנג יעריגע האסט פון סי ענ בי סי. און א רעספעקטירטע אקאנאמיע/ביזנעס אנאליסט. מיט שטארקע קשרים און די מידיא וועלט א זייער וויכטיגע עסעט פאר א קאמפיין

מישעל קעראסע קעברערע, דריי אין פיפציג,

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 33 געסט