נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך פאברואר 05, 2020 5:06 pm

דממה דקה האט געשריבן:למעשה פון א דעמאקראטישע שטאנדפונקט איז די אימפיטשמענט געלונגען העכער די ערווארטונגן.

יעדער האט געוויסט אז עס גייט נישט זיין קיין צוויי דריטל סענאט צו אימפיטשן דעם פרעזידענט, און יעדער ווייסט אז מעקאנעל פירט דעם סענאט מיט א שטייפע פויסט, ממילא איז די אימפיטשמענט געווען מתחיל אדעתא דהכי אז ער ווערט נישט רימאווד.

אבער מען האט געברענגט מעקסימום עקספאסשור צו די מעשה, און מען האט גיט אנגעשטינקען איבער דעם אז סענאט ערלויבט נישט ברענגן קיין וויטנעסעס, און באמת איז פיל בעסער פאר די דעמאקראטן אז מען האט טאקע נישט געברענגט קיין וויטנעסעס, ווייל די רעפאבליקאנער וואלטן אזוי אנגעשטינקען ביידען אז די דעמאקראטן וואלטן געהאט אן ערנסטע פראבלעם, משא"כ יעצט האט מען מער ווייניגער געבליבן פאקוסט אויף טראמפ און זיין שטערן די וויטנעסעס.

און אלץ א פרי פרייז האט באקומען א ביי פארטיזאן וואוט אז עס זאל נאך אויסזעהן בעסער.

ביידן איז זיכער געפלויגען אדאנק דעים

אין די דעמאקרעטס זיכען א קאנדידאט מיט לעכט

געלונגען העכער די ערווארטונגן
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך פאברואר 05, 2020 5:09 pm

צל עובר האט געשריבן:די ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס די אפאזיציע פארטיי איז פאראייניגט צו רעמאוון, און דעם פרעזידענט'ס פארטיי איז נישט פאראייניגט צו עקוויטן.

עס איז די ערשטע סײ אויף א פאראייניגטע אפאזיציע, און סיי אז איינער פון דעם פרעזידענט'ס פארטיי זאל שטימען גילטי.

קודאס ראמני, קודאס סינעמע, קודאס מענשין, און קודאס דזשאונס.

איך קלער אז דאס וואס עס איז געווען אומקלאר ווי אזוי די 3 דעמאקראטן וועלן שטימען, מאכט עס שטערקער.

טאק עבאוט אומפארטייאישע אימפיעטשמענט.

דא האט איר די פאריגע צוויי אימפיעטשמענטס. ביידע מאל האבן רעפאבליקאנער געוואלט אימפיעטשן א דעמאקראטישן פרעזידענט, ביידע מאל האבן די רעפאבליקאנער געהאט דעם סענאט, און ביידע מאל האבן זיי געבלוטיגט שטימען.
20200205_161804.jpg
20200205_161812.jpg



פאר די אלע וואס זאגן אז ראמני'ס שטומע איז נישט נקמה, בלויז אויפריכטיגקייט... מיינט דאס אז די דעמעקראטן וואס וואוטן פאר די צווייטע ארטיקל זענען פשוט נישט אויפריכטיג, רייט?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 05, 2020 5:10 pm

!want to be good האט געשריבן:Then Romney gave a speech on March 3, 2016, at the Hinckley Institute of Politics, that represented a scathing attack on Trump's personal behavior, business performance, and domestic and foreign policy stances. He said Trump was "a phony, a fraud ... He's playing members of the American public for suckers" and that "If we Republicans choose Donald Trump as our nominee, the prospects for a safe and prosperous future are greatly diminished."

אוי ווי גערעכט ער איז דעמאלטס געווען..

___________
איינער וויל וואלונטירן דאס צו מסביר'ן?? גייט נישט אריין אין קאפ...


לאמיר זאגן מעקעין האט 100% געמיינט נקמה ביים אבאמאקעיר וואט (וואס איז 1000% שקר וכזב), קומען סאפארטערס פון דאנעלד טראמפ, דער גרעסטע נוקם ונוטר וואס די וועלט האט נאר פארמאגט, און קריטיקירט מעקעין פארן נעמען נקמה... ???


אין די צייט וואס טראמפ נעמט נקמה פון אנדערע פארן טוען פאליטיש אנדערש ווי ער האט געוואלט..
האט מעקעין ערשט נקמה גענומען אויף א עקעלדיגע פרעזענליכע טשעפע פונעם טראמפ'ן...
(וואס ווי שוין געשריבען איז עס ליגענט, און יעדער אומפארטייאישע וואטער, וואס פארשטייט מ'מוז נישט אייביג גיין אין שפאן מיטן פארטיי, פארשטייט אז מעקעין און ווי אויך ראמני האבן נישט סתם געמיינט נקמה)
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אור
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

WASHINGTON: Trump says he will be making a statement tomorrow at 12:00pm “to discuss our Country’s VICTORY on the Impeac

תגובהדורך אור » מיטוואך פאברואר 05, 2020 5:10 pm

@realDonaldTrump
I will be making a public statement tomorrow at 12:00pm from the @WhiteHouse
to discuss our Country’s VICTORY on the Impeachment Hoax!

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 05, 2020 5:13 pm

eller האט געשריבן:מעקאנעל זאל אים ביטע ווי שנעלער אראפנעמען פון אלע קאמיטעיען וואס ער איז
דו אומפארשעמטע פארשוין.. אקעי איינער געדענקט נאך די 2012 וואלן ???

יא, ווי אויך געדענק איך אז ראמני האט באקומען א פראצענט מער פון די זשענעראל וואטס ווי טראמפ.
ווי אויך געדענק איך אז ראמני האט געהאט א פאראייניגטע פארטיי ביי זיין עלעקשאן, ווען טראמפ האט געהאט ווייט פון איינס, ועוד הרבה...
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 05, 2020 5:16 pm

חיים יענקל האט געשריבן:WOW קודאס הער ראמני!!!

צוריקגעברענגט עטוואס רעספעקט און אומפארטייאישקייט אין די גרויליגע היפאקריטישע פארטייאישע וואשינגטאן!

ער גייט אפשר באצאלן א פרייז פאר דעם אבער הוימעניטי און ווירדן האבן נאך עפעס א פלאץ ביי ראמני, און ער ברענגט ארויס די חילוק פון אים און אזא גרעהעם וחביריו, וואס האבן אויפגעגעבן זייער גאנצע אידילאגיע און מענטשליכקייט פאר זייער בענקל!


און אגב, צי די אלע וואס שרייען יעצט לוזער.. נקמה.. איך האלט נישט אז ער האט עס געטוהן צוליב דעם, אבער פאליטיש גערעדט איז עס למעשה א פיינע זיסע נקמה! ער וועט טאקע כאפען אלע קללות און סאיז דא אפילו א מעגליכקייט אז סוועט אים קאסטן אפילו זיין בענקעל אויב טראמפ געווינט ריעלעקשאן, אבער יעצט האט ער געגעבן דעם פראסק! געטוישט די אימפישטמענט פראסעס אין די היסטאריע ביכער פון טאטאל פארטייאיש! (אויב פארלירט טראמפ ריעלעקשאן וועט ער עניוועי האבן די לעצטע לאך און ער גייט גאר ווערן א הערא ווען די רעפובליקאנע וועלן זיך אויףוועקן פון זייער טראמפ עפאכע)

דא איז די חילוק, גרעהעם ציטערט פאר זיין בענקל צו זיין אנטי טראמפ, ראמני גלייב איך נישט האט וואס מורא צו האבן.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 05, 2020 5:18 pm

abeg האט געשריבן:Romney now becomes the first senator in American history to vote to remove a president of his own party in a Senate impeachment trial.

אין אנדערע ווערטער:

Trump now becomes the first president that a senator of his own party voted to convict him!!
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך פאברואר 05, 2020 5:19 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:די מענעדזשערס װי אויך די דעפענס טיעם האבן שוין פארלאזט די סענאט טשעמבער.
סענאט צוריק אין געהעריגע סעסיע.



סאו מ'קען ווייטער גיין מיט נאך דזשאדזשעס?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מיטוואך פאברואר 05, 2020 5:19 pm

דממה דקה האט געשריבן:למעשה פון א דעמאקראטישע שטאנדפונקט איז די אימפיטשמענט געלונגען העכער די ערווארטונגן.

יעדער האט געוויסט אז עס גייט נישט זיין קיין צוויי דריטל סענאט צו אימפיטשן דעם פרעזידענט, און יעדער ווייסט אז מעקאנעל פירט דעם סענאט מיט א שטייפע פויסט, ממילא איז די אימפיטשמענט געווען מתחיל אדעתא דהכי אז ער ווערט נישט רימאווד.

אבער מען האט געברענגט מעקסימום עקספאסשור צו די מעשה, און מען האט גיט אנגעשטינקען איבער דעם אז סענאט ערלויבט נישט ברענגן קיין וויטנעסעס, און באמת איז פיל בעסער פאר די דעמאקראטן אז מען האט טאקע נישט געברענגט קיין וויטנעסעס, ווייל די רעפאבליקאנער וואלטן אזוי אנגעשטינקען ביידען אז די דעמאקראטן וואלטן געהאט אן ערנסטע פראבלעם, משא"כ יעצט האט מען מער ווייניגער געבליבן פאקוסט אויף טראמפ און זיין שטערן די וויטנעסעס.

און אלץ א פרי פרייז האט באקומען א ביי פארטיזאן וואוט אז עס זאל נאך אויסזעהן בעסער.


ווען די דעמאקראטן האבן ווען א פלאן, וואלט עס געקענט יא אדער נישט געלונגען סיי ביי מאלער און סיי יעצט.
אזוי ווי עס איז פשוט געטריבן פון האס, און מאכט נישט קיין טראפ סענס, נאר אלעס קעגן טראמפ איז א "GO" אן קיין חשבון, במילא איז נישט שייך צו זאגן צו זיי זענען צופרידן צו נישט.

זיי האבן נישט קיין אגענדע, נישט קיין נארמאלער קאנדידאט, נישט קיין מאמענטום, טראמפ פירט אויס איין זאך נאכן צווייטן, און די דעמאקראטן מוזן אראפרייסן די אלע דערגרייכונגען כאטש עס איז פאפולער אין אמעריקע, און יעדער פריידט זיך דערצו, מוזן זיי זיכער מאכן נישט צו נעמען קיין קרעדיט דערפאר נאר אראפצורייסן.

אין מיינע אויגן טוען זיי יעדע זאך וואס הייבט טראמפ'ס רעיטינג'ס און מאכט שטארקער זיינע שטיצער, ברענגט ארויס זיינע וויילער, און טוען יעדע זאך צו מאכן זייער פארטיי מרה שחורה, און אנעקסייטינג, רוסלאנד איז היינט א דשאק וואס טראמפ נוצט, און אומפיטשמענט איז די צווייטע, עס גייט זיין די הויפט ליינס פון טראמפ'ס קאמפעין.

איז וואס האבן זיי פארדינט, דאס וואס דו זאגסט אז זיי האבן עניוועי געוויסט, און זיך מילא גערישט און נאך געהאט ראמני אלס געווינס, בקיצור, עס איז א דשאק, און ברענגט נישט קיין שום שארט רעינדש אדער לאנג רענדש געווינס אפילו ביי זייערע שטיצער, נישט קיין ספק אז אויב וואלט געווען א טראפ שכל אנשטאט האס, וואלטן זיי עס ווען קיינמאל נישט צוגעלאזט, אין אנדערע ווערטער, אויב נישט קלינטאן וואס געווען טראמפ'ס שונא נאמבער 1, וואלטן עס די קלינטאנס קיינמאל נישט צוגעלאזט...

עניוועי...

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך פאברואר 05, 2020 5:19 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:למעשה פון א דעמאקראטישע שטאנדפונקט איז די אימפיטשמענט געלונגען העכער די ערווארטונגן.

יעדער האט געוויסט אז עס גייט נישט זיין קיין צוויי דריטל סענאט צו אימפיטשן דעם פרעזידענט, און יעדער ווייסט אז מעקאנעל פירט דעם סענאט מיט א שטייפע פויסט, ממילא איז די אימפיטשמענט געווען מתחיל אדעתא דהכי אז ער ווערט נישט רימאווד.

אבער מען האט געברענגט מעקסימום עקספאסשור צו די מעשה, און מען האט גיט אנגעשטינקען איבער דעם אז סענאט ערלויבט נישט ברענגן קיין וויטנעסעס, און באמת איז פיל בעסער פאר די דעמאקראטן אז מען האט טאקע נישט געברענגט קיין וויטנעסעס, ווייל די רעפאבליקאנער וואלטן אזוי אנגעשטינקען ביידען אז די דעמאקראטן וואלטן געהאט אן ערנסטע פראבלעם, משא"כ יעצט האט מען מער ווייניגער געבליבן פאקוסט אויף טראמפ און זיין שטערן די וויטנעסעס.

און אלץ א פרי פרייז האט באקומען א ביי פארטיזאן וואוט אז עס זאל נאך אויסזעהן בעסער.

ביידן איז זיכער געפלויגען אדאנק דעים

אין די דעמאקרעטס זיכען א קאנדידאט מיט לעכט

געלונגען העכער די ערווארטונגן


ווי אנדערע ניקים האבן דא געשריבען ביים אנהייבען אימפיטשמענט אז אימפיטשמענט גייט צוזאם ברענגן און אויפהייטערן די פארטיי,

האט אימפיטשמענט דעליווערט וועד מען האט ערווארטעט? אבסעלאט נישט,
די פארטיי איז צושפליטערט צווישען רעכט און לינק ווי קיינמאל בעפאר, עס האט אראפגעברענגט די גאנצע פארטיי צו אמצב פון "סטענד פאר נאטינג, ענד דא נאטינג"... און מען זיכט מעט לעכט א קאנדידאט פאר פרעזידענט.

טאנץ 2
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

תגובהדורך טאנץ 2 » מיטוואך פאברואר 05, 2020 5:23 pm

עס איז מעגליך אז ראמני האט גאר געטוהן א טובה פאר טראמפ!

דזאונס פון אלאבמא איז געצווינגען געוואן צו שטימען א יא וואס קען אים קאסטן די וואלן.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך פאברואר 05, 2020 5:24 pm

דזשאוס וועט פארלירן די וואלן אפילו ער זאל רופן פעלאוסי צו רעזיגנירן צוליב די פארטייאישע אומפיטשמענט פראצעדור.

און בעליוו מי, אויב וואלט אזא חשבון יא געמאכט סענס וואלט ראמני געוואוט צו עקוויטן טראמפ.
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום מיטוואך פאברואר 05, 2020 5:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
לאור המצב..

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2293
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך פאברואר 05, 2020 5:26 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ריינגעוואשן

-a;- ;1@

האסט דעסיידעד ס'איז צו שווער צו זיין די ראמני אויף אייוועלט, הא? דארפסט נישט טון אזא עקסטרעמע גיור ווי בוידעם, א מאדערן ארטאדאקס איז גענוג..... :grin: :lol: :lol:
שויתי ה' לנגדי תמיד

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 05, 2020 5:28 pm

שליו ודגים האט געשריבן:נאכן הערן ראמניס דרשה זעי איך אז איך בין גערעכט ער וואויט וועגן נקמה זעיט אויס נקמה איז זיין גאט....

איך מיין מר ראמני דו האסט געהערט איינזייטיגע עווידענס אויסגעלאזטע עווידענס געקליבענע האלבע עווידענס און זעיסט נישט קיין אנדערע וועג נאר אז דער פרעזידענט איז שולדיג

האסט אמאל געהערט פון דער גרעסטע נקום ונוטר אויפן וועלט? קיין צווייטער ווי דיין טראמפ'לע. סאו איך וואלט נישט גערעדט פון וועמען "נקמה איז זיין ג-ט"...


קען זיין ווען די רעפובליקענס ברענגען ווען עווידענס וואלט ער געטוישט זיין מיינד...
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2293
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך פאברואר 05, 2020 5:31 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
eller האט געשריבן:מעקאנעל זאל אים ביטע ווי שנעלער אראפנעמען פון אלע קאמיטעיען וואס ער איז
דו אומפארשעמטע פארשוין.. אקעי איינער געדענקט נאך די 2012 וואלן ???

יא, ווי אויך געדענק איך אז ראמני האט באקומען א פראצענט מער פון די זשענעראל וואטס ווי טראמפ.
ווי אויך געדענק איך אז ראמני האט געהאט א פאראייניגטע פארטיי ביי זיין עלעקשאן, ווען טראמפ האט געהאט ווייט פון איינס, ועוד הרבה...

ראמני'ס ברענד איז נישט פארטייאיש, ער האט קיינעם נישט פארלוירן, סארי. די יוטא מארמענס זענען מער געטריי פאר אן אייגענעם ווי אן אוממאראלישער רעפובליקאנער.

אויב ראמני לויפט טירד פארטיי, האט ער אפשר מיין וואוט.
שויתי ה' לנגדי תמיד

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 05, 2020 5:34 pm

איך זאג נישט אנדערש ווי דיר.

ער ברענגט ארויף די 2012 וואלן, זאג איך אים אז אלעס אחוץ די עלעקטארעל קאליזש איז ראמני געווען שטערקער ווי טראמפ.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 05, 2020 5:44 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:אינטערסאנט ווי אזוי אלע דעמעקראטן האבן געלייגט פארטיי העכער קאנשעס און פאליטיק העכער יוסטיץ און געשטימט טראמפ גילטי, קיין איינער פון זיי האט נישט געהאט די קוראזש צו טיען וואס איז רעכט און יושר און וואטען נישט גילטי.

אינטערסאנט ווי אלע רעפובליקאנער האבן געלייגט פארטיי און זייער שאנס צו געוואונען ריעלעקשאן העכער נארמאלקייט קאמאן-סענס און יוסטיץ, און נישט געקענט נעמען די קוראזש צו רעמאווען דעם פרעזידענט. ניטאמאל צו פארדאמען טראמפ'ן אויף עפעס וואס זיי אליינס רופן "ענאפראפיעט" האבן זיי געקענט נעמען די קוראזש!!


און וואס באשולדיגן ענק ראמני אויב נישט 'פארעטערישקייט פאר זיין פארטיי'? סאו וואס איז ווראנג מיט די דעמאקראטן??



די היפאקראטישקייט די לעצטע פאר בלעטער דא קען אריינגיין אין די היסטארי בוקס אלס די היפעקראטיע פון די סענטרי..
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 05, 2020 5:54 pm

מעקאנעל געפיילט קלאוטשער פאר מעטיו טאמעס שעלפ צו סערווירן אלץ דיסטריקט ריכטער פאר מזרח מיזורי
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך פאברואר 05, 2020 6:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 05, 2020 6:01 pm

קלאוטשער פאר דיסטריקט ריכטער נאמיני פיליפ האלפערין פאר דרום ניו יארק

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 05, 2020 6:02 pm

קלאוטשער פאר דיסטריקט ריכטער נאמיני דזשאן קנעס פאר צפון אילינאי

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 05, 2020 6:05 pm

קלאוטשער פאר דיסטריקט ריכטער נאמיני יושע קיינדראד פאר אלאסקא

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 05, 2020 6:06 pm

מעקאנעל געפיילט קלאוטשער פאר ענדרו בראשער צו סערווירן אלץ סירקוט ריכטער אויף די עלפטע קרייז געריכט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 05, 2020 6:07 pm

א גוטן אוונט!

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מיטוואך פאברואר 05, 2020 6:09 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:די מענעדזשערס װי אויך די דעפענס טיעם האבן שוין פארלאזט די סענאט טשעמבער.
סענאט צוריק אין געהעריגע סעסיע.



סאו מ'קען ווייטער גיין מיט נאך דזשאדזשעס?

הכל הבל האט געשריבן:מעקאנעל געפיילט קלאוטשער פאר מעטיו טאמעס שעלפ צו סערווירן אלץ דיסטריקט ריכטער פאר מזרח מיזורי
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 05, 2020 6:10 pm

שיף געפרעגט געווארן אויב מען גייט סובפינען באלטאן און אויב זיין אויספארשונג קאמיטע גייט ווייטער פארשן

געענטפערט אויף ביידע אז מען האט נאכנישט געמאכט קיין באשלוס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איסר האטלקי, מיכאלבאחת, קיטשי, שלים און 69 געסט