נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 2:30 pm

ניו יארק'ס ערשט טערמיניגע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי פון די עלפטע דיסטריקט מעקס ראוס שטימט ניין אויף די קריג רעכט רעזאלוציע זאגנדיג אז זי אנטזאגט זיך צו שפילן פאליטיק מיט פראגן פון קריג און פרידן וועט דעריבער נישט שטיצו די רעזאלוציע

ראוס איז זעלבסט אן ארמיי וועטעראן

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 2:32 pm

מעקאנעל איצט געפיילט קלאוטשער פאר פיטער געינאר צו סערווירן פערמענאנט אלץ פימא דירעקטאר און די אפשטימונג ווערט געסקעדזשועלט אויף נעקסטע וואך
ער דינט איצט אלץ צייטווייליגע דירעקטאר נאן ווערן באשטעטיגט אלץ דעפיוטי דירעקטאר אין מערץ 2018 למספרם דורך א וואויס וואוט

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 3:07 pm

מעקאנעל גיבט איבער פאר קאלעגע רעפובליקאנע סענאטארן אז ער ערווארט צו באקומען די אימפיטשמענט ארטיקלען אזוי פרי ווי מארגן פרייטאג און אז די סענאט פראצעס וועט זיך אנהויבן קומענדיגע וואך

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 3:15 pm

די אנטי קריג רעזאלוציע איז אריבער אין קאנגרעס מיט 226-193

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 3:16 pm

מעט געטץ רעפובליקאנער פון פלארידא געשטימט יא
און קאנינגהעם דעמאקראט פון דרום קאראליינע געשטימט ניין
דזשאסטין אמאש געשטימט ניין

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 6:54 pm

הכל הבל האט געשריבן:אבי מען באקלאגט זיך אז וואשינגטאן איז אין פארטייאישע גרידלאק..


;l;p-
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל ער איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 7:43 pm

הכל הבל האט געשריבן:מעט געטץ רעפובליקאנער פון פלארידא געשטימט יא
און קאנינגהעם דעמאקראט פון דרום קאראליינע געשטימט ניין
דזשאסטין אמאש געשטימט ניין

חידוש, אמאש איז א ליבערטעריען.


איך האב געזען צוויי אנדערע רעפארטאזשן, ס'איז געווען א רעזאלוציע צו "באגרעניצן די רעכט פון טראמפ אויף איראן"??
אדער "בכלליות באגרעניצן די רעכט פון א פרעזידענט בנוגע מיליטער"??

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג ינואר 13, 2020 1:15 pm

ניו יארקער גאווערנאר ענדרו קאומא פלאנט צו פאררופן ספעציעלע עלעקשאן אויף אפריל 28 למספרם פארן זיץ וואס איז ליידיג געווארן מיט די רעזיגנאציע פון רעפובליקאנער קריס קאלינס

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג ינואר 13, 2020 4:25 pm

סענאטאר דזשאן קארנין: עס קוקט איצט אויס אז קומענדיגע וואך דינסטאג וועלן זיך אנהויבן די עפענונג ארגומענטן אין די אימפיטשמענט פראצעס

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג ינואר 13, 2020 4:28 pm

קארנין זאגט אויך אז ער בעפארצוגט אפצוהאלטן א ריינוואשונג אפשטימונג ביים ענדע פונעם פראצעס ווי איידער א מאושען עס ארויסצוטראסקענען גלייך ביים אנהויב פון א 51 מאיאריטעט

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג ינואר 13, 2020 4:30 pm

דורכאויס די אימפיטשמענט פראצעס וועלן סענאטארן מוזן זיין אויפן סענאט פלאר זעקס טאג א וואך און נישט קענען האבן צוטריט צו צו עלעקטראנישע מאשינדלעך
עס וועט זיין א ספעציעלע שאפע אין וועלכע אלע וועלן מוזן ארינשטעלן זייערע אייפאדס/אייפאונס

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5106
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג ינואר 13, 2020 4:38 pm

הכל הבל האט געשריבן:דורכאויס די אימפיטשמענט פראצעס וועלן סענאטארן מוזן זיין אויפן סענאט פלאר זעקס טאג א וואך און נישט קענען האבן צוטריט צו צו עלעקטראנישע מאשינדלעך
עס וועט זיין א ספעציעלע שאפע אין וועלכע אלע וועלן מוזן ארינשטעלן זייערע אייפאדס/אייפאונס

כ'האף אז זיי קענען אויך באקומען נאכדעם די אויסגעקארקטע טשעק פון $40 פארן טוען זייער זשורי דורי... (כ'רעדט נישט פון דא זייער 40 מיליאן דאלער וועכטענטליכע פעי טשעיק...)
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 13, 2020 4:58 pm

אוי וויי, נעבעך די סענעטארן, איך האב געמיינט אז מען קען כאטש שפּילן קענדי קראש.

די וואס לויפן פאר פרעזידענט וועלן נישט קענען מיטהאלטן גארנישט, איין ווארט, וואו.

נישט רעדן, נישט טעלעפאנען.

עלער, זיי באקומען בערך דריי א האלב טויזנט א וואך.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל ער איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5106
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג ינואר 13, 2020 5:01 pm

צל עובר האט געשריבן:אוי וויי, נעבעך די סענעטארן, איך האב געמיינט אז מען קען כאטש שפּילן קענדי קראש.

די וואס לויפן פאר פרעזידענט וועלן נישט קענען מיטהאלטן גארנישט, איין ווארט, וואו.

נישט רעדן, נישט טעלעפאנען.

עלער, זיי באקומען בערך דריי א האלב טויזנט א וואך.

ס'מאכט נישט קיין סאך אויס לגבי די נומבער'ס...
צוריק צום ענין,
כ'האף נאר אז זיי גייען אויסגעבן זייער כעס קעגן פעלאוסי און נישט עס ארויפשיסן אויף טראמפ.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג ינואר 13, 2020 5:53 pm

קאלינס זאגט איצט אז זי וואלט געשטימט אקעגן א מאושען ארויסצושליידערן די אימפיטשמענט קלאגעס גלייך ביים אנהויב

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג ינואר 13, 2020 6:16 pm

הכל הבל האט געשריבן:דורכאויס די אימפיטשמענט פראצעס וועלן סענאטארן מוזן זיין אויפן סענאט פלאר זעקס טאג א וואך און נישט קענען האבן צוטריט צו צו עלעקטראנישע מאשינדלעך
עס וועט זיין א ספעציעלע שאפע אין וועלכע אלע וועלן מוזן ארינשטעלן זייערע אייפאדס/אייפאונס


ענדרויד...?

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג ינואר 13, 2020 6:29 pm

הכל הבל האט געשריבן:ניו יארקער גאווערנאר ענדרו קאומא פלאנט צו פאררופן ספעציעלע עלעקשאן אויף אפריל 28 למספרם פארן זיץ וואס איז ליידיג געווארן מיט די רעזיגנאציע פון רעפובליקאנער קריס קאלינס

אפריל 28 איז נישט די פרעזידענטליכע פריימעריס אין ניו יארק?

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג ינואר 13, 2020 8:32 pm

מעקאנעל פלאנט אויפצוברענגען די רעזאלוציע איינצוצוימען א פרעזידענטס קריג רעכטן??

עס האט ערנסטע שאנסן אדורכצוגיין.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג ינואר 13, 2020 9:11 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:מעקאנעל פלאנט אויפצוברענגען די רעזאלוציע איינצוצוימען א פרעזידענטס קריג רעכטן??

עס האט ערנסטע שאנסן אדורכצוגיין.

מהיכי תיתי?
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג ינואר 13, 2020 10:24 pm

איך מיין ס'געווען באריכטעט דא אז פאול און לי שטיצן עס.

און בכלל, אפילו לויט פארטיי ליינס, 47 (און אפילו 45) סענעטארן וואס שטיצן א ביל איז נישט גענוג עס זאל אויפגעברעגט ווערן??


#מעקאנעל'ס חיה'שאפט

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 14, 2020 10:55 am

ווי געמאלדן אינעם היינטיגן באריכט וועט ערשט מארגן ווערן געמאלדן די נעמען פון די אימפיטשמענט מענעדזשערס און דאן וועט מען שטימען דערויף

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 14, 2020 10:56 am

מען דארף באזונדער שטימען אויף ביידע ארטיקלען זיי אריבערצושיקן און אויך צוצושטעלן פאנדינג פאר די קאנגרעס מענעדזשערס און די אלע אפשטימונגען וועט פארקומען מארגן

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 14, 2020 10:59 am

סענאטארן וועלן מארגן באקומען א קלאסיפייד בריעפינג איבער איראן פון ברייען הוק דער ספעציעלע סטעיט דעפארטמענט רעפרעזענטאט איבער איראנער אנגעלעגנהייטן, סטעיט דעפארטמענט באאמטער דוד שענקער און געהילף אויסערן סעקרעטאר מעריק סטרינג

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 14, 2020 11:01 am

אייאווע קאנגרעסמאן סטיוו קינג אויפן קאנגרעס פלאר: איך וויל מוטיגן די סענאט עס צו פארטיגן שנעל
איך וויל זעהן דעם פרעזידענט שטיין דא ביי זיין סטעיט אף די יוניאן אדרעס און קענען מעלדן פאר די וועלט אז ער איז געוואןר ריינגעוואשן

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 14, 2020 11:02 am

מעקאנעל: אויב די איצטיגע קעיס איז שטארק איז נישטא קיין געברויך פאר די דזשורי און ריכטער צו פונדאסניי עפענען די אויספארשונג
אויב איז די קעיס שוואך וואלטן קאנגרעס דעמאקראטן נישט געדארפט שטימען צו אימפיטשן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שווארץ אפעל און 11 געסט