בלאט 114 פון 1005

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 3:39 pm
דורך הכל הבל
די סענאט ווערסיע איז אריבער מיט 84-8
60 שטימען האבן זיך אויסגעפעלט
רעפובליקאנער לי און פאול האבן געשטימט ניין און דעמאקראטן היראנא, מארקי, מענענדעז,מערקלי, ווען האלען, און וויידען האבן געשטימט ניין

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 3:55 pm
דורך קהל עדתינו
הכל הבל האט געשריבן:די סענאט ווערסיע איז אריבער מיט 84-4
60 שטימען האבן זיך אויסגעפעלט
רעפובליקאנער לי און פאול האבן געשטימט ניין און דעמאקראטן היראנא, מארקי, מענענדעז,מערקלי, ווען האלען, און וויידען האבן געשטימט ניין

84-8

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 3:57 pm
דורך הכל הבל
ריכטיג

שקויעך פארן פאררעכטן טעות הדפוס

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 9:20 am
דורך הכל הבל
נעכטן נאך האלבע נאכט האט די דעמאקראטיש קאנטראלירטע קנאגרעס ארויסגעלייגט די טוישונגען וועלכע זיי וועלן זוכן צום סענאט גרעניץ היומענאטערישע פאנדינג ביל
די סענאט אנטזאגט זיך צו גיין צו קאנפרענץ צוזאמצושמעלצן ביידע בילס און די פאקט אז די סענאט ביל ווערט באצייכנט אומפארטייאיש האט געלייגט שטארקע דרוק אויף קנאגרעס עס צו באשטעטיגן
אין א פרואוו צוריקצושליידערן פאראנטווארטליכקייט האט קאנגרעס באשלאסן אריבערצופירן די סענאט ווערסיע אבער מיט טוישונגען..
עטליכע מינוט צוריק האט קאנגרעס רולס קאמיטע פארזיצער מעקגאווערן געפיילט פאר די טוישונגען אינעם ביל און די דעבאטע דערוועגן און די נאכפאלגנדע אפשטימונג וועט פארקומען שפעטער אין טאג

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 9:42 am
דורך הכל הבל
פעלאסי רופט ווידעראמאל פאר ביידע הייזער צו גיין צו קאנפרענץ און צוזאמשטעלן ביידע ווערסיעס

פילייכט אנערקענט זי אז בלויז באשטעטיגן די סענאט ווערסיע מיט ליבעראלע טוישונגען וועט נישט פארלייכטערן די דרוק אויף קאנגרעס זינט עס איז נישט עכט צופיל בעסער פון איצט ווען ביידע הייזער האבן באשטעטיגט א ביל און אין קאנגרעס איז עס אויף פארטייאישע ליניעס און אין סענאט האט עס באקומען 84 שטימען די דרוק וועט זיין צו גיין מיט די סענאט ווערסיע און אז קאנגרעס זאל זיך ברעכן

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 11:11 am
דורך הכל הבל
מען האט געפרעגט פעלאסי אויב זי שליסט אויס אן אפשטימונג אויף די סענאט ביל אזוי ווי עס איז

פעלאסי האט נישט געוואלט זאגן קלאר
זי אגט אז מען וועט גיין איין טריט אויפאמאל

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 3:21 pm
דורך הכל הבל
נאך וואס מעסיגע דעמאקראטן האבן געסטראשעט צו שטימען אקעגן א ביל וועלכע טשעפעט די רויע סענאט ווערסיע האט זיך פעלאסי ענדליך געבראכן און וועט ערלויבן אן אפשטימונג אויף די סענאט ביל

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 3:29 pm
דורך הכל הבל
קארטעז און אנדערע לינקע ברויזן

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 3:34 pm
דורך הכל הבל
צום ערשטן מאל אינעם נייעם קאנגרעס וואס אזא ערנסטע בירגער קריג האט אויסגעפלאצט צווישדן מעסיגע דעמאקראטן און לינקע ליבעראלן
צו פארשטיין פון וואס מען רעדט
די סענאט ביל איז אדורך מיט שטיצע פון 84 סענאטארן אריינגרעכנט שומער
פעלאסי אליינס האט נישט קיין פראבלעם מיטן סענאט ביל אבער האט געצעגערט צוליב דרוק פון לינקע אין איר קאוקוס
איצט האט זי מער נישט דערהויבן די פרשור פון די אנדערע זייט

איין לינקע קאנגרעס מעמבער האט באצייכנט די פראבלעם לייזער קאוקוס אלץ טשיילד אביוז קאוקוס

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 3:36 pm
דורך פעיק ניוז
@הכל, וואס זענען די הויפט חילוקים צווישן די סענאט און קאנגרעס ווערסיע?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 3:39 pm
דורך כאפצעם
דברי חכמה פון מעקאנעל היינט.

פראגע: וועסטו באשטעטיגן א דעמאקראטישע פרעזידענטס סופריעם קאורט פיק?

מעקאנעל: אינעם ערשטן יאר פון זיין פרעזידענטשאפט..

בעסיקלי ווי כפארשטיי איז זיין לאגיק אזוי, אינעם צווייטן יאר איז דאך עלעקשאן יאר (מידטורם), דריטע יאר איז דאך נאטורליך דא די געווינס פון אפאזיציע פארטיי, די פערטע יאר איז ווייטער עלעקשאן יאר...

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 3:41 pm
דורך הכל הבל
פעיק נוז האט געשריבן:@הכל, וואס זענען די הויפט חילוקים צווישן די סענאט און קאנגרעס ווערסיע?

זיי ווילן בונדן די הענט פון ICE

זיי ווילן אויך פארזיכערן לעגאלע פרעזענטאציע פאר קינדער און נאך פארשידענע זאכן

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 3:42 pm
דורך הכל הבל
קארטעז איז געפערליך בייז זינט זי פערזענליך האט דירעקט פארארבעט מיט פעלאסי די פארגעשלאגענע אמענדמענטס אבער איצט האט איר פעלאסי געווארפן איבערן דראנג

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 3:58 pm
דורך כאפצעם
הויעך דראמא אין קאנגרעס. פעלאוסי האט שוין געהאט זיך געבראכן צו די מאדערעטס און געסקעדזשועלט א וואוט אויפן סענאט פעקעדזש, די ליבעראלע פליגל האלט אבער נישט ביים אראפלייגן די געווער.

אומגעראכטן איז דער קאנגרעס סעסיע געווארן אםגעשטעלט און אריין אין הפסקה.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 4:01 pm
דורך הכל הבל
כאפצעם האט געשריבן:הויעך דראמא אין קאנגרעס. פעלאוסי האט שוין געהאט זיך געבראכן צו די מאדערעטס און געסקעדזשועלט א וואוט אויפן סענאט פעקעדזש, די ליבעראלע פליגל האלט אבער נישט ביים אראפלייגן די געווער.

אומגעראכטן איז דער קאנגרעס סעסיע געווארן אםגעשטעלט און אריין אין הפסקה.

שוין באריכטעט אין פריערדיגע תגובות

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 4:07 pm
דורך Gevald Geshrigen
וויפיל טשענסעס האבן די מעסיגע צוזאמען מיט די רעפובס צו פעססן עז איז ?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 4:08 pm
דורך פעיק ניוז
הכל הבל האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:@הכל, וואס זענען די הויפט חילוקים צווישן די סענאט און קאנגרעס ווערסיע?

זיי ווילן בונדן די הענט פון ICE

זיי ווילן אויך פארזיכערן לעגאלע פרעזענטאציע פאר קינדער און נאך פארשידענע זאכן

און וואס שטעלט די סענאט ווערסיע פאר?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 4:09 pm
דורך הכל הבל
פאנדינג אן יענע באגרעניצונגען

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 4:14 pm
דורך הכל הבל
אפשטימונג אין קאנגרעס אנצוהויבן דעבאטע אויפן סענאט ווערסיע איצט אריבער מיט 322-85

152 דעמאקראטן און 170 רעפובליקאנער שטימען יא

71 דעמאקראטן און 14 רעפובליקאנער שטימען ניין

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 4:15 pm
דורך הכל הבל
מישיגען קאנגעספרוי דינגעל רעזיגנירט פון פראבלעם לייזונג קאוקוס

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 4:16 pm
דורך מים חיים
.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 4:16 pm
דורך נאך פונדערהיים
ווילאנג דארף נעמען די דעבאטע, א שעה?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 4:18 pm
דורך פאראינטערסירט
הכל הבל האט געשריבן:פאנדינג אן יענע באגרעניצונגען

און פארוואס זענען אסאך רעפאבליקענס אנטקעגן דעם?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 4:21 pm
דורך פעיק ניוז
פאראינטערסירט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:פאנדינג אן יענע באגרעניצונגען

און פארוואס זענען אסאך רעפאבליקענס אנטקעגן דעם?

וועלכע סאך?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2019 4:28 pm
דורך פאראינטערסירט
פעיק נוז האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:פאנדינג אן יענע באגרעניצונגען

און פארוואס זענען אסאך רעפאבליקענס אנטקעגן דעם?

וועלכע סאך?

2 רעפאבליקאנע סענעטארן האבן געשטימט אנטקעגן די עצם ביל, און 14 רעפאבליקאנע קאנגרעסלייט האבן געשטימט אנטקעגן אנצוהייבן די דעבאטע אויפן סענאט ביל.