נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג יוני 06, 2019 12:41 am

מיט דעם ביסטו גערעכט, אבער אויב דו געדענקסט אויף וואס כ'האב געשריבן מיין ערשטע תגובה אינעם שמועס, ס'געווען סיי אויפן אנדערען דעקלאראציע וואס קאנגרעס האט שוין געוואט אנטקעגן, און סיי צו דעם וואס מ'האט געזאגט אז אויב קאנגרעס וואט אנטקעגן די מעקסיקאנע טעריפס וועט טראמפ דערקלערן אן דעקלאראציע.

אבער צו דעם וואס איז שוין געשען: טראמפ האט שוין אמאל דערקלערט אן דעקלאראציע, וואס קאנגרעס האט געוואט אנטקעגן, וואס זאגסטו צו דעם?
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג יוני 06, 2019 12:42 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:מיט דעם ביסטו גערעכט, אבער אויב דו געדענקסט אויף וואס כ'האב געשריבן מיין ערשטע תגובה אינעם שמועס, ס'געווען סיי אויפן אנדערען דעקלאראציע וואס קאנגרעס האט שוין געוואט אנטקעגן, און סיי צו דעם וואס מ'האט געזאגט אז אויב קאנגרעס וואט אנטקעגן די מעקסיקאנע טעריפס וועט טראמפ דערקלערן אן דעקלאראציע.

אבער צו דעם וואס איז שוין געשען: טראמפ האט שוין אמאל דערקלערט אן דעקלאראציע, וואס קאנגרעס האט געוואט אנטקעגן, וואס זאגסטו צו דעם?

די ענטפער דערצו איז פארשטייט זיך אז קאנגרעס האט נישט געוואוט אנטקעגן זיין וועטאו.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג יוני 06, 2019 12:48 am

אהאו, גאונות, די פרעזידענט האט געוויטאט א רעזולאציע אנטקעגן זיין עמערזשענסי דעקלאראציע... דאס טוישט נישט די פאקט אז קאנגרעס האט געוויזן מיר ווילן עס נישט, הייסט עס איז נישט קיין עמערזשענסי.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג יוני 06, 2019 1:08 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:אהאו, גאונות, די פרעזידענט האט געוויטאט א רעזולאציע אנטקעגן זיין עמערזשענסי דעקלאראציע... דאס טוישט נישט די פאקט אז קאנגרעס האט געוויזן מיר ווילן עס נישט, הייסט עס איז נישט קיין עמערזשענסי.

איים סארי טו דיסאפוינט יו עגעין. אבער די וועג פאר קאנגרעס צו אפווארפן און ווייזן זיי שטיצן נישט זיין עמרדזשענסי שריט איז דורך צוויי דריטל קאנגרעס. פעריאד.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2746
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג יוני 06, 2019 4:07 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:אהאו, גאונות, די פרעזידענט האט געוויטאט א רעזולאציע אנטקעגן זיין עמערזשענסי דעקלאראציע... דאס טוישט נישט די פאקט אז קאנגרעס האט געוויזן מיר ווילן עס נישט, הייסט עס איז נישט קיין עמערזשענסי.


דער פרעזידענט האט א כח על פי געזעץ (אין לעגאלער לשון וועסטעד) אין זיין טיטל אלס דער פירער פונעם עקזעקוטיוון ברענטש צו ׳׳מאכן׳׳ אן עמערדזשענסי.
דער עמערדזשענסי דעקלערעישן קען קאנגרעס (דורך צוויי דריטל דייקא) עס מאכן אויס עמערדזשענסי. דאס אלעס.
אויב קאנגרעס האט נישט דערקלערט אז דער עמעדזשענסי איז אויס צו ווייל דער וואוט איז דורכגעפאלן צו ווייל מען האט עס בכלל נישט אויפגעברענגט עקספייערט עס אויטאמאטיש נאך א שטיק צייט. דער פרעזידענט האט דאן א ברירה נאכאמאל צו חתמענען פאר נאך א דעקלערעישן וחוזר חלילה.
דערנאך איז געווען יעצט אין קאורט (וואו די אדמיניסטראציע האט לעת עתה פארלוירן) אויב אונטער דעם דעקלערעישן וואס איז עכ׳׳פ לכולי עלמא א לעגאלער דערקלערטער עמערדזשענסי, אויב אונטער די דאזיגע רעכטן געט עס אים אויך א כח צו נוצן געלט פאר די וואנט פונעם פענטאגאן אקאונט.
מן הדומה אין נ.י. סיטי האט דעבלאזיו ארויסגעגעבן אן עמערדזשענסי דעקלערעישן וועגן מיזעלס און דורך דעם גענומען א רעכט צו צווינגען מענטשן צו נעמען די שאטס.
מען האט עם גענומען אין קאורט ערשטס מיטן טענה עס איז נישט קיין עמערדזשענסי (די סיטי האט אנדערע קרייטיריע וויאזוי מען דערקלערט אן ערדזשענסי ) און צווייטנס אפילו אויב יא געט עס נאכנישט קיין רעכט צו צווינגן מענטשן נעמען די שאטס.
די אנקלעגערס האבן פארלוירן אויף ביידע חלקים

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג יוני 06, 2019 6:54 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:אהאו, גאונות, די פרעזידענט האט געוויטאט א רעזולאציע אנטקעגן זיין עמערזשענסי דעקלאראציע... דאס טוישט נישט די פאקט אז קאנגרעס האט געוויזן מיר ווילן עס נישט, הייסט עס איז נישט קיין עמערזשענסי.

איים סארי טו דיסאפוינט יו עגעין. אבער די וועג פאר קאנגרעס צו אפווארפן און ווייזן זיי שטיצן נישט זיין עמרדזשענסי שריט איז דורך צוויי דריטל קאנגרעס. פעריאד.

כ'רעד נישט צו קאנגרעס העט עס אפגעווארפן לעגאַל, דאס ביסטו גערעכט אז נישט. אבער אויב אז קאנגרעס זאגט מיט א רוב אז עס איז קיין עמערזשענסי, און די פרעזידענט קען עס נאכאלס דערקלערן, קומט אויס אז די פרעזידענט קען אליין מאכן געזעצן.

נאכאמאל, אן "עמערזשענסי דעקלאראציע" איז נישט געמאכט צו אויסקרויזן קאנגרעס, עס איז געמאכט אזוי ווי די נאמען זאגט אליינס "עמערזשענסי" און מ'וויל נישט דארפן אדורכגיין די קאנגרעס פראצעדור, משא"כ דא איז עס יא אדורכגעגאנגען די פראצודער און קאנגרעס האט געזאגט "נאו עמערזשענסי", סיי ווען קאנגרעס האט נישט געוואלט געבן פאונדינג פאר עס, און סיי ווען קאנגרעס האט געשטימט אנטקעגן די דעקלאראציע, און אויב נאכדעם קען די פרעזידענט עס נאכאלס דערקלערן קומט פשוט אויס די פרעזידענט קען אליין מאכן געזעצן.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג יוני 06, 2019 8:19 pm

פונקט ווי קאנגרעס קען דורכפירן א געזעץ צו געבן די מאכט פאר די אי פי עי (וואס איז טייל פון די עקזעקוטיוו ברענטש) צו איינשטעלן ענווייראמענטעל רעגולאציעס, און פונקט ווי זי האט געגעבן די מאכט פאר די FCC איינצושטעלן רעגולאציעס איבער קאמוניקאציע, האט זי געגעבן א ברייטע מאכט פאר'ן פרעזידענט צו דערקלערן עמערדזשענסיס כ"ז קאנגרעס שטימט עס נישט אנידער בפירוש. האסט די ברירה עס צו טוישן דורך קאנגרעס אדער עס צו טשעלענדזשן אין געריכט, אבער כ"ז עס ווערט נישט געטוישט אדער אפגעווארפן איז דאס די לאו אף די לענד.
Innocent until proven Republican

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

ברעיקינג

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג יוני 07, 2019 10:38 am

קומט אריין די נייעס אז דעמאקראטישע רעפרעזענטעטיוו אילאן אמאר האט געבראכן קאמפיין פינאנץ רולס, דורכן נוצן קאמפיין געלט פאר אנדערע צוועקן, זי איז געווארן באשטראפט מיט 3,500$ פאר איר קאמפיין קאמיטע, ווי אויך א 500$ civil fine.
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום פרייטאג יוני 07, 2019 10:46 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג יוני 07, 2019 10:39 am

דענקעך נאך אז ווען מייקל קאהען האט 'אליינס געזאגט' אז טראמפ האט געטון ענליכס האט מען געסטראשעט מיט צענדליגער יאר טורמע...
Innocent until proven Republican

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג יוני 07, 2019 10:45 am

נישט געוואלט שרייבן אינ'ם ארגינעלע תגובה, אבער נישט קיין חילוק וואס זיי האבן געסטראשעט וואלט עס קיינמאל געשען, און דא איז עס בכלל נישט געגעבן געווארן דורך פארטייאישע באאמטע.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

ברעיקינג

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יוני 11, 2019 1:33 am

אנטי טראמפ רעפאבליקאן קאנגרעסמאן 'זשאסטין אמאש' די וועלכע האט געלאזט פאלן די טראמפ אימפיטשמענט סטעיטמענטס, האט פארלאזט די שטארק קאנסערוועטיווע 'האוז פרידאם קאקוס', אין ליכט פון דעם וואס די קאקוס איז געווען שטארק אקעגן זיינע אימפיטשמענט סטעיטמענטס, אמאש האט געזאגט, "עס איז געווען א טאטאל וואלענטערי דעסיזשען, און איך פארלאז ווייל איך וויל נישט ווייטער דיסטרעקטען און שטערן די קאקוס".
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג יוני 11, 2019 4:14 pm

איינער האט די ביפער נאמבער פון הויפט סופרים קאורט ריכטער דזשאן ראבערטס? ער האט געיאמערט ווען טראמפ האט גענוצט אן אויסדרוק אז מיר האבן באקומען א רולינג פון אן "אבאמא ריכטער", שרייענדיג אז מיר האבן נישט קיין אבאמא ריכטער וכו' די פוינט איז געווען אז ריכטער'ס דיסיזשען'ס זענען געבויט בלויז אויפן געזעץ און נישט אויף קיין שום פאליטיק.

די לעצטערע צייט איז שומער פארנומען אראפרייסן מעקאנעל פארן העלפן טראמפ אנפולן די קאורטס מיט "ראדיקאל" און "עקטיוויסט דזשאדזשעס" וכדומה וויל איך וויסן ווי די וויי געשריי פון "אינדעפענדענט ריכטער" איז אהינגעקומען?

דא איז איין ביישפיל
צוגעלייגטע
unnamed.png
unnamed.png (9.72 KiB) געזעהן 2108 מאל

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6833
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 13, 2019 3:30 pm

מארק ווארנער האט איצט פרובירט אין די איילעניש אויפצוברענגן א ביל וועלכע זאל פארלאנגען איבערצוגעבן פאר די עף בי איי טיפס וועלכע מען באקומט מיט שמוץ איבער אפאנענטן דורך אויסלענדישע רעגירונגען (הייסט עס אז אן אזא ביל מוז מען עס נישט איבערגעבן? א שטיקל סתירה אין די דעמאקראטישע רייען) אבער מארשא בלעקבוירן האט עס בלאקירט

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6833
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג יוני 14, 2019 9:47 am

רעפובליקאנע קאנגרעספרוי פון אינדיאנא'ס פיפטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט סוזען ברוקס וועלכע האט געארבעט צו רעקרוטירן מער פרויען קאנדידאטן צו לויפן אויפן רעפובליקאנע טיקעט אין 2020 למספרם האט באשלאסן אז זי זעלבסט וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3928
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך יוני 19, 2019 6:42 pm

פרעזידענט טראמפ׳ס געוועזענע ראטגעבערין און קאמיוניקאציע סעקערטארין האופ היקס איז היינט אראפגעקומען צו קאנגרעס פאר א פארהער אונטער פארמאכטע טירן.

זי איז די ערשטע געוועזענע ווייסע הויז באאמטע צו אויספאלגן א סובפינע, זינט פרעזידענט טראמפ האט פארשפראכן צו באקעמפן די אויספארשונגען און פארלאנגט אז זיינע געוועזענע געהילפן זאלן נישט קאאפערירן.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11077
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג יוני 23, 2019 1:58 am

הכל הבל האט געשריבן: א ביל וועלכע זאל פארלאנגען איבערצוגעבן פאר די עף בי איי טיפס וועלכע מען באקומט מיט שמוץ איבער אפאנענטן דורך אויסלענדישע רעגירונגען (הייסט עס אז אן אזא ביל מוז מען עס נישט איבערגעבן? א שטיקל סתירה אין די דעמאקראטישע רייען)

מאך עס נישט מער קאמפליצירט, סאיז גאר פשוט. זיי (און די עף אי סי) האלטן אז "ווערדפולע זאכן" גייט ארויף אויף אינפארמאציע אויך אבער די טראמפ סאראגאטן שרייען חי וקים, אינפארמאציע אויסטוישן איז נישט אין דעם כלל. ווילן די דעמאקראטן א פרישן געזעץ וואס זאל עס קלאר מאכן לעיני השמש און סזאל נישט זיין מער קיינע תירוצים.
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג יוני 23, 2019 1:43 pm

אויף יעדע ספיקא אין א געזעץ דארף מען א פרישע בילל? שיין זעה מיר אויס.. ברענג עס אין געריכט, אויב ביסטו טאקע קאנפידענט אז א דזשאדזש וועט זאגן ווי דיר דארפסטו נישט קיין פרישע געזעץ
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2739
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג יוני 24, 2019 9:43 am

כאפצעם האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן: א ביל וועלכע זאל פארלאנגען איבערצוגעבן פאר די עף בי איי טיפס וועלכע מען באקומט מיט שמוץ איבער אפאנענטן דורך אויסלענדישע רעגירונגען (הייסט עס אז אן אזא ביל מוז מען עס נישט איבערגעבן? א שטיקל סתירה אין די דעמאקראטישע רייען)

מאך עס נישט מער קאמפליצירט, סאיז גאר פשוט. זיי (און די עף אי סי) האלטן אז "ווערדפולע זאכן" גייט ארויף אויף אינפארמאציע אויך אבער די טראמפ סאראגאטן שרייען חי וקים, אינפארמאציע אויסטוישן איז נישט אין דעם כלל. ווילן די דעמאקראטן א פרישן געזעץ וואס זאל עס קלאר מאכן לעיני השמש און סזאל נישט זיין מער קיינע תירוצים.

אױב ברױכט מען א פרישן געזעץ מײנט דאס אז די טראמפ סאראגאטן האלטן אז אינפארמאציע אויסטוישן איז נישט אין דעם כלל, אין דער עף אי סי איז דער װאס שרײט חי וקים אז "ווערדפולע זאכן" גייט ארויף אויף אינפארמאציע (בערך װי די CIA האט געשריגן חי וקים אז איראק האט Weapons of mass destruction)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11077
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יוני 24, 2019 9:45 am

abeg האט געשריבן: דער עף אי סי איז דער װאס שרײט חי וקים אז "ווערדפולע זאכן" גייט ארויף אויף אינפארמאציע (בערך װי די CIA האט געשריגן חי וקים אז איראק האט Weapons of mass destruction

בערך? ממש אקוראט די זעלבע.
Trumpism is a mental tragedy

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2739
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג יוני 24, 2019 9:52 am

אױב בײ דיר איז אזױ הײליג װאס א גאװערמענט אדזשענסי זאגט אין װאס די גאװערמענט זאגט איז 100% ריכטיג דאן װעסטי אױך האלטען אז װען א פראסיקיאטער קלאגט אײנעם אן מיט ברעכען די געזעץ מײנט דאס 100% אז יענער האט געבראכן דאס געזעץ װאל די גאװערמענט פראסיקיאטער האט דאך קלאהר אזױ געזאגט סא װאס איז בכלל די ארבעט פון א לױער לױט דיר? װיאזױ האט א לױער די העזה פון זײ צי גײן קעגען די הײליגע גאװערמענט?

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3928
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יוני 25, 2019 11:51 am

דאס ווייסע הויז האט נעכטן בלאקירט טראמפ'ס ראטגעבער קעליען קאנוועי פון אויפטרעטן אין קאנגרעס, וועלכע וויל הערן איבער פארשידענע פארלעצונגען וואס זי ווערט דערויף באשולדיגט.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6833
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 26, 2019 1:39 pm

רעפובליקאנע סענאטארן זענען נישט גרייט אויסצוהערן און פארהאנדלען איבער די קאנגרעס גרעניץ היומענאטטערישע ביל און עס מעגליך צוזאמשמעלצן מיט זייער אייגענע
שומער האט איצט א מיטינג מיט פעלאסי צוזעהן אויב קאנגרעס קען פשוט אויפנעמען די סענאט ווערסיע און עס באשטעטיגן מיט רעפובליקאנע הילף אין קאנגרעס

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6833
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 26, 2019 1:59 pm

פעלאסי זאגט איצט אז קאנגרעס וועט נישט אויפברענגן די סענאט ווערסיע פונעם ביל

זיי האבן דורכגעפירט זייער ווערסיע און מיר רעספעקטירן עס מיר האבן דורכגעפירט אונזערס און איך האף אז זייי וועלן עס רעספעקטירן
אויב מען קען מאכן געוויסע פארבעסערונגען קען מען עס מעגליך צוזאמשמעלצן

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6833
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 26, 2019 2:39 pm

סענאט נארוואס אראפגעשטימט די קאנגרעס ווערסיע מיט 55-37
אלע רעפובליקאנער און 3 דעמאקראטן האבן געשטימט ניין
די דריי דעמאקראטן:
מענשין מארקי און מערקלי

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6833
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 26, 2019 2:40 pm

פעלאסי האט פריער אנגערופן טראמפ און גערעדט פאר 15 מינוט פרובירנדיג אים צו בעהטן אז מען זאל צוזזאמשטעלן די סענאט און קאנגרעס ווערסיעס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim, zibala, אחד מהחבורה, בעריש'ל, גוט זאגער, ויכתב, ממה נפשך, משהלע, קאקאש קעיק מיט מילך און 93 געסט