בלאט 107 פון 1002

געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2019 8:34 am
דורך Think and Thank
וואס טוט זיך האט געשריבן:סענ. לינזי גרעהעם סענאט יורדישע קאמיטע, האט נעכטן געזאגט צו דאן. זשוניער "ווען אין וואלט געווען זיין לאויער וואלט איך אים געהייסן אנפייפען די סובפינע".
...
דאן. זשויניער איז "העכער געזעץ"? מ'קען גיין אין קארט, אבער נישט קיין חילוק וואס איז א סובפינע א סובפינע!

ויבאו הדרשנים ודרשו...

זינט יאנואר 2009 איז סטענדערט פרעקטיס אנצופייפן א סובפינע.
וואס האט למשל קלינטאן געטון ווען מ'האט סובפינעט אירע אימעילס?

גראדע האט גרעהעם שפעטער געזאגט אז דאן זאל יא ערשיינען אבער זאל פלידן די פיפט און פארטיג, נוסח לואיס לערנער.

געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2019 5:10 pm
דורך הכל הבל
שיף עפנט פרישע אויספארשונג צו זעהן אויב אדוואקאטן וועלכע האבן רעפרעזענטירט טראמפ און זיין פאמיליע האבן אבסטראקטעד יוסטיץ

געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2019 5:13 pm
דורך הכל הבל
ער האט געהאט געבעטן אינפארמאציע צו זעהן אויב זיי האבן בבארבעט ווי אוזי קאהען זאל עדות זאגן אין קאנגרעס און אים מעליך פארארדענט צו זאגן ליגן
די אדוואקאטן אנטזאגן זיך פון עס צושטעלן זאגנדיג אז עס איז באשוצו אונטער אטוירני קליענט פריווילעגיע און שיף סטראשעט איצט מיט סובפינע

געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2019 5:20 pm
דורך פעיק ניוז
סובפינע'ס סובפינע'ס סובפינע'ס ליבער דעמאקראט

שיק א סובפינע סובפינע סובפינע

ווייל עס איז שוין היינט דא א נייע פאכע פאכע פאכע

שפע סובפינע (און האטס) והצלחה ........


אזאנס און אזאכע....

:cry: :evil: :oops:

געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2019 7:01 pm
דורך לאנדאנער
פעיק נוז האט געשריבן:סובפינע'ס סובפינע'ס סובפינע'ס ליבער דעמאקראט

שיק א סובפינע סובפינע סובפינע

ווייל עס איז שוין היינט דא א נייע פאכע פאכע פאכע

שפע סובפינע (און האטס) והצלחה ........


אזאנס און אזאכע....

:cry: :evil: :oops:


אזאנס און אזאכע....

:cry: :evil: :oops:

ברעיקינג

געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2019 7:17 pm
דורך וואס טוט זיך
דאנאלד טראמפ זשוניער האט מסכים געווען צו אויפטרעטן נעקסטע חודש פאר די סענאט יורדישע קאמיטע, צווישן צוויי און פיר שעה!

געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2019 7:35 pm
דורך וואס טוט זיך
סענ. ראמני איז געווען די איינציגסטע רעפאבליקאן צו שטימען אנטקעגן Michael Turncal, פאר טעקסעס איסטערן קארט דיסטריקט וואס איז געווארן באשטעטיגט 49-46, די סיבה איז ווייל ער האט געמאכט זייער בער קאמענטס אויף פארמער פרעזידענט באראק אבאמא.

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 2:56 pm
דורך הכל הבל
אטוירני דזשענעראל באר און ספיקער פעלאסי האבן פריער זיך באגעגנט אינדרויסן פון קעפיטאל ווארטנדיג אויפן פרעזידענט
באר האט וויצלנדיג געפרעגט : מאדאם ספיקער, האסטו געברענגט די הענדקאפס?
פעלאסי האט געענטפערט אז די קאנגרעס סוירדזשענט אף ארמס איז אנוועזנד אין פאל עס וועט אויספעלן
און ביידע האבן זיך צולאכט

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 2:59 pm
דורך הכל הבל
שיף אין נאדלער האבן אקארשט פארלאזט די אפיס פון פעלאסי
שיף וויל נישט ענפערן אויב די יוסטיץ דעפארטמענט קומט נאך זיינע פארלאנגען פאר די אומצענזורירטע מולער באריכט

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 3:08 pm
דורך פעיק ניוז
אגב, חוץ אויספארשונגען זענען שוין עפעס זאכליכע זאכן געטוהן געווארן דורך אונזערע פארטרעטער'ס אויף קעפיטאל היל צו מאכן בעסער זאכן? איז טאקע אלעס שוין מסודר אז מען הערט גארנישט פון זיי, קיין שום לעגיסלאציע נישט? גארנישט?

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 4:08 pm
דורך אווער נייט קוגעל
הכל הבל האט געשריבן:אטוירני דזשענעראל באר און ספיקער פעלאסי האבן פריער זיך באגעגנט אינדרויסן פון קעפיטאל ווארטנדיג אויפן פרעזידענט
באר האט וויצלנדיג געפרעגט : מאדאם ספיקער, האסטו געברענגט די הענדקאפס?
פעלאסי האט געענטפערט אז די קאנגרעס סוירדזשענט אף ארמס איז אנוועזנד אין פאל עס וועט אויספעלן
און ביידע האבן זיך צולאכט


;l;p- ;l;p- ;l;p-
:grin: :grin: :grin:

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 5:50 pm
דורך הכל הבל
די סענאט שטימט איצט אויף די נאמינאציע פון קענעט לי צום 9'טן סירקוט קאורט

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 5:52 pm
דורך הכל הבל
לי איז די פערציגסטער סירקוט קאורט ריכטער צו ווערן באשטעטיגט (אויב עס גייט טאקע דורך)

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 5:54 pm
דורך הכל הבל
דעמאקראטן ברויזן אויף אים פאר זיינע געשרייבעכץ אין זיינע קאלעדזש יארן אקעגן חוקי רציחה און אפירמעטיוו עקשאן

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 6:42 pm
דורך פאראינטערסירט
הכל הבל האט געשריבן:די סענאט שטימט איצט אויף די נאמינאציע פון קענעט לי צום 9'טן סירקוט קאורט

קאנפירמד! מיט 52-45.

מיט זיין קאנפירמעישן האט טראמפ שוין אריינגעשטעלט פינף קאנסערוואטיווע ריכטער אינעם ניינטן סירקוט קאורט, ארויפברענגענדיג די ס"ה רעפאבליקאנע אפוינטיס צו 10 אנטקעגן 16 דעמאקראטישע אפוינטיס.

נאך דריי זיצן שטייען ליידיג גרייט פאר נאך קאנסערוואטיווע ריכטער...
viewtopic.php?p=1920333#p1920333

געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2019 1:09 pm
דורך הכל הבל
מולוועיני און מענוטשין איצט פארלאזט מעקאנעלס אפיס און זיך אנטזאגט צו קאמענטירן איבער די זיצונג

געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2019 1:33 pm
דורך הכל הבל
ביזטו זיכער אז ריכטער קעווענאו וועט שטימען אקעגן די נייע אלאבאמא אנטי רציחה געזעץ?
סענאטארשע סוזען קאלינס: די אלאבאמא געזעץ איז א געפערליכע געזעץ, עס איז זייער עקסטרעם, און עס פארבאט מער ווייניגער אלע סארט רציחה, איך קען מיך נישט פארשטעלן אז סיי וועלכע ריכטער זאל געפונען די נייע געזעץ צו זיין אין איינקלאנג מיט פריערדיגע פרעצעדענט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2019 2:23 pm
דורך הכל הבל
די סענאט האט אציט באשטעטיגט מיט 52-45 דזשעפרי ראזען צו סערווירן אלץ דעפיוטי אטוירני דזשענעראל ערזעצנדיג ראד ראזנסטיין

געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2019 2:28 pm
דורך אווער נייט קוגעל
הכל הבל האט געשריבן:די סענאט האט אציט באשטעטיגט מיט 52-45 דזשעפרי ראזען צו סערווירן אלץ דעפיוטי אטוירני דזשענעראל ערזעצנדיג ראד ראזנסטיין

?You are very fast! its not reported elsewhere, was it strictly on party lines

געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2019 2:49 pm
דורך הכל הבל
יא, אויף פארטייאישע ליניעס

געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2019 3:56 pm
דורך הכל הבל
סענאטאר בור פארלאזט די גענג פון 8 רעפעראט איבער איראן
אנטזאגט זיך צו קאמענטירן

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 10:23 am
דורך פעיק ניוז
עטליכע קאנגרעסלייט האבן ארויסגעשטעלט געזעץ פארשלאגן אין וואשינגטאן, אז די פעדעראלע רעגירונג זאל פארבאטן סיי וועלכע געשעפט אדער ביזנעס אייגנטימער פון נישט אקצעפטירן קעש.

דער ביל קומט נאכדעם וואס מען האט געזען אין ניו יארק, ניו דזשערסי און עטליכע אנדערע סטעיטס, אז מער און מער געשעפטן אקצעפטירן מער נישט קיין קעש, נאר קרעדיט קארטלעך און אנדערע צאל-פארמאטן.

די קאנגרעסלייט טענה'ן אז דאס איז דיסקרימינאציע, בעיקר קעגן שוואכע פארדינער וועלכע באנוצן זיך נאר מיט קעש און קענען נישט צוקומען צו האבן און נוצן קרעדיט קארטלעך.

איד דעילי

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 2:57 pm
דורך הכל הבל
דזשערי נאדלערס אפיס באשטעטיגט אז די יורידישע קאמיטע וועט זיך צוזאמקומען מארגן צו די פארהער פון דאן מקגהען טראץ וואס דער לעצטער פלאנט זיך אויסצופייפן און נישט ערשיינען

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 2:57 pm
דורך הכל הבל
די סטראטעגיע איז גענוי ווי די צוגאנג מיט די באר פארהער און עס בלייבט בלויז איבער צו זעהן אויב טענעסי קאנגרעסמאן סטיווען קאהען וועט אויך מארגן באשטעלן א פארציע בייליק פאר פרישטאג אפצוצייכענען וואסערע הינדל מקגהען איז מיטן איגנארירן די סובפינע

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 3:46 pm
דורך הכל הבל
סענאט מאיאריטעט פירער מיטש מעקאנעל שלאגט פאר א ביל וועלכע וועט העכערן צו 21 די יארגאנג פון ווען עס איז לעגאל צו קויפן רויכערן פראדוקן
די פארשלאג וועט גערופן ווערן "טאבאקא 21" און וועט דעקן אלע סארט טאבאקא פראדוקטן אריינגערעכנט עלעקטראנישע ציגארעטן