נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:58 am

בשעת יעדער איז פארנומען מיט די רעזעלוציע האט דער סענאט נעכטן געשטימט קעגן די אדמיניסטראציע מיט 54 קעגן 46, 7 רעפאבליקאנער האבן געשטימט מיט אלע דעמאקראטן אז מען טאר נישט צושטעלן די נויטיגע סאפורט פאר די סאודי מערכה אין תימן. ראמני האט יא געשטימט אויף דעם מיט טראמפ, רוביא אויך.

עס איז צוריק צו די האוז זינט עס איז נישט געווען ממש די זעלבע ווי וואס עס איז אדורך די האוז, אבער וועט שטייצעך זיכער נאכאמאל דורכגיין.

דאס מיינט אז טראמפ וועט ברויכן געבן 2 וועטא'ס.

איך ווייס נישט וויאזוי עס איז אגעקומען צו א וואויט אן 60 שטימען, אפשר @הכל הבל וועט וויסן.

קוקט נישט אויס אז מען וועט קענען איבערדרייען טראמפ'ס וועטא אויף דעם.

די ערשטע מאל מען וועט יא קענען איבערדרייען קען זיין אדער אויף רעליסן די מולער רעפארט, וואס 420 קאנגרעסלייט האבן היינט געשטימט פארדעם, אדער אויף באשטראפן MBS אויף די קאשוגדזשי רציחה, אדער אויף צוימען אלהבא די פרעזידענטליכע עמערדזשענסי מאכטן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:09 pm

מיט עטליכע וואכן צוריק האט בענעט זיך אויפגעריסן אין סענאט און זיך גע'רצח'ט מיט קרוז

איצט איז ער צוריק ביים מיקראפאן און דער געווענליך באשיידענער סענאטאר איז שוין ווידער צולאזט

איך האף אז אלעס איז אקעי מיט אים

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:17 pm

לויט אלע אנדייטונגען גייט ער אדורך שווערע צייטן


ער איז ממש נישט זעך

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:21 pm

שלום בית? געזונט? קינדער? אפשר שוין היינט לעגאל אין קאלעראדא סובסטאנצן?

היינט קומט פאר אין די האוז חלק פון קעפיטעל א יערליכע לאנטש וואס מען פירט זיך אז דער פרעזידענט מיט דעם איירישן פריים מיניסטער זענען זיך משתתף.

פעלאוסי פלאנט נישט צו רעדן דארט מיט טראמפ איבער פאליסי אדער כדומה, בלויז פארברענגן מיט טראמפ אלס גאסט פון די הויז.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:23 pm

כווייס נישט אבער פאליטיקא וואלט שוין געמעגט מאכן זייער ריסוירטש אויף וואס אזאנס האט פאסירט מיט'ן

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:40 pm

אייזעקסאן שטימט אקעגן די רעזאלוציע

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:40 pm

טומי שטימט פאר די רעזאלוציע

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:41 pm

דערווייל 7 יא פון די רעפובליקאנער און צוגאב צו טיליס וועלעכע מען וויסט נאך נישט קלאר

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:44 pm

די ספיקער האט שיין אפגעווארט ארומגענומען מיט קוקט מיר אויס איירישע קאנגרעסלייט אויף די פלאטפארמע אינמיטן די קעפיטעל שטיגן, ווי דער פרעזידענט האט ערשיינט צום קעפיטעל מיט דעם איירישן פ"מ אינאיינעם מיטן וו"פ פענס, נאכדעם איז יעדער געשטאנען ווי פאר א בילד אינאיינעם אויף די שטיגן, דער פרעזידענט אין צענטער נעבן די ספיקער, מען האט פארברענגט ווי גוטע פריינד, נאך בערך א מינוט האט דער פרעזידענט געגעבן א ווייז פאר די ספיקער און מען האט ארויפגעוואקט די אויברעשטע האלב שטיגן אריין אינעווענדיג.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
בארג
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 4:01 pm

תגובהדורך בארג » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:46 pm

הכל הבל האט געשריבן:דערווייל 7 יא פון די רעפובליקאנער און צוגאב צו טיליס וועלעכע מען וויסט נאך נישט קלאר

איז דא מעגליכקייט אז דעס וועט דורכגיין?

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:48 pm

עס גייט זיכער דורכגיין

דאן וועט עס טראמפ וועטאאירן און דאן איז די פראגע אויב די וועטא וועט ווערן איבערגעדרייט אבער מאמענטאל זעהט נישט אזוי אויס

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 1:03 pm

די פראגע איז אויב פעלאוסי וועט בכלל פראבירן איבערצודרייען די וועטא, דורכגיין וועט עס זיכער נישט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 1:12 pm

צל עובר האט געשריבן:די פראגע איז אויב פעלאוסי וועט בכלל פראבירן איבערצודרייען די וועטא, דורכגיין וועט עס זיכער נישט.

ריכטיג

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 1:19 pm

מארען שטימט פאר די רעזאלוציע
שוין די אכטע דעפעטירער
און דאס איז נאך אן טיליס

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 1:26 pm

מען באריכטעט אז אחשורוש האט זייער פריינטליך פארברענגט מיט די אלטע רביצין ביי די פריוואטע איירישע סעודה.

זעהט אויס אז ער איז זייער פרייליך אז עס איז מער נישט דא קיין רעדע פון אימפיעטשמענט.

ישר כח פאר די מעוררים. @הכל הבל @קאזאבלאנקא, ממנו ילמדו וכן יעשו ביי די קומענדיגע געף.

דא איז געשטאנען פארדעם עפעס צו אחשורוש'דיג וואס פאסט נישט צו רעדן דערפון ביי חסיד'ישע אידן.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דאנארשטאג מארטש 14, 2019 1:56 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 1:37 pm

פארטמאן שטימט פאר די רעזאלוציע
שוין די 9'טע דעפעקטירער
און דאס איז נאך אן טיליס

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 1:38 pm

מען ווארט געשפאנט אויף די שטימע פון קרוז און רוביא

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 2:15 pm

הכל הבל האט געשריבן:פארטמאן שטימט פאר די רעזאלוציע
שוין די 9'טע דעפעקטירער
און דאס איז נאך אן טיליס

טיליס רעדט יעצט
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 2:17 pm

טיליס א ניין!!!
לעצט פאראכטן דורך קהל עדתינו אום דאנארשטאג מארטש 14, 2019 2:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 2:17 pm

ריכטיג טיליס איז א ניין

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 2:28 pm

געווען ערנסטע פלענער צו דרעפטן פריימערי קעגנער צו טיליס

איצט וועט ער מער נישט אויסשטיין די פריימערי געפאר

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 2:28 pm

געווען ערנסטע פלענער צו דרעפטן פריימערי קעגנער צו טיליס

איצט וועט ער מער נישט אויסשטיין די פריימערי געפאר

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 2:32 pm

יא יא, אבער אין די אלגעמיינע וועט מען פייערן מיט דאס,
Tillis was actually for the resolution before he voted against it. I assume at least a few of you get the reference.


---------------------

רוי בלאנט איז א שטארקע זאך, ווייל ער איז פון די לידערשיפ.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דאנארשטאג מארטש 14, 2019 2:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 2:33 pm

וויקער יא בלאנט יא

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 2:34 pm

צל עובר האט געשריבן:יא יא, אבער אין די אלגעמיינע וועט מען פייערן מיט דאס,
Tillis was actually for the resolution before he voted against it. I assume at least a few of you get the reference.


---------------------

רוי בלאנט איז א שארקע זאך, ווייל ער איז פון די לידערשיפ.

געוויס אבער אויב דו ווערסט פארניכטעט אין א פריימערי קומסטו ניטאמאל אן צו קיין אלגעמיינע


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go, tech yid, ברעחדך קאפ, הויעך, משהלע, נא_שכל און 64 געסט