נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מארטש 12, 2019 8:27 pm

כאפצעם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳איז גרויליג נישט ווייל ער איז נישט גערעכט, נאר ווייל ער קעש׳ט פרעכיג איין אנטיסעמאטיזעם פאר פאליטיק.

[און אויף א טראמפ_פקחות׳דיגע וועג]

כ'האלט נישט ער איז גערעכט, אין גם אף אחד וואס קלערט באמת דעמאקראטן האבן פיינט יודן, ערגסטענס פאל אויב עפעס אנטי איזראעל (און אויך נאר א רעכטע גאווערמענט), אויך אן אפשר.

אבער דאס ביזטו גערעכט, די 'גרויל' מיינע שטאמט פון זיין אזוי פרעך פאליטיזירן. נישט סתם געווארפן א ליגענט און געפארן ווייטער, נעע, זיצט און רייט דערויף מיט א שמייכל פונעם נאז ביזן שפיץ טשופ.

עגרי.
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » דינסטאג מארטש 12, 2019 9:06 pm

ייש"כ הבל פאר נישט כאפן התפעלות און ווייטער אנגיין מין באריכטן נייעס.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6078
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג מארטש 12, 2019 9:56 pm

צל עובר האט געשריבן:
@ראטלידזש, די חברה אין שארלעטסוויל זענען נישט געווען באשולדיגט אלס נאציס, עס איז עמטליך געווען א נאצי מארטש.



סתם א ליגנט.. פאסט נישט פאר דיר
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6078
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג מארטש 12, 2019 9:59 pm

כאפצעם האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:רבוינע דיונע, אידענטיפיצירן מאן דכר שמיה?..

קיינער גלייכט נישט צו אראפ רייסן אזעלכע וואס זענען אויף דיין זייט פון פאליטישן ספעקטרום. דעציט.

רבינו דיונה, טאקע דאס אז ער שפירט אז די נאציס זענען אויף זיין זייט און ער איז אומבאקוועם זיי צו פארדאמען דאס איז די ווייגעשריי!



קענסטעך בארואיגן אביסל.. ער שפירט נישט, זיי זענען. און אויך אויף מיין 'פאליטישן' זייט. די פאקט טוישט זיך אויך נישט ווען זיי זענען סטאלין היטלער וואטעווער דו ווילסט.

דו האסט פשוט אפגעמאכט אז ביז ווען איך וויל [אין יעצטיגן פאל א אנטיסמיטקע ווי אומאר] זאגט מען נאך אז ס'בלויז פאליטיק, עכט שטיצן זיי נישט אנטיסעמיטן. דארט אבער ווי ס'קומט מיר אויס בעסער אז נישט, דארט שויניש.. איך מאך אנדערע גיידליינס.. כ'ביניש משועבד צו דיינע
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6078
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג מארטש 12, 2019 10:01 pm

צל עובר האט געשריבן:און וואס וואלט געווען דיין רעספאנס אויב למשל בערני וואלט דאס ארויסגעוויזן אלס א סיטינג פרעזידענט?
.


וואס איז דיין רעספאנס יעצט ווען בערני איז א סענעטאר און לויפט אפיציעל [שוין צום צווייטן מאל] פאר די דעמ טיקעט פאר פרעזידענט?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6078
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג מארטש 12, 2019 10:14 pm

יש ברירה האט געשריבן:איך האב פארלוירן טרעק פון די דעבאטע דא. וואס זאגסטע און וואס זאגט ער....

אומאר האט געלאזט פאלן אנטיסעמיטישע סטעיטמענטס און די דעמעקראטישע פארטיי האט זיך אנטזאגט דאס צו פארדאמען נאר אנשטאט האבן זיי דאס פארוואסערט אין א גרויסע סטעיטמענט וועלכע האט אריינגערעכנט אנדערע העצע גרופעס. ס'איז א עולה נאו קוועסשין עבאוט איט.

נאציס האבן מארשירט אין טשארלעטסוויל. קאנטער פראטעסטירער זענען ארויסגעקומען אריינגערעכנט אנהענגער פון די אנטיפא גרופע. די צוויי זייטן האבן זיך צוזאמענגעשטויסן און א נאצי האט גאר געהארגעט איינעם. טראמפ האט רעאגירט אז עס זענען געווען שלעכטע און זייער גוטע מענטשן אויף ביידע זייטן.

איז דא איינער וואס האלט אז די ערשטע מעשה איז ערגער ווי די צווייטע?



צו אלעם ערשט, די דעבאטע איז נישט צי איינס איז ערגער ווי די צוויטע, נאר אויב איינער קען פארענטפערן דאס נישט פארדאמען אז ס'איז פאליטיקס קען מען עס זאגן אין יעדנס פאל, נישט בלויז ווען ס'שמעקט דיר.

יעצט צו די מעשה זעלבסט, אין דיין אפיציעל 'פאקטן אויסקלארנדע' תגובה האסטו היבש אפאר פארדרייטע פאקטן..

נאציס האבן נישט מארשירט אין שארלעטסוויל. ס'געווען א לעגיטימע מארש דורך רעכטע אקטיוויסטן אראנזשירט מיט פערמיטס צו פראטעסטירן רואיגערהייט אנטקעגן דאס אראפ נעמען אן אלטע מאנומענט [פון א קאנפעדערעט העלד אויב געדענקעך גוט].

א גרופע צעלאזטע נאציס האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט און זיך צוגעשטעלט צו די גרויסע רואיגע מארש און געשריגן מיאוסע סלאגאנען קעגן דאס מענטשהייט און אידן ר"ל. [אבער קיינעם נישט געטשעפעט מיט די הענט וכדו']

א גרויסע פארזאמלונג איז זיך צוזאמענגעקומען [אן פערמיטס] אפיציעל צו קאנטער פראטעסטירן- נישט דוקא קעגן די נאציס נאר קעגן די אפיציעל געפלאנטע הויפט פראטעסט פאר די מאנומענט כנ"ל.

די לינקע קאנטער פראטעסטירער זענען געווען -עכ"פ אין טייל- פון די טרויעריג בארימטע אנטיפא גרויפע וואס גייען ארום מיט פארמאסקירטע פנימער האקן און בראקן וואס ס'טראגט נישט דעם טיטל סאציאליסטיש [אקעי, אלע רעפאבליקענס זענען דאך עכט 'פאשיסטן'..].

זיי זענען געקומען באוואפנט מיט בעיסבאל בעטס גרייט פאר ווילדע געשלעגן מיט די ציווילע פראטעסטירער

די לינקע האבן כמנהגם אנגעהויבן טיילן פעטש מיט בעיסבול בעטס

די פאליציי האט זיך נישט אנגענומען פאר די לעגיטימע אנשטענדיגע פראטעסטירער

אויפגעברויזטערהייט פון די סצענע ווי מ'שלאגט מענטשן מכת רצח בלויז פארן האלטן אנדערש ווי דיר און נאך מיט די שטילע הסכמה פון די פאליציי האט א אויפגערעגטער 'רוצח' גענוצט די לעצטע מיטל און מיט זיין קאר אריין געפארן אין די שלעגער.

איך בין נישט דא צו קלענער מאכן די עולה אדער פארענטפערן איינעם בלויז צוריק צו דרייען אביסל די אויסגעקלארטע פאקטן.. אבער עניוועיס, ווי געשריבן ביים אנהייב איז נישט דאס געווען די טענה'ריי מתחילה נאר ווי געשריבן.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג מארטש 12, 2019 10:52 pm

עס איז נישט קיין יושר וואס מען האט דא געטון מיט דעם אשכול...

די דעבאטע איבער טשארלעטסוויל דא
viewtopic.php?p=1886937#p1886937

אוועטאר
סאכאטשאווער
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:05 pm

תגובהדורך סאכאטשאווער » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:34 am

כאפצעם האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:עניוועי, איך ברעך פון טראמפ'ס אומפארשעמטע אראפרייסן אומאר, און נאך בויען אויף דעם אז די דעמאקראטן זענען געווארן די אנטי דזשואיש פארטיי.

גרויליג איט איז.

און דאס גייט בעקפייערן ביגלי, די דעמאקראטישע יודעלעך גייען דאס נישט אראפשלינגען, וועלן ארויסקומען אין די מאסן וויילן.


אויב קען מען אראפרייסן טראמפ טאג נאך טאג אז ער איז אן אנטיסעמיט און אז ער איז א פינסטערע ראסיסט באזירט אויף נישט פאדאמען גענוג מאל דעוויד דיוק און די שארלעטסוויל אטאקע (וואס איז טאקע אן עולה מצדו.), אזש מען האט שוין זאגאר אפילו איטערדוסט איינמאל אימפיטשמענט ארטיקלען באזירט אויף די סארט ראסיזם, פארוואס זאל נישט טראמפ טוען דאס זעלביגע און לעיבלען די דעמאקארטן אלץ אנטי אידן ? די לינקע באטיטלען שוין פאר יארן יעדע רעכטע אקטיוויסט אלץ א פאשיסט און אויך אלץ ראסיסט. און כמדומה לי אז מעקעין בשעתו איז נישט ארויסגעפאלן, (עפעס ליגט מיר אין קאפ א ניט עדיטאריעל בשעתו) סאו יעצט איז פעי בעק טיים,

צו דאס גייט אויפהעצן די דעמאקראטישע אידעלעך ? מען קען זאגן און דרייען פארקערט אויך, אז עס וועט זיי אויפוועקן, פאקטיש איז דא אסאך אידן וואס זענען זיער אנגעווייטאגט אויף דאס נישט געהעריג פארדאמען,

אבער למען האמת, טאקע דאס אז די דעמאקראטן האבן יארן לאנג באטיטעלט יעדע רעפובליקאנער אלץ א סעמי ראסיסט דאס האט טאקע אביסל בעקפייערט און ערמעגליכט א טראמפ געווינס. סאו יו נעווער קנאו,

עכ"פ טראמפ שלאגט פאליטישע קאפיטאל דערמיט פונקט ווי כאפצעם טוט אזוי געניט ווען אימער דא אויף אייוועלט אויף די פארקערטע זייט, כך דרכו של פאליטיק,

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 12:33 pm

די רעפובליקאנער סענאטארן זענען אויפגעקומען מיט א וואנזשע איינפאל צו באגרעניצן פון איצט און ווייטער די מאכט פן א פרעזידענט ווען ער מעג דערקלערן אן עמורדזשענסי
די פייל וואלט געשאסן ביידע פייגלען, נעמליך אז דעמאקראטישע פרעזידענטן וועלן מער נישט קענען זיך באנוצן דערמיט אדורכצופירן זייערע אגענדעס און אויך אז רעפובליקאנער סענאטארן וועלן לייכטער שטימען איצט אקעגן די רעזאלוציע אנע מורא אז עס וועט פירן די פרישע דעקלעראציעס אינעם צוקונפט
די דעמאקראטן לאזן זיך נישט און פעלאסי זאגט אז זי גייט עס נישט אויפברענגן אין קאנגרעס

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 12:33 pm

מען שטימט איצט אויף די רעא נאמינאציע

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך מארטש 13, 2019 12:36 pm

הכל הבל האט געשריבן:

ש'כח פאר'ן זיין אנוועזנד אין געריכט צימער, און ש'כח פאר'ן אריבערלויפן צום סענאט פלאר.
איטז וועל אפרישיעטעד!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 12:48 pm

רעא באשטעטיגט 53-46

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 1:01 pm

דעמאקראטן זענען שטארק פאזיטיוו נאך געשפרעכן מיט לייטהייזער און זאגן אז אדמיניסטראציע איז זייער אפן צו זייערע געדאנקן און גרייט פאר טוישונגען אין די אויסגעהאמערטע USMCA אפמאך
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך מארטש 13, 2019 1:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך מארטש 13, 2019 1:25 pm

ישר כח הכל הבל

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 1:42 pm

פיינסטיין האט פריער געברויזט אין קאמיטע אויף קאלעגע דעמאקראטן פארן נישט קומען געהעריג מיטהאלטן די יורידישע פארהערן

סענאטאר בלומענטאל איז קורצליך דערנאך ערשינען

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך מארטש 13, 2019 1:46 pm

הכל הבל האט געשריבן:דעמאקראטן זענען שטארק פאזיטיוו נאך געשפרעכן מיט לייטהייזער און זאגן אז אדמיניסטראציע איז זייער אפן צו זייערע געדאנקן און גרייט פאר טוישונגען אין די אויסגעהאמערטע USMCA אפמאך

ביטע אביסעלע דעטאלן אויב מעגליך, וואסערע טוישונגען ווילן זיי?

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 2:21 pm

טיליס נאכאמאל געפרעגט ווי אזוי ער וועט שטימען אויפן רעזאלוציע : מען האלט אינמיטן ארבעטן דערויף

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מארטש 13, 2019 2:44 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:און וואס וואלט געווען דיין רעספאנס אויב למשל בערני וואלט דאס ארויסגעוויזן אלס א סיטינג פרעזידענט?
.


וואס איז דיין רעספאנס יעצט ווען בערני איז א סענעטאר און לויפט אפיציעל [שוין צום צווייטן מאל] פאר די דעמ טיקעט פאר פרעזידענט?


בערני רופט פאר נייע וואלן אין ווענעזועלע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 9:21 am

ווילבאר ראס טרעט אויף פארנט פון די קאנגרעס איבערזיכט קאמיטע

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 9:26 am

ביי די נעכטיגע מיטינג מיט וויטעקער איז נישט געריבן געווארן קיינע טראנסקריפטן דעריבער שפינען ביידע זייטן די געשיכטע צו זייער זייט

נאדלער זאגט אז ער האט נישט געלייקנט אז ער זאל האבן גערעדמט מיט טראמפ וועגן די קאהען קעיס
אבער קאלינס זאגט אז "ער האט עס נישט געלייקנט אבער אויך נישט געדענקט" סיי וועלכע שמועס מיט טראמפ וועגן קאהען

וויטעקער פריוואט האט דיסקוסירט מיט זיין שטאב די סאודערן דיסטריקט קעיס איבער קאהען און באצייכנט די קאמפיין פינאנץ קלאגעס אלץ פארפירעריש אבער ער האט נישדט גערעדט צו די סאודערן דיסטריקט אפיס

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 10:21 am

הכל הבל האט געשריבן:סענאטאר פישער וויינט אויפן סענאט פלאר איבער געהילף וואס פארלאזט אים


די תגובה איז געווען אונזער ערשטע תגובה אין די אשכול

אין די מינוטן שפילט זיך איבער די שפיל דאסמאל מיט סענאטאר מעקאנעל וועלכע שטיקט זיך פון געוויין ביים זיך געזעגענען פון זיין לאנגיעריגע שטאב הויפט

ער וויינט ממש ווי א קינד

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 10:38 am

די רעזאלוציע איו סענאט איז אין שוואונג

דערווייל איז דא 6 רעפובליקאנע דעפעקטירער

לי
מורקאוסקי
קאלינס
פאול
ראמני
אלעקסאנדער
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:35 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 10:39 am

אלעקסאנדער גייט איצט רעדן

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 10:50 am

אויסקלארונג דערווייל איז דא 6 און טיליס איז נאכנישט 100% קלאר

אוועטאר
שקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 10:56 am

הכל הבל ווי האלסטו דאס אלעס מיט?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go, tech yid, איד_איד, ברעחדך קאפ, משהלע, נא_שכל און 53 געסט