בלאט 716 פון 1008

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 12:41 pm
דורך הכל הבל
נאנט צו האלב פון די מעסיגע בלויע הינט קאקוס אין קאנגרעס ציען זיך ארויס נאך אן אומפארשטענדעניש איבערצומאכן די ברענדיג און נאמען פון די קאמיטע

די אפטריט פון אזעלכע ווי ספענבערגער און שעריל לאזן איבער די קאמיטע פולשטענדיג אין איינקלאנג מיט די גדרי הצניעות און פרויען פריי

זיי האבן געוואלט טוישן די נאמען צו קאמאן סענס קאאליציע און דערמיט טוישן די איינדרוק וואס די ביז איצטיגע נאמען האט געגעבן אז עס האנדלט זיך פון א דרום שטאטן מענער קאאליציע

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 12:41 pm
דורך אומר אני
הכל הבל האט געשריבן:
ווערט באקאנט איבער א פרישע ווידעא אין וועלכע קאנגרעסמאן סאנטאס זאגט אז ער איז געווען א קרבן צו אן אטענטאט פארזוך אויף די פיפטע עוו אין מאנהעטען איין גאס נעבן די טראמפ טאוער (אומקלאר אויב עס איז געווען טראמפ וועלכע האט געזאגט אז ער קען שיסן עימיצן אויף די פיפטע עוו)

ער זאגט אז מען האט אים בארויבט און צוגענומען זיין רוקזאק, שיך און האנד זייגער
:lol: :lol: אוי ביסטו גוט @הבל, ש'כח פאר דיינע כסדר'דיגע באריכטן

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 2:23 pm
דורך הכל הבל
פלארידא סענאטאר ריק סקאט (ר) שלאגט ווידער פאר זיין ביל צוריקצוברענגן און אויסצוברייטערן ארבעט פארלאנגען פאר סנעפ געניסער

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 2:51 pm
דורך הכל הבל
מעקאנעל: די בודזשעט קאנטראל אקט פון 2011 למספרם האט זיך ארויסגעשטעלט צו ארבעטן אין שניידן אויסגאבן

איך קען נישט זעהן א דאך העכערונג ביל וואס גייט אריבער אין סענאט זאל דערנאך אריבערגיין אין הויז

די דאך העכערונג פארעכטיגונג-אויב עס איז דא אזא זאך- וועט דארפן קומען פון קאנגרעס

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 2:53 pm
דורך הכל הבל
סענאטאר דזשאן באראסא באצייכנט ענערגיע סעקרעטארשע דזשעיניפער גרענהאלם אלץ לאו ענעדזשי סעקרעטארשע

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 4:27 pm
דורך הכל הבל
דעווין נונעז זיך אנגערוקט אויף קעפיטאל היל

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 5:49 pm
דורך mosha g
פרעזידענט ביידען האט אפגעהאלטן א מיטינג מיט די דעמאקראטישע פירער פון קאנגרעס און סענעט דורכצוגיין די פלענער און אקטיוויזירן די פרישע סטראטעגיעס.

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 5:53 pm
דורך mosha g
דעמאקראטישע פירער ביים רעדן צי די פרעסע נאכן מיטינג ביים ווייסן הויז.

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 5:53 pm
דורך הכל הבל
געהאלטן ווארט

קאנגרעסמאן סאנטאס האט געהאט פארשפראכן פאר רעפארטער אז ער וועט היינט האבן אן איבערראשונג פאר זיי

ווען סאנטאס האט זיך צוריקגעקערט פון ניו יארק צו זיין אפיס אין קעפיטאל האט אפגעווארט פאר די דזשורנאליסטן א שאכטל מיט פרישע פאנקן

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 5:59 pm
דורך הכל הבל
מיזרוי סענאטאר עריק שמידט האט אנגערופן סענאטארן טיליס און בלעקבוירן זיי צו פרעגן אויב איינע פון זיי וואלטן איינגעגאנגען אפצוטרעטן פון די יורידישע קאמיטע און אים איבערגעבן דאס פלאץ

בלעקבוירן האט דערווייל אפגעזאגט די אנבאט ערקלערנדיג אז זי איז די איינציגסטע רעפובליקאנע פרוי אויפן קאמיטע און וועט דעריבער בלייבן דארט

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 5:59 pm
דורך פארשידענע פארשידענס
mosha g האט געשריבן:
פרעזידענט ביידען האט אפגעהאלטן א מיטינג מיט די דעמאקראטישע פירער פון קאנגרעס און סענעט דורכצוגיין די פלענער און אקטיוויזירן די פרישע סטראטעגיעס.
וואס ליגט אינעם לאנגען טאץר אויפן טיש?

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 6:00 pm
דורך פארשידענע פארשידענס
mosha g האט געשריבן:
פרעזידענט ביידען האט אפגעהאלטן א מיטינג מיט די דעמאקראטישע פירער פון קאנגרעס און סענעט דורכצוגיין די פלענער און אקטיוויזירן די פרישע סטראטעגיעס.
location room?

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 6:03 pm
דורך mosha g
פארשידענע פארשידענס האט געשריבן:
mosha g האט געשריבן:
פרעזידענט ביידען האט אפגעהאלטן א מיטינג מיט די דעמאקראטישע פירער פון קאנגרעס און סענעט דורכצוגיין די פלענער און אקטיוויזירן די פרישע סטראטעגיעס.
וואס ליגט אינעם לאנגען טאץר אויפן טיש?
קלאסיפיצירטע דאקומענטן? רייזמאנס קאקיס?

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 6:54 pm
דורך mosha g
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
נאכדעם וואס ספיקער מעקארטי און מינאריטעט פירער דזשעפריס זענען זיך דורכגעקומען איבער די אויסשטעל פון וויפיל ביידע פארטייען וועלן באקומען אויף איטליכער קאמיטע האט דזשעפריס רענאמינירט קאנגרעסלייט עדעם שיף, אליהאן אומאר און עריק סוואלוואל צו זייערע זיצן אויפן הויז קאמיטעען

ספיקער מעקארטי האט שוין געהאט געזאגט אז ער וועט עס נישט ערלויבן
ספארץ און מעיס זענען ביידע א ניין איבער בלאקירן די קאנגרעס מיטגלידער צו סערווירן אויף קאמיטעען זאגנדיג אז דאס אז דעמאקראטן האבן געהאנדלט אומריכטיג מיטן בלאקירן רעפובליקאנער פונעם קאמיטע מיינט נישט אז רעפובליקאנער מעגן איצט טוהן אן אומרעכט

מעקארטי קען בלויז פארלירן נאך צוויי און ווי באריכטעט פעהלט דאך שוין איינער פאר עטליכע וואכן וואס מאכט עס נאך שמעלער
מעקארטי האט פריער נאכאמאל קלארגעשטעלט אז ער וועט זיי נישט צוריקלאזן.

מעקארטי האט יעצט א מיטינג מיט דזשעפריס.

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 8:21 pm
דורך אלטרא
ספיקער מעקארטי מעלדט די מיטגלידער פון די נייע סעלעקט קאמיטע צו אויספארשן אויב די רעגירונג איז גענוצט געווארן אקעגן פאליטישע קעגנער

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 8:30 pm
דורך אלטרא
ספיקער מעקארטי מעלדט די מיטגלידער פון די סעלעקט קאמיטע איבער די קאראנא ווירוס

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 8:38 pm
דורך אלטרא
הכל הבל האט געשריבן:
איינע פון די לעצט פארשפרעכונגען וועלכע מעקארטי האט צוגעזאגט פאר די קאנסערוואטיוון איידער זיי האבן אים געגעבן די נוטיגע שטימען צו ווערן ערוויילט אלץ ספיקער איז געווען ארויפצוברענגן אן אפשטימונג פון דזשארדזשיא קאנגרעסמאן באדי קארטער אויף די "יושר שטייער" פארשלאג

די פארשלאג רופט צו עלימינירן איינקופט שטייער, ירושה שטייער, סאושעל סעקיוריטי שטייער, קארפארעיט שטייער און אפילו שטייער אויף געשאנקען און עס איינטוישן מיט בלויז איין פעדעראלע סעילס שטייער

לויט ווי עס וערט געשאצט וועט אזא סעליס שטייער מוזן זיין א מינימום פון דרייסיג פראצענט אז דאס זאל דעקן די לאך פון אלע אנדערע שטייערן וועלכע וועלן מער נישט ווערן איינקאסירט
און די פלאן אדרעסירט די זארגן אז ארימע פארדינער וועלכע צאהלן נישט קיין איינקופט שטייער ביז איצט און וועלן אצינד ווערן באטראפן פון הויכע סעליס שטייערן אויף וויכטיגע פראדוקטן און רופט אז די רעגירונג זאל זיי צוריקצאלן און אזויגערופענע פריבעיטס

פרעזידענט ביידען ביי א רעדע מאנטאג האט אפגעשפיגלט די אלגעמיינע קריטיק וועלכע דעמאקראטן איבערן לאנד לאזן שוין הערן אקעגן די פלאן און ווארענט אז עס וועט העכערן פרייזן אין געשעפט פון עסנווארג ביז גאז און אלעס אינדערמיט
מעקארטי זאגט ער איז נישט אין שטיצע פון דעם געזעץ פארשלאג

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 8:54 pm
דורך mosha g
mosha g האט געשריבן:
פרעזידענט ביידען האט אפגעהאלטן א מיטינג מיט די דעמאקראטישע פירער פון קאנגרעס און סענעט דורכצוגיין די פלענער און אקטיוויזירן די פרישע סטראטעגיעס.
א פאראייניגטע בילד פון די דעמאקראטישע קאנגרעס און סענעט פירער מיטן פרעזידענט.

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 8:56 pm
דורך אלטרא
mosha g האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
נאכדעם וואס ספיקער מעקארטי און מינאריטעט פירער דזשעפריס זענען זיך דורכגעקומען איבער די אויסשטעל פון וויפיל ביידע פארטייען וועלן באקומען אויף איטליכער קאמיטע האט דזשעפריס רענאמינירט קאנגרעסלייט עדעם שיף, אליהאן אומאר און עריק סוואלוואל צו זייערע זיצן אויפן הויז קאמיטעען

ספיקער מעקארטי האט שוין געהאט געזאגט אז ער וועט עס נישט ערלויבן
ספארץ און מעיס זענען ביידע א ניין איבער בלאקירן די קאנגרעס מיטגלידער צו סערווירן אויף קאמיטעען זאגנדיג אז דאס אז דעמאקראטן האבן געהאנדלט אומריכטיג מיטן בלאקירן רעפובליקאנער פונעם קאמיטע מיינט נישט אז רעפובליקאנער מעגן איצט טוהן אן אומרעכט

מעקארטי קען בלויז פארלירן נאך צוויי און ווי באריכטעט פעהלט דאך שוין איינער פאר עטליכע וואכן וואס מאכט עס נאך שמעלער
מעקארטי האט פריער נאכאמאל קלארגעשטעלט אז ער וועט זיי נישט צוריקלאזן.

מעקארטי האט יעצט א מיטינג מיט דזשעפריס.
מעקארטי שיקט אפיציעל די בריוו צו דזשעפריס אראפצוווארפן שיף און סוואלוועל פון די אינטעלידזשענס קאמיטע

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 9:00 pm
דורך הכל הבל
קלארשטעלונג:

ספיקער מעקארטי קען בלאקירן שיף און סוואלוואל פון סערווירן אויפן קאמיטע אויף די אייגענע האנט זינט די שפיאנאזש קאמיטע אפערירט אלץ א סעלעקט קאמיטע

די פראבלעם וועלכע מעקארטי שטייט אויס איז מיט אילהאן אומאר וועלכע איז ביז איצט געזיצן אויפן אויסערן אנגעלעגנהייט קאמיטע און צו בלאקירן א מעמבער פון סערווירן דארט דארף די פולע קאנגרעס שטימען און ווי געזאגט האבן שוין ספארץ און מעיס געזאגט אז זיי וועלן שטימען ניין אויפן בלאקאדא

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 9:03 pm

ווי געזאגט האט ער א פראבלעם איבער א דריטע מיטגליד וועלכע איז אפוועזנד און ערהלויט זיך פון א קלאפ און אצינד זאגט דאן בעקאן אז ער דארף נאך איבער קוקן די גענויע שפראך אינעם ביל איר אראפצורוקן פון קאמיטע אבער האלט אז עס איז נישט גוט צו האבן אזא צוגאנג פון בלאקירן מיטגלידער פון קאמיטעען און אז ער האפט אז עס זאל קומען צו אן ענדע

אויב בעקאן איז א ניין קען זיך מעקארטי נישט פארלירן צו ערלויבן קיינעם

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 9:05 pm
דורך אלטרא
דזשאש האולי שלאגט פאר א געזעץ צו פארבאטן טיקטאק

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 11:10 pm
דורך אלטרא
אלטרא האט געשריבן:
mosha g האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
נאכדעם וואס ספיקער מעקארטי און מינאריטעט פירער דזשעפריס זענען זיך דורכגעקומען איבער די אויסשטעל פון וויפיל ביידע פארטייען וועלן באקומען אויף איטליכער קאמיטע האט דזשעפריס רענאמינירט קאנגרעסלייט עדעם שיף, אליהאן אומאר און עריק סוואלוואל צו זייערע זיצן אויפן הויז קאמיטעען

ספיקער מעקארטי האט שוין געהאט געזאגט אז ער וועט עס נישט ערלויבן
ספארץ און מעיס זענען ביידע א ניין איבער בלאקירן די קאנגרעס מיטגלידער צו סערווירן אויף קאמיטעען זאגנדיג אז דאס אז דעמאקראטן האבן געהאנדלט אומריכטיג מיטן בלאקירן רעפובליקאנער פונעם קאמיטע מיינט נישט אז רעפובליקאנער מעגן איצט טוהן אן אומרעכט

מעקארטי קען בלויז פארלירן נאך צוויי און ווי באריכטעט פעהלט דאך שוין איינער פאר עטליכע וואכן וואס מאכט עס נאך שמעלער
מעקארטי האט פריער נאכאמאל קלארגעשטעלט אז ער וועט זיי נישט צוריקלאזן.

מעקארטי האט יעצט א מיטינג מיט דזשעפריס.
מעקארטי שיקט אפיציעל די בריוו צו דזשעפריס אראפצוווארפן שיף און סוואלוועל פון די אינטעלידזשענס קאמיטע
שיף וועט באקומען א זיץ אויף די יורידישע קאמיטע

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 11:31 pm
דורך ישי כץ
אלטרא האט געשריבן:
שיף וועט באקומען א זיץ אויף די יורידישע קאמיטע
וואס איז דארט בעסער?

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2023 11:41 pm
דורך אלטרא
אלטרא האט געשריבן:
אלטרא האט געשריבן:
mosha g האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
נאכדעם וואס ספיקער מעקארטי און מינאריטעט פירער דזשעפריס זענען זיך דורכגעקומען איבער די אויסשטעל פון וויפיל ביידע פארטייען וועלן באקומען אויף איטליכער קאמיטע האט דזשעפריס רענאמינירט קאנגרעסלייט עדעם שיף, אליהאן אומאר און עריק סוואלוואל צו זייערע זיצן אויפן הויז קאמיטעען

ספיקער מעקארטי האט שוין געהאט געזאגט אז ער וועט עס נישט ערלויבן
ספארץ און מעיס זענען ביידע א ניין איבער בלאקירן די קאנגרעס מיטגלידער צו סערווירן אויף קאמיטעען זאגנדיג אז דאס אז דעמאקראטן האבן געהאנדלט אומריכטיג מיטן בלאקירן רעפובליקאנער פונעם קאמיטע מיינט נישט אז רעפובליקאנער מעגן איצט טוהן אן אומרעכט

מעקארטי קען בלויז פארלירן נאך צוויי און ווי באריכטעט פעהלט דאך שוין איינער פאר עטליכע וואכן וואס מאכט עס נאך שמעלער
מעקארטי האט פריער נאכאמאל קלארגעשטעלט אז ער וועט זיי נישט צוריקלאזן.

מעקארטי האט יעצט א מיטינג מיט דזשעפריס.
מעקארטי שיקט אפיציעל די בריוו צו דזשעפריס אראפצוווארפן שיף און סוואלוועל פון די אינטעלידזשענס קאמיטע
שיף וועט באקומען א זיץ אויף די יורידישע קאמיטע
סוואלוועל וועט זיצן אויף די יורידישע און היימלאנד זיכערהייט קאמיטעען