נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 8:38 pm

זעה איך א ארטיקל אין AP אז טראמפ מיט פעלאוסי קענען זיך שוין צענדליגער יארן, און ווייזט אן אז זי רופט אים געהעריג, מיסטער פרעזידענט, און זי איז פון די איינציגסטע פאליטישענס וואס האבן נישט באקומען א ניק פון אים.

ער האלט אז זיי קענען גאנץ פיין ארבעטן צוזאמען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 8:40 pm

רעפובליקאנער סענאטארן זענען אויסטערליש בייז אויף פלעיקס רעוואלט
העטש און טיליס האבן זיך היינט גאר שארף אויסגעדרוקט

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 8:41 pm

ער גייט שוין עניוועי אהיים אין אפאר וואכן, וואס איז אים א חילוק וואס זיי האלטן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 10:47 pm

צל עובר האט געשריבן:ער גייט שוין עניוועי אהיים אין אפאר וואכן, וואס איז אים א חילוק וואס זיי האלטן.

רעפאטאציע האט אויך א וועליו.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9602
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 11:23 pm

הכל הבל האט געשריבן:רעפובליקאנער סענאטארן זענען אויסטערליש בייז אויף פלעיקס רעוואלט
העטש און טיליס האבן זיך היינט גאר שארף אויסגעדרוקט

האט ער דאך געווינען וואס ער האט געוואלט
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 8:36 pm

אקעי די סאמע ערשטע נייעס ארויס פון די דעמאקראטיש געפירטע קאנגרעס

מעט וויטעקער איז איינגעגאנגען צו ערשיינען פארנט פונעם הויז יורידישן קאמיטע אין יונואר למספרם
א פונקטליכע דאטום דארף נאך ווערן אויסגעארבעט

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 8:59 pm

קאנגרעס באטראכט פלאן אפצושטופן רעגירונג פארשליסונג דעדליין אויף ביז נאך די בוש געדענקמאל צערעמאניעס זענען פאריבער

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג דעצמבער 02, 2018 11:30 am

מערערע באריכטן באשטעטיגן שוין די פלענער אפצושטופן די שאטדאון קאמף
רעפובליקאנער זוכן איצט א פאנדינג ביל פאר ארום א וואך אדער צוויי

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג דעצמבער 02, 2018 11:49 am

פרעזידענט טראמפ וועט צושיקן צו קאנגרעס א פארמאלע מעלדונג אין וועלכע ער עלימינירט די נאפטא אפמאך
ער וועט גיבן פאר געזעצגעבער א זעקס מאנאט אפשניט אויף ביז ווען זיי וועלן מוזן אויפקומען מיט אן ערזאץ
די אפציע וועט זיין אדער צו באשטעטיגן USMCA אדער פארבלייבן מיט קיין שום האנדל אפמאך

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג דעצמבער 02, 2018 11:59 am

קאומי צוריקגעצויגן פון זיין לעגאלע אנקלאגע אקעגן די קאנגרעס סובפינע און איינגעגאנגען צו ערשיינען אין א וואלונטיר פארעם אינטערוויו אום דעצעמבער 7 למספרם

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג דעצמבער 02, 2018 3:08 pm

הכל הבל האט געשריבן:קאומי צוריקגעצויגן פון זיין לעגאלע אנקלאגע אקעגן די קאנגרעס סובפינע און איינגעגאנגען צו ערשיינען אין א וואלונטיר פארעם אינטערוויו אום דעצעמבער 7 למספרם


ער איז איינגעגאנגען צו ערשיינען פריוואט?

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג דעצמבער 02, 2018 3:14 pm

יא

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 3:02 pm

טראמפ האט גערופן פעלאוסי מיט שומער פאר א מיטונג אין די ווייט האוז וועגן געלט פאר די וואנט, מען האט עס דערווייל אפגעשטופט וועגן די בוש אבילות.

טראמפ האט געסטראשעט אז ער שרייבט נישט אונטער אויב איז נישט דא אין די באדזשעט קיין פינעף ביליאן פאר די וואנט, מען טראכט דערווייל צו מאכן א באדזשעט פאר נאך צוויי וואכן, עס זאל נישט זיין קיין שאטדאון סוף די וואך, טראמפ זאגט אז עס קען זיין אז ער וועט עס אונטערשרייבן.

טראמפ פארלאנגט עטליעסט 5 ביליאן, שומער איז גרייט צו געבן בערך 3, 1.6 וואס איז שוין געווען אפגעשמועסט, און נאך 1.3 וואס מען האט נאכנישט גענוצט פון די פאריגע באדזשעט, עפעס אזוי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 3:45 pm

ממה נפשך האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:קאומי צוריקגעצויגן פון זיין לעגאלע אנקלאגע אקעגן די קאנגרעס סובפינע און איינגעגאנגען צו ערשיינען אין א וואלונטיר פארעם אינטערוויו אום דעצעמבער 7 למספרם


ער איז איינגעגאנגען צו ערשיינען פריוואט?

געמאכט א פשרה אז נאכן מיטונג וועט מען עס ארויסלייגן פארן פאבליק. [ווארשיינליך וועט עס ווערן רעדאקטעט בעפאר ארויסצונעמען די סענסעטיווע שטיקלך]

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 4:47 pm

איך קוק עס אן ווי א פלאפּ פאר קאומי. ווער האט דיך געבעטן צו טוויטן דערוועגן?

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:33 am

מעקאנעל ביי א רעדע נעכטן נאכט זאגט אז די פאנדינג פאר א גרעניץ וואנט צו פארמיידן א רעגירונג פארשליסונג איז געוואנדן אין טראמפ שומער און פעלאסי
ער האט אויך אויסגעקוקט סקעפטיש איבער א קרימינאל יוסטיץ רעפארם ביל

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:34 am

היינט וועט פארקומען א קלאסיפייד הירינג ווי א געקליבענע צאל סענאטארן אריינגערעכנט קארקער מענענדעז ריעד אינהאף גרעהעם לעיהי וועלן אויספרעגן די סי איי עי הויפט דזשינא העספאל איבער די קאשאגי מארד

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 10:23 am

די סענאט יורידישע קאמיטע רעסקעדזשועלט די פארהערן אויף א רייע נאמינאציעס וועלכע זי האט אפגערופן לעצטע וואך אין ליכט פון סענאטאר פלעיקס בלאקאדא

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 10:08 am

לייטהייזער טרעפט זיך היינט מיט פעלאסי צו רעדן איבער די USMCA אפמאך
פעלאסי איז די וועלכע וועט באשליסן אויב די ביל באקומט אן אפשטימונג אין קאנגרעס און קען נוצן איר איינפלוס איבער די סוקסעס אדער דורכפאל פונעם ביל
די ווייסע הויז רישט זיך אז פעלאסי וועט פרובירן ארויסצוקוועטשן גאר אסאך און אויסנוצן די פאקט אז מען דארף דעמאקראטישע שטימען איידער זי וועט גרייט זיין מיטצוארבעטן

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 10:09 am

די טראמפ זיצונג מיט שומער און פעלאסי איז פון פריש געסקעדזשועלט געווארן אויף קומענדיגן דינסטאג 11:30 פארמיטאג

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2224
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 10:24 am

הכל הבל האט געשריבן:לייטהייזער טרעפט זיך היינט מיט פעלאסי צו רעדן איבער די USMCA אפמאך
פעלאסי איז די וועלכע וועט באשליסן אויב די ביל באקומט אן אפשטימונג אין קאנגרעס און קען נוצן איר איינפלוס איבער די סוקסעס אדער דורכפאל פונעם ביל
די ווייסע הויז רישט זיך אז פעלאסי וועט פרובירן ארויסצוקוועטשן גאר אסאך און אויסנוצן די פאקט אז מען דארף דעמאקראטישע שטימען איידער זי וועט גרייט זיין מיטצוארבעטן

זי קען לכאורה נישט קײן סאך אױסקװעטשען װען זי װײסט אז אױב זי שטעלט נישט צי די שטימען איז אױס מיט נאפטא

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 10:28 am

א לאנגיעריגע געהילף צו סענאטארשע קעמאלע העריס רעזיגנירט נאכן ווערן באשולדיגט אין אוממאראלישע אויפפירונג

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 7:04 pm

ווען מארק מעדאוס וועלכע ווערט באטראכט צו ערזעצן קעלי איז געשאנען ארומגערינגלט מיט א גרופע רעפארטער האט זיך ספיקער רייען שטילערהייט שטיל צוגעשלייכט ביישטייערונג אן אויער צו די געשפרעכן זאגנדיג מיט א שמייכל אז ער האט געמיינט אז ער וועט קענען דערשנאפן עטוואס נייעס

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 11:01 am

Senate Republicans are working with the President and his Homeland Security team on $5.02 billion of targeted funding to bolster security measures at the US-Mexico border.


מעקאנעל אויף טוויטער.

היינט וועט זיין די מיטונג צווישן טראמפ פעלאוסי מיט שומער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 11:18 am

סענאטארשע העריס וועט אין די ענדע יא פארבלייבן אויפן יורידישן קאמיטע


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איש האשכולות, מי יודע, נו שוין, קארפענטער און 61 געסט