נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 5:15 pm

קאנאר לעמב און ספענבערגער זענען מאמענטאל א קלארע ניין אויף פעלאסי אבער האבן נישט אונטערגעשריבן

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 5:21 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:דאס הייסט אז פעלאסי האט 217 קאנגרעסלייט, און ברויך אדער געווינען CA21, אדער פועל'ן ביי צוויי מתנגדים צו שטימען פרעזענט, צו ווערן ספיקער.


איך האב א טעות געמאכט, די דעמאקרעטס האבן יעצט 233 זיצן, מיינוס 15 = 218, די שאלה צו זי וועט טאקע האבן אלע וואס האבן נישט אונטערגעשריבן.

עקסטער זאגט רעפאבליקען קאנגרעסמאן טאם ריעד, אז אויב פעלאוסיי איז גרייט זיך צוצושטעלן צו געוויסע בייפארטיזן רעפארמען, איז ער גרייט צו שטימען פאר איר.

די ליסטע איז דאך 16, ניין?

אבער בען מעקעדעמס פון יוטא 04, וואס וואלט געווען א 234טער דעמאקרעט, איז פון די 16, אן אים איזעס 15.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 5:24 pm

א. טראכטער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:דאס הייסט אז פעלאסי האט 217 קאנגרעסלייט, און ברויך אדער געווינען CA21, אדער פועל'ן ביי צוויי מתנגדים צו שטימען פרעזענט, צו ווערן ספיקער.

וואס איז די חשבון?

מען דארף האבן 219?


שטימען פרעזענט מיינט שטימען פאר קיינעם, אין אזא פאל איז מען נישט קיין חלק פון די ציפער פון וואס מען ברויך רוב, סוי אויב צוויי חברה טוען אזוי, רעכנט מען בלויז רוב פון 433, דהיינו 217.

שטייצעך אז עס קען זיין מער, למשל אויב צען חברה שטימען נישט, איזעס 425, 213, און אזוי ווייטער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 1:20 am

צל עובר האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:א חידוש נפלא אז דעמעקראטן רעדן אזוי ברייט פון אימפיעטשמענט (קאוואנאו גאר?) מיט ריפאבליקענס קאנטראללן די סענאט...

ווייסעך נישט, איך האב קלאר געהערט פון דזשערי נאדלער, אז ער וועט בלויז דורכפירן אימפיעטשמענט אויב עס וועט ארויסקומען אזאנע באשודיגונגען קעגן טראמפ אז א גרויס חלק פון טראמפס וויילער וועט שטיצן אימפיעטשמענט ווען עס קומט ארויס אין פאבליק, [דהיינו קאלוזשען אדער ערגער,] סוי מען איז נאך ליכט יארן פון אימפיעטשמענט.

קאוואנאו וויל ער ניטאמאל אויספארשן.

לויט דעם רעפארטער האט נאדלער ברייט אויסגעשמועסט זיינע פלענער צו אימפיטשן קעווענא, און האט אפי' מסביר געווען די באזיס דערפאר (אז ער פארדעכטיגט אז ער האט געזאגט ליגנט ביי די פארהער).
Innocent until proven Republican

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 2:55 pm

וועלכע רעפארטער?

איך שרייב וואס איך האב געהערט פון נאדלער אליינס אויף א אינטערוויו.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 3:34 pm

ביי א טאון האל פון סעט מאלטען האט זיין עולם אים פארשריגן פאר זיין אנטי פעלאוסי קאמפיין און אונטערשריפט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 5:38 pm

נענסי פעלאסי איז העפטיג אקטיוו אין איר קאמפיין פאר ספיקער און איז פארנומען רונדע דעם זייגער מיט נאכאנאנדע טעלעפאן רופן צו מעמבערס איצטיגע און פריש ערוויילטע אריינגערעכנט קריטיקירער
אן ארמיי פון 45 קאנגרעס מיטגלידער מאכן אויך טעלעפאן רופן אין איר שטיצע און די רעזולטאטן שפעטיגן נישט צו קומען
לויט קוועלער האבן שוין געוויסע נייע מעמבערס כאטש טיילווייז אפגעווייכט פון זייער אפאזיציע

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 5:41 pm

איצט קומט אריין די נייעס אז פעלאסי האט באוויזן צו באזייטיגן איר גרעסטע געפאר איבערצייגנדיג מארסיא פאדזש זיך אנצושליסן אין איר לאגער מיטן איר פארשפרעכן צו ווערן פארזיצערין פון א סוב קאמיטע אויף וואל איבערזיכט

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 5:42 pm

נאכדערצו אז מען האט געגעבן צו שפירן פאר די מתנגדים ובראשם פאדזש, א אינטראו פון וואס מען וועט מפרסם זיין אויב עס פעלט זיך אויס.

לויט קוויניפיעק שטיצן 53% דעמאקרעטס פעלאוסי, קעגן 27% וואס זענען קעגן איר.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9595
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 7:22 pm

ס'זייער פשוט, ס'איז גאר שווער צו מאכן אן ארגיומענט פאר נייע ליעדערשיפ ווען דער ליעדער האט נארוואס אריינגעברענגט 39 זיצן.

די אנטי פעלאוסי גענג קען גיין שלאפן.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 9:19 am

אריבער א מנין רעפובליקאנער סענאטארן זוכן שנעל אריבערצופירן אין די געזעץ הייזער די אמעריקאנע האנדלס אפמאך מיט מעקסיקא און קאנאדא נאך איידער די דעמאקראטן נעמען איבער דעם הויז

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 9:46 am

וויסקאנסין סענאטאר ראן דזשאנסאן (ר) האלט ווארט און האט שוין אפילו פארלאנגט פון ווייסן הויז לעגאלע קאונסיל עמעט פלאד אינפארמאציע איבער די אימעיל באנוץ פונעם פרעזידענטס טאכטער

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 11:38 am

ניו יארקער קאנגרעסמאן ברייען היגינס טוישט זייטן און שפרונגט ארויף אויפן פעלאסי וואגאן

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 10:55 am

קאומי ווייזט צוריק סובפינע וועלכע רופט אים צו ערשיינען פארנט פון באב גודלעטס קאמיטע
קאומי איז באוואוסטזיניג אז די מאקסימום שטראף וועט זיין אז רעפובליקאנער קענען אים זוכן צו האלטן אין קאנטעמפט אף קאנגרעס אין זייערע לעצטע מינוטן אין מאיאריטעט

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 11:59 am

הכל הבל האט געשריבן:קאומי ווייזט צוריק סובפינע וועלכע רופט אים צו ערשיינען פארנט פון באב גודלעטס קאמיטע
קאומי איז באוואוסטזיניג אז די מאקסימום שטראף וועט זיין אז רעפובליקאנער קענען אים זוכן צו האלטן אין קאנטעמפט אף קאנגרעס אין זייערע לעצטע מינוטן אין מאיאריטעט

אין זיין טוויט שרייבט ער אז ער וויל ס׳זאל זיין א פאבליק סעשען.

85462FF5-B0D3-44A8-8538-61DD04D61729.jpeg
85462FF5-B0D3-44A8-8538-61DD04D61729.jpeg (82.45 KiB) געזעהן 937 מאל
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 12:02 pm

אין א פובליק סעשאן קען ער אלץ זאגען אז ער קען נישט ענטפערן דאס און יענץ ווייל עס איז קלאסיפיצירט.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 9:04 pm

הכל הבל האט געשריבן:אריבער א מנין רעפובליקאנער סענאטארן זוכן שנעל אריבערצופירן אין די געזעץ הייזער די אמעריקאנע האנדלס אפמאך מיט מעקסיקא און קאנאדא נאך איידער די דעמאקראטן נעמען איבער דעם הויז

א טריטי דארף אויך דורכגיין אין די האוז?
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 9:05 pm

צל עובר האט געשריבן:וועלכע רעפארטער?

איך שרייב וואס איך האב געהערט פון נאדלער אליינס אויף א אינטערוויו.

איך רעד פון דעם רעפארטער וואס איז געזעסן נעבן אים אויפ'ן באן.

נאדלער לייקנט די גאנצע מעשה.
Innocent until proven Republican

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 10:50 pm

הכל הבל האט געשריבן:קאומי ווייזט צוריק סובפינע וועלכע רופט אים צו ערשיינען פארנט פון באב גודלעטס קאמיטע
קאומי איז באוואוסטזיניג אז די מאקסימום שטראף וועט זיין אז רעפובליקאנער קענען אים זוכן צו האלטן אין קאנטעמפט אף קאנגרעס אין זייערע לעצטע מינוטן אין מאיאריטעט

איך כאפ נישט וואס דא גייט פאר, ס'איז ממש פורים?
מ'רופט איינעם פאר אן אינוועסטיגאציע און ער זאגן א גראבע לא מיט א נאלעף??
איז עס נארמאל? איז נישטא א וועג צו צווינגען איינעם צו קומען??

קאנסילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » פרייטאג נובעמבער 23, 2018 12:08 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:קאומי ווייזט צוריק סובפינע וועלכע רופט אים צו ערשיינען פארנט פון באב גודלעטס קאמיטע
קאומי איז באוואוסטזיניג אז די מאקסימום שטראף וועט זיין אז רעפובליקאנער קענען אים זוכן צו האלטן אין קאנטעמפט אף קאנגרעס אין זייערע לעצטע מינוטן אין מאיאריטעט

איך כאפ נישט וואס דא גייט פאר, ס'איז ממש פורים?
מ'רופט איינעם פאר אן אינוועסטיגאציע און ער זאגן א גראבע לא מיט א נאלעף??
איז עס נארמאל? איז נישטא א וועג צו צווינגען איינעם צו קומען??



רואיג! די שפיל גייט שוין אזוי אן זייט 2014 ווען די רפובס האבן איבערגענימען די הויז און אנגעהויבן רופן אבאמא איינגעשטעלטע צו פארהערן, די דעמס האבן כסדר אריינגעפיפען און זיך נישט צוגעשטעלט צו גארנישט,

און איבער מארגן ווען די דעמעקראטן נעמען איבער קאנגראס גייט זיין די זעלבע געים - נאר פארקערט, די דעמס וועלן רופן צו די פארהערן און די רפובס וועלן ווייזען די צינג, און דאן ווען כאפצעם טאפען מיט די פיס אז עס איז אומעדערהערבאר.

און די זעלבע גייט יעצט זיין מיט די קאמיטעין פיינדינגס-ריפארטס, ביז יעצט האט עדעם שיף געליקט אינפערמאציע און ארויס געגעבן עקסטערע ריפארטס אפגעטיילט פון די קאמיטי פיינדינגס און נונעז האט געטאפעט דערוועגן, פון יעצט און ווייטער גייט עס נונעז טיען און שיף גייט שרייען דערקעגן.

כך דרכו של פאלטיקס, עס איז שירים פון אבאמא-האלדער עפאכע.

און אין צוויי יאר ארום ווען די רפובס גייען צירוק נעמען די האוז וועט אלעס זיין פונקט פארקערט.

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 9:05 pm

מיט 11 טעג צו גיין צו א טיילווייזע שאטדאון ווילן רעפובליקאנער 5 ביליאן פאר די וואנט און דעמאקראטן האלטן נישט דערביי
אלע ווארטן אויף מארגן ווען טראמפ איז געסקעדזשועלט זיך צו טרעפן מיט רעפובליקאנער קאנגרעסלייט

סענאט אפראפיעשאנס קאמיטע פארזיצער ריטשארד שעלבי זאגט אז טראמפ האט אים קלארגעשטעלט בעפאר טענקסגיווינג אז סיי וואס אונטער 5 ביליאן איז אומאקצעפטירבאר

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 9:08 pm

די טראמפ נאמינאציע פון טאמעס פאר פאר דיסטריקט קאורט ריכטער הענגט אויף א הארפלעיק האלט זיך ביי זיינס אז ער שטימט ניין זינט מען האט נישט ערלויבט א מולער באשיצונג ביל, קאלינס פארהאנדלט נאך, רוביא גייט צוריק איבערקוקן און דעמאקראטן האפן אז מורקאוסקי זאל פליפן
די נאמינאציע ווערט שטארק באקעמפט דורך אפריקאנע אמעריקאנע קאקוס באצייכענענדיג דעם קאנדידאט פאר אנטי מינאריטעטן

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 9:58 pm

טייל רעפובליקאנער סענאטארן האבן פארגעשלאגן פארן פרעזידענט אז די 5 ביליאן דאלער פעקל פאר די וואנט זאל זיין אויסגעשפרייט לענגאויס צוויי יאר און נישט אן איינמאליגע אפצאהל גלייך לויט קוועלער האט טראמפ נישט אוועקגעמאכט די פלאן

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 10:15 am

קוואל: רוביא איז א יא אויף די פאר נאמינאציע

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 10:52 am

לויט געוויסע באריכטן וועט די רעפובליקאנער מעגליך ערלויבן אן אפשטימונג פאר א מולער באשיצונג ביל צופרידנצושטעלן פלעיק אז ער זאל גיין אין שפאן ביי יורידישע נאמינאציע אפשטימונגען
לויט די באריכטן וועט די מולער ביל ווערן אויפגעברענגט אבער ווארשיינליך דורכפאלן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go, joegreen, maybeeynot, ארשיווא, ברוך, נו שוין און 59 געסט