נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 11:27 am

אן אפשטימונג קומט איצט פאר ביי די רעפובליקאנער איבער ווער עס זאל דינען אלץ וויצע פארזיצער
די צוויי קאנדידאטן זענען סענאטאר פישער און סענאטאר ערנסט
דערווייל איז די פארמעסט גאר שמאל און ווערט באצייכנט ווי א טאסאפ

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 11:32 am

שומער דורבין מורעי און סטעבענאו אלע וויערערוועלט צו פארבלייבן די קליקע פון 4 צו פירן די דעמאקראטישע קאקוס אין סענאט
עליזאבעט ווארען און מארק ווארנער וועלן דינען אלץ וויצע פארזיצער

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 11:32 am

סענאטאר דזשאן טון ערוויילט אלץ מאיאריטעט וויפ און וועט ערזעצן דזשאן קארנין

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 11:44 am

סענאטאר סקאט מעלדט אז סענאטארשע ערנסט האט ענדגילטיג געוואונען אינעם אפשטימונג צו סערווירן אלץ וויצע פארזיצערין

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 11:48 am

די ליסטע פון דעמאקראטן שטאנדהאפטיג צו באקעמפן פעלאסי וואקסט און שטעלט זיך מאמענטאל ארויס אלץ א מער ערנסטע אישו פון וואס פילע ווילן (אדער זענען גרייט) צו גלויבן
עס זענען אבער פארהאן צוויי וויכטיגע פאקטארן וועלכע קענען אויסגלייכן דעם באדן פאר א פעלאסי ספיקערשאפט
1) גענוג צייט אז פעלאסי זאל באאיינפלוסן טייל פון די אפאזיציע צו טוישן זייט
2) א היבשע צאל אין די אפאזיציע באשטעטיגן טאקע היינט אז זיי זענען ווייטער א "ניין" אבער טוען מעגליך אנדייטן אז עס וועט זיך אויספעלן אן אלטערנאטיוו צו פעלאסי איר אנידערצושטימען און דערווייל איז נישטא

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 11:58 am

וואס זענען די מאטיוון קעגן איר? פונעם מער פראגרעסיוון בלאק?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 12:14 pm

סענאטאר טאד יאנג וועט ווערן פארזיצער פונעם נאציאנאלע רעפובליקאנער סענאטאריעל קאמפיין קאמיטע

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:01 pm

נאכן וואס קאנגרעסמאן דזשים דזשארדען איז געווארן נאמינירט דורך קאנגרעסמאן מארק מעדאוס צו ווערן מינאריטעט פירער איז ער אבער איצט געווארן באזיגט דורך קאנגרעסמאן קעווין מעקארטי אין אן אפשטימונג 159-43

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:24 pm

מינעסאטע קאנגרעסמאן טאם עמער ערוועלט צו צו סערווירן אלץ פארזיצער פון די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמיטע

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:24 pm

סענאטארן מעקאנעל און שעלבי וועלן מארגן קאנפערירן מיט פרעזידענט טראמפ איבער די גרעניץ וואנט

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:25 pm

הכל הבל האט געשריבן:נאכן וואס קאנגרעסמאן דזשים דזשארדען איז געווארן נאמינירט דורך קאנגרעסמאן מארק מעדאוס צו ווערן מינאריטעט פירער איז ער אבער איצט געווארן באזיגט דורך קאנגרעסמאן קעווין מעקארטי אין אן אפשטימונג 159-43

וואס פאר א כח האט קאנגרעסמאן מארק מעדאוס צו נאמינרירן
ביטע קום אריין קלאר ווי אזוי די זאכן ארבעטן

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:32 pm

עס איז נישט קיין ספעציעלע כח, בלויז א כיבוד פארצושטעלן א קאנדידאט
ענליך צו ווי אזוי א נאמינאציע ווערט פארגעשטעלט אינעם סענאט דורך יענעם א פריינט

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:41 pm

הכל הבל האט געשריבן:די ליסטע פון דעמאקראטן שטאנדהאפטיג צו באקעמפן פעלאסי וואקסט און שטעלט זיך מאמענטאל ארויס אלץ א מער ערנסטע אישו פון וואס פילע ווילן (אדער זענען גרייט) צו גלויבן
עס זענען אבער פארהאן צוויי וויכטיגע פאקטארן וועלכע קענען אויסגלייכן דעם באדן פאר א פעלאסי ספיקערשאפט
1) גענוג צייט אז פעלאסי זאל באאיינפלוסן טייל פון די אפאזיציע צו טוישן זייט
2) א היבשע צאל אין די אפאזיציע באשטעטיגן טאקע היינט אז זיי זענען ווייטער א "ניין" אבער טוען מעגליך אנדייטן אז עס וועט זיך אויספעלן אן אלטערנאטיוו צו פעלאסי איר אנידערצושטימען און דערווייל איז נישטא

יא, גערעכט, עס איז דא באריכטן אז עס איז צרות, הגם דאס איז אלעס פאר געווינען די אינערליכע וואלן, אזוי ווי די פריימעריס, דאס וואס מעקארטי האט יעצט געווינען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 3:16 pm

היינט ביי די דעמאקראטישע קאנגרעס מיטינג האט נישט דיסקוסירט די ספיקער פאזיציע נאר קורצליך באהאנדלט די רול טויש אין וועלכע פעלאסי קריטיקירער זוכן צו באפרייען מעמבערס פון אפגעבן א שטימע אויפן פלאר פאר א ספיקער קאנדידאט
די טויש ווערט געשטופט דורך קאלאראדא קאנגרעסמאן עד פערלמוטער אבער איז אויסגעשטאנען קעגנערשאפט פון קאליפארניע קאנגרעספרוי סוזען לאפגרען
די רול טויש איז דערווייל נישט געווארן אויפגעברענגט פאר אן אפשטימונג

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 3:59 pm

מען ווייזט אן אז אויב וועט פעלאוסי ווערן ספיקער וועט עס זיין די ערשטע מאל אין די היסטאריע אז די פירער פון ביידע פארטייען קומען פון די זעלבע סטעיט.

הגם היסטאריש איז זעלטן געווען איין סטעיט אזוי גרויס ווי קאליפארניע היינט, די גרעסטע און וויכטיגסטע סטעיט ביי פאר, איבער 12% פון גאנץ אמעריקע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 4:01 pm

טים רייען זאגט אז געוויסע דעמאקראטן וועלכע וועלן נישט זיין אויפן אפאזיציע בריוו וועלן אבער נאכאלץ שטימען אקעגן איר

די גרופע זוכט איצט צו דרעפטן סיי וועלכע קאנגרעספרוי וועלכע זאל קאנקורירן מיט פעלאסי

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 4:44 pm

נאך וואס מעקאנעל האט בלאקירט זיין באשוץ מולער ביל האט סענאטאר פלעיק איצט קלארגעשטעלט אויפן סענאט פלאר אז אזוי לאנג ווי די ביל ווערט נישט געברענגט פאר אן אפשטימונג וועט ער נישט שטימען פאר קיין איין יורידישע נאמינאציע אין קאמיטע
די סטראשע איז אן ערנסטע אבער נישט טויטליכע
אויב פלעיק שטימט ניין מיט אלע דעמאקראטן גייט א נאמינאציע טויט(אדער TIEׂ) אויפן קאמיטע אבער א נאמינאציע וועלכע פארפעלט איר שאנס אין קאמיטע קען ווייטער גיין צום סענאט פלאר
די גרויסע פראבלעם פאר מעקאנעל איז אז אויפן פלאר דארף נישט פלעיק מער ווי איין רעפובליקאנער (ווי קאלינס אדער מורקאוסקי) מיט אים צו אונטערברענגען די נאמינאציע
די לאנגע וועג ארויס פאר מעקאנעל איז אז אין פאל נאך א רעפובליקאנער שטעלט זיך צו צו פלעיק אויף א געוויסע נאמינאציע קען ער עס ווידער אויפברענגען אינעם קומענדיגן סעסיע ווי ער וועט האבן אמווייניגסטנס נאך איין סענאטאר אינעם שפיל

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 4:47 pm

אבער אין קומענדיגן סענאט איז דא ראמני, אויך גלייב איך אז גארדנער וועט מוזן נייגן לינקס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 4:52 pm

ראמני וועט מעגליך נישט זיין אזא פראבלעם אין באצוג צו יורידישע נאמינאציעס

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 4:56 pm

פלעיק איז אויך קאנסערוואטיוו, מען רעדט דאך דא פון סטראשען צו פראטעקטן מולער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 5:02 pm

צל עובר האט געשריבן:פלעיק איז אויך קאנסערוואטיוו, מען רעדט דאך דא פון סטראשען צו פראטעקטן מולער.

איך זעה נישט ווי דא קומט אריין קאנסערוואטיוו,עס איז א סימפל נקמה אין טראמפ,
אין סימפל נקמה אקט, וועלן לכאורה קאלינס און מעקארסקי נישט מיט גיין מיט אים.
און לכאורה אויך נישט ראמני.
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 10:50 am

די אנטי פעלאסי גרופע איז איצט שטארק קאנצעטרירט ארום די אפריקאנע אמעריקאנע קאנגרעספרוי פון אהייא מארסיע פאדזש וועלכע איז איינגעגאנגען צו באטראכטן צו לויפן אקעגן פעלאסי

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 11:31 am

מוז זיין דוקא א פרוי צו לויפן קעגן פעלאוסי?

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 11:35 am

פאדזש רייסט איצט שארף ארונטער פעלאסי איר באצייכענענדיג אלץ א רייכע עליטיסט און מאכט קלאר אז די אפאזיציע אקעגן פעלאסי איז פיל שטארקער ווי עס דערקענט זיך אויפן אויבערפלאך

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 12:01 pm

וועלכע טענות האט מען עמטליך אויף פאלאסי?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private, rogers, חיים אשר, טשעירמאן, נא_שכל, נחוניא, עבודת_הבורא, פייווישעל, שמערעל און 63 געסט