תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:46 am
אויף די אגענדע היינטיגן טאג אין קאנגרעס איז אימיגראציע אין צוריקדרייען בודזשעט באשטעטיגטע אויסגאבן.
די באוועגונג צו פאראייניגן מעסיגע רעפובליקאנער מיט די דעמאקראטן צו צווינגען אן אפשטימונג טאויף דאקא איז זייער שטארק און עס פעלט נאך אויס בלויז צוויי רעפובליקאנער און איין דעמאקראט זיך אונטערצושרייבן די פעטיציע אנצוקומען צום פארלאנגטן נומער פון 218
(דער דעמאקראט איז פון טעקסאס און וויל נישט אונטערשרייבן ביז ער ווערט פארזיכערט אז דורכאויס די פראצעדור וועלן דעמאקראטן קיינמאל נישט איינגיין צו פינאנצירן א גרעניץ וואנט)
די באוועגוגנג סטראשעט אז זיי האבן די נויטיגע שטימען און די איבעריגע וואקלדיגע 2 גרייטן זיך אט ארויסצוקומען אונטערשרייבןץ
אין ליכט פון דעם וועלן רעפובליקאנער שווער ארבעטן היינטיגן פארמיטאג צו זעהן אויב די רעפובליקאנער צווישן זיך קענען זיך פאראייניגן אויףא בעסערע אימיגראציע ביל אבער די מעסיגע ערווארטן אז די פלענער וועלן דורכפאלן און שטייען גרייט אז אין אזא פאל וועלן ארויסקומען מיט די נעמען פון די 218 אנגעשלאסן אין די פעטיציע.
די אנדערע אישו היינט וועט זיין צוריקצודרייען אויסגאבן באשטעטיגט אינעם בודזשעט, רעפובליקאנער וועלן זיך דארפן פאראייניגן אויף וויפיל צו שניידן נאכדעם וואס די געפלאנטע נומער איז צו ווייניג פאר טייל קאנסערוואטיוון און צופיל פאר טייל מעסיגע און די דעמאקראטן שטיצן עס בכלל נישט.