נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

Wow a1
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך Wow a1 » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 11:04 am

David chipman the gun control activist as ATF director is over.

Opinion
Thank you hashem
Just do it

ממה נפשך
שר האלפיים
תגובות: 2018
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 11:19 am

שכח הבל פארן שיינעם אנאליז/באריכט, און פאר דיינע כסדר'דיגע באריכטן במשכ'ן יאר.

און זכות פון מהנה זיין אזויפיל אידן זאל דיך דער אויבערשטער פארשרייבן בספרן של צדיקים, ואך טוב וחסד ירדפוך כל ימי חייך.
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 11:45 am

ממה נפשך האט געשריבן:שכח הבל פארן שיינעם אנאליז/באריכט, און פאר דיינע כסדר'דיגע באריכטן במשכ'ן יאר.

און זכות פון מהנה זיין אזויפיל אידן זאל דיך דער אויבערשטער פארשרייבן בספרן של צדיקים, ואך טוב וחסד ירדפוך כל ימי חייך.

אמן! והמברך יתברך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 12:13 pm

ווארנער (ד) איבער בודזשעלאציע:

אין לויף פון די קומענדיגע וואכן גייען מיר אדורכמאכן א ווילדע רייזע מיט שארפע דרייען און שניטן
איך קען נישט פאראויסשאצן ווי אזוי עס וועט זיך ענדיגן אבער אלץ עימיצער וועלכע האט זיך פארפליכטעט צו פארזיכערן אז די אויגאבן זענען געדעקט וועט עס זיין וואס עס וועט פירן די דעבאטע
אפילו אויב מען טרעפט זיך יא איינשטימיג אויף די 3.5 טריליאן ציפער בלייבן אזויפיל פראגראמען שטעקן
צופיל געדאנקן זענען אריינגעשטופט דארט און איך קען איינפאך נישט זעהן אז אלע פון זיי זאלן פארבלייבן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 12:20 pm

קאנגרעספרוי פארטער: עס איז פיסקעל אומפאראנטווארטליך פון סענאטאר מענשין אפצוזאגן צו העכערן שטייערן און אין די זעלבע צייט נוצן די צווייטע זייט פון זין מויל-וועלכע ער נוצט אין געשפרעכן מיט זיינע קאנסערוואטיווע ביישטייערער- זיך באקלאגן אז מיר קענען נישט דעקן די סערוויסעס אויף וועלכע אמערקיאנע פאמיליעס זענען דרינגענד אנגעוויזן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 1:18 pm

מעקארטי בעהט פונעם סופרים קאורט צו אורטיילן אין זיין אנקלאגע אקעגן דאס ווירטואלע שטימען וועלכע פעלאסי האט איינגעשטעלט נאך די ווירוס אויסברוך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 1:23 pm

ווי פריער באריכטעט שטימט מען היינט אין די וועינס ענד מיענס קאמיטע אויף זייער טייל פון די בודזשעלוציע

פלארידא קאנגרעספרוי סטעפאני מורפי וועלכע איז געווען פון די ניינער גענג וועלכע האט פארהאנדלט איבער די אינפרא אפשטימונג דאטום און זיצט אויף די קאמיטע זאגט איצט אז זי איז אויפגעברויזט אויף די פאקט אז די קאמיטע האט נאך אלץ נישט קיין ענדגילטיגע טעקסט און אפיציעלע שאצונגען וויפיל יעדע טייל פון וואס די קאמיטע דארף באשטעטיגן גייט אפקאסטן
זי זאגט אז סיידן עפעס טוישט זיך וועט זי נישט האבן קיין צווייטע אויסוועג ווי שטימען ניין אויף יעדע סוב קעפל און שפעטער אפאזירן די גאנצע פעקל
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 1:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 1:28 pm

ראוד איילאנד קאנגרעסמאן דזשים לאנגעווין איז פון די לעצט פארבליבענע דעמאקראטן אין קאנגרעס מיט אן אנטי רציחה בעקגראונד אבער האט אצינד אינדארסירט די פרישע קאנגרעס פארשלאג צו פארשטארקערן די לענדמארק רציחה געזעץ

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 4:44 pm

הכל הבל האט געשריבן:ווי פריער באריכטעט שטימט מען היינט אין די וועינס ענד מיענס קאמיטע אויף זייער טייל פון די בודזשעלוציע

פלארידא קאנגרעספרוי סטעפאני מורפי וועלכע איז געווען פון די ניינער גענג וועלכע האט פארהאנדלט איבער די אינפרא אפשטימונג דאטום און זיצט אויף די קאמיטע זאגט איצט אז זי איז אויפגעברויזט אויף די פאקט אז די קאמיטע האט נאך אלץ נישט קיין ענדגילטיגע טעקסט און אפיציעלע שאצונגען וויפיל יעדע טייל פון וואס די קאמיטע דארף באשטעטיגן גייט אפקאסטן
זי זאגט אז סיידן עפעס טוישט זיך וועט זי נישט האבן קיין צווייטע אויסוועג ווי שטימען ניין אויף יעדע סוב קעפל און שפעטער אפאזירן די גאנצע פעקל

קאמיטע באשטעטיגט עס מיט 19-24 אויף פארטייאישע ליניעס מיטן אויסנאם פון מורפי וועלכע שטימט דערקעגן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 4:48 pm

הכל הבל האט געשריבן:רעדנדיג פון ניעל'ס קאמיטע ווערט איצט -בעת מיר שרייבן די פאראגראפן- אפגעהאלטן די אפשטימונג און די דראמא איז אין די לופט ווען די מעסיגע און ליבעראלע אמעפערן זיך ארום איבער די ריכטונג וועלכע די פארטיי זאל נעמען איבער העלט קעיר

קלייבורן האט זיך געלאזט הערן זאגנדיג אז ער וועט נישט זיצן איינגעלייגט אין די צייט וואס אזעלכע וועלכע קוואלייצירן פאר מעדיקעיר באקומען קעניגליכע באהאנדלונג און די וועלכע זענען אנגעוויזן אויף מעדיקעיד ווערן פארנאכלעסיגט


קאנגרעס דעמאקראטן וויקלען אויף ביל וועלכע וועט ערלויבן מער מענטשן צו קוואליפיצירן פאר מעדיקעיד
עס ווערט געשאצט אז אויב באשטעטיגט וועלן פרישע 2 מיליאן מענטשן קענען געניסן פונעם פראגראם

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך Borough Park » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 5:39 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:רעדנדיג פון ניעל'ס קאמיטע ווערט איצט -בעת מיר שרייבן די פאראגראפן- אפגעהאלטן די אפשטימונג און די דראמא איז אין די לופט ווען די מעסיגע און ליבעראלע אמעפערן זיך ארום איבער די ריכטונג וועלכע די פארטיי זאל נעמען איבער העלט קעיר

קלייבורן האט זיך געלאזט הערן זאגנדיג אז ער וועט נישט זיצן איינגעלייגט אין די צייט וואס אזעלכע וועלכע קוואלייצירן פאר מעדיקעיר באקומען קעניגליכע באהאנדלונג און די וועלכע זענען אנגעוויזן אויף מעדיקעיד ווערן פארנאכלעסיגט


קאנגרעס דעמאקראטן וויקלען אויף ביל וועלכע וועט ערלויבן מער מענטשן צו קוואליפיצירן פאר מעדיקעיד
עס ווערט געשאצט אז אויב באשטעטיגט וועלן פרישע 2 מיליאן מענטשן קענען געניסן פונעם פראגראם

וואס הייסט מער מענטשן? זיי גייען העכערן די לימיט?
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

גליק
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:14 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גליק » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 9:59 am

הכל הבל האט געשריבן:מעקארטי בעהט פונעם סופרים קאורט צו אורטיילן אין זיין אנקלאגע אקעגן דאס ווירטואלע שטימען וועלכע פעלאסי האט איינגעשטעלט נאך די ווירוס אויסברוך

Washington D.C. – Today, House Republican Leader Kevin McCarthy (CA-23) is asking the Supreme Court to perform its constitutional duty and overturn Speaker Pelosi’s unconstitutional proxy voting rules.

“Today, we are asking the Supreme Court to uphold the Constitution by overturning Speaker Pelosi’s perpetual proxy voting power grab. Although the Constitution allows Congress to write its own rules, those rules cannot violate the Constitution itself, including the requirement to actually assemble in person.

“Since its adoption 14 months ago, proxy voting has shattered 231 years of legislative precedent and shielded the majority from substantive policy debates and questions, effectively silencing the voices of millions of Americans. It was a raw abuse of power from the beginning that was done despite unified opposition from the minority and even members of the majority. Its continuation is an insult to hard working taxpayers who are back at work safely while members of Congress get a pass to skip work but still get paid. Some members have barely voted in person for more than a year.

“The Founders wisely rejected proxy voting because they knew Congress cannot adequately ‘do the business’ of our chambers without deliberating, and we cannot adequately deliberate without assembling in person. The Senate has managed through the whole pandemic without proxy voting because they know, as we do, that it is unconstitutional. To restore the House to its proper legislative role, the Supreme Court must strike down proxy voting.”

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 10:47 am

געהילפן צו דעמאקראטישע און רעפובליקאנע סענאטארן וועלן היינט רעדן מיטן סענאט פארלאמאנטעריען און הערן פון איר אויב אימיגראציע/דאקא פראוויזיעס קענען ווערן איינגעשלאסן אין די בודזשעט רעזאלוציע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 10:59 am

די הויז וועיס און מעינס און אגרי קולטור קאמיטעען זעצן היינט פאר צו באשטעטיגן זייערע פארציעס פון די בודזשעלוציע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 11:01 am

אויך די הויז נאטורליכע קוועלער קאמיטע גרייט צו איר טייל פאר אן אפשטימונג
עס באטרעפט 3 ביליאן דאלער צו שאפן א ציווילע קלימאט קארפס און נאך 500 מיליאן דאלער פאר אן ענליכע קראפט ספעציעל פאר שבטים געמיינדעס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:45 am

נאך דריי קאנגרעס קאמיטעען שטימען היינט אויף זייערע טיילן פון די בודזשעלוציע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:49 am

מענשין איז נעכטן געפרעגט געווארן איבער שומער'ס שטאנדהאפטיגקייט זיך פאראויסצורוקן מיט די רעזאלוציע
ער זאגט אז שומער קען וואס ער וויל אבער וועט נישט באקומען זיין שטימע אויף א 3.5 טריליאן דאלער רעזאלוציע און ער ווייסט דאס
ער וויל נישט זאגן וויפיל עס גייט זיין אבער שפעקולירט אז ערגעץ צווישן איין און 1.5 טריליאן
אריינגייענדיג אין מער דעטאלן איבער וועלכע טיילן פונעם גרויסן פעקל ער וואלט געטשעפעט פארשטייט מען אז איינע פון זיי איז די פארלענגערטע אויסגעברייטערטע קינדער געלט וועלכע זאל לויט אים גיין בלויז פאר נידריגערע פארדינער און אזוי אויך פארלאנגען פון געניסער צו זוכן/טרעפן ארבעט אפשפיגלענדיג די רעפובליקאנע שטעלונג אויף די אישו
אזוי אויך איז ער אנטקעגן דאס באלוינען און באשטראפן ביזנעסער באזירט אויף זייערע ביישטייערונגען און רעדוצירן פאלושן שטאפלען
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:57 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:51 am

קאנגרעס אויסערן אנגעלעגנהייטן קאמיטע פארהערט היינט אויסערן סעקרעטאר בלינקען

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:53 am

דערווייל קוקט נישט אויס אז די סענאט וועט נאך די וואך שטימען אויף זייער עלעקשאן רעפארם קאמפראמיס אויסגעהאמערט מיט מענשין
די וואך איז א קורצע צוליב יום הקדוש און אן אנגעלייגטע סקעדזשועל צו באשטעטיגן נאמינאציעס
אפילו ווען די סענאט וועט גרייט זיין פאר אן אפשטימונג איז נישט ערווארטעט אז אפילו נאנט צו 10 רעפובליקאנער זאלן עס שטיצן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:59 am

הכל הבל האט געשריבן:ווארען האלט אויף נאמינאציע פון דזשעימס קוואל צו זיין ערציאונגס אונטער סעקרעטאר טיילווייז צוליב יענעם'ס שטעלונגען אויף סטודענט לאונס

סענאט וועט שטימען אום 5:30 אויף די נאמינאציע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:52 pm

הכל הבל האט געשריבן:אין ליכט פון מער גערודער איבער ראליס אין שטיצע פון די יונואר 6 למספרם איבערפאל ארעסטירטע איז דא א רעדע צוריקצושטעלן די צוימען ארום די קעפיטאל קאמפלעקס

באשלאסן צוריק צו פארצוימען קעפיטאל היל שפעטער אין וואך און עס אראפנעמען אויב אלעס גייט אריבער רואיג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:53 pm

קאלינס שטעלט קלאר אז זי וועט נישט ארויסהעלפן באשטעטיגן א 3.5 טריליאן דאלער בודזשעלוציע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:55 pm

הכל הבל האט געשריבן:געהילפן צו דעמאקראטישע און רעפובליקאנע סענאטארן וועלן היינט רעדן מיטן סענאט פארלאמאנטעריען און הערן פון איר אויב אימיגראציע/דאקא פראוויזיעס קענען ווערן איינגעשלאסן אין די בודזשעט רעזאלוציע

זי קען מעגליך אורטיילן איבער די פראגע נאך די וואך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:58 pm

ניו יארק קאנגרעסמאן טאם סאוזי ווידערהאלט אז אן קיין סאלט שטייער דידאקשען פראוויזיע איז נישט דא קיין דיעל
ער זאגט אז ער האט גערעדט מיט שומער און פעלאסי און איז קאנפידענט אז עס וועט זיין טייל פונעם אפמאך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 2:36 pm

הכל הבל האט געשריבן:דערווייל קוקט נישט אויס אז די סענאט וועט נאך די וואך שטימען אויף זייער עלעקשאן רעפארם קאמפראמיס אויסגעהאמערט מיט מענשין
די וואך איז א קורצע צוליב יום הקדוש און אן אנגעלייגטע סקעדזשועל צו באשטעטיגן נאמינאציעס
אפילו ווען די סענאט וועט גרייט זיין פאר אן אפשטימונג איז נישט ערווארטעט אז אפילו נאנט צו 10 רעפובליקאנער זאלן עס שטיצן

שומער סקעדזשועלט אן אפשטימונג צו עפענען א דעבאטע אויף א קאמפראמיס עלעקשאן רעפארם ביל וועלכע זאל האבן מענשין'ס שטציע
די צוויי זייטן האבן זיך נאכניטש פולשטענדיג פאראייניגט אויף אלע דעטאלן אבער ווען מען וועט עס האבן אינגאנצן אויסגעהאמערט איז עס סייווי ערווארטעט דורכצופאלן צוליב וואס עס נויטיגט זיך אין 60 שטימען און מענשין איז נישט גרייט איבערצוהיפן דעם פיליבאסטער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], ב שלום, באמת ובתמים, בן רחל, ואגדלה, זכרי' ניימאן, חמרא, חסידישער מבין, טינטיג, כאפצעם, לעכטל, מאמענטאל, מיכאלבאחת, פוילישער קארגער און 44 געסט