נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 27624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 24, 2023 12:33 pm

פארזיצער פון די כינע סעלעקט קאמיטע אין קאנגרעס וועט זיין מייק גאלאגאר

רעפובליקאנער מיטגלידער אויפן קאמיטע וועלן זיין:
ראב וויטמאן
דזשים בענקס
בלעין לוטקעמעיער
ענדי באר
דאן ניוהאוז
דזשאן מולענאר
דערין לאהוד
ניעל דאן
דאסטי דזשאנסאן
מייקל סטיעל
עשלי הינסאן
און קארלאס גימענעז

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 27624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 24, 2023 12:41 pm

נאנט צו האלב פון די מעסיגע בלויע הינט קאקוס אין קאנגרעס ציען זיך ארויס נאך אן אומפארשטענדעניש איבערצומאכן די ברענדיג און נאמען פון די קאמיטע

די אפטריט פון אזעלכע ווי ספענבערגער און שעריל לאזן איבער די קאמיטע פולשטענדיג אין איינקלאנג מיט די גדרי הצניעות און פרויען פריי

זיי האבן געוואלט טוישן די נאמען צו קאמאן סענס קאאליציע און דערמיט טוישן די איינדרוק וואס די ביז איצטיגע נאמען האט געגעבן אז עס האנדלט זיך פון א דרום שטאטן מענער קאאליציע

אוועטאר
אומר אני
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 25, 2021 5:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אומר אני » דינסטאג ינואר 24, 2023 12:41 pm

הכל הבל האט געשריבן:ווערט באקאנט איבער א פרישע ווידעא אין וועלכע קאנגרעסמאן סאנטאס זאגט אז ער איז געווען א קרבן צו אן אטענטאט פארזוך אויף די פיפטע עוו אין מאנהעטען איין גאס נעבן די טראמפ טאוער (אומקלאר אויב עס איז געווען טראמפ וועלכע האט געזאגט אז ער קען שיסן עימיצן אויף די פיפטע עוו)

ער זאגט אז מען האט אים בארויבט און צוגענומען זיין רוקזאק, שיך און האנד זייגער

:lol: :lol: אוי ביסטו גוט @הבל, ש'כח פאר דיינע כסדר'דיגע באריכטן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 27624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 24, 2023 2:23 pm

פלארידא סענאטאר ריק סקאט (ר) שלאגט ווידער פאר זיין ביל צוריקצוברענגן און אויסצוברייטערן ארבעט פארלאנגען פאר סנעפ געניסער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 27624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 24, 2023 2:51 pm

מעקאנעל: די בודזשעט קאנטראל אקט פון 2011 למספרם האט זיך ארויסגעשטעלט צו ארבעטן אין שניידן אויסגאבן

איך קען נישט זעהן א דאך העכערונג ביל וואס גייט אריבער אין סענאט זאל דערנאך אריבערגיין אין הויז

די דאך העכערונג פארעכטיגונג-אויב עס איז דא אזא זאך- וועט דארפן קומען פון קאנגרעס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 27624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 24, 2023 2:53 pm

סענאטאר דזשאן באראסא באצייכנט ענערגיע סעקרעטארשע דזשעיניפער גרענהאלם אלץ לאו ענעדזשי סעקרעטארשע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 27624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 24, 2023 4:27 pm

דעווין נונעז זיך אנגערוקט אויף קעפיטאל היל

mosha g
שר האלף
תגובות: 1890
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך mosha g » דינסטאג ינואר 24, 2023 5:49 pm

פרעזידענט ביידען האט אפגעהאלטן א מיטינג מיט די דעמאקראטישע פירער פון קאנגרעס און סענעט דורכצוגיין די פלענער און אקטיוויזירן די פרישע סטראטעגיעס.
צוגעלייגטע
20230124_174401.jpg
20230124_174401.jpg (137.06 KiB) געזעהן 736 מאל
Photo Blur_Jan242023_174640.jpg
Photo Blur_Jan242023_174640.jpg (34.83 KiB) געזעהן 736 מאל

mosha g
שר האלף
תגובות: 1890
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך mosha g » דינסטאג ינואר 24, 2023 5:53 pm

דעמאקראטישע פירער ביים רעדן צי די פרעסע נאכן מיטינג ביים ווייסן הויז.
צוגעלייגטע
Photo Blur_Jan242023_175208.jpg
Photo Blur_Jan242023_175208.jpg (60.61 KiB) געזעהן 729 מאל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 27624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 24, 2023 5:53 pm

געהאלטן ווארט

קאנגרעסמאן סאנטאס האט געהאט פארשפראכן פאר רעפארטער אז ער וועט היינט האבן אן איבערראשונג פאר זיי

ווען סאנטאס האט זיך צוריקגעקערט פון ניו יארק צו זיין אפיס אין קעפיטאל האט אפגעווארט פאר די דזשורנאליסטן א שאכטל מיט פרישע פאנקן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 27624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 24, 2023 5:59 pm

מיזרוי סענאטאר עריק שמידט האט אנגערופן סענאטארן טיליס און בלעקבוירן זיי צו פרעגן אויב איינע פון זיי וואלטן איינגעגאנגען אפצוטרעטן פון די יורידישע קאמיטע און אים איבערגעבן דאס פלאץ

בלעקבוירן האט דערווייל אפגעזאגט די אנבאט ערקלערנדיג אז זי איז די איינציגסטע רעפובליקאנע פרוי אויפן קאמיטע און וועט דעריבער בלייבן דארט

פארשידענע פארשידענס
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך פארשידענע פארשידענס » דינסטאג ינואר 24, 2023 5:59 pm

mosha g האט געשריבן:פרעזידענט ביידען האט אפגעהאלטן א מיטינג מיט די דעמאקראטישע פירער פון קאנגרעס און סענעט דורכצוגיין די פלענער און אקטיוויזירן די פרישע סטראטעגיעס.

וואס ליגט אינעם לאנגען טאץר אויפן טיש?

פארשידענע פארשידענס
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך פארשידענע פארשידענס » דינסטאג ינואר 24, 2023 6:00 pm

mosha g האט געשריבן:פרעזידענט ביידען האט אפגעהאלטן א מיטינג מיט די דעמאקראטישע פירער פון קאנגרעס און סענעט דורכצוגיין די פלענער און אקטיוויזירן די פרישע סטראטעגיעס.

location room?

mosha g
שר האלף
תגובות: 1890
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך mosha g » דינסטאג ינואר 24, 2023 6:03 pm

פארשידענע פארשידענס האט געשריבן:
mosha g האט געשריבן:פרעזידענט ביידען האט אפגעהאלטן א מיטינג מיט די דעמאקראטישע פירער פון קאנגרעס און סענעט דורכצוגיין די פלענער און אקטיוויזירן די פרישע סטראטעגיעס.

וואס ליגט אינעם לאנגען טאץר אויפן טיש?

קלאסיפיצירטע דאקומענטן? רייזמאנס קאקיס?

mosha g
שר האלף
תגובות: 1890
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך mosha g » דינסטאג ינואר 24, 2023 6:54 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:נאכדעם וואס ספיקער מעקארטי און מינאריטעט פירער דזשעפריס זענען זיך דורכגעקומען איבער די אויסשטעל פון וויפיל ביידע פארטייען וועלן באקומען אויף איטליכער קאמיטע האט דזשעפריס רענאמינירט קאנגרעסלייט עדעם שיף, אליהאן אומאר און עריק סוואלוואל צו זייערע זיצן אויפן הויז קאמיטעען

ספיקער מעקארטי האט שוין געהאט געזאגט אז ער וועט עס נישט ערלויבן

ספארץ און מעיס זענען ביידע א ניין איבער בלאקירן די קאנגרעס מיטגלידער צו סערווירן אויף קאמיטעען זאגנדיג אז דאס אז דעמאקראטן האבן געהאנדלט אומריכטיג מיטן בלאקירן רעפובליקאנער פונעם קאמיטע מיינט נישט אז רעפובליקאנער מעגן איצט טוהן אן אומרעכט

מעקארטי קען בלויז פארלירן נאך צוויי און ווי באריכטעט פעהלט דאך שוין איינער פאר עטליכע וואכן וואס מאכט עס נאך שמעלער

מעקארטי האט פריער נאכאמאל קלארגעשטעלט אז ער וועט זיי נישט צוריקלאזן.

מעקארטי האט יעצט א מיטינג מיט דזשעפריס.

אוועטאר
אלטרא
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלטרא » דינסטאג ינואר 24, 2023 8:21 pm

ספיקער מעקארטי מעלדט די מיטגלידער פון די נייע סעלעקט קאמיטע צו אויספארשן אויב די רעגירונג איז גענוצט געווארן אקעגן פאליטישע קעגנער
צוגעלייגטע
2023012420174966i.jpg
2023012420174966i.jpg (128.84 KiB) געזעהן 374 מאל

אוועטאר
אלטרא
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלטרא » דינסטאג ינואר 24, 2023 8:30 pm

ספיקער מעקארטי מעלדט די מיטגלידער פון די סעלעקט קאמיטע איבער די קאראנא ווירוס
צוגעלייגטע
2023012420221925i.jpg
2023012420221925i.jpg (101.56 KiB) געזעהן 359 מאל

אוועטאר
אלטרא
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלטרא » דינסטאג ינואר 24, 2023 8:38 pm

הכל הבל האט געשריבן:איינע פון די לעצט פארשפרעכונגען וועלכע מעקארטי האט צוגעזאגט פאר די קאנסערוואטיוון איידער זיי האבן אים געגעבן די נוטיגע שטימען צו ווערן ערוויילט אלץ ספיקער איז געווען ארויפצוברענגן אן אפשטימונג פון דזשארדזשיא קאנגרעסמאן באדי קארטער אויף די "יושר שטייער" פארשלאג

די פארשלאג רופט צו עלימינירן איינקופט שטייער, ירושה שטייער, סאושעל סעקיוריטי שטייער, קארפארעיט שטייער און אפילו שטייער אויף געשאנקען און עס איינטוישן מיט בלויז איין פעדעראלע סעילס שטייער

לויט ווי עס וערט געשאצט וועט אזא סעליס שטייער מוזן זיין א מינימום פון דרייסיג פראצענט אז דאס זאל דעקן די לאך פון אלע אנדערע שטייערן וועלכע וועלן מער נישט ווערן איינקאסירט
און די פלאן אדרעסירט די זארגן אז ארימע פארדינער וועלכע צאהלן נישט קיין איינקופט שטייער ביז איצט און וועלן אצינד ווערן באטראפן פון הויכע סעליס שטייערן אויף וויכטיגע פראדוקטן און רופט אז די רעגירונג זאל זיי צוריקצאלן און אזויגערופענע פריבעיטס

פרעזידענט ביידען ביי א רעדע מאנטאג האט אפגעשפיגלט די אלגעמיינע קריטיק וועלכע דעמאקראטן איבערן לאנד לאזן שוין הערן אקעגן די פלאן און ווארענט אז עס וועט העכערן פרייזן אין געשעפט פון עסנווארג ביז גאז און אלעס אינדערמיט

מעקארטי זאגט ער איז נישט אין שטיצע פון דעם געזעץ פארשלאג

mosha g
שר האלף
תגובות: 1890
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך mosha g » דינסטאג ינואר 24, 2023 8:54 pm

mosha g האט געשריבן:פרעזידענט ביידען האט אפגעהאלטן א מיטינג מיט די דעמאקראטישע פירער פון קאנגרעס און סענעט דורכצוגיין די פלענער און אקטיוויזירן די פרישע סטראטעגיעס.

א פאראייניגטע בילד פון די דעמאקראטישע קאנגרעס און סענעט פירער מיטן פרעזידענט.
צוגעלייגטע
Photo Blur_Jan242023_205228.jpg
Photo Blur_Jan242023_205228.jpg (35.38 KiB) געזעהן 312 מאל

אוועטאר
אלטרא
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלטרא » דינסטאג ינואר 24, 2023 8:56 pm

mosha g האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:נאכדעם וואס ספיקער מעקארטי און מינאריטעט פירער דזשעפריס זענען זיך דורכגעקומען איבער די אויסשטעל פון וויפיל ביידע פארטייען וועלן באקומען אויף איטליכער קאמיטע האט דזשעפריס רענאמינירט קאנגרעסלייט עדעם שיף, אליהאן אומאר און עריק סוואלוואל צו זייערע זיצן אויפן הויז קאמיטעען

ספיקער מעקארטי האט שוין געהאט געזאגט אז ער וועט עס נישט ערלויבן

ספארץ און מעיס זענען ביידע א ניין איבער בלאקירן די קאנגרעס מיטגלידער צו סערווירן אויף קאמיטעען זאגנדיג אז דאס אז דעמאקראטן האבן געהאנדלט אומריכטיג מיטן בלאקירן רעפובליקאנער פונעם קאמיטע מיינט נישט אז רעפובליקאנער מעגן איצט טוהן אן אומרעכט

מעקארטי קען בלויז פארלירן נאך צוויי און ווי באריכטעט פעהלט דאך שוין איינער פאר עטליכע וואכן וואס מאכט עס נאך שמעלער

מעקארטי האט פריער נאכאמאל קלארגעשטעלט אז ער וועט זיי נישט צוריקלאזן.

מעקארטי האט יעצט א מיטינג מיט דזשעפריס.

מעקארטי שיקט אפיציעל די בריוו צו דזשעפריס אראפצוווארפן שיף און סוואלוועל פון די אינטעלידזשענס קאמיטע
צוגעלייגטע
2023012420492587i.jpg
2023012420492587i.jpg (117.25 KiB) געזעהן 306 מאל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 27624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 24, 2023 9:00 pm

קלארשטעלונג:

ספיקער מעקארטי קען בלאקירן שיף און סוואלוואל פון סערווירן אויפן קאמיטע אויף די אייגענע האנט זינט די שפיאנאזש קאמיטע אפערירט אלץ א סעלעקט קאמיטע

די פראבלעם וועלכע מעקארטי שטייט אויס איז מיט אילהאן אומאר וועלכע איז ביז איצט געזיצן אויפן אויסערן אנגעלעגנהייט קאמיטע און צו בלאקירן א מעמבער פון סערווירן דארט דארף די פולע קאנגרעס שטימען און ווי געזאגט האבן שוין ספארץ און מעיס געזאגט אז זיי וועלן שטימען ניין אויפן בלאקאדא

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 27624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 24, 2023 9:03 pm

הכל הבל האט געשריבן:קלארשטעלונג:

ספיקער מעקארטי קען בלאקירן שיף און סוואלוואל פון סערווירן אויפן קאמיטע אויף די אייגענע האנט זינט די שפיאנאזש קאמיטע אפערירט אלץ א סעלעקט קאמיטע

די פראבלעם וועלכע מעקארטי שטייט אויס איז מיט אילהאן אומאר וועלכע איז ביז איצט געזיצן אויפן אויסערן אנגעלעגנהייט קאמיטע און צו בלאקירן א מעמבער פון סערווירן דארט דארף די פולע קאנגרעס שטימען און ווי געזאגט האבן שוין ספארץ און מעיס געזאגט אז זיי וועלן שטימען ניין אויפן בלאקאדא

ווי געזאגט האט ער א פראבלעם איבער א דריטע מיטגליד וועלכע איז אפוועזנד און ערהלויט זיך פון א קלאפ און אצינד זאגט דאן בעקאן אז ער דארף נאך איבער קוקן די גענויע שפראך אינעם ביל איר אראפצורוקן פון קאמיטע אבער האלט אז עס איז נישט גוט צו האבן אזא צוגאנג פון בלאקירן מיטגלידער פון קאמיטעען און אז ער האפט אז עס זאל קומען צו אן ענדע

אויב בעקאן איז א ניין קען זיך מעקארטי נישט פארלירן צו ערלויבן קיינעם

אוועטאר
אלטרא
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלטרא » דינסטאג ינואר 24, 2023 9:05 pm

דזשאש האולי שלאגט פאר א געזעץ צו פארבאטן טיקטאק

אוועטאר
אלטרא
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלטרא » דינסטאג ינואר 24, 2023 11:10 pm

אלטרא האט געשריבן:
mosha g האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:נאכדעם וואס ספיקער מעקארטי און מינאריטעט פירער דזשעפריס זענען זיך דורכגעקומען איבער די אויסשטעל פון וויפיל ביידע פארטייען וועלן באקומען אויף איטליכער קאמיטע האט דזשעפריס רענאמינירט קאנגרעסלייט עדעם שיף, אליהאן אומאר און עריק סוואלוואל צו זייערע זיצן אויפן הויז קאמיטעען

ספיקער מעקארטי האט שוין געהאט געזאגט אז ער וועט עס נישט ערלויבן

ספארץ און מעיס זענען ביידע א ניין איבער בלאקירן די קאנגרעס מיטגלידער צו סערווירן אויף קאמיטעען זאגנדיג אז דאס אז דעמאקראטן האבן געהאנדלט אומריכטיג מיטן בלאקירן רעפובליקאנער פונעם קאמיטע מיינט נישט אז רעפובליקאנער מעגן איצט טוהן אן אומרעכט

מעקארטי קען בלויז פארלירן נאך צוויי און ווי באריכטעט פעהלט דאך שוין איינער פאר עטליכע וואכן וואס מאכט עס נאך שמעלער

מעקארטי האט פריער נאכאמאל קלארגעשטעלט אז ער וועט זיי נישט צוריקלאזן.

מעקארטי האט יעצט א מיטינג מיט דזשעפריס.

מעקארטי שיקט אפיציעל די בריוו צו דזשעפריס אראפצוווארפן שיף און סוואלוועל פון די אינטעלידזשענס קאמיטע

שיף וועט באקומען א זיץ אויף די יורידישע קאמיטע

ישי כץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2022 12:45 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך ישי כץ » דינסטאג ינואר 24, 2023 11:31 pm

אלטרא האט געשריבן:שיף וועט באקומען א זיץ אויף די יורידישע קאמיטע

וואס איז דארט בעסער?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”