נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 11, 2019 10:22 am

נאכן צוריקציען פון די ערווארטעטע נאמינאציעס פון הערמאן קעין און סטיווען מור האט טראמפ געמאלדן מיט עטליכע טאג צוריק אז ער וועט נאמינירן דזשודי שעלטאן צום פעדעראלן רעזערוו
זי איז אן עקאנאמישע ראטעגעסבער אין די אדמיניסטראציע און אן אפטער קריטיקירער פון די פעדעראלע רעזערוו און א שטיצער צוריקצוגיין צו די גאלד סטאנדארט אויף וועלכע ראנד פאול פלעגט קאמפיינען
די צווייטע נאמען וועם טראמפ האט נאמינירט איז קריסטאפער וואלער וועלכע דינט איצט אלץ וויצע פארזיצער פון די פעדעראלע רעזערוו באנק אין סעינט לואיס און איז באקאנט מיט זיין שטיצע צו האלטן אינטרעסט ראטעס נידריג אין די איצטיגע צייט ווען אינפלאציע איז נידריג

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 11, 2019 11:03 am

הכל הבל האט געשריבן:נאכן צוריקציען פון די ערווארטעטע נאמינאציעס פון הערמאן קעין און סטיווען מור האט טראמפ געמאלדן מיט עטליכע טאג צוריק אז ער וועט נאמינירן דזשודי שעלטאן צום פעדעראלן רעזערוו
זי איז אן עקאנאמישע ראטעגעסבער אין די אדמיניסטראציע און אן אפטער קריטיקירער פון די פעדעראלע רעזערוו און א שטיצער צוריקצוגיין צו די גאלד סטאנדארט אויף וועלכע ראנד פאול פלעגט קאמפיינען
די צווייטע נאמען וועם טראמפ האט נאמינירט איז קריסטאפער וואלער וועלכע דינט איצט אלץ וויצע פארזיצער פון די פעדעראלע רעזערוו באנק אין סעינט לואיס און איז באקאנט מיט זיין שטיצע צו האלטן אינטרעסט ראטעס נידריג אין די איצטיגע צייט ווען אינפלאציע איז נידריג

אויף דערווייל געניסן ביידע נעמען פון מער סימפאטיע צווישן רעפובליקאנע סענאטארן ווי די קעין און מור האבן געהאט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג יולי 12, 2019 10:34 am

עס איז פארהאן א מעגליכקייט אז די מולער פארהערן וועלן ווערן אפגעלייגט מיט א וואך צוליב באקלאגענישן פון טייל קאנגרעסלייט אז די איצטיגע אויסשטעל וועט נישט שענקן גענוג צייט פאר אלע מעמבערס צו שטעלן פראגן

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג יולי 12, 2019 10:41 am

די רעדע איז פון באשטימען די פארהערן אויף יולי 24 למספרם

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 9:36 am

אין סענאט וועט מען היינט שטימען פאראויסצורוקן די באשטעטיגונג פון דיסטריקט ריכטער פון מערב פענסילוועניע פיטער פיפס צו סערווירן אלץ סירקוט ריכטער פאר די דריטע סירקוט קאורט
פיפס ווואלט געווען די דריי און פערציגסטער טראמפ נאמינירטע אפעלאט ריכטער צו ווערן באשטעטיגט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 1:47 pm

ספיקער פעלאסי ברענגט אויף א רעזאלוציע אין קאנגרעס צו פארדאמען פרעזידענט טראמפ'ס טוויטער מעסעדזש

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 1:49 pm

סענאטאר לאמאר אלעקסאנדער (ר) איבער די טראמפ מעסעדזש: איך ארבעט שווער און בין קאנצעטרירט צו טרעפן וועגן צו רעדוצירן העלט קעיר קאסטן פאר אמעריקאנער און איך טוה נישט קאמעטירן אויף טעגליכע מעסעדזשעס פונעם פרעזידענט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 1:50 pm

סענאטאר שעלבי (ר) איבער די טראמפ מעסעדזש: איך האב עס נאכנישט געליינט אבער איך וועל עס קוקן

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 1:51 pm

ביידע אויבנדערמאנטע סענאטארן האבן זיך דערנאך גיך אריינגעשלייכט אינעם סענאט עלעוועיטאר

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 1:53 pm

סענאטארשע סוזען קאלינס (ר) איבער די טראמפ מעסעדזש: איך בין שטארק אומאיינשטימיג מיט די שטעלונגען פון די הויז דעמאקראטישע ליבעראלן אבער די פרעזידענט'ס מעסעדזש אז טייל קאנגרעס מיטגלידער זאלן זיך אומקערן צו די פלעצער פון וואנעט זיי קומען איז געווען אריבער די ליניע און ער זאל עס אויסמעקן

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 1:54 pm

סענאטאר ראב פארטמאן (ר) איבער די טראמפ מעסעדזש: דאס איז עפעס וואס וואלט נישט געזאגט און איך האלט אז עס איז צוטיילנד, אומנויטיג און אומריכטיג

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 1:54 pm

סענאטאר מעקאנעל האט נישט רעאגירט איבער די מעסעדזש

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 1:55 pm

פרעזידענט טראמפ זעלבסט האט רעאגירט איבער זיין מעסעדזש אין די שטורעם ארום דעם אז עס באזארגט אים נישט ווייל פילע זענען איינשטימיג דערמיט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 1:56 pm

מען רעדט איצט אין קאנגרעס פון א קורץ טערמיניגע בארגן העכערונג ביל

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 2:05 pm

קאנגרעסמאן מייק טורנער (ר) איבער טראמפ'ס מעסעדזש: עס איז ראסיסטיש און ער זאל זיך אנטשולדיגן דערוועגן

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 2:06 pm

קאנגרעסמאן אפטאן האט געזאגט אז ביידע זייטן זענען פאראנטווארטליך פאר אזעלכע סארט רעטאריק

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 2:08 pm

קאנגרעסמאן העריס האט פארטייידיגט דעם פרעזידענט זאגנדיג אז ער האט געמיינט צו זאגן אז זיי זאלן אראפקריכן פון די נאציאנאלע ארענע און צוריקגיין צו ארבעטן פאר זייער דיסטריקט און די וואוילזיין פון די מענטשן וועם זיי פארטרעטן (טראמפ האט אבער פריער קלארגעשטעלט אז זיי זאלן "פארלאזן דאס פלאץ" ווייל זיי האסן אונזער לאנד און געזאגט אז אויב זיי ווילן גיין קענען זיי עס גערן טוהן און אויב נישט איז אויך גוט)
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג יולי 15, 2019 2:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 2:09 pm

סענאטאר פעט טומי (ר) האט אפגעשלאגן די מעסעדזש זאגנדיג אז זיי זענען פונקט אזוי אמעריקאנע בירגער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 2:09 pm

קאנגרעסמאן הארד (ר) האט באצייכנט די מעסעדזש אלץ ראסיסטיש

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 2:17 pm

סענאטארשע מורקאוסקי (ר) איז עס נישט פארהאן קיין אויסרייד פארן פרעזידענטס פראוויצירנדע קאמענטארן, זיי זענען אבסאלוטלי אומאקצעפטירבאר און עס דארף זיך אויפהערן
אנשטאט גרובן טיפער אין די זומפ מיט פערזענליכע ווילדע רייצערישע טשעפערייען דארפן מיר זוכן א העכערע סטאנדארט זיך אומצוגיין מיט באשיינדנקייט און פרעזטידזש

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 2:19 pm

סענאטאר טים סקאט (ר) : אנשטאט פארציילן ווי אזוי די דעמאקראטישע פארטיי עקסטרעמע לינקע פרא סאציאליסטישע פאליסי שטעלונגען זענען אומריכטיג פאר די צוקונפט פון אונזער לאנד האט דער פרעזידענט אריינגעברענגט אומאקצעפטירבארע פערזענליכע אטאקעס און ראסע באליידיגנדע שפראך און אפגעזעהן אונזער פאליטישע אומאיינשטימגקייטן וועט אזעלכע נידריגע קאמענטארן פירן צו בלויז מער צוטיילונג אין לאנד

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 2:22 pm

סטיוו מענוטשין: איך האלט נישט אז די קאמענטארן זענען ראסיסטיש

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מאנטאג יולי 15, 2019 2:46 pm

הכל הבל האט געשריבן:קאנגרעסמאן העריס האט פארטייידיגט דעם פרעזידענט זאגנדיג אז ער האט געמיינט צו זאגן אז זיי זאלןאראפקירן פון די נאציאנאלע ארענע און צוריקגיין צו ארבעטן פאר זייער דיסטריקט און די וואוילזיין פון די מענטשן וועם זיי פארטרעטן (טראמפ האט אבער פריער קלארגעשטעלט אז זיי זאלן "פארלאזן דאס פלאץ" ווייל זיי האסן אונזער לאנד און געזאגט אז אויב זיי ווילן גיין קענען זיי עס גערן טוהן און אויב נישט איז אויך גוט)

טראמפ האט היינט קלאר געזאגט אנדערש
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 2:49 pm

שקר האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:קאנגרעסמאן העריס האט פארטייידיגט דעם פרעזידענט זאגנדיג אז ער האט געמיינט צו זאגן אז זיי זאלןאראפקירן פון די נאציאנאלע ארענע און צוריקגיין צו ארבעטן פאר זייער דיסטריקט און די וואוילזיין פון די מענטשן וועם זיי פארטרעטן (טראמפ האט אבער פריער קלארגעשטעלט אז זיי זאלן "פארלאזן דאס פלאץ" ווייל זיי האסן אונזער לאנד און געזאגט אז אויב זיי ווילן גיין קענען זיי עס גערן טוהן און אויב נישט איז אויך גוט)

טראמפ האט היינט קלאר געזאגט אנדערש

נו, איך שרייב דאך דאס

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מאנטאג יולי 15, 2019 2:56 pm

טראמפ וויל מער ווייניגער ארויפברענגן AOC
נאכדעם וואס פעלאסי האט געמאכט א וויכטיגע מאוו איר אראפצוברענגן


עס ארבעט זיך מער ווייניגער אויס...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טשולענט בונדלעך, מי הוא זה, פוילישער קארגער און 34 געסט