נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 3:54 pm

I look forward to VETOING the just passed Democrat inspired Resolution which would OPEN BORDERS while increasing Crime, Drugs, and Trafficking in our Country. I thank all of the Strong Republicans who voted to support Border Security and our desperately needed WALL!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 3:56 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:א אינקאמבענט זאל געווינען פריימערי איז נישט קיין חכמה

די גאנצע פריימערי איז נאר געווען ווייל ער האט געהאט געזאגט אז ער לויפט נישט און ווען ער האט געטוישט האט זיך דיסענטיס ארויסגעצויגן ווייל פריימערי קעגן אן אינקאמבענט איז כמעט א זיכערע פארלוסט

אפשר זאגט איר מיר ווען א סיטינג סענאטאר האט פארלוירן א פריימערי? חוץ לוטער סטרעינדש..


די מציאות יעצט איז אז, גארדנער, טיליס, מעקסעלי, קארנין, ציטערן פון טראמפ וועגן א פריימערי, מער ווי זיי האבן מורא פון די גענעראלע.

בד"וו, ביי רוביא אין 2016 איז עס נישט בלויז געווען די געווינען, נאר דעם מאסיוון עולם פון איבער א מיליאן מענטשן וואס האבן שוין געהאט א פריימערי יענע יאר וואס ער האט ארויסגעברענגט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 4:01 pm

צל עובר האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:א אינקאמבענט זאל געווינען פריימערי איז נישט קיין חכמה

די גאנצע פריימערי איז נאר געווען ווייל ער האט געהאט געזאגט אז ער לויפט נישט און ווען ער האט געטוישט האט זיך דיסענטיס ארויסגעצויגן ווייל פריימערי קעגן אן אינקאמבענט איז כמעט א זיכערע פארלוסט

אפשר זאגט איר מיר ווען א סיטינג סענאטאר האט פארלוירן א פריימערי? חוץ לוטער סטרעינדש..


די מציאות יעצט איז אז, גארדנער, טיליס, מעקסעלי, קארנין, ציטערן פון טראמפ וועגן א פריימערי, מער ווי זיי האבן מורא פון די גענעראלע.

מאי דפשיטא לך קא מיבעיא לי..

איך וואלט געהאלטן אז זיי ציטערן פון די רעפובליקאנער טראמפ שטיצער אין זייערע סטעיטס סיי לגבי א פריימערי און נאכמער לגבי די דזשענעראל, סאיז מער שכיח אז א פארטיי זאל בלייבן אינדערהיים אין די זשענעראל צוליב נישטט זיין צופרידן מיטן אייגענעם נאמיני ווי אז א אינקאמבענט זאל פארלירן א פריימערי

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 4:08 pm

א פלא, די וואס לויפן אין 2022, וואס ברויכן אליינס ארויסברענגן זייער עולם, זיי האבן נישט מורא, און די וואס לויפן אין 2020, ווען טראמפ וועט ממילא ארויסברענגן זיין עולם, זיי ציטערן בגודל.

אלע יא שטימען חוץ קאלינס און די וואס רעטייערן זענען פון 2022, חוץ איינער פון 2024.

אלא מאי?

און איך האב נאכנישט געהערט אויף וואס דו בויעסט אז רוביא איז בכלל עט ריסק אין 2022 ביי די אלגעמיינע, ווען ער האט געווינען מיט 6.5% שטערקער ווי טראמפ אין האבן אפילו אלע טראמפיסטן, אין פלאריע ווי דעסאנטיס מיט סקאט זענען געווען שטערקער ווי מען האט געמיינט, און אויסגעקוועטשט א זיג אין די בלויע וועיוו יאר.

לאמיר דיר זאגן איין זאך, אויב פלארידע איז גענוג סווינג אז רוביא וועט פארלירן, וועט טראמפ נישט געווינען פלארידע אין 2020 פעריאד
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 4:26 pm

צל עובר האט געשריבן:א פלא, די וואס לויפן אין 2022, וואס ברויכן אליינס ארויסברענגן זייער עולם, זיי האבן נישט מורא, און די וואס לויפן אין 2020, ווען טראמפ וועט ממילא ארויסברענגן זיין עולם, זיי ציטערן בגודל.

אלע יא שטימען חוץ קאלינס און די וואס רעטייערן זענען פון 2022, חוץ איינער פון 2024.

אלא מאי?


הבל האט שוין פריער אויף דעם געענטפערט אז 22 איז נאר א פחד אויב טראמפ געווינט און דעמאלט וועט די וואנט שוין נישט זיין קיין האקעלע נושא

רוביא אלגעמיינע ביסטו גערעכט אז ער איז מער וויניגער סעיף אבער טראמפ מעג זיך נאכאלץ בייזערן אויף זיין זינלאזע דעפעקציע

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג מארטש 15, 2019 12:50 pm

הכל הבל האט געשריבן:שומער פרובירט ארויפצוברענגן אויפן סענאט פלאר די קאנגרעס ביל צו פארעפנטליכן די מולער רעפארט
גרעהעם כאפט זיך צו און לייגט צו אן אמענדמענט אריינצוקוקן אין די קלינטאן אימעיל אויספארשונג

שומער קענטיג אויפגעברויזט אויף די פויזן פיל זאגט אז ער איז טיף אנטוישט מיט גרעהעם און טיילמאל איז די סענאט ניטאמאל גענוג פונקציאנירנד צו מאכן טאוסט

אז מ'רעדט שוין. וואסערע כח האט שומער יעצט אן סענאט ? קען ער הייסן ארויפברענגען בילס ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: rogers, איש האשכולות, בארג, גראסערי מאן, חיים אשר, יהלום און 57 געסט