נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

shalsheles
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך shalsheles » פרייטאג אוקטובער 02, 2020 2:38 pm

וויאזוי איז למעשה אריבער די ימים נוראים דארט?

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 11618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 7:15 am

shalsheles האט געשריבן:וויאזוי איז למעשה אריבער די ימים נוראים דארט?

shalsheles
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך shalsheles » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 9:44 am

מען קען צולייגן, וויאזוי איז אריבער סוכות? און וויאזוי איז דער מצב מיט די מוסדות?
אין די אלגעמיינע נייעס איז געווען באריכטעט אז מען האט נעכטן אראפ גענומען דעם שטרענגען לאקדאון.
https://hamodia.com/2020/10/28/melbourn ... ases-ease/

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך הבעש''ט » פרייטאג דעצמבער 11, 2020 9:39 am

unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (83.83 KiB) געזעהן 2992 מאל

אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך פליגל » פרייטאג דעצמבער 11, 2020 10:00 am

קוקט מיר עפעס אויס ווי דאס איז בעפאר מעריב. שטימט?
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
אוראייניקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10468
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך אוראייניקל » מוצ"ש דעצמבער 12, 2020 7:03 pm

נו, ווען דען?

אוועטאר
יידישע קהילות
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך יידישע קהילות » מוצ"ש דעצמבער 12, 2020 8:54 pm

איצט איז דארט אינמיטן זומער, קען איינער ברענגען זומערדיגע בילדער מיט מנורה'ס, אדער אנדערע בילדער ווי מ'זעט אז עס איז חנוכה אינמיטן זומער?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג דעצמבער 13, 2020 7:08 am

אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 11618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך moishy56 » פרייטאג פאברואר 05, 2021 6:33 am

shalsheles האט געשריבן:מען קען צולייגן, וויאזוי איז אריבער סוכות? און וויאזוי איז דער מצב מיט די מוסדות?
אין די אלגעמיינע נייעס איז געווען באריכטעט אז מען האט נעכטן אראפ גענומען דעם שטרענגען לאקדאון.
https://hamodia.com/2020/10/28/melbourn ... ases-ease/

איז מעלבוירן אוסטראליע יעצט ריין פון קאראנע?

Yossi3183
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:33 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך Yossi3183 » מוצ"ש פאברואר 06, 2021 10:05 pm

יא

Yossi3183
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:33 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך Yossi3183 » דינסטאג פאברואר 16, 2021 2:23 am

יעצט צוריק פארמאכט

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 11618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג פאברואר 16, 2021 1:09 pm

Yossi3183 האט געשריבן:יעצט צוריק פארמאכט

.
The Australian state of Victoria will enter lockdown for a third time
in a bid to suppress an outbreak of the UK strain of coronavirus.


Feb 12 2021

.


Officials this week found 13 cases stemming from a quarantine worker who became infected at a Melbourne hotel.

The lockdown will begin on Friday midnight and end on Wednesday.

However, the government has said the Australian Open tennis tournament would continue in the state's capital, Melbourne.

Spectators will be banned from attending the event from Saturday, which had previously allowed up to 30,000 visitors a day. Tickets will be refunded, tournament director Craig Tiley said.

Victorian Premier Daniel Andrews said the current outbreak was not linked to the quarantine hotels used by the tennis players.
He stressed that a "circuit breaker" was needed to combat the "hyper-infectious" strain which he said had likely already seeded other infections in the community.

"This is the fastest-moving, most infectious strain of coronavirus that we have seen," he said, adding that almost 1,000 close contacts had already been reached.


Prior to this outbreak, Victoria had not seen a local infection for 28 days and the state had largely eliminated the virus.

Many Melbourne residents have expressed dismay but also resignation over the retreat into lockdown again.

Last year, in Australia's winter, the city endured one of the world's longest and strictest lockdowns to overcome a second wave which led to more than 90% of Australia's 29,000 cases and 909 deaths.

"We've built something precious, and we have to make difficult decisions, and do difficult things, in order to defend what we've built," Mr Andrews said.

"I am confident that this short, sharp circuit breaker will be effective. We will be able to smother this."

The state will be under the following restrictions for five days:

People must stay at home except for shopping, exercise, caregiving and essential work needs
No gatherings allowed
Travel is restricted to within 5km (3.1 miles) of the home
Mask wearing is mandatory in public
Places of worship and all non-essential venues are closed
Schools are closed except for children of essential workers
.

Meanwhile, South Australia, Queensland and Western Australia have announced travel bans on people from Melbourne. Further border closures are expected. International flights to Melbourne will also be cancelled, authorities said
.

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך הבעש''ט » דינסטאג מארטש 02, 2021 9:54 pm

1.jpg
1.jpg (98.95 KiB) געזעהן 1917 מאל

2.jpg
2.jpg (61.25 KiB) געזעהן 1917 מאל

3.jpg
3.jpg (64.8 KiB) געזעהן 1917 מאל

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך עירוב תבשילין » מיטוואך מארטש 03, 2021 8:12 am

קום אריין מיט א באריכט אויך, ווי איז אריבער פורים?
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך הבעש''ט » מיטוואך מארטש 10, 2021 1:27 am

מעלבוירן – פארלאפענעם דאנערשאג נאכט אור לכ"א אדר העעל"ט, איז פארופן געווארן סעודת הילולא קדישא לרגל דער יארצייט פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע אינאיינעם מיטן מעמד אדיר "הבא לטהר מסייעין אותו", אין היכל הביהמ"ד ויצב אברהם אין שטאט, ספעציעל פאר די קרואי מועד ואנשי שם וואס זענען זיך צאם געקומען כאיש אחד בלב אחד, צו שאפן געלט בעז"ה צו אויפבויען א פראכטפולע מקוה אין שטאט.
ערב פורים זענען ארויס געשיקט געווארן ספעציעלע איינלאדונגען, ווי די איינגעלאדענטע האבן ארויסגעקוקט בכליון עינים אויפן טאג כ"א אדר ווי מען וועט הערן די דעטאלן און פלענער אויף דעם גראנדיעזן פראיעקט.
אויפן באשטימטן טאג כ"א אדר זענען די געלאדענטע אידן זיך צאם געקומען אויף 7:00 צום געהויבענעם מעמד, אריינקומענדיג אין ביהמ"ד איז דער ציבור שטיין געבליבן פארגאפט פון דער הערליכע אויסקוק פון ביהמ"ד וועלכע איז מאיעסטעטיש געטוישט געווארן צו אויג פארכאפענדע שיינע זאל.
דער יושב ראש הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א ראש ישיבת ויצב אברהם האט מיט זיין רייכע לשון לימודים איינגעלייטעט דעם מעמד, ווי ער האט צום ערשט אויסגעשמועסט דעם ויהי ראשיתך מצער ווי די קהילה איז געגרינדעט געוארן מיט קוים 3 יאהר צוריק, אויף גאר א שוואכע צושטאנד בגשמיות, נישט האבענדיג אפילו א געהעריגע ביהמ"ד, און ווי שיין די קהילה האט זיך אנטוויקלט במשך די לעצטע 3 יאהר, ווען די קהילה וואקסט און בליעט לשם ולתפארת בגשמיות וברוחניות ווען עס קומען כסדר צו נאך און נאך משפחות וואס שליסן זיך אן אלס חברי קהילתנו הק', און ווי מען פארמאגט היינט צוטאגס דאס שענסטע ביהמ"ד אין גאנץ מעלבוירן, די רייכסטע אוצר הספרים, ובא הכתוב השלישי ווען מען נעמט זיך היינט צאם צו בויען די מהודר'דיגסטן "קוואל מקוה" אין שטאט ברוחניות, און אויפן פראכסטפולן און שענסטן פארמאט בגשמיות.
צום ערשט האט דער יושב ראש מכבד געווען דער דומ"ץ הקהילה, הרה"ג רבי יהודה כ"ץ שליט"א חדב"ן דער מעלבוירענע רב כ"ק הגה"צ בעל ויצב אברהם זי"ע, וועלכע איז אלע יארן צוגעשטאנען צו די רעכטע האנט פון זיין גרויסע שווער אויף כשרות המקוואות אין שטאט. דער דיין שליט"א האט מיט אן אש קודש ארויסגעברענגט פאר די פארזאמעלטע די גרויסע חוב וואס ליגט אויף יעדן צו ארויסהעלפן אזא הייליגע אונטערנעמונג, וואס זיין גרויסע שווער דער רב זצ"ל האט אלס געוואלט עס זאל זיין, נאר האט עס ליידער נישט אליינס דערלעבט צו מאכן בימי חייו, בעיקר האט דער דיין שליט"א באטאנט דער תנא דבי אליהו, וואס פארלאנגט א קוואל מקוה.
דאן האט דער יושב ראש געגעבן דאס ווארט פאר הרה"ח ר' מרדכי יעקב ווייס שליט"א שו"ב, פון די פארי וזקני הקהילה, וואס זיין טעם זקנים איז א כבוד און הנאה פאר אלע חברי הקהילה, וועלכע האט פארציילט מקורות'דיגע עובדות און מעשיות פונעם הייליגן בעל הילולא דער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע, וואס האט געהאלטן דעם ציבור געשפאנט.
א שטילקייט האט געהערשט אין ביהמ"ד ווען דער בארימטער נואם בחסד עליון הרה"ג ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט"א פון מאנסי האט גערעדט דורך א הוק-אפ, ווי ער האט מיט א בליציקייט צאם געווארפן פון אלע ספרי שאלות ותשובות דער גרויסקייט פון בויען א מקוה, ובפרט א קוואל מקוה, און אלע השפעות טובות וואס עס קומט אויף אלע עוזרים ומסייעים צו דעם גרויסן מצוה.
דער יו"ר שליט"א האט דאן מכבד געווען הרבני ר' נחום גאלדבערג הי"ו פון די זקני חשובי הקהילה, צו פארציילן די 3 מעשיות וואס דער הייליגע קאזשניצער מגיד זי"ע, פלעגט פארציילן פאר פסח אלס א סגולה אידישע קינדער זאלן האבן גענוג געלט אויף הוצאות ימי הפסח.
צום לעצט האט אויפגעטרעטן דער מסירות נפש'דיגע בונה ומקים פון קהילת ויצב אברהם, הרבני הנגיד ר' מרדכי זלמן פיקסלער הי"ו, יו"ר וועד קרן הבנינים, און געוויזן פארן עולם די ערשטע פלענער פון דער שפאגל נייע גיגאנטישע מרכז בניני הקהילה, וואס וועט בעז"ה געבויעט ווערן אין צענטער פון שטאט אויף גלען איירע ראוד, וואס וועט בעז"ה זיין א פראכט פון א בנין.
אויפן ערשטן שטאק וועט אויפגעבויעט ווערן דער מקוה, אויפן צווייטן שטאק וועט אויפגעשטעלט ווערן א ביהמ"ד וואס וועט זיין אין באנוץ לימות החול, נאך וואס דער עקזעסטירנדע בנין הביהמ"ד איז שוין אויסגענוצט צום מאקסימום באנוץ פאר א היכל הביהמ"ד הגדול פאר די תפילות שבת ברוב עם און עס פארמאגט נישט קיין פלאץ פאר קלענערע שטיבלעך עס זאלן זיך קענען שטעלן מנינים איינס נאכן צווייטן.
עקסטער האט ר' מרדכי זלמן מיטגעטיילט מיטן ציבור אז מען האט באוויזן בס"ד צו איבערנעמען בעלות פונעם דערנעבענדיגן שטח און בנין, וואס וועט בעז"ה זיין מיוחד פאר פארקינג, און דער בנין אויף יענעם שטח, וועט זיין אין באנוץ פאר די מצה בעקעריי פון דער קהילה וואס וואנדערט די לעצטערע יארן פון איין לאקאל צום צווייטן, וועט יעצט זיין מסודר מיט אן אייגענע בנין.
צום ענדע האט ר' מרדכי זלמן אפעלירט צום ציבור מיט אן הייסע רוף, אויסרעכענדיג אז בלויז דער הוצאות פון דער בנין פאר די מקוה קאסט אפ די פאנטאסטישע סומע פון צוויי אהאלב מיליאן דאלער... און מען דארף האבן דער הילף פון יעדן יחיד. דערביי האט ר' מרדכי זלמן הי"ו ארויסגעברענגט א גרויסן יישר כח פאר אביו הנעלה הרבני הנגיד ר' יעקב צבי פיקסלער שליט"א, וועלכע איז בנדבת לבו הטוב אנטקעגן געקומען מיט די ערשטע פאנטאסטישע נדבה פון איינס און אהאלב מיליאן דאלער, מיטן מנדב זיין די שטח הבנין, צו געבן די ערשטע שטופ מען זאל קענען אנהייבן די בוי ארבעט. דאן האט ר' מדרכי זלמן מיטגעטיילט מיטן ציבור אז נאך א האלב מיליאן האט מען שוין בעז"ה באוויזן צו שאפן פון נדיבי לב איבער די וועלט, איז בלויז געבליבן נאך אהאלב מיליאן דאלער, אויף וואס מען וועט בעז"ה אונטערנעמען א גרויסארטיגע קאמפיין נאך פסח בע"ה, אויף וואס יעדער פון די פאזאמאלטע זאלן זיך אונטער נעמען א גאול וויפיל געלט מען וועט שאפן.
ר' מרדכי זלמן הי"ו האט דאן אפעלירט צו יעדעם איינעם, מען זאל זיך אונטער נעמען צו שאפן לכה"פ $5000 דאללער, וואס דאס וועט בעז"ה ערמעגליכן דער נייער בנין המקוה זאל זיין גרייט שוין אויף קומענדיגע חודש תשרי שנת תשפ"ב בעז"ה.
ביים ווינקל אין זאל איז געווען צוגעגרייט א גרויסער דורכזיכטיגע טאנק, אנגעפילט ביז האלב מיט וואסער, ר' מרדכי זלמן הי"ו האט דאן אויסגעשמועסט מיטן ציבור אז די קאמפיין וועט זיין א מעטשינג קאמפיין, ער אליינס נעמט זיך אונטער צו שאפן האלב פון די געלט דאס הייסט א פערטל מיליאן דאלער, און יעדער פון די פארזאמעלטע זאל זיך אונטער נעמען צו שאפן קלענערע סכומים, ביים קאמפיין, יעדער וואס נעמט זיך אונטער $5000 דאלער, זאל אריינגיסן א באטל וואסער אינעם טאנק, ביז עס וועט זיך אנפילן אינגאנצן.
ערהארבן איז געווען דאס בילד ווי אלע באטייליגטע האבן מיט א ווארעמקייט זיך תיכף אונטערגענומען צו שאפן יעדער עקסטער $5000 דאלער, דאס התרגשות ביים ציבור האט זיך אנגעזעהן מיט די שטערקסטע קאלירן, ווען דער עולם איז געשטאנען אין די רייע גרייט צו אריינגיסן די וואסער, אין מיט דעם זיך אונטערנעמען צו שאפן לכה"פ $5000 פאר דעם הייליגן צוועק.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער חשובע נדיב הר"ר יעקב צבי פיקסלער שליט"א דער עמוד התווך פונעם פראיעקט. דערנאך האט דער ציבור זיך צושפרייט מיט געהויבענע געפיהלן.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך הבעש''ט » מיטוואך מארטש 10, 2021 1:33 am

ויצב אברהם.jpg
ויצב אברהם.jpg (56.86 KiB) געזעהן 1648 מאל

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך הבעש''ט » מיטוואך מארטש 10, 2021 1:36 am

הרה"ח ר' מרדכי זלמן פיקסלער שליט"א יו"ר וועד קרן הבנין, שטעלט פאר די פלענער פארן עולם.

2.jpg
2.jpg (53.37 KiB) געזעהן 1646 מאל

1.jpg
1.jpg (79.44 KiB) געזעהן 1646 מאל

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 11618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג אפריל 29, 2021 9:43 am

בקהילת 'עדת ישראל' במלבורן - אוסטרליה, שם כבר שעת לילה, נערכה ההדלקה הראשונה בעולם לכבוד רשב"י בהשתתפות בני הקהילה והגאב"ד הגאון רבי שלמה הכהן קאהן

https://hamodia.com/2021/04/29/lag-baom ... community/

.
צוגעלייגטע
8b5bdea6-a01c-442e-b2e2-71428631b92f.jpg
8b5bdea6-a01c-442e-b2e2-71428631b92f.jpg (47.25 KiB) געזעהן 1348 מאל

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 11618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג מאי 27, 2021 6:52 pm

נאך א לאנגע תקופה פון Zero נייע קעיסעס, האט זיך אנגעהויבן א מילדע פארשפרייטונג.
-


אינטערוויו:
אויסטראליע נעכטן / היינט נאכט (דאנערשטאג) האט זיך אנגעהויבן א פרישע לאקדאון, פארוואס א פרישע לאקדאון, עס האט זיך אנגעהויבן א מילדע פארשפרייטונג, מען וויל עס אפשטעלן באצייטענס.
"מען שפארט אפ די גאנצע סטעיט פאר 7 טעג, נאר פאר פינף סיבות קען מען ארויסגיין פון שטוב"

ה' בהעלתך

ר' יונה לעווין, מעלבורן אויסטראליע

https://www.yiddish24.com/interviews/12/40017
https://cloudfront.yiddish24.com/KM_N11 ... 152660.mp3

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך עירוב תבשילין » פרייטאג מאי 28, 2021 5:56 am

דער איד דעילי

אויסטראליע – די צווייט-מערסט באוואוינטע שטאט אינעם וויקטאריע ראיאן אין אויסטראליע איז אריינגעגאנגען אונטער א פרישן לאקדאון נעכטן דאנערשטאג, נאכדעם וואס די אויטאריטעטן האבן אויסגעדרוקט שטארקע זארג איבער א פרישע פארשפּרייטונג פון קאראנא קעיסעס.

עס וואוינען זיבן מיליאן מענטשן אין מעלבוירן, און אלע זענען אנגעזאגט געווארן פון נעכטן דאנערשטאג צו פארבלייבן איינגעשפּארט אינדערהיים פאר די קומענדיגע זיבן טאג, און מען וועט נאר ערלויבט זיין ארויסצוקומען פונדערהיים און זיך דרייען פאר גאר וויכטיגע צוועקן.

די געזונטהייט באאמטע זאגן אז עס זענען צוגעקומען אין די לעצטע עטליכע טעג צענדליגער פרישע קעיסעס קאנצענטרירט אין עטליכע טיילן פונעם ראיאן, און די זארג איז בעיקר וויבאלד מען רעדט פון א גאר שטארקע סטרעין וועלכע פארשפּרייט זיך אויף א גרינגן פארנעם פון איין מענטש צום אנדערן.
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג יוני 20, 2021 10:01 am

סיום מסכת יבמות במסגרת חבורת יסודי התורה בשילוב הילולת גאב"ד מלבוירן הגה"צ רבי אברהם צבי הלוי בעק זצ"ל. בילדער קרעדיט jdn

סיום-מסכת-מלבורן-אוסטרליה-1-750x500.jpg
סיום-מסכת-מלבורן-אוסטרליה-1-750x500.jpg (150.52 KiB) געזעהן 897 מאל
סיום-מסכת-מלבורן-אוסטרליה-2-750x500.jpg
סיום-מסכת-מלבורן-אוסטרליה-2-750x500.jpg (134.87 KiB) געזעהן 897 מאל
סיום-מסכת-מלבורן-אוסטרליה-3-750x500.jpg
סיום-מסכת-מלבורן-אוסטרליה-3-750x500.jpg (81.45 KiB) געזעהן 897 מאל
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג יוני 20, 2021 10:01 am

סיום-מסכת-מלבורן-אוסטרליה-4-750x500.jpg
סיום-מסכת-מלבורן-אוסטרליה-4-750x500.jpg (146.96 KiB) געזעהן 897 מאל
סיום-מסכת-מלבורן-אוסטרליה-5.jpg
סיום-מסכת-מלבורן-אוסטרליה-5.jpg (352.42 KiB) געזעהן 897 מאל
סיום-מסכת-מלבורן-אוסטרליה-6-750x500.jpg
סיום-מסכת-מלבורן-אוסטרליה-6-750x500.jpg (101.66 KiB) געזעהן 897 מאל
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג יוני 20, 2021 10:01 am

סיום-מסכת-מלבורן-אוסטרליה-7-750x500.jpg
סיום-מסכת-מלבורן-אוסטרליה-7-750x500.jpg (138.08 KiB) געזעהן 896 מאל
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך זאג א גוטס » מאנטאג יולי 05, 2021 11:40 am

קיקיון האט געשריבן:כ'האב באקומען משלוח מנות א פלעשעל אוסטראלישע וויין מיט דעם הכשר פון הרב משה דוד גוטניק וועד הכשרות סידני
אין די רשימה פון מועצת הרבנים דשיקגו הייסט עס The Kashrut Authority of Australia and NZ

עס האט דא אימיצער א קשר מיט א מעלבורנער וואס קעו געוואיר ווערען וואס רבני ק"ק עדת ישרא' האלטען פון הרב גוטניק?
שמו האט געשריבן: איך מיין אז נאכן ליינען די תגובות דא, קען איך מער ווייניגער אפשאצן יעדער ניק וואס ער איז, צו ער איז אן ערנסטער, און האט ליב דאס ר"ה דאווענען מיט א געשמאק, צו ער ווערט נערווירט, און ער דארף א סליחות מיט קומזיץ, והבן הדבר.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 14579
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מעלבוירן אוסטראליע

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 05, 2021 11:55 am

קעפל: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

קיקיון האט געשריבן:
אני הצעיר א יאר צוריק האט געשריבן:כ'האב באקומען משלוח מנותא פלעשעל אוסטראלישע וויין מיט דעם הכשר פון הרב משה דוד גוטניק וועד הכשרות סידני
אין די רשימה פון מועצת הרבנים דשיקגו הייסט עס The Kashrut Authority of Australia and NZ

עס האט דא אימיצער א קשר מיט א מעלבורנער וואס קעו געוואיר ווערען וואס רבני ק"ק עדת ישרא' האלטען פון הרב גוטניק?

עס ליגט נאך אלץ אין מיין שאפע און עס וואלט מיר צוניץ געקומען דעם ש"ק און נישט געדארפט מאכען קידוש אויף דשזוס
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל



צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], PetalBot און 6 געסט