נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6855
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » פרייטאג מארטש 22, 2019 12:54 pm

סקומט אריין די נייעס אזקומענדיגע וואך גייען 3 חרידישע אידן באפרייט ווערן פון די אוטיסוויל תפיסה,
און ווי עס הייסט גייען זיי קומענדיגע וואך בעזר השם זיין אינדערהיים.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3799
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג מארטש 22, 2019 1:10 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:וואס איז די משוגעת אז סנעמט אזוי לאנג צי ענטפערען?
שטעל דיר פאר איך קאל א דיין פרעגען א שאלה און ער זאגט וועסט באקומען תשובה אין 5 חדשים ארום.

די זשאזש הערט אלע ארגיומעמטס און דערנאך דארף ער צייט עס דורכצוטון

פעמים להיפך
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 8:44 am

תגובהדורך פעמים להיפך » פרייטאג מארטש 22, 2019 2:12 pm

moishy56 האט געשריבן:סקומט אריין די נייעס אזקומענדיגע וואך גייען 3 חרידישע אידן באפרייט ווערן פון די אוטיסוויל תפיסה,
און ווי עס הייסט גייען זיי קומענדיגע וואך בעזר השם זיין אינדערהיים.


ווער זענען די גליקליכע אידישע קינדער?

יצחק ברוך
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

תגובהדורך יצחק ברוך » פרייטאג מארטש 22, 2019 2:35 pm

מאך א ברכה האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:וואס איז די משוגעת אז סנעמט אזוי לאנג צי ענטפערען?
שטעל דיר פאר איך קאל א דיין פרעגען א שאלה און ער זאגט וועסט באקומען תשובה אין 5 חדשים ארום.

ווי א פסק ביי א דין תורה.

די סיבה פארוואס עס נעמט אזוי לאנג ביי א פסק בית דין איז נאר וועגן עס איז געווענליך א זבל''א וזבל''א וכו', אבער אויב מ'גייט זיך געהעריג מתדיין זיין ביי א דיין ווי עס גייט צו אין אר''י (און אביסל דא אויך) גיט עס אסאך שנעלער
Wall clocks
הערליכע וואנט זייגערס פאר מתנות און דאס גלייכן

אוועטאר
בינען זאפט
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 02, 2019 4:51 pm

תגובהדורך בינען זאפט » פרייטאג מארטש 22, 2019 5:10 pm

נעמען?

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6855
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מוצ"ש מארטש 23, 2019 7:12 pm

שלושה חרדים ''יצחק גרוסמן [Five Towns], דניאל סוויט, וגרגורי שניידר'' יצאו אי״ה בקרוב ממאסר לחירות בארצות הברית לפני מועד השחרור המקורי וזאת, אודות לחוק החדש שעבר בקונגרס ובסנאט, אותו הגה והביא לעולם לאחר מאמץ רב העסקן משה מורגרטן מחסידות סקווירא, כך נודע ל'בחדרי חרדים'.

שלושת המשוחררים מצטרפים לחרדי נוסף, משולם יעקבוביץ', ששוחרר לפני תקופה קצרה, בעקבות החוק החדש.

הסיפור עם גרגורי שניידר הוא מיוחד במינו.
על פי מה סופר ל'בחדרי חרדים', שניידר חזר בתשובה בכלא, שאליו נכנס לפני מספר שנים, שם הכיר יהודים חרדים שגרמו לו להתחזק ביהדות עד שחזר בתשובה, אך לצערו גילה שהוא לא עבר ברית מילה. עסקנים חרדים נכנסו לעובי הקורה, ובגיל 62 עבר ברית את טקס המילה בין כותלי הכלא. כאמור, בסוף השבוע האחרון, הוא זכה לצאת לחיים חדשים, עם התחלה חדשה בחיי החופש כיהודי חרדי כדת וכדין.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג מארטש 26, 2019 1:05 pm

ר' שאול קליין האט א פראגראם אויף קול מבשר, ס'הייסט 'חצי שיעור'.
דארט רעדט ער ארום די וואך איבער זיין לעצטיגע וואלונטירשאפט אויפצוקלערן די מענטשהייט איבער די שרעקליכע, שוידערליכע, אוממענטשליכע, בארבארישע אינסטוטוציע וואס ווערט אנגערופן BOP. במיוחד איבער די שרעקליכע ליידן פון הרה''ח ר' מרדכי יצחק בן פיגא יהודית, השם יצילו בקרוב ממש.
ער ברענגט ארויס מיט פארשידענע לעצטיגע אנעקדאטן די בארבאריזם פון די טורמע וועכטער, וואס זענען בארבארן פונקט אזויווי אין מיטלאלטער עפאכע.
אלץ ביישפיל: אינעם געזעץ בוך פון העפטלינגען אין די US לאגערן, שטייט געשריבן אז האבן א סעלפאון אין טורמע איז פונקט אזוי ארג ווי הארגענען א מענטש!
יא יא, נאר בארבארן, נאר סאדיסטן, נאר מענטשן פרעסער, וואס ווילן אונטערדרוקן און צונעמען די לעצטע מאס 'מענטשהייט' פון די העפטלינגען אונטער זיי, נאר זיי קענען אזוי זאגן, ווייל טאמער דו האסט א סעלפאון ביסטו נאך 'עפעס ווערט', און די בארבארן ארבעטן -בכונה תחלה - 'פסיכלאגיש צו דערנידערן און חרוב מאכן דעם גאנצן מענטשן'ס וועזן, ער זאל שפירן ווי א בהמה'.
דאס פיין פון אזא סארט פסכיאלגישע אונטערדיקונג איז אין לשער ולתאר, עס גלייבט זיך נישט, מען האלט אין אזא ציליוויזירטע וועלט און אזאנע שוידערליכע, נאכאמאל - 'שוידערליכע' פייניגונגען קומען פאר אין די יונייטעד סטעיטס פריזאנס.
(דער פראבלעם אין אמעריקא איז צווייפאכיג, סיי די פריזאנס זענען אויפן מיטלאלטער עפאכט, און סיי דער ''יוסטיץ'' דעפארטמענט האט זיך נישט וואס צו שעמען פון די מיטלארטערישע מעטאדן, זיי זענען גארנישט בעסער, אין אנדערע לענדער איבער די וועלט לאכט מען פון דאס צוריקגעשטאנענשאפט אין די אמעריקאנער יוסטיץ און פריזאן סיסטעמען, אבער די העפטלינגען אין אמעריקא וויינען).

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג מארטש 26, 2019 1:08 pm

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:די משפחה טענה'ט אז די צודרייטע איבערגעטריבענע שטראף ערווארטונג פון 35! יאר טורמע פאר אזא מינדערוויכטיגע קריים ווי ס'איז נישטא קיין אפיציעלע וויקטים האט אים געטריבן צו זעלבסטמארד.

אוי באשעפער, אולי איז שוין געקומען דער טאג וואס דער אמעריקאנער פאלק וועט קומען צום שכל עטוואס, איך קוק מיך צו יארן ווי די קעלבעלעך לאזן זיך ווי שעף צו די שחיטה, און קען נישט פארשטיין פארוואס פאסירט נישט קיין רעוואלוציע??

איז נארמאל אז איינער וואס וויל מאכן אפאר טאלער פאר א סענאט בענקל זאל שמאכטן 14 יאר תפיסה?
איז נארמאל וכו' די ליסט איז לענגער ווי וואטעווער.

מילא די פאליטישענס שאקלן זיך אפ ווי ס'מיינט נישט זיי, קיינער וויל זיך דאך אוודאי נישט אידענטיפיצירן מיט א קרימינאל חלילה..

אבער יעדער האט דאך משפחה גוטע פריינט וכדומה פארוואס לאזט מען צו אזא מין לעבעדיגע רציחה?

לאמיר האפן אז מיט די נייע סאציאלע וועלט ווי די מאסן המוניים האבן גרעסערע כוחות ווי סיי ווען זאל דערהערט ווערן דאס וויי געשריי, אזוי וועלן מיר אידן אויך בעקיפין געהאלפן ווערן בכל צרה שלא תבוא אמן.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך מארטש 27, 2019 3:39 pm

טוב ליהודים האט געשריבן:ער ארבעט פאר די 'עמי מאגאזין' ווער עס ווייסט האבן זיי אן אגענדע.. זיי זענען דיי איינציגסטע פאבליקאציע וואס האט געמאכט א שווייג פון די גאנצע געזעץ איצטע ווען די געזעץ איז אריבער...
אזויפיל יא א וואך 2 בעפאר האבן זיי געשריבן אז עס גייט לכאורה 'נישט' אריבער גיין.

ווי אויך האבן זיי פאר האלבע יאר צוריק באשריבן עפעס א פר. אז ער גאר שטייט אונטער די געזעץ, דאס איז געקומען נאכדעם וואס ר' משה האט אפגעזאגט אן אינטרוויא מיט זיי: באטאנדיג אז לטובת הענין איז איצטע 'שתיקה יפה'..
אבער סדא וואס לערנן אנדערש פשט אין די משנה לא מצאתי לגוף טוב מן השתיקה... און שוין.

"די צייטונג'' האט בשעתו פראמינענט באריכטעט איבער דעם ביל. אבער זענען פארזיכטיגע געווען נישט צו שרייבן אז דאס האט מיט די אידעלעך, א מוסטער פון עסקנים פון עלטערן דור וואס האבן נישט צופיל באריכטעט איבער די 'אידישע טעמע' אויס מורא פון נישט גוטע פאלגן.
משה מארגארעטן קען צוגעשריבן ווערן צו די ליסטע פון עלטערע עסקנים, טראץ זיין יונגען עלטער פירט ער זיך אבער אויפן אלטן אויסגעטרעטענעם דרך, און זוכט זיך צו באהאלטן ווי אימער.

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » מיטוואך מארטש 27, 2019 3:46 pm

אז דו קענסט זיין טאטע פארשטייט זיך עס אליינס
זיין טאטע איז א עסקן יחיד במינו
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך מארטש 27, 2019 4:08 pm

אין יאר 1787, זענען זיך צוזאמגעקומען א גרופע וואס האבן זיך גערופן "די פילאדעלפיע סאסיעטי פאר פארגרינגערן די פראבלעמען אין פובליק טורמע'ס''. דער גאסטגעבער איז געווען דער אלעמען באקאנטער 'בענזשימין פרענקלין'. די גרופע האבן געזוכט צו גרינגער מאכן די דאמאלטסדיגע וועג פון שטראף, וואס איז באשטאנען פון אוממענטשליכע 'פיזישע שטראף'. די גרופע האט אויפגעליינט א מעמאראנדום וואס רופט צו גרינדן 'הייזער פון חרטה', ווי מען זאל נוצן אן אלטערנעטיוו שטראף. מען האט אויסגעקליבן 'סאליטערי' אלץ ערזאץ שטראף.
נאכדעם וואס מען האט אנגעהויבן נוצן דעם אלטערנעטיוו, האט זיך ארויסגעשטעלט א שלעכט בילד, די ארעסטאנטן האבן זייער געליטן פון די 'עלנדשאפט', נאכדעם וואס מען האט זיי אריינגעלייגט אין אפגעטיילטע צימערן ווי זיי זאלן זיך געפונען, מיט בלויז פענסטער'ס, קליינע עקסטערע הויפן פאר עקסערסייז, און זיי זאלן שטודירן די בייבל. למעשה איז דער מהלך געווען א דורכפאל, צוליב וואס די עלנדשאפט האט שרעקליך אויסגעקלאפט אויף די ארעסטאנטן, מיט שלעכטע נאכפאלגן ווען זיי האבן זיך נישט געקענט איינגלידערן צוריק אין די געזעלשאפט.

***
אינטערסאנט איז, אז היינט ווערט נאך דער בארבארישער מיטל גענוצט גאנץ אפט אין טורמע, ווען די גוסטע פון די בארבארישע וועכטער ווערט גענויגט צו פראקטיצירן אזא מיטל אויף סיי וואס א ארעסטאנט וואס האט דעם ביטערן גורל אריינצופאלן אי זייערע הענט.
ווען איך שרייב היינט, מיין איך 2019 למספרם.
לויט די תורה, איז נישט דא אזא זאך ווי טורמע שטראף, און זיכער ניט אזא שוידערליך פייניגונג ווי 'סאליטארי קאנפיינמענט'.
*
דער דעת הקהל אין די פאראייניגטע שטאטן ערוועקט זיך מיט א ווינט אפצונויגן פון אט די שרעקליכע טורמע סיסטעמען וואס זענען אצינד אין קראפט. איך ערלויב זיך דא צו פארגלייכן דעם מאמענטום צו די שטורמען וואס האבן געטוישט אין אמעריקא אין באצוג צו שקלאפעריי און פרויען רעכטן, אויך דאן זענען געווען גרופעס מענטשן וואס זענען געפייניגט געווארן אויף א שוידערליכן אופן, אויך דאן האט מען אסאך רעוואלטירט ווילאנג דאס איז געווארן אויסגעריסן משורשה.
דער חילוק איז נאר, אז דער ארעסטאנט האט נישט די פריוויליגע צו שרייען. מען שטאפט אים צו דאס מויל, ער ווערט פארשווינדן אין דעם טורמע סיסטעם, און ער קען נישט שטורמען. ער מוז זיך פארלאזן אויף גוטהארציגע דרויסענדיגע מענטשן וואס זאלן פרובירן צו דערהערן זיין געשריי, און אליין אויפהייבן א גערודער איבער דעם עולה וואס ווערט באגאנגען - אצינד בשעת מיר זיצן און עסן פיצא, אדער וואס אימער ס'שמעקט אונז - און האפענטליך וועט דער שריי געהערט ווערן טיף אינעווייניג אין קעפיטאל היל אין דיסטריקט אוו קאלאמביע, וואשינגטאן די. סי.
אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים.
עס איז ריזיקאליש אין אמעריקא צו פארגלייכן וואס אימער צו מינאריטעטן, ווייל מען ברענגט אראפ זייער ווייטאג. דא, צווישן אונז ברודער אויף די אידישע שפראך, ערלויב איך זיך צו ציען א פאלארעל צו די ליידן פון אלע גרופעס, אולי וועט די געשריי פון די פארפייניגטע, די געוויין פון די פאר'צער'טע, און די געשריי וואס ליגט באהאלטן אין די וואס 'קענען שוין נישט וויינען', אולי וועט דאס געהערט ווערן און איינער וועט זאגן 'גענוג', מיר דארפן אפשטעלן די פיין.
משה מארגארעטן מקום הניחו לו מן השמים אויפצוטאן אויף איינע פון די גרעסטע - אויב נישט די גרעסטע -מצוה און חיוב אין אונזער הייליגע תורה. און ער איז נישט פארטיג, ער גייט ווייטער און ווייטער, צו רעפארמירן דעם פריזאן סיסטעם, דעם יוסטיץ סיסטעם, און אלע איבלען וואס נעמען ארום די 'ביראקראטישע/בארבארישע סיסטעמען'.
און ניין, איך האב נישט מגזם געווען.


אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 12:21 pm

ווער שטייט אונטערדעם וועבזייטל?
אויך די היימישע עסקנים?

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 3:31 pm

פרעזידענט טראמפ וועט קומענדיגן מאנטאג אנפירן מיט א צערעמאניע אפצוצייכענען די סוקסעס פון קרימינאלע יוסטיץ רעפארם ביל וואו עס וועלן אנטייל נעמען עטליכע 100 געזעצגעבער אדוואקאטן און אקטיוויסטן
אויך וועלן זיין אנוועזנד באפרייטע פון טורמע

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 9:29 pm

גייען זיך די היימישע עסקנים מיט הרב מארגערעטן אויך באטייליגן?

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג מארטש 29, 2019 10:42 am

אהער און אהין האט געשריבן:ר' שאול קליין האט א פראגראם אויף קול מבשר, ס'הייסט 'חצי שיעור'.
דארט רעדט ער ארום די וואך איבער זיין לעצטיגע וואלונטירשאפט אויפצוקלערן די מענטשהייט איבער די שרעקליכע, שוידערליכע, אוממענטשליכע, בארבארישע אינסטוטוציע וואס ווערט אנגערופן BOP. במיוחד איבער די שרעקליכע ליידן פון הרה''ח ר' מרדכי יצחק בן פיגא יהודית, השם יצילו בקרוב ממש.
ער ברענגט ארויס מיט פארשידענע לעצטיגע אנעקדאטן די בארבאריזם פון די טורמע וועכטער, וואס זענען בארבארן פונקט אזויווי אין מיטלאלטער עפאכע.
אלץ ביישפיל: אינעם געזעץ בוך פון העפטלינגען אין די US לאגערן, שטייט געשריבן אז האבן א סעלפאון אין טורמע איז פונקט אזוי ארג ווי הארגענען א מענטש!
יא יא, נאר בארבארן, נאר סאדיסטן, נאר מענטשן פרעסער, וואס ווילן אונטערדרוקן און צונעמען די לעצטע מאס 'מענטשהייט' פון די העפטלינגען אונטער זיי, נאר זיי קענען אזוי זאגן, ווייל טאמער דו האסט א סעלפאון ביסטו נאך 'עפעס ווערט', און די בארבארן ארבעטן -בכונה תחלה - 'פסיכלאגיש צו דערנידערן און חרוב מאכן דעם גאנצן מענטשן'ס וועזן, ער זאל שפירן ווי א בהמה'.

איך מאך נישט אוועק די שרעקליכע שוועריגקייטן פון נישט האבן א סעלפאון צווישן די איינזאמע טורמע ווענט, אבער די דרשה איבער די סאדיסטישקייט וואס ליכט אונטער דעם איז איין שטיק פערדישקייט. דאס נישטלאזן סעלפאנ'ס אין טורמע קומט וויבאלד קרמינאלן נוצן אויס די סעלפאנס אנצופירן ווייטער מיט זייערע קרימינאלע אקטיוויטעטן, און אסאך האב עס שוין גענוצט אויסצופלאנען וויאזוי צו אנטלויפן מיט דרויסנדיגע הילף. מען לאזט די ארעסטאנטן נוצן טעלעפאנען וועלכע ווערן געמאניטערט.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג מארטש 29, 2019 10:43 am

אהער און אהין האט געשריבן:לויט די תורה, איז נישט דא אזא זאך ווי טורמע שטראף, און זיכער ניט אזא שוידערליך פייניגונג ווי 'סאליטארי קאנפיינמענט'.

עס נעמט נישט אוועק פון די שרעקליכע לאגע אין די אמעריקאנער טורמעס, אבער עפ"י הלכה איז אודאי יא דא אזא זאך ווי טורמע, סיי ווען איינער ווארט אויס זיין פסק, און סיי ביי כונסו לכיפה רח"ל.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » פרייטאג מארטש 29, 2019 11:04 am

אהער און אהין האט געשריבן:אין יאר 1787, זענען זיך צוזאמגעקומען א גרופע וואס האבן זיך גערופן "די פילאדעלפיע סאסיעטי פאר פארגרינגערן די פראבלעמען אין פובליק טורמע'ס''. דער גאסטגעבער איז געווען דער אלעמען באקאנטער 'בענזשימין פרענקלין'. די גרופע האבן געזוכט צו גרינגער מאכן די דאמאלטסדיגע וועג פון שטראף, וואס איז באשטאנען פון אוממענטשליכע 'פיזישע שטראף'. די גרופע האט אויפגעליינט א מעמאראנדום וואס רופט צו גרינדן 'הייזער פון חרטה', ווי מען זאל נוצן אן אלטערנעטיוו שטראף. מען האט אויסגעקליבן 'סאליטערי' אלץ ערזאץ שטראף.
נאכדעם וואס מען האט אנגעהויבן נוצן דעם אלטערנעטיוו, האט זיך ארויסגעשטעלט א שלעכט בילד, די ארעסטאנטן האבן זייער געליטן פון די 'עלנדשאפט', נאכדעם וואס מען האט זיי אריינגעלייגט אין אפגעטיילטע צימערן ווי זיי זאלן זיך געפונען, מיט בלויז פענסטער'ס, קליינע עקסטערע הויפן פאר עקסערסייז, און זיי זאלן שטודירן די בייבל. למעשה איז דער מהלך געווען א דורכפאל, צוליב וואס די עלנדשאפט האט שרעקליך אויסגעקלאפט אויף די ארעסטאנטן, מיט שלעכטע נאכפאלגן ווען זיי האבן זיך נישט געקענט איינגלידערן צוריק אין די געזעלשאפט.

***
אינטערסאנט איז, אז היינט ווערט נאך דער בארבארישער מיטל גענוצט גאנץ אפט אין טורמע, ווען די גוסטע פון די בארבארישע וועכטער ווערט גענויגט צו פראקטיצירן אזא מיטל אויף סיי וואס א ארעסטאנט וואס האט דעם ביטערן גורל אריינצופאלן אי זייערע הענט.
ווען איך שרייב היינט, מיין איך 2019 למספרם.
לויט די תורה, איז נישט דא אזא זאך ווי טורמע שטראף, און זיכער ניט אזא שוידערליך פייניגונג ווי 'סאליטארי קאנפיינמענט'.
*
דער דעת הקהל אין די פאראייניגטע שטאטן ערוועקט זיך מיט א ווינט אפצונויגן פון אט די שרעקליכע טורמע סיסטעמען וואס זענען אצינד אין קראפט. איך ערלויב זיך דא צו פארגלייכן דעם מאמענטום צו די שטורמען וואס האבן געטוישט אין אמעריקא אין באצוג צו שקלאפעריי און פרויען רעכטן, אויך דאן זענען געווען גרופעס מענטשן וואס זענען געפייניגט געווארן אויף א שוידערליכן אופן, אויך דאן האט מען אסאך רעוואלטירט ווילאנג דאס איז געווארן אויסגעריסן משורשה.
דער חילוק איז נאר, אז דער ארעסטאנט האט נישט די פריוויליגע צו שרייען. מען שטאפט אים צו דאס מויל, ער ווערט פארשווינדן אין דעם טורמע סיסטעם, און ער קען נישט שטורמען. ער מוז זיך פארלאזן אויף גוטהארציגע דרויסענדיגע מענטשן וואס זאלן פרובירן צו דערהערן זיין געשריי, און אליין אויפהייבן א גערודער איבער דעם עולה וואס ווערט באגאנגען - אצינד בשעת מיר זיצן און עסן פיצא, אדער וואס אימער ס'שמעקט אונז - און האפענטליך וועט דער שריי געהערט ווערן טיף אינעווייניג אין קעפיטאל היל אין דיסטריקט אוו קאלאמביע, וואשינגטאן די. סי.
אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים.
עס איז ריזיקאליש אין אמעריקא צו פארגלייכן וואס אימער צו מינאריטעטן, ווייל מען ברענגט אראפ זייער ווייטאג. דא, צווישן אונז ברודער אויף די אידישע שפראך, ערלויב איך זיך צו ציען א פאלארעל צו די ליידן פון אלע גרופעס, אולי וועט די געשריי פון די פארפייניגטע, די געוויין פון די פאר'צער'טע, און די געשריי וואס ליגט באהאלטן אין די וואס 'קענען שוין נישט וויינען', אולי וועט דאס געהערט ווערן און איינער וועט זאגן 'גענוג', מיר דארפן אפשטעלן די פיין.
משה מארגארעטן מקום הניחו לו מן השמים אויפצוטאן אויף איינע פון די גרעסטע - אויב נישט די גרעסטע -מצוה און חיוב אין אונזער הייליגע תורה. און ער איז נישט פארטיג, ער גייט ווייטער און ווייטער, צו רעפארמירן דעם פריזאן סיסטעם, דעם יוסטיץ סיסטעם, און אלע איבלען וואס נעמען ארום די 'ביראקראטישע/בארבארישע סיסטעמען'.
און ניין, איך האב נישט מגזם געווען.


די פראבלעם איז בעיקר אז מען האט געמאכט א טשולענט און ווייט קאלער קריים איז פונקט אזוי אדער אמאל מער ווי ווילדע פארברעכער.
דאס קומט ווייל אמעריקעס עבודה זרה איז געלט און אויב איינער טשעפעט די עבודה זרה איז ערגער ווי הרגענען...

און די גאנצע וועלט און ע"פ תורה פאר געלט עבירות באקומט מען נישט אזא שווערע שטראף, יעצט ווען איינער באקומט לאמיר זאגן מער פון 7 יאר איז ער שוין נישט עלדזשעבל פאר די קעמפ תפיסה אויטאמאטיש גייט ער מיט שווערע ווילדע פארברעכערס. און אין תפיסה מאכן נישט די וועכטער א חילוק פאר וואסערע עבירה מען זיצט, ס"ה האט די ווייט קאלער ארעסטאנט די זעלבע רולס ווי א סכנהדיגע פארברעכער. די רולס מאכט סענס פאר געוויסע פארברעכער.

דארף מען ארבעטען בעיקר אויף די פעלד צו דעזיגנירן א ווייט קאלער טייפ אויף תפיסות פאר די גאנצע סיסטעם און די דזשאדזש זאל פסקענען אין וואסערע טייפ תפיסה מען דארף איינעם לייגן. אזוי וועט איינער ווי למשל בערני מעדאף (ילו ער איז געווען א געפערליכע פארברעכער אבער נישט קיין ווילדע שטיק) וועט נישט זיצן מיט א סיריעל קיללער.

ווי אויך דארף מען טוישן די סענטננסינג גיידליינס אבער איך מיין דאס איז שווערער, ווייל ליידער איז די המון גענויגט צו געבן גרויסע שטראפן פאר רייכע ביזנעסלייט וואס האבן לאמיר זאגן געטשיט אויף די טעקסעס.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 29, 2019 1:11 pm

די תורה הייסט פארקויפן פאר א עבד עברי א גנב וואס קען נישט באצאלן.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג מארטש 29, 2019 1:15 pm

און פיר אויס, הקונה עבד עברי כקונה אדון לעצמו... מען דארף אים צושטעלן פון שענסטן און בעסטן, טאר נישט ארבעטן שווער אדער בבזיון, וכו׳ וכו׳
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 29, 2019 1:22 pm

אמת, אבער למעשה ווערט ער פארקנעכטעט פאר 6 יאר פאר ווייט קאלער.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

Shuli
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

תגובהדורך Shuli » פרייטאג מארטש 29, 2019 1:33 pm

צל עובר האט געשריבן:אמת, אבער למעשה ווערט ער פארקנעכטעט פאר 6 יאר פאר ווייט קאלער.

נישט אלס א שטראף, נאר פשוט א וועג ווי אזוי צו באצאלן
(און אויב קען ער באצאלן מוז ער נישט ווערן א קנעכט, אדער אויב עס צאלט זיך אויס נאך א וואך גייט ער ארויס)

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג מארטש 29, 2019 1:37 pm

צל עובר האט געשריבן:אמת, אבער למעשה ווערט ער פארקנעכטעט פאר 6 יאר פאר ווייט קאלער.

אויב מען באצאלט מען פארקויפט מען נישט
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג מארטש 31, 2019 7:38 pm

לעיקוואד האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:אין יאר 1787, זענען זיך צוזאמגעקומען א גרופע וואס האבן זיך גערופן "די פילאדעלפיע סאסיעטי פאר פארגרינגערן די פראבלעמען אין פובליק טורמע'ס''. דער גאסטגעבער איז געווען דער אלעמען באקאנטער 'בענזשימין פרענקלין'. די גרופע האבן געזוכט צו גרינגער מאכן די דאמאלטסדיגע וועג פון שטראף, וואס איז באשטאנען פון אוממענטשליכע 'פיזישע שטראף'. די גרופע האט אויפגעליינט א מעמאראנדום וואס רופט צו גרינדן 'הייזער פון חרטה', ווי מען זאל נוצן אן אלטערנעטיוו שטראף. מען האט אויסגעקליבן 'סאליטערי' אלץ ערזאץ שטראף.
נאכדעם וואס מען האט אנגעהויבן נוצן דעם אלטערנעטיוו, האט זיך ארויסגעשטעלט א שלעכט בילד, די ארעסטאנטן האבן זייער געליטן פון די 'עלנדשאפט', נאכדעם וואס מען האט זיי אריינגעלייגט אין אפגעטיילטע צימערן ווי זיי זאלן זיך געפונען, מיט בלויז פענסטער'ס, קליינע עקסטערע הויפן פאר עקסערסייז, און זיי זאלן שטודירן די בייבל. למעשה איז דער מהלך געווען א דורכפאל, צוליב וואס די עלנדשאפט האט שרעקליך אויסגעקלאפט אויף די ארעסטאנטן, מיט שלעכטע נאכפאלגן ווען זיי האבן זיך נישט געקענט איינגלידערן צוריק אין די געזעלשאפט.

***
אינטערסאנט איז, אז היינט ווערט נאך דער בארבארישער מיטל גענוצט גאנץ אפט אין טורמע, ווען די גוסטע פון די בארבארישע וועכטער ווערט גענויגט צו פראקטיצירן אזא מיטל אויף סיי וואס א ארעסטאנט וואס האט דעם ביטערן גורל אריינצופאלן אי זייערע הענט.
ווען איך שרייב היינט, מיין איך 2019 למספרם.
לויט די תורה, איז נישט דא אזא זאך ווי טורמע שטראף, און זיכער ניט אזא שוידערליך פייניגונג ווי 'סאליטארי קאנפיינמענט'.
*
דער דעת הקהל אין די פאראייניגטע שטאטן ערוועקט זיך מיט א ווינט אפצונויגן פון אט די שרעקליכע טורמע סיסטעמען וואס זענען אצינד אין קראפט. איך ערלויב זיך דא צו פארגלייכן דעם מאמענטום צו די שטורמען וואס האבן געטוישט אין אמעריקא אין באצוג צו שקלאפעריי און פרויען רעכטן, אויך דאן זענען געווען גרופעס מענטשן וואס זענען געפייניגט געווארן אויף א שוידערליכן אופן, אויך דאן האט מען אסאך רעוואלטירט ווילאנג דאס איז געווארן אויסגעריסן משורשה.
דער חילוק איז נאר, אז דער ארעסטאנט האט נישט די פריוויליגע צו שרייען. מען שטאפט אים צו דאס מויל, ער ווערט פארשווינדן אין דעם טורמע סיסטעם, און ער קען נישט שטורמען. ער מוז זיך פארלאזן אויף גוטהארציגע דרויסענדיגע מענטשן וואס זאלן פרובירן צו דערהערן זיין געשריי, און אליין אויפהייבן א גערודער איבער דעם עולה וואס ווערט באגאנגען - אצינד בשעת מיר זיצן און עסן פיצא, אדער וואס אימער ס'שמעקט אונז - און האפענטליך וועט דער שריי געהערט ווערן טיף אינעווייניג אין קעפיטאל היל אין דיסטריקט אוו קאלאמביע, וואשינגטאן די. סי.
אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים.
עס איז ריזיקאליש אין אמעריקא צו פארגלייכן וואס אימער צו מינאריטעטן, ווייל מען ברענגט אראפ זייער ווייטאג. דא, צווישן אונז ברודער אויף די אידישע שפראך, ערלויב איך זיך צו ציען א פאלארעל צו די ליידן פון אלע גרופעס, אולי וועט די געשריי פון די פארפייניגטע, די געוויין פון די פאר'צער'טע, און די געשריי וואס ליגט באהאלטן אין די וואס 'קענען שוין נישט וויינען', אולי וועט דאס געהערט ווערן און איינער וועט זאגן 'גענוג', מיר דארפן אפשטעלן די פיין.
משה מארגארעטן מקום הניחו לו מן השמים אויפצוטאן אויף איינע פון די גרעסטע - אויב נישט די גרעסטע -מצוה און חיוב אין אונזער הייליגע תורה. און ער איז נישט פארטיג, ער גייט ווייטער און ווייטער, צו רעפארמירן דעם פריזאן סיסטעם, דעם יוסטיץ סיסטעם, און אלע איבלען וואס נעמען ארום די 'ביראקראטישע/בארבארישע סיסטעמען'.
און ניין, איך האב נישט מגזם געווען.


די פראבלעם איז בעיקר אז מען האט געמאכט א טשולענט און ווייט קאלער קריים איז פונקט אזוי אדער אמאל מער ווי ווילדע פארברעכער.
דאס קומט ווייל אמעריקעס עבודה זרה איז געלט און אויב איינער טשעפעט די עבודה זרה איז ערגער ווי הרגענען...

און די גאנצע וועלט און ע"פ תורה פאר געלט עבירות באקומט מען נישט אזא שווערע שטראף, יעצט ווען איינער באקומט לאמיר זאגן מער פון 7 יאר איז ער שוין נישט עלדזשעבל פאר די קעמפ תפיסה אויטאמאטיש גייט ער מיט שווערע ווילדע פארברעכערס. און אין תפיסה מאכן נישט די וועכטער א חילוק פאר וואסערע עבירה מען זיצט, ס"ה האט די ווייט קאלער ארעסטאנט די זעלבע רולס ווי א סכנהדיגע פארברעכער. די רולס מאכט סענס פאר געוויסע פארברעכער.

דארף מען ארבעטען בעיקר אויף די פעלד צו דעזיגנירן א ווייט קאלער טייפ אויף תפיסות פאר די גאנצע סיסטעם און די דזשאדזש זאל פסקענען אין וואסערע טייפ תפיסה מען דארף איינעם לייגן. אזוי וועט איינער ווי למשל בערני מעדאף (ילו ער איז געווען א געפערליכע פארברעכער אבער נישט קיין ווילדע שטיק) וועט נישט זיצן מיט א סיריעל קיללער.

ווי אויך דארף מען טוישן די סענטננסינג גיידליינס אבער איך מיין דאס איז שווערער, ווייל ליידער איז די המון גענויגט צו געבן גרויסע שטראפן פאר רייכע ביזנעסלייט וואס האבן לאמיר זאגן געטשיט אויף די טעקסעס.

לעיקוואד, אמת ויציב יעדע'ס ווארט, און די ווינטער פון די ביוראקראטישע בערן איז זייער א לאנגע, און זייער שלאף זייער זייער א טיפע.
ווען וועלן זיך די אויערן עפענען, צו הערן די געשריי פון די פארפייניגטע?

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג מארטש 31, 2019 11:27 pm

אפשר אויב איינער וועט שיקן א פיקטשור אויף טוויטער פון א תפיסה געסלייסט ווי א בייגל וועט זיך די אמעריקאנע פאלק אויפוועקן צום ברוטאלן ריאליטעט..
אדער אפשר זאל מען אנהייבן ניצן מער פלעסטיג בעגס אין תפיסה וועלן די שטאטישע טאטעס זיך נעמען עפעס טוהן דערוועגן...

#קאקא_דעלאקא


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], יאנקעלע און 30 געסט