ען.וויי.יו. שטעלט אפ די אקטיוויטעטן פון "פרויען ביקור חולים ד'סאטמאר".

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איינפאכער איד האט געשריבן:שמעו נא רבותי, אחים אהובים וידידים.
איך האב ב"ה געהאט א קינד אין NYU מער ווי 10 יאר צוריק, און דאן האט טאקע געהייסן אז דאס איז זייער א גוטער שפיטאל.
ביז לעצטנס האב איך נישט געהערט פון קיינעם איבער א טויש אין דעם סטאטוס פון שפיטאל - אינעם בליק פונעם היימישן צבור - וואס האט באדייט אז זיין זענען לכאורה נאך אלץ פון די גוטע שפיטעלער, אבער פונקט פאריגע וואך האב איך געהערט פון די משפחה פון א חשוב'ן איד ז"ל וואס איז דארט נפטר געווארן, אז די שפיטאל האט אים ממש גע'הרג'עט!
און נאך א לענגערן שמועס מיט איינעם פון די משפחה מיטגלידער האבן זיי איבערגעגעבן א קלארען - ליידער גאר שרעקליכן - בילד: נעמליך, אז די NYU שפיטאל איז איינס פון די ערגסטע שפיטעלער אין ניו יארק ווען עס קומט אין באטראכט די ווערד פון א מענטשליך לעבן, זיי האבן אזעלכע הארצלאזע פאליסיס איבער נישט געבן קיין שאנס צום לעבן פאר איינעם וואס איז שוין סייווי ביטער קראנק רח"ל, און לעצטנס הערט מען דארט האר- אויפשטעלענדע פאקטן וויאזוי איינער פון די הויפט דאקטוירים דארט - ליידער א איד אן אנטיסעמיט - איז ידו במעל הזה און ער פארנאכלעסיגט בזדון ובפשע אין די לעבנס פון פילע קראנקע!
רבותי, זייט געווארנט און בלייבט געזונט און שטארק! און אויב שוין יא א שפיטאל דאן מיידט אויס NYU פאר יעדן פרייז!

אקוראט דאס מיט געלעבט לעצטענס אין א אנדערע שפיטאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

SPUSMN האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:איך ווייס נישט. דער ערשטע זאך איז ענק צו אינפארמירען. און כ'זעה נישט קיין אנדערע ברירה ווי מיר זאלען דארפען אליין עפענען נייע שפיטעלער.

וויפיל נאך שפיטעלער וועלן די אידן דארפן עפענען ?
מיר האבן שוין געעפענט בית ישראל - מאוינט סיני - מאנטפירי און לאנג איילענד זשויס האספיטאל און דאכט זיך אויך מימאנעדיס. (נישט זיכער)
פארשטייסט אונז לייג מיר אריין שווערע כח עס צו עפענען און אויפבויען און נאכדעם קויפן זיי עס אפ או טוען מיט אונז וואס זיי ווילן...........

מיר אידען האבען אין די לעצטע 400 יאר גע'עפענט אפשר א טויזענט שפיטעלער (אדער מער) אויף דער וועלט מיט אידיש געלט (וועל בל"נ ווידמען א אשכול אין דער פיוטשער אויף דעם).

היינט ליידער זענען רובא דרובא פון זיי אידיש אין "נעים אנלי".

יא יא אוודאי ווייס מיר.
ס'איז נאר אינטערסאנט וואס די גוי טראכט ווען ער וואקט ארין אין מאוינט סיני און ער זעהט די 2 ריזיגע סימבאלס מיט גרויסע אידישע ווערטער בית החולים מאוינט סיני. וואס ער טראכט דעמאלס ?
(יא יא די אידן פירן אפילו אויך אן די שפיטעלער.... (נישט נאר די וועטער און די פאליטיק און די בענק....)
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אלעס וואס דו רעדסט פון אלטע און קראנקע האט צוטון מיט די וועג וויאזוי מעדיקיעיד און מעדיקעיר האבן אויסגעשטעלט דעם סיסטעם זייט אבאמאקעיר,
דאס ווערט אויך נאכגעפאלגט דורך אינשורענס
א שפיטאל באקומט באצאלט לויט ווי שנעל זיי זעען דעם פאציענט ארויס, געזונט אדער צו פעליעטיוו (האספייס) ווי בעסער דו קענסט מאכן ליידיג דעם בעט אלץ מער געלט מאכסטו.
און מיר האבן געלאכט ווען מרס. פעילין האט גערעדט פון דעטה פענעלס......
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

SPUSMN האט געשריבן:
For the safety and privacy of our patients, we have limited outside volunteers, vendors, delivery people and other non-visitors and staff from going directly onto patient floors, and into patient rooms. If any family cannot visit the Bikur Cholim room, our volunteers deliver food directly to them consistent with their medical condition. Most of the community and outside organizations understand and agree with this policy, but a few volunteers want unsupervised access to patient floors and rooms and have tried to distort the truth.


די וואס שטיפען palliative care, זיי עגריען מיט זייער פאליסיס; אבער די וואלונטיר ארגאניזאציעס זענען דא צו צושטערען דער אמת, זאגען זיי!

אזא מין חוצפה איז נאך נישט געהערט געווארען ווען די מערדערערס באשולדיגען די נשים צדקניות וואס שלעפען זיך צו אלע שפיטעלער צו לינדערען און העלפען אנדערע אידען.

אוודאי ווילען זיי נישט קיין וואליטירען זיך דרייען דארט; וויל זיי זעהען די הריגות און שווייגען נישט. זיי פרעגען קשיות: פארוואס גיבט מען נישט יענעם אינטערווינעס? פארוואס גיבט מעון יענעם נישט צו עסען? פארוואס איז יענער פארדאובט 24 שעה? פארוואס איז יענער געפעמפערט ווען מען קען נעמען יענעם צום בית הכסא? און דער ליסטע איז זייער גרויס ליידער וואס זיי טוהן מיט די פאציענטען.

אזא הפקירות איז נאך קיינמאל נישט געווען; און יעצט ווילען זיי אונז נישט לאזען עס מער זעהן.

הרב SPUSMN [כ'קען דאס נישט שרייבן אויף אידיש...] דו ווייסט נישט ווי גוט דו זאגסט, אמת ויציב יעדעס ווארט!!!
Don't worry
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Don't worry »

ביי די דעפארטמענט פון האבן קינדער זענען זיי זייער נייס. ביי די אנדערע דיפארטמענט איז נישט אזוי. פארוואס ווייס איך נישט. א קורצע צייט צירוק בין איך געגאנגען וויזיטן א יולדות. נאכדעם בין איך געגאנגען וויזיטן א חולה. עס האט געפילט וואו איך בין ארויס פון א האטעל צו א תפיסה.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

מען דארף נאך א קלויזענבורגער רב ז"ל פאר אן אמעריקאנער לאניאדו שפיטאל.
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

lebediger berel האט געשריבן:אלעס וואס דו רעדסט פון אלטע און קראנקע האט צוטון מיט די וועג וויאזוי מעדיקיעיד און מעדיקעיר האבן אויסגעשטעלט דעם סיסטעם זייט אבאמאקעיר,
דאס ווערט אויך נאכגעפאלגט דורך אינשורענס
א שפיטאל באקומט באצאלט לויט ווי שנעל זיי זעען דעם פאציענט ארויס, געזונט אדער צו פעליעטיוו (האספייס) ווי בעסער דו קענסט מאכן ליידיג דעם בעט אלץ מער געלט מאכסטו.
און מיר האבן געלאכט ווען מרס. פעילין האט גערעדט פון דעטה פענעלס......


איך האב געהאט א פאל מיט א יונגן מענטש, בכלל נישט קיין אלטע!
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

שרייטס נישט אויף מיר, אבער נאך איינער זעהט אין די ביקור חולים סטעיטמענט אביסל פערזענליכע איבערגעטריבינע האס?
אזוי אויך די סטעיטמענט פון זיי אויף ביקור חולים, עס איז עפעס זייער נישט פראפעשינעל.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

מיינע עקספירינס וויילענדיג מיט א חולה איבער צוויי חדשים און אויף שמחות:
פריינטליכקייט נישט צופיל
פראפעשענאל זייער שטארק
סעקיוריטי מער ווי אין מאונט סיני, לאו דוקא אקעגן ביקור חולים
קיינמאל באגעגענט פארנעכלעסיגקייט אין זייער ארבעט
אייביג געווען גרייט צו ענטפערן מיינע שאלות
הרב ראזמאן קען זיין באקומט באצאלט אבער זיין אידיש הארץ פלאקערט און כהאב שוין כמה פעמים מיטגעהאלטן ווי ער האט איבער געצויגן די שטריקל פאר א איד
געהאט עטליכע פעלער ווי א שפיטאל איינגעשטעלטע איז ארויס פון וועג און ערלעדיגט צוליב רעגליעזע געברויכן
א סטעיט אף די ארט ביקור חולים רום
אבער פארט הא איד נישט וואס צו זוכן דארטן. א איד באלאנגט אין שטוב איר אין סמדרש, נאר אויף שמחות
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעבאשנוט »

אידיש.טייפינג האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
Statement from NYU

Statement:

“NYU Langone Health and NYU Langone Hospital-Brooklyn have robust and well stocked Bikur Cholim rooms, and we are in the process of building another one at our Orthopedic Hospital. In addition, these hospitals have a 24/7 clinical liaison program, a pastoral care program, and wide availability of kosher food through the kitchen and cafeteria. We always have and will continue to address the cultural and religious needs of the communities we serve. For the safety and privacy of our patients, we have limited outside volunteers, vendors, delivery people and other non-visitors and staff from going directly onto patient floors, and into patient rooms. If any family cannot visit the Bikur Cholim room, our volunteers deliver food directly to them consistent with their medical condition. Most of the community and outside organizations understand and agree with this policy, but a few volunteers want unsupervised access to patient floors and rooms and have tried to distort the truth. We will continue to serve the community with respect, privacy, and most importantly the highest quality medical care.”


פון וואו קומט די סטעיטמענט?



גוגל ברענגט נישט צוריק קיין רעזולטאטן חוץ אייוועלט, איך האב מורא אז דער ריליעס איז אזוי אמת ווי דער ארטיקל
יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאלע »

קרייסלער האט געשריבן:מיינע עקספירינס וויילענדיג מיט א חולה איבער צוויי חדשים און אויף שמחות:
פריינטליכקייט נישט צופיל
פראפעשענאל זייער שטארק
סעקיוריטי מער ווי אין מאונט סיני, לאו דוקא אקעגן ביקור חולים
קיינמאל באגעגענט פארנעכלעסיגקייט אין זייער ארבעט
אייביג געווען גרייט צו ענטפערן מיינע שאלות
הרב ראזמאן קען זיין באקומט באצאלט אבער זיין אידיש הארץ פלאקערט און כהאב שוין כמה פעמים מיטגעהאלטן ווי ער האט איבער געצויגן די שטריקל פאר א איד
געהאט עטליכע פעלער ווי א שפיטאל איינגעשטעלטע איז ארויס פון וועג און ערלעדיגט צוליב רעגליעזע געברויכן
א סטעיט אף די ארט ביקור חולים רום
אבער פארט הא איד נישט וואס צו זוכן דארטן. א איד באלאנגט אין שטוב איר אין סמדרש, נאר אויף שמחות

שקר וכזב כמעט יעדע'ס איינציג ווארט, אבער איך קען נישט מסביר'ן מטעמים מובנים.
בעיקר איבער די ביקור חולים רום, הלזאת אתה קורא סטעיט אוו די ארט ?? נעבעך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

SPUSMN האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:איך ווייס נישט. דער ערשטע זאך איז ענק צו אינפארמירען. און כ'זעה נישט קיין אנדערע ברירה ווי מיר זאלען דארפען אליין עפענען נייע שפיטעלער.

וויפיל נאך שפיטעלער וועלן די אידן דארפן עפענען ?
מיר האבן שוין געעפענט בית ישראל - מאוינט סיני - מאנטפירי און לאנג איילענד זשויס האספיטאל און דאכט זיך אויך מימאנעדיס. (נישט זיכער)
פארשטייסט אונז לייג מיר אריין שווערע כח עס צו עפענען און אויפבויען און נאכדעם קויפן זיי עס אפ או טוען מיט אונז וואס זיי ווילן...........

מיר אידען האבען אין די לעצטע 400 יאר גע'עפענט אפשר א טויזענט שפיטעלער (אדער מער) אויף דער וועלט מיט אידיש געלט (וועל בל"נ ווידמען א אשכול אין דער פיוטשער אויף דעם).

היינט ליידער זענען רובא דרובא פון זיי אידיש אין "נעים אנלי".

די שפיטעלער זענען אנגעקומען בערך דארט וואו די אייניקלעך פון די מייסדים זיינען נעבעך אנגעקומען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

מאך א ברכה האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/oidqhossra03dxi/%D7%90%D7%99%D7%93%D7%99%D7%A9%D7%A2%20%D7%9E%D7%99%D7%93%D7%99%D7%90%20%2826%29.mp4?dl=0

שרעקעדיג !!!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אידיש.טייפינג האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:אלעס וואס דו רעדסט פון אלטע און קראנקע האט צוטון מיט די וועג וויאזוי מעדיקיעיד און מעדיקעיר האבן אויסגעשטעלט דעם סיסטעם זייט אבאמאקעיר,
דאס ווערט אויך נאכגעפאלגט דורך אינשורענס
א שפיטאל באקומט באצאלט לויט ווי שנעל זיי זעען דעם פאציענט ארויס, געזונט אדער צו פעליעטיוו (האספייס) ווי בעסער דו קענסט מאכן ליידיג דעם בעט אלץ מער געלט מאכסטו.
און מיר האבן געלאכט ווען מרס. פעילין האט גערעדט פון דעטה פענעלס......


איך האב געהאט א פאל מיט א יונגן מענטש, בכלל נישט קיין אלטע!

אלטע און קראנקע האב איך געשריבן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
Efroiach
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Efroiach »

lebediger berel האט געשריבן:
אידיש.טייפינג האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:אלעס וואס דו רעדסט פון אלטע און קראנקע האט צוטון מיט די וועג וויאזוי מעדיקיעיד און מעדיקעיר האבן אויסגעשטעלט דעם סיסטעם זייט אבאמאקעיר,
דאס ווערט אויך נאכגעפאלגט דורך אינשורענס
א שפיטאל באקומט באצאלט לויט ווי שנעל זיי זעען דעם פאציענט ארויס, געזונט אדער צו פעליעטיוו (האספייס) ווי בעסער דו קענסט מאכן ליידיג דעם בעט אלץ מער געלט מאכסטו.
און מיר האבן געלאכט ווען מרס. פעילין האט גערעדט פון דעטה פענעלס......


איך האב געהאט א פאל מיט א יונגן מענטש, בכלל נישט קיין אלטע!

אלטע און קראנקע האב איך געשריבן

ו' להוסיף או ו' לחלק?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

לחלק
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

lebediger berel האט געשריבן:
אידיש.טייפינג האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:אלעס וואס דו רעדסט פון אלטע און קראנקע האט צוטון מיט די וועג וויאזוי מעדיקיעיד און מעדיקעיר האבן אויסגעשטעלט דעם סיסטעם זייט אבאמאקעיר,
דאס ווערט אויך נאכגעפאלגט דורך אינשורענס
א שפיטאל באקומט באצאלט לויט ווי שנעל זיי זעען דעם פאציענט ארויס, געזונט אדער צו פעליעטיוו (האספייס) ווי בעסער דו קענסט מאכן ליידיג דעם בעט אלץ מער געלט מאכסטו.
און מיר האבן געלאכט ווען מרס. פעילין האט גערעדט פון דעטה פענעלס......


איך האב געהאט א פאל מיט א יונגן מענטש, בכלל נישט קיין אלטע!

אלטע און קראנקע האב איך געשריבן

ען וויי יאָ איז אבער סאך מער ווי אנדערע. פאר א סיבה זיכט נישט הצלה לכתחילה צו שיקן אהין עלטערע חולם אדער א חולה מסוכן, אפילו ס׳איז נאנטער לאקאציע
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

שפיטעלער איז א נושא פאר זיך, מ'איז באמת דן דיני נפשות ווען מ'טראכט צו וועלכע שפיטאל צו גיין - יעדע פאל איז אנדערש, עס געהער בכלל נישט אין די נושא פון ביקור חולים וואלונטירן עס איז פיל ערנסטער פון דעם.
דער עיקר העיקרים איז, אויב דארף מען א שפיטאל ל"ע דארף מען וויסן ווי מען גייט און מען דארף ווי שנעלער זיך פארבינדן מיט עסקנים אזוי ווי מרס. לאנדא וכדו' און אויב הויבט מען אן צו האבן שאלות דארף מען קודם רעדן מיט א רב מומחה פאר מען איז מסכים צו זיי ווייל יעדן טאג ווערט מער די לופט פון די גוי'אישע מהלך אז אויב מאכט מען נישט קיין לעבן צו-וואס דארף מען לעבן בכלל.
לגבי די ענינים איז געווענליך מיימאנידעס די בעסטע, פארשטייט זיך יעדע פאל איז א קעיס פאר זיך און מ'דארף זיך רעכענען מיט אנדערע ענינים אויך.
ס'איז אויך דא עפעס א ארגאניזאציע מטעם די אגודה מ'האט עס שוין ערגעץ געברענגט אין וועלטל דא ספעציעל פאר די ענינים געפירט די חלק ההלכה דורך הרב הערשל אויש ובנו הרב זושא און די חלק הפאליטיק דורך די אגודה
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

באקומען אין אישי
www.chayimaruchim.com/
אז מ'לעבט דערלעבט מען
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

זענען דאקטורים מערדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מען האט שוין אמאל גערעדט וועגען די נושא אין דער אשכול זענען דאקטורים מערדער?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

און אויך אין דער אשכול Palliative care - end of life issues
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

יחזקאלע האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:מיינע עקספירינס וויילענדיג מיט א חולה איבער צוויי חדשים און אויף שמחות:
פריינטליכקייט נישט צופיל
פראפעשענאל זייער שטארק
סעקיוריטי מער ווי אין מאונט סיני, לאו דוקא אקעגן ביקור חולים
קיינמאל באגעגענט פארנעכלעסיגקייט אין זייער ארבעט
אייביג געווען גרייט צו ענטפערן מיינע שאלות
הרב ראזמאן קען זיין באקומט באצאלט אבער זיין אידיש הארץ פלאקערט און כהאב שוין כמה פעמים מיטגעהאלטן ווי ער האט איבער געצויגן די שטריקל פאר א איד
געהאט עטליכע פעלער ווי א שפיטאל איינגעשטעלטע איז ארויס פון וועג און ערלעדיגט צוליב רעגליעזע געברויכן
א סטעיט אף די ארט ביקור חולים רום
אבער פארט הא איד נישט וואס צו זוכן דארטן. א איד באלאנגט אין שטוב איר אין סמדרש, נאר אויף שמחות

שקר וכזב כמעט יעדע'ס איינציג ווארט, אבער איך קען נישט מסביר'ן מטעמים מובנים.
בעיקר איבער די ביקור חולים רום, הלזאת אתה קורא סטעיט אוו די ארט ?? נעבעך.

חזקאלע כטוען נישט קוואטען קיינעם איך זאג נאר מיין עקספיריענס דארטן, סא זאגסטו אז איך זאג פלאך ליגענט? עניוועי כבין נישט באצאלט דורך קיינעם און כהאב געהאט זייער אסאך טובות דורך די סטעף זיי זענען זייער סענסיטיוו צו אידישע געברויכן, בנוגע עלטערע מענטשען אדער לייף סופארט איז א שטארקע פראבלעם גלאבאל אלעס א דאנק אבאמא לאמיר האפן טראמפ וועט עס צוריק דרייען אזוי ווי די איראן דיעל
בנוגע די ביקור חולים שטוב כווייס נישט ווען ביסט לעצט דארטן געווען אבער זיי האבן א נייעם לאקאל דערנעבן פון די קאפעטעריע
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

קרייסלער האט געשריבן:
יחזקאלע האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:מיינע עקספירינס וויילענדיג מיט א חולה איבער צוויי חדשים און אויף שמחות:
פריינטליכקייט נישט צופיל
פראפעשענאל זייער שטארק
סעקיוריטי מער ווי אין מאונט סיני, לאו דוקא אקעגן ביקור חולים
קיינמאל באגעגענט פארנעכלעסיגקייט אין זייער ארבעט
אייביג געווען גרייט צו ענטפערן מיינע שאלות
הרב ראזמאן קען זיין באקומט באצאלט אבער זיין אידיש הארץ פלאקערט און כהאב שוין כמה פעמים מיטגעהאלטן ווי ער האט איבער געצויגן די שטריקל פאר א איד
געהאט עטליכע פעלער ווי א שפיטאל איינגעשטעלטע איז ארויס פון וועג און ערלעדיגט צוליב רעגליעזע געברויכן
א סטעיט אף די ארט ביקור חולים רום
אבער פארט הא איד נישט וואס צו זוכן דארטן. א איד באלאנגט אין שטוב איר אין סמדרש, נאר אויף שמחות

שקר וכזב כמעט יעדע'ס איינציג ווארט, אבער איך קען נישט מסביר'ן מטעמים מובנים.
בעיקר איבער די ביקור חולים רום, הלזאת אתה קורא סטעיט אוו די ארט ?? נעבעך.

חזקאלע כטוען נישט קוואטען קיינעם איך זאג נאר מיין עקספיריענס דארטן, סא זאגסטו אז איך זאג פלאך ליגענט? עניוועי כבין נישט באצאלט דורך קיינעם און כהאב געהאט זייער אסאך טובות דורך די סטעף זיי זענען זייער סענסיטיוו צו אידישע געברויכן, בנוגע עלטערע מענטשען אדער לייף סופארט איז א שטארקע פראבלעם גלאבאל אלעס א דאנק אבאמא לאמיר האפן טראמפ וועט עס צוריק דרייען אזוי ווי די איראן דיעל
בנוגע די ביקור חולים שטוב כווייס נישט ווען ביסט לעצט דארטן געווען אבער זיי האבן א נייעם לאקאל דערנעבן פון די קאפעטעריע

ווי איך פארשטיי איז דא צוויי זאכן 1)א חולה אין שפיטאל 2) אויף שמחות אין שפיטאל
לגבי שמחות האבן מיר ב"ה געהאט זייער גיטע עקספיריענס מיט זיי. איך מיין אז רוב מענטשן וואס ניצן דארט זענען צופרידן
ס'איבריגע וויל איך נישט וויסן בעז"ה
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

לגבי די ענינים וואס כ'האב געשריבן אויבן אז מיימאנידעס איז די בעסטע מיין איך צו זאגן לגבי אויפהאלטן עלטערע און קראנקערע מענטשן
איך טו ווידערהאלן אז איך האף אז קיין שום מענטש אין די וועלט איז נישט אזוי נאיוו צו מאכן א פיקוח נפש החלטה געבויעט אויף אינפארמאציע וואס מ'זעט פון א ניק א בן בלי שם!
יעדער דארף אליין נאכגיין מיט מומחים
אז מ'לעבט דערלעבט מען
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

אדרבה, וויאזוי איז אין אנדערע שפיטעלער?

בנוסף צו די שאקירענדע מעשות דא געברענגט אויבן בנוגע דאס לעבן פון א מענטש.

1) איז דא נאך א שפיטאל וואס מאכט דעם טאג פאר עלטערן ארייצוגיין צום קינד'ס פלאר יעדעס מאל ער\זי גייט נעמען א קאווע?
2) איז דא נאך א שפיטאל ווי מ'וועט ארויסשיקען דעם פאציענט'ס נאנסט'ן פון עמערשענסי רום ווייל ס'איז נישט דא קיין פלאץ?
3) איז דא נאך א שפיטאל (אין 2018) וואס לאזט נישט אריין עלטערן מיט א קינד וואס מ'לייגט שלאפן פאר א פערסידזשער ביז ס'שלאפט איין?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”