וויליאמסבורג - אלטערנייט סייד טויש אויף האלד

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

וויליאמסבורג באקומט נאך א שאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

וויליאמסבורג באקומט נאך א שאנס צו טוישן די Alternate side parking רעגולאציעס נאכן דורכפאלן די לעצטע 2 חדשים,

די איינציגסטע געגנט אין CB1 וואס האט באקומען אינטער 90% איז די היימישע וויליאמסבורג, וואס האט געסקאורט ביי 77% אינדערצייט וואס די נישט היימישע געגנטער אין CB1 האבן אלע באקומען פון 91% און ארויף,

תושבי ווילי פעסט ווערן אויפגעפאדערט דורך איש האשכולות די היימישע קארעספאדאנט צום סאניטאציע דעפט. צו האלטן ריין די גאסן, נעמען א בעזעם און אויפקערן ביז 18 אינטשעס אריין אויפן גאדער, (וואס אגב אויפן גאדער קוקען זיי די מערסטע), גוט פארבינדען די גארבידש בעגס, נישט ווארפן קיין קאווע גלעזלעך, פרישטאג זעקלעך פון קאר, ווען די קליינווארג גייט ארויס שפילן מיט נאש אדער סתם עסן זאל מען זיכער מאכן אז זיי ווארפט "אלעס" אין מיסט קאנעס,

געדענקט!!! וויליאמסבורג האט באקומען איבער צוויי יאר און א צי העכער 90%, מיט נאך אביסעלע אנשטרענגונג פון אייער זייט קענען מיר עס מאכן בעזה"ש, לאמיר נישט זיין קיין צועק לשעבר, פאר די קומענדיגע פאר חדשים מיזען מיר באקומען העכער 90%...

שוין... גענוג געגארגעלט?! כ'האף נאר אז דערוילעם זאל מיטארבעטן העט זיין א תיקון העולם...
לעצט פארראכטן דורך איש האשכולות אום פרייטאג מאי 11, 2018 11:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

איש האשכולות האט געשריבן:וויליאמסבורג באקומט נאך א שאנס צו טוישן די Alternate side parking רעגולאציעס נאכן דורכפאלן די לעצטע 2 חדשים, די איינציגסטע געגנט אין CB1 וואס האט באקומען אינטער 90% איז די היימישע וויליאמסבורג, וואס האט געסקאורט ביי 77% אינדערצייט וואס די נישט היימישע געגנטער אין CB1 האבן אלע באקומען פון 91% און ארויף, תושבי ווילי פעסט ווערן אויפגעפאדערט דורך איש האשכולות די היימישע קארעספאדאנט צום סאניטאציע דעפט. צו האלטן ריין די גאסן, נעמען א בעזעם און אויפקערן ביז 18 אינטשעס אריין אויפן גאדער, (וואס אגב אויפן גאדער קוקען זיי די מערסטע), גוט פארבינדען די גארבידש בעגס, נישט ווארפן קיין קאווע גלעזלעך, פרישטאג זעקלעך פון קאר, ווען די קליינווארג גייט ארויס שפילן מיט נאש אדער סתם עסן זאל מען זיכער מאכן אז זיי ווארפט "אלעס" אין מיסט קאנעס, געדענקט!!! וויליאמסבורג האט באקומען איבער צוויי יאר און א צי העכער 90%, מיט נאך אביסעלע אנשטרענגונג פון אייער זייט קענען מיר עס מאכן בעזה"ש, לאמיר נישט זיין קיין צועק לשעבר, פאר די קומענדיגע פאר חדשים מיזען מיר באקומען העכער 90%... שוין.. גענוג געגארגעלט?! כ'האף נאר אז דערוילעם זאל מיטארבעטן העט זיין א תיקון העולם...

לייג אריין א עד אין אלע צייטונגן.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

דארף מען רעדן צו ווייס פון אידיש געלט, ער זאל ארויס קומען מיט עפעס א ווישען זיראו... כ'מיין גארביטש זיראו קאמפיין, און טיילן פון די פאלטשע בילעטען כמו עקספייערטע רעדשיסטרעישאן.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

אן אפדעיט וועט באלד קומען, ארויפגעברענגט נישט צו דארפן זוכן דעם אשכול.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

יאצמעך האט געשריבן:דארף מען רעדן צו ווייס פון אידיש געלט, ער זאל ארויס קומען מיט עפעס א ווישען זיראו... כ'מיין גארביטש זיראו קאמפיין, און טיילן פון די פאלטשע בילעטען כמו עקספייערטע רעדשיסטרעישאן.


This will truly save thousands and thousands of Yiddish Gelt!
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

אוקעי! זעמיר דא מיט אן אפדעיט, מ'האמיר היינט געהאט א לענגערע שמועס מיט א הויכע באאמטע פונעם סאניטאציע דעפט. געבט ער מיר איבער גאר גוטע נייעס! אז CB1 איז אריינגעקומען די חודש פון March ביי פונקט 90.0%, די נאמבערס פון April זענען נאכנישט אריינגעקומען,

ווי אויך האט ער געזאגט אז טאמער קומט מען אריין ביז September העכער 90.0% דאן גייט אלטירנעיט סייד פארקינג ווערן געשניטן צו צוויי מאל א וואך!,

ער האט גאר שטארק אויפגעפאדערט אז מ'זאל רוימען פארנט פון די הייזער,
ווי אויכט זאגט ער אז די סאניטאציע דעפט. ארבעט יעצט צוזאמען מיט ראביי ווייזער פון CB1, און ראביי נידערמען פון די UJO צו ארימשיקען צום עולם אויפקלערונגס מאטריאל צוזאמען מיט אינסטרוקציעס אויף די אידישע שפראך וויאזוי מ'קען האלטן די גאסן ריין מיט די מינימאלסטע אנשטרענגונג,

ווי אויכט האט ער גאר שטארק געבעטן אז מ'זאל נישט פארפאסן די געלעגנהייט, ווייל טאמער די קומענדיגע פאר חדשים גייט מען נישט באקומען העכער 90.0% דאן גייט מען דארפן איבערגיין נאך צוויי יאר ביז מ'גייט קענען טוישן די רעגולאציעס.

ומכאן הקריאה יוצאת, תושבי ווילי פעסט! מיר קענען עס באווייזן! ענדיגסט עסן/טרינקן אין קאר? ווארף נישט ארויס די שמוץ פון פענסטער! האלט עס ביי דיר ביז די קענסט עס ווארפן אין מיסט קאסטן, די טוסט א טובה פאר דיר אליינס פאר דיינע קרובים און שכנים און פאר אלע תשבי וויליאמסבורג, מאך זיכער אז פארנט פון דיין בנין ווערט גערייניגט ביז 18 אינטשעס אריין אויפן גאדער,

איר וואוינט אין א בילדינג? פארלאנגט עס פון אייער מענעדשמענט קאמפעני! זיי זענען מחיוב דאס צו טהון, און איר האט דאס רעכט עס צו פארלאנגען!
הכלל, לאמיר נישט זיין קיין צועקים לשעבר, ס'גייט זיין זייער אומבאטעמט טאמער מיר גייען דורכפאלן מיט אונזער יעצטיגע פראבע, אפגערעדט פונעם חילל השם...
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

איך האב ב"ה באקומען גאר פאזיטיווע פידבעק אויף מיין פריערדיגע ארטיקעל, איך גיי אי"ה שרייבן וועגן ריקן די קאר ביי אלטירנעיט סייד פארקינג, אויב האט איינער סיי וועלכע הצעה זאל ער זיך ביטע לאזן הערן (אין אישי אויב מעגליך).
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מ'דארף מעורר זיין פאר די אינסטאנצען אז פילע פרעמדע קארס ווארפן ארויס די שמוץ פון די עסען ביים אנקומען אין ווליאמסבורג, דהיינו מ'רייסט אראפ פונעם וומס"ב ברידזש, און ווען זיין קומען אן ביי די רויט לייטס אדער אויף דיוויזאן אדער לי עוו. פליעט ארויס גאנצע זעקלען מיט שמוץ.

אזוי האביך כמ"פ געזען.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

נא_שכל האט געשריבן:מ'דארף מעורר זיין פאר די אינסטאנצען אז פילע פרעמדע קארס ווארפן ארויס די שמוץ פון די עסען ביים אנקומען אין ווליאמסבורג, דהיינו מ'רייסט אראפ פונעם וומס"ב ברידזש, און ווען זיין קומען אן ביי די רויט לייטס אדער אויף דיוויזאן אדער לי עוו. פליעט ארויס גאנצע זעקלען מיט שמוץ.

אזוי האביך כמ"פ געזען.


איך גלייב נישט אז זיי אינטערעסירט ווער עס מאכט שמוץ...
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

נא_שכל האט געשריבן:מ'דארף מעורר זיין פאר די אינסטאנצען אז פילע פרעמדע קארס ווארפן ארויס די שמוץ פון די עסען ביים אנקומען אין ווליאמסבורג, דהיינו מ'רייסט אראפ פונעם וומס"ב ברידזש, און ווען זיין קומען אן ביי די רויט לייטס אדער אויף דיוויזאן אדער לי עוו. פליעט ארויס גאנצע זעקלען מיט שמוץ.

אזוי האביך כמ"פ געזען.

ס'איז זייער ריכטיג וואס איר זאגט, איך האב עס דערמאנט פאר זיי אין מיין אויבענדערמאנטע שמועס, און זיי ווייסען זייער גוט דערפון! דער פראבלעם איז אז ס'איז דא אזא זאך וואס הייסט ביוראקראטיע און דא קומט עס זייער שטארק אריין....
ער האט אבער צוגעלייגט אז למעשה האמיר מיט דעם אלעם געהאט העכער א 90 איבער צוויי יאר און א צי, סאו ער טענה'עט אז מיט אביסל קאאפעראציע פונעם ציבור, און בעיקר געשעפט אייגענטומער, קען מען עס גרינגערהייט באווייזן.
לעצט פארראכטן דורך איש האשכולות אום זונטאג מאי 13, 2018 1:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

ס'איז דא נאך א פראבלעם ביי אונזער געגנט, מ'קען אסאך מאל זעהן די בעזעם טראק גאנצעטע גאסן פארן בלויז אינמיטען גאס, ווייל דערוילעם רוקט אפיציעל נישט קיין קארס, דער איז א הצלה, דער האט א הענדיקעפ פון זיין עלטער זיידע, דער איז סתם אזוי פויל צו ריקען דעם קאר,

דער פאקט בלייבט אז די גאסן בלייבן שמוציג און מען שיסט זיך אליינס אין די פוס.

ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט די אלע אידן וואס האבן יא א פערמיט צו בלייבן געפארקט, זיי זאלן בלייבן אין קאר און מאכן פלאץ פאר די בעזעם טראק אז ער זאל קענען רייניגן די גאסן געהעריג,

די טראק פארט דורך "געווענדליך" די ערשטע האלבע שעה, סאו איך מיין אז אזויפיל מעגן זיי נאך טהון פאר זיך און פאר א צווייטן.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

your last line reminds us another question, what the hell do they need so so much time? A half hour time frame is just enough for them to arrive. That's how it is in many places.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

ער קען מיטנעמען א בעזעם מיט זיין פערמיט צו רייניגען די שטח וואס זיין קאר פארניעמט, אדער כאטש קלויבן די ריינסטע פלאץ אויף די ארטיגע גאס נישט זיך פארקן אויף א בארג שמוץ.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
ציקוועטשטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציקוועטשטער »

די נקודה איז אז עס זאל זיין ריין אז דער בעזעם טראק זאל נישט ברויכן רייניגן פון ערשטן מינוט, און אז עס ברויך נישט רייניגן צוליב די 90% ריינקייט דאן קען מען רעדוצירן די סכום צייטן וואס מען רייניגט, ווארום עס איז דאך ריין מעיקרא.
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער
יכול
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 28, 2008 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכול »

איש האשכולות האט געשריבן:אוקעי! זעמיר דא מיט אן אפדעיט, מ'האמיר היינט געהאט א לענגערע שמועס מיט א הויכע באאמטע פונעם סאניטאציע דעפט. געבט ער מיר איבער גאר גוטע נייעס! אז CB1 איז אריינגעקומען די חודש פון March ביי פונקט 90.0%, די נאמבערס פון April זענען נאכנישט אריינגעקומען,

ווי אויך האט ער געזאגט אז טאמער קומט מען אריין ביז September העכער 90.0% דאן גייט אלטירנעיט סייד פארקינג ווערן געשניטן צו צוויי מאל א וואך!,

ער האט גאר שטארק אויפגעפאדערט אז מ'זאל רוימען פארנט פון די הייזער,
ווי אויכט זאגט ער אז די סאניטאציע דעפט. ארבעט יעצט צוזאמען מיט ראביי ווייזער פון CB1, און ראביי נידערמען פון די UJO צו ארימשיקען צום עולם אויפקלערונגס מאטריאל צוזאמען מיט אינסטרוקציעס אויף די אידישע שפראך וויאזוי מ'קען האלטן די גאסן ריין מיט די מינימאלסטע אנשטרענגונג,

ווי אויכט האט ער גאר שטארק געבעטן אז מ'זאל נישט פארפאסן די געלעגנהייט, ווייל טאמער די קומענדיגע פאר חדשים גייט מען נישט באקומען העכער 90.0% דאן גייט מען דארפן איבערגיין נאך צוויי יאר ביז מ'גייט קענען טוישן די רעגולאציעס.

ומכאן הקריאה יוצאת, תושבי ווילי פעסט! מיר קענען עס באווייזן! ענדיגסט עסן/טרינקן אין קאר? ווארף נישט ארויס די שמוץ פון פענסטער! האלט עס ביי דיר ביז די קענסט עס ווארפן אין מיסט קאסטן, די טוסט א טובה פאר דיר אליינס פאר דיינע קרובים און שכנים און פאר אלע תשבי וויליאמסבורג, מאך זיכער אז פארנט פון דיין בנין ווערט גערייניגט ביז 18 אינטשעס אריין אויפן גאדער,

איר וואוינט אין א בילדינג? פארלאנגט עס פון אייער מענעדשמענט קאמפעני! זיי זענען מחיוב דאס צו טהון, און איר האט דאס רעכט עס צו פארלאנגען!
הכלל, לאמיר נישט זיין קיין צועקים לשעבר, ס'גייט זיין זייער אומבאטעמט טאמער מיר גייען דורכפאלן מיט אונזער יעצטיגע פראבע, אפגערעדט פונעם חילל השם...


איז דא עפעס א אפדעיט אויף די אישו?

איך געדענק נישט אין די לעצטע דריי חדשים צו האבען געזעהן עפעס אויפקלערונג מאטריאל אדער סיי וועלכע אדווערטייזמענט צו אויפוואכען די עולם צו האלטען די גאסען ריין.

איז דא די נאמבערס פון די לעצטע פאר חדשים?
יכול
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 28, 2008 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכול »

עס קוקט אויס ווי די טויש איז דורכגעפאלען אין וויליאמסבורג, נישט געהערט רעדן דערוועגען די לעצטע יאר צייט.

אין פרישע נייעס, מעיאר די בלאזיא האט געלאזט פאלען ווערטער אז ער זוכט צו טוישען די אלטערנעט סייד פארקינג סיסטעם אין גאנץ ניו יארק סיטי.


Bill de Blasio considering changes to alternate-side parking rules

Mayor Bill de Blasio said Friday he plans to investigate whether the city can offer drivers some relief by cutting down on alternate-side parking regulations.

“We all want clean streets for sure, but I want to make sure that standard is being applied very precisely because the fewer times people have to move their cars, the better,” de Blasio said on WYNC radio’s “The Brian Lehrer Show.”

Hizzoner was responding to a question from a caller, “Tanya from Brooklyn,” who complained that she and others in her neighborhood have to move their cars “four times a week” so streets can be cleaned.

“It’s killing us here in Brooklyn,” she said.

In most city neighborhoods, cars must be cleared from one side of a street once or twice a week — meaning residents might have to move their cars up to four times a week on a specific block to avoid being ticketed.


De Blasio, who has said he plans to not own a car after leaving City Hall, reflected on how, before being elected mayor, he “spent many a night circling around” Park Slope trying to find parking — especially when alternate-side regulations were in effect the following morning.

“You’re right, it’s a big hassle,” he said.

“I do think New Yorkers, if you don’t need to own a car in New York City, you shouldn’t own a car in NYC.

“But I do know that some people do need a car, and we need to be sensitive to that, and I do think that you’re raising a really important point.”

“I think we need to assess [alternate-side regulations] around the city,” the mayor said.

He said his administration had previously addressed similar complaints by “cutting back” alternate-side regulations in some neighborhoods, but he believes a
wider look is needed
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

דערמאנט מיך פון יוני הייקינדס פלענער..
אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

Re: וויליאמסבורג - אלטערנייט סייד טויש אויף האלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם ומלואו »

ווייסט איינער פארוואס יוניאן און העריסאן עוו. ביי וואלטאן/וואלאבאוט האבן נאך אלטערנעט סייד אינמיטן די נאכט? יוניאן איז 100% רעזידענשל מיט הונדערטער נייע דירות און זערא פארקינג ביינאכט. די פאליציי מאכן א לעבן אויף די גאסן, ס'פראדוצירט קעש נאכט נעכטליך
אוועטאר
Hershy21
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4645
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm

Re: וויליאמסבורג - אלטערנייט סייד טויש אויף האלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy21 »

עולם ומלואו האט געשריבן:
ווייסט איינער פארוואס יוניאן און העריסאן עוו. ביי וואלטאן/וואלאבאוט האבן נאך אלטערנעט סייד אינמיטן די נאכט? יוניאן איז 100% רעזידענשל מיט הונדערטער נייע דירות און זערא פארקינג ביינאכט. די פאליציי מאכן א לעבן אויף די גאסן, ס'פראדוצירט קעש נאכט נעכטליך
רוף ר' שמעון ווייזער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”