וואס עפעס? האט געשריבן:@וויכי
אויב האסטו געצאלט מיט א צייט צוריק $200 דאן איז עס לכאורה פון די קאסטום היטן וואס ער אפערט פאר אפאר דאלאר מער.
דעיס וואס ער זאגט דיר אז ער גייט קלינען דיין היט , לב׳ כוונתו עס צו בלאן בחינם
אדרבה , לאז מיך וויסן אויב ער גייט דיר איבערמאכן פאר פרי דיין היט ווען אימער פאר די נעקסטע 2 יאר
די נקודה דא איז פשוט
די היטן סוחרים האבן גארנישט געטוהן פון זייער זייט צו האלטן די פרייז סטעיבל
האבן זיי פרובירט צי ניצן אנדערע מאטריאל? טוישן פאבריקן וכדומה?
די האלסט טאקע אז עס איז דא א סברה אויף א increase פון $60 דולר?
און אויב יא, דאן פארוואס לייגן זיי נישט לפחות ארויס א סיין מיט או הסברה וואס דא גייט פאר?!
און צו די וואס ווילן אראפלייגען די סטורס ווי רחמניות-
כלל ישראל האט זיך שטארק פארמערט קע״ה און די לעצטע יארן און אפשר טאקע מאכן זיי נישט אזוי סך פער היט אבער מאך א חשבון פון וויפיל שטיק ער פארקויפט, העסטו פארשטיין אז ער געבט זיך פיין אן עצה
נאר א שאד אז די גור׳ער חסידים גייען נישט ביבער היטן ווען יא וואלט שוין לאנג געווארן סדר....
עיין ערך שטריימלעך בתקופת הבית ישראל
מעגליך אז ס'איז געווען קאסטום, אבער צוויי פון די דריי היטן זענען געווען רעדי, אריין און ארויס... ואגב, ער האט נישט געזאגט אז סיז דא אפאר פרייזן, כאב אים געפרעגט וואס קאסט היינט א היט, האטער געזאגט 200 דאללער...
דאס אז ער רעדט פון בלאזן און נישט קלינען, קען זיין, אבער בלאזן א היט נעמט אויך צייט און מעג קאסטן אפאר דאללער, סאו אויב רעכענט ער עס אריין אין די פרייז, ווער זאגט אז סיז אזוי טייער?
דאס וואס דו זאגסט אז זיי האבן גארנישט געטוהן צו האלטן די פרייזן נידעריג, ווייסעך נישט, קען זיין... כ'בין נאר נייגעריג צו דו ווייסט אדער דו שטעלסטעך פאר?
ארויסקומען מיט א הסבר... סארי, איך פארשטיי לגמרי נישט צו די זאכן... קען זיין אז דו קאנסידערסט קרויס היט סטאר אלס גאווערמענט אדער קהל'ישע פעסילעטי... אגב, זענען זיינע קאמפעטישענס ביליגער? איי מין... אויף וואס איז גע'בעיסד די השערות אז ער זוכט דא צו רייסן געלט סתם אזוי?
כאניש קיין פעדער אונטערצושרייבן, סארי...