אומגלויבליך - ביבער היט פרייז גייט ארויף צו $240

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואס עפעס?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

אומגלויבליך - ביבער היט פרייז גייט ארויף צו $240

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג אפריל 08, 2018 7:24 pm

קומט אריין די נייעס אז די פרייזן פאר די ביבער היטן איז ארויף צו $240 !!

עס וואלט זייער כדי געווען אויב די עלטערע ניקס קענען צוברענגן די השתלשלות וויאזוי מאיז אנגעקומען צו די איצטיגע פרייז

פאר 12יאר צוריק איז די פרייז געווען 120$ א היט און איז שפעטער ארויף ציביסלעך מיטן תירוץ אז די דולר פאלט אקעגען די יורו ( וואו כאילו די היטן קומען נישט פון טשיינע..)

למעשה איז ביז איצט די פרייז געווען $180 און איז ארויף בבת אחת מיט גאנצע $60 דולר

די אקט דארף פארשריגן ווערן דורך אלעמען און עס איז נישטא קיין סיבה בעולם אויף ארויפצוגיין מיט א פרייז אזוי סך אויפאמאל

עס איז וויכטיג צו לייגן א דאטום אויף די אשכול אזוי ווען בינגו העט האבן פאר $50 היטן און מהעט שרייען אז ער ברעכט די ״מארקעט״ זאל די עולם גוט געדענקן פון וואספארא יושר׳דיגע מארקעט מען רעדט דא

פארשטייט זיך אז אונזער היימישער עקספערטן אויף קולמע העלן שרייען supply by demand
איז אפשר געקומען די צייט ארויסצוגעבן א חסידישער מין cap וואס העט זיך פארקויפן פאר 2.99 און דאן העלן די סוחרים אז די demand האט זיך גענדיגט

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2287
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג אפריל 08, 2018 7:28 pm

מען דארף עפענען א פעטיציע צו בינגאו, ער זאל שוין אריינברענגען שיינע היטן פאר א דריטל פרייז.

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » זונטאג אפריל 08, 2018 7:28 pm

#שטא_קיין_ווערטער
א געפערליכע זאך

גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » זונטאג אפריל 08, 2018 7:29 pm

סאיז נישט ארויף מיט גאנצע 60 אויפאיינמאל
180 דערנאך 194 אין 210
יעצט ווייס איך נישט, נישט געהערט אז סגייט נאכאמאל ארויף.

יאנקעל פעדראטשיק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » זונטאג אפריל 08, 2018 7:29 pm

שלעזינגער בעט אויך $240?

אוועטאר
וואס עפעס?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג אפריל 08, 2018 7:31 pm

גראף פאטאצקי האט געשריבן:סאיז נישט ארויף מיט גאנצע 60 אויפאיינמאל
180 דערנאך 194 אין 210
יעצט ווייס איך נישט, נישט געהערט אז סגייט נאכאמאל ארויף.


די געשעפטן אין בארא פארק האבן געבעטן 180 פאר א רעגולער היט אין זענען איצט ארויף צו 240$

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2287
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג אפריל 08, 2018 7:36 pm

איז דא עפעס א נוסח [וואס זאל אויפטון] וואס אלע זאלן אריינגיין זאגן צום סטאר וואס רייסט ארויס אידיש געלט פינעם ציבור?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג אפריל 08, 2018 7:39 pm

ער מעג בעטן, ווילאנג מען גיבט אים
כ'זעה אבער נישט פארוואס מען זאל נישט קענען מאכן ענליכע הוטן פון ביליגערע שטאף, פאר ביליגער, גענוי ווי מען האט געטוהן מיט די שטריימלעך

גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » זונטאג אפריל 08, 2018 7:41 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:סאיז נישט ארויף מיט גאנצע 60 אויפאיינמאל
180 דערנאך 194 אין 210
יעצט ווייס איך נישט, נישט געהערט אז סגייט נאכאמאל ארויף.


די געשעפטן אין בארא פארק האבן געבעטן 180 פאר א רעגולער היט אין זענען איצט ארויף צו 240$


געצאהלט 194 בערך 6 חדשים צירוק ביי בעלמאנטי מיינעך הייסען זיי אין בארא פארק
א ביבער היט

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2951
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג אפריל 08, 2018 7:41 pm

איר האט שוין אמאל געהערט פון אזא זאך "די היימישע מארקעט"?

$240 איז ביליג, וויבאלד ס'דא אסאך קאמפעטישאן. ווען נישט וואלט דאס געקאסט באלד ווי א שטריימל.
אז דו האסט א גוטן פראדוקט, אדער אז דו צאלסט פאר א היימישע פי.אר. פירמע דאס אהערצושטעלן, קענסטו בעטן אין אלף השישי אן קיין דענט.

קויפט און לויפט.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג אפריל 08, 2018 7:43 pm

צדיק די פרייז איז בסך הכל נאר אויף א פאר יאר ביז עס גייט ארויף צו 270 גיי כאפ יעצט פאר 210
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » זונטאג אפריל 08, 2018 7:45 pm

הימל געשריי
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » זונטאג אפריל 08, 2018 7:45 pm

א שטריימל קען מען כאטשיג זאגען דעיס איז קאסטאם
ער האט אריינגעלייגט ארבעט אין דעים
סאיז דאך א טאלאנט וואס איינער האט געמאכט
קען ער בעטען פאר זיין טאלאנט וויפיהל ער שפירט אז סאיז ווערט
אבער א היט ????
גארנישט מיט נישט קיין שום טאלאנט רייסט געלט פארוואס נישט

אוועטאר
וואס עפעס?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג אפריל 08, 2018 7:46 pm

יהיה כן האט געשריבן:ער מעג בעטן, ווילאנג מען גיבט אים
כ'זעה אבער נישט פארוואס מען זאל נישט קענען מאכן ענליכע הוטן פון ביליגערע שטאף, פאר ביליגער, גענוי ווי מען האט געטוהן מיט די שטריימלעך


Exactly
עס העט לכאורה נאך געשעהן און דאן העלן אלע סוחרים וויינען אז יענער ברעכט די מארקעט

עס דארף צו הייסן אז עס איז דא איצט א גרויס מאנגעל פון די מאטריאל פון וואס זיי מאכן די ביבער היטן
האבן די סוחרים געזאגט , נישט קיין פראבלעם - מנעמט ארויף די פרייז מיט $60

די חברה האט ניטאמאל קיין אינטערעסע צו ברענגן אנדערע ביליעריגע היטן ווילאנג די עולם העט נישט מאכן קיין ויצעקו אדער בעסער געזאגט - אויפהערן צו קויפן

אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2084
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » זונטאג אפריל 08, 2018 7:54 pm

אני מוחה נגד המיקרי שער
אז כקען העלפן פארוואס נישט...

פרייליכען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

תגובהדורך פרייליכען » זונטאג אפריל 08, 2018 7:59 pm

גראף פאטאצקי האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:סאיז נישט ארויף מיט גאנצע 60 אויפאיינמאל
180 דערנאך 194 אין 210
יעצט ווייס איך נישט, נישט געהערט אז סגייט נאכאמאל ארויף.


די געשעפטן אין בארא פארק האבן געבעטן 180 פאר א רעגולער היט אין זענען איצט ארויף צו 240$


געצאהלט 194 בערך 6 חדשים צירוק ביי בעלמאנטי מיינעך הייסען זיי אין בארא פארק
א ביבער היט

עס איז מן הסתם $180 +טעקס

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » זונטאג אפריל 08, 2018 8:03 pm

יהיה כן האט געשריבן:ער מעג בעטן, ווילאנג מען גיבט אים
כ'זעה אבער נישט פארוואס מען זאל נישט קענען מאכן ענליכע הוטן פון ביליגערע שטאף, פאר ביליגער, גענוי ווי מען האט געטוהן מיט די שטריימלעך

ער מעג נישט בעטן, ווילאנג מען גיבט אים, מיקרי שער
לעצט פאראכטן דורך שרייזשע אום זונטאג אפריל 08, 2018 8:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
צעקה בקול דממה דקה

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג אפריל 08, 2018 8:04 pm

דארף מען ווען איינפירן אז בחורים זאלן גיין מיט א ביליגערע סארט היטל, אזויווי געוויסע קהלות האבן איינגעפירט אז בחורים גייען מיט חאלאטלעך.

פרייליכען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

תגובהדורך פרייליכען » זונטאג אפריל 08, 2018 8:09 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:דארף מען ווען איינפירן אז בחורים זאלן גיין מיט א ביליגערע סארט היטל, אזויווי געוויסע קהלות האבן איינגעפירט אז בחורים גייען מיט חאלאטלעך.

אין בעלזא גייען טאקע די בחורים ביז די 15 מיט קאשקעטלעך

אוועטאר
וואס עפעס?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג אפריל 08, 2018 8:31 pm

פרייליכען האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:דארף מען ווען איינפירן אז בחורים זאלן גיין מיט א ביליגערע סארט היטל, אזויווי געוויסע קהלות האבן איינגעפירט אז בחורים גייען מיט חאלאטלעך.

אין בעלזא גייען טאקע די בחורים ביז די 15 מיט קאשקעטלעך


נישט ריכטיג
נאר ווילאנג מען לערענט אין חדר כיתה ט

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג אפריל 08, 2018 8:35 pm

איך האלט אז א בינגאו בלויז פאר הוטן קען גוט גיין. פארוואס זאל א גיטע סוחר'ל נישט וועלן בעטן 150 א הוט, און אינטערברענגען אלע זיינע קאנקורענצן - פארשטייט זיך א שיינע הוט מיט אלע פיטשיווקעס - ער וועט נאך שיין פארדינען
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

כל טוב
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

תגובהדורך כל טוב » זונטאג אפריל 08, 2018 8:41 pm

עכט היימיש האט געשריבן:איך האלט אז א בינגאו בלויז פאר הוטן קען גוט גיין. פארוואס זאל א גיטע סוחר'ל נישט וועלן בעטן 150 א הוט, און אינטערברענגען אלע זיינע קאנקורענצן - פארשטייט זיך א שיינע הוט מיט אלע פיטשיווקעס - ער וועט נאך שיין פארדינען

ווייל קיינער וועט נישט קויפן אויב איז ער צו ביליג...
והא ראי' שטריימל סענטער בשעתו

אוועטאר
שכל הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » זונטאג אפריל 08, 2018 8:43 pm

עכט היימיש האט געשריבן:איך האלט אז א בינגאו בלויז פאר הוטן קען גוט גיין. פארוואס זאל א גיטע סוחר'ל נישט וועלן בעטן 150 א הוט, און אינטערברענגען אלע זיינע קאנקורענצן - פארשטייט זיך א שיינע הוט מיט אלע פיטשיווקעס - ער וועט נאך שיין פארדינען


דאס איז דאך די בראך
פארוואס 150, 100 איז נישט געניג פאר א סענטעטישע היט?
זאג נאר, מען מאכט היטן פון גאלד?

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » זונטאג אפריל 08, 2018 8:47 pm

בד''וו די נייע געשעפט משה'ס הוטן אין וומס איז ביליג? דאכט זיך ער נעמט היטן פון סנדרס
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג אפריל 08, 2018 8:52 pm

כל טוב האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:איך האלט אז א בינגאו בלויז פאר הוטן קען גוט גיין. פארוואס זאל א גיטע סוחר'ל נישט וועלן בעטן 150 א הוט, און אינטערברענגען אלע זיינע קאנקורענצן - פארשטייט זיך א שיינע הוט מיט אלע פיטשיווקעס - ער וועט נאך שיין פארדינען

ווייל קיינער וועט נישט קויפן אויב איז ער צו ביליג...
והא ראי' שטריימל סענטער בשעתו

נאפס מיט גיטע פאבליק רילעישן צו איבער צייגן דעם כתה ט' בחור'ל אז עס איז די זעלבע מעכטיג ווי די געקעסטעלטע 'קרויס' הוט קען עס גיין
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Jhon, היסטאריקער, ווערעצקי און 28 געסט