אומגלויבליך - ביבער היט פרייז גייט ארויף צו $240

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 28692
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אפריל 09, 2018 12:30 pm

האסט אמאל געצאלט רענט פאר א סטאר? יוטילעטיס? פעיראל? עקוויפמענט? אויב סטיעמען א היט נעמט 5 מינוט, קען איין מענטש סטיעמען 12 היטן א שעה אן קיין רגע ברעיק! פאר 5 דאללער א היט באקומטער 60 דאללער א שעה... ער באצאלט פון דעם פעיראלל, לעקטער, קעמיקעלס, אינשורענס, און די מאשין אליין קאסט אויך געלט... דאס איז די מינימום וואס ער מוז רעכענען...

בלויז רעכענען 5 דאללער 3 מאל א יאר פאר צוויי יאר לייגט צו 30 דאללער צו די היט...
כאניש קיין פעדער אונטערצושרייבן, סארי...

ווילי זיידע
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווילי זיידע » מאנטאג אפריל 09, 2018 12:41 pm

אט דאס פלעגט דאך דער אלטער סעלקאו העטערס כסיידר שרייען, קרויס לייגט ארויף אביסעלע סמאליע פאר צען צענט, און ער בעט דערפאר גאנצעטע 20 דאלער מער!

דענסטמאל האט געקאסט ביי סעלקאו'ן 35 דאלער א הוטל, און ביי קרויס'ן די פאנטאסטישע 55 דאלער!
לעצט פאראכטן דורך ווילי זיידע אום מאנטאג אפריל 09, 2018 1:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מאנטאג אפריל 09, 2018 12:45 pm

20 יאר צוריק האט קרויס געבעטן א היט 120 דאלער

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:07 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ס'שטעלצעך נישט אויפן שכל? קען זיין... איז דאס גענוג צו באשולדיגן א איד אלס מייקר השער? האט איינער דא געמאכט אביסל ריסוירטש פארדעם?

מיט ארום אכט יאר צוריק האבן די אחים לבית וועלץ אנגעהויבן פארקויפן אייגן פאבריצירטע ביבער הוטן אין זייער באקאנטע געשעפט 'פערסטער'. די הוטן זענען געווען אויסערגעווענליך שיין, גאר שטארק, פעך שווארץ, און... האבן געקאסט בלויז $120 דאלער. איך האב עטליכע מאל געכאפט א שמועס מיט זיי, און זיי האבן געזאגט אז זיי מאכן שיין געלט דערויף. איינער האט זיי אפי' געפרעגט ווען זיי גייען אריין אין די שטריימל ליין... אויף וואס זיי האבן געענטפערט אז דארט קען מען נישט אזוי קלאפן די פרייזן וויבאלד די וויידלעך קאסטן טאקע אסאך געלט.

די דאזיגע הערליכע הוטן זענען געווען צו קויפן עטליכע יאר פאר דעם ביליגן פרייז, ביז... קרויס האט אפגעקויפט די פאבריק וואו פערסטער האבן פראדוצירט זייער סחורה, און פערסטער האט אפגעלאזט דאס געשעפט.



איך וואלט געקענט באשטיין זאלסט פעסטשטעלן די מעשה, ווייל ווען איך האב געטרייט האט מיר געזאגט איינער וואס איז אינוואלווד אז סיז נישט עכט אזוי געווען...

וועלכע חלק פון די מעשה? אז פערסטער האט פארקויפט? אז עס האט געקאסט 120? אז קרויס האט עס אפגעקויפט?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:08 pm

מען דארף אדאפטירן איבעראל די בעלזא תקנה, בחורים זאלן גיין קאשקעטלעך...

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7883
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:11 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:כ'האב גערעדט צו א היט סוחר, ס'איז אמת די סחורה קאסט טייער, לעבער קאסט אויך, מ'באקומט נישט אזוי פערטיג און מ'דארף בלויז לייגן א מארקאפ, די שאלה איז, פארוואס קען מען נישט טרעפן א ביליגערע מין סחורה אזוי ווי ביי שטריימלעך?



כ'גלייב אז מ'קען יא, אבער קיינער וויל נישט זיין די לאצי אין חדר וואס האט די ביליגערע סארט היט...


בינגו יוכיח
די עולם טראגט שטריימלעך פאר 5 מאות און גארנישט פעלט זיי



בינגאו שטריימלעך איז פאר אינגעלייט וואס צאלן זייער אייגענע ביללס, נישט פאר קינדער וואס לעבן אויף קעסט...

די עצה איז צו מאכן א ווינט מצד די תלמוד תורה, אבער דאן קומען די קאפיציטעטן און ברעכן דאס, ובר מצוה תקנות יוכיח
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלף
תגובות: 29850
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:32 pm

מי יודע האט געשריבן:די עצה איז צו מאכן א ווינט מצד די תלמוד תורה, אבער דאן קומען די קאפיציטעטן און ברעכן דאס, ובר מצוה תקנות יוכיח

ווייס איך נישט, ביינונז אין ווהייט עוו. זענען די תקנות ב"ה בתקפם.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו: בעל מלחמות.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג אפריל 09, 2018 6:29 pm

יהיה כן האט געשריבן:מען דארף אדאפטירן איבעראל די בעלזא תקנה, בחורים זאלן גיין קאשקעטלעך...


און אונז אינגעלייט דארפן יא היטן וואו גראף פאטאצקי?!

העמיר מיזן ווארטן פאר א רעעועלאציאנער וואס וועט אריינברענגען אין די מארקעט היטן פון פלעסטיק/סחורה ענדליך צו די פורים היטלעך וואס קאסט $3 און דענמאלטס העלן די סוחרים קענען בעטן אפי טויזענט דאלער און עס העט מיך אויך נישט אנגיין

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג אפריל 10, 2018 5:46 pm

זאגט מיר א אינגערמאן פסח אין שול אז היטן אליין האט עם געקאסט פאר זייענע דריי בחורים 845$,
#א שאנדע
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אפריל 10, 2018 5:48 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:זאגט מיר א אינגערמאן פסח אין שול אז היטן אליין האט עם געקאסט פאר זייענע דריי בחורים 845$,
#א שאנדע

שטימט נישט מיטן קאלקיולעטר

אוועטאר
הערשקא
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » דינסטאג אפריל 10, 2018 6:12 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:זאגט מיר א אינגערמאן פסח אין שול אז היטן אליין האט עם געקאסט פאר זייענע דריי בחורים 845$,
#א שאנדע

און נאך מיט קיופאנס, פארשטייט זיך
איינמאליגע געלעגענהייט:
באקומט זעקס (6) פריע סטאקס ווען איר עפענט א webull account און דיפאזיט בלויז איין פעני
ניצט מיין לינק און זה וזה נהנה.
אויב דארפט איר הילף מיטן זיך אויפסיינען, דאן קומט אין אישי.

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » דינסטאג אפריל 10, 2018 6:24 pm

איך טראכט אז די עולם רעדט פון די זופ און ממיינט די קניידלעך..
טראכט אריין לאגיק, אויף וועמען קען מען זיך רעגן אז סאיז טייער? אויפן געשעפטסמאן? ער מעג מאכען געלט, און אפי' ער בעט רויבערישע פרייזען ער צווינגט דיר דען מיט א גאן צו קויפען ביי אים?
אלא מאי היינט איז דער סטענדערט אז יעדער מיז גיין מיט א שווארצע האריגע הוט, צו פארן בחורל שטייט עס גוט צו נישט, וואס איז אויב סאיז גרעי אדער בלוי? אויב סאיז א ביסעל א לייכטערע סארט אויפן קאפ ווערט עס דען אויס א כיסו ראש ווייל סאיז א פארצייטישע דאטשיק? און אויב געפעלט אים אן הויכע ביבער צו א פלאטשיגס? ער מוז גיין דוקא די סארט וואס זיין טאטע (מיט די גרויסע סייז) גייט? נו דאכט זיך הרב מלאך האט שוין גערעדט גערפון אמאל אז דאס איז איינע פון די זאכען וואס קומט מיט ווען מען שטעלט אויס א סדר וואס קען מען טאן? אן א סדר איז מעגליך סאך ערגער ..

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

זומער קוטשמע

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך אפריל 11, 2018 1:07 pm

טשעירמאן האט געשריבן:איך טראכט אז די עולם רעדט פון די זופ און ממיינט די קניידלעך..
טראכט אריין לאגיק, אויף וועמען קען מען זיך רעגן אז סאיז טייער? אויפן געשעפטסמאן? ער מעג מאכען געלט, און אפי' ער בעט רויבערישע פרייזען ער צווינגט דיר דען מיט א גאן צו קויפען ביי אים?
אלא מאי היינט איז דער סטענדערט אז יעדער מיז גיין מיט א שווארצע האריגע הוט, צו פארן בחורל שטייט עס גוט צו נישט, וואס איז אויב סאיז גרעי אדער בלוי? אויב סאיז א ביסעל א לייכטערע סארט אויפן קאפ ווערט עס דען אויס א כיסו ראש ווייל סאיז א פארצייטישע דאטשיק? און אויב געפעלט אים אן הויכע ביבער צו א פלאטשיגס? ער מוז גיין דוקא די סארט וואס זיין טאטע (מיט די גרויסע סייז) גייט? נו דאכט זיך הרב מלאך האט שוין גערעדט גערפון אמאל אז דאס איז איינע פון די זאכען וואס קומט מיט ווען מען שטעלט אויס א סדר וואס קען מען טאן? אן א סדר איז מעגליך סאך ערגער ..

איך מיין אז מ'ברויך טוישן די נאמען פון א דאטשיק, מ'זאל עס א נאמען געבן זומער קוטשמע אפשר אזוי וועט מען קענען גיין דערמיט [שטייטצעך די ניקס דא וואס האבן זיך אנגעטאן קוטשמעס פאר די אידן וואס לויפן נאך די היט אין די ווינטער אויפן גאדער וועט נישט העלפן די עצה]
לעצט פאראכטן דורך ברוינע באנאנע אום פרייטאג אפריל 13, 2018 1:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך אפריל 11, 2018 10:02 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:וויכי. ס׳שטעלטצעך נישט אויפן שכל אז ביבער היטן קאסטן אזויפיל פאר די פארקויפער׳ס. ס׳ליגט נישט אזויפיל לעבאר אין א היט ווי און אנדערע זאכן, ס׳ווערט דעליווערט א פערטיגע זאך. מאַרקאָפ, איז אזוי, אויב זיין טענה איז א פארוואס עפעס נאר גלעיזער סטאר׳ס זאלן מעגן ארויפלייגן 500% מאַרקאָפ (אדער מער)?, ער האט אויך רעכט... דאס איז זייער נישט גערעכט, ווייל היטן זענען אידן וואס גייען דערמיט געצווינגען צו קויפן, משא״כ ברענד נעים פלאסטישע העלף רימלעס סטיילישע אויגן ברילן איז דעם קונה׳ס אייגענע החלטה



נישט ריכטיג סעקימט נישט אן פארטיג, סקימט אן כמעט רוי נישט אויפגעהויבן די האר אין נישט ארויפגעבויגן די רים אין די טאפ איז גאנץ רינדעכיג

איך ווייס נישט וועגן די פרייז העכערונג קען זיין אז די מאטריאל איז טייערער געווארן א ביבער היט איז למעשה פאור מאטריאל וואס כמעט אלע פאור איז היינט ציטאגס טייערער ווי עטליכע יאר ציריק, איך האב נאר געוואלט אנצייגן אז די קוואטעט קאמענט איז נישט ריכטיג
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
צו געזונט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אפריל 11, 2018 11:08 pm

אדער מאכען ווי עס איז געווען 30-40 יאהר צוריק. די מאיאריטעט בחורים און עלטערן (70-80 פראצענט) האבען געטראגען שטאפענע הוטן אינדערוואכען און שבת האט מען געהאט א ביעבער הוט.
אפשר וועט עס העלפן, און אפשר וועט עס אויך ארויפברענגען די פרייזען פון די שטאפענע הוטן
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מיטוואך אפריל 11, 2018 11:15 pm

צו געזונט האט געשריבן:אדער מאכען ווי עס איז געווען 30-40 יאהר צוריק. די מאיאריטעט בחורים און עלטערן (70-80 פראצענט) האבען געטראגען שטאפענע הוטן אינדערוואכען און שבת האט מען געהאט א ביעבער הוט.
אפשר וועט עס העלפן, און אפשר וועט עס אויך ארויפברענגען די פרייזען פון די שטאפענע הוטן


די פרייז פון שטאפענע היטן איז שוין הויך

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » מיטוואך אפריל 11, 2018 11:15 pm

יהיה כן האט געשריבן:מען דארף אדאפטירן איבעראל די בעלזא תקנה, בחורים זאלן גיין קאשקעטלעך...

דו ווייסט וויפיל די קאשקעטלעך גייען דעמאלטס קאסטן?... לאז כאטש דעם קאשקעטל ביליג פאר דער וואס וויל עס.

בולקע
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 05, 2014 2:55 am

תגובהדורך בולקע » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 12:48 am

דריי בלעטער פון אונגערישע ביבער היטן פון אלע געשעפטן - אבער קיינער האט נישט דערמאנט בארא פארק העטטערס סאמעטע קאפילעטש. כ'בין דער איינציגסטע גאליציאנער דא? :grin:

אוועטאר
בדרך אפשר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3678
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובהדורך בדרך אפשר » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 3:13 am

ס׳קען זיין אז די הייק און די פרייז איז א הכנה צו א נייער ביליגער סארט היט.
ווען זיי פאנגען אן צו פארקויפן שוואכערע היטן וואלט ייעדער געשריגן, אזוי וועט מען זיין צופרידן
זה מעשה שלו וזה מעשה שלי ועוד למה לנו לדבר מאחרים

אויס וועלט
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 11:13 am

תגובהדורך אויס וועלט » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 3:19 am

בדרך אפשר האט געשריבן:ס׳קען זיין אז די הייק און די פרייז איז א הכנה צו א נייער ביליגער סארט היט.
ווען זיי פאנגען אן צו פארקויפן שוואכערע היטן וואלט ייעדער געשריגן, אזוי וועט מען זיין צופרידן


פין וואסערע מאטריאל סינטעטיק, פייבער, פלעסטיק גייט זיין די נייע, סגייט פארנעמען רעגען אויך?

אוועטאר
בדרך אפשר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3678
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובהדורך בדרך אפשר » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 3:22 am

אויס וועלט האט געשריבן:
בדרך אפשר האט געשריבן:ס׳קען זיין אז די הייק און די פרייז איז א הכנה צו א נייער ביליגער סארט היט.
ווען זיי פאנגען אן צו פארקויפן שוואכערע היטן וואלט ייעדער געשריגן, אזוי וועט מען זיין צופרידן


פין וואסערע מאטריאל סינטעטיק, פייבער, פלעסטיק גייט זיין די נייע, סגייט פארנעמען רעגען אויך?

Inflatable....


איך האב נאר געשריבן א השערה בעלמא
זה מעשה שלו וזה מעשה שלי ועוד למה לנו לדבר מאחרים

אוועטאר
הערשקא
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 11:33 am

קיקט אויס אז גאנץ אייוועלט באשטייט פון ביבער היטן אידן
שטאפענע היטן פארט פונקט אזוי ארויף די פרייז א יעדע שטיק צייט, און מען שווייגט
איינמאליגע געלעגענהייט:
באקומט זעקס (6) פריע סטאקס ווען איר עפענט א webull account און דיפאזיט בלויז איין פעני
ניצט מיין לינק און זה וזה נהנה.
אויב דארפט איר הילף מיטן זיך אויפסיינען, דאן קומט אין אישי.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7195
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 11:43 am

הערשקא האט געשריבן:קיקט אויס אז גאנץ אייוועלט באשטייט פון ביבער היטן אידן
שטאפענע היטן פארט פונקט אזוי ארויף די פרייז א יעדע שטיק צייט, און מען שווייגט

זאג נאר האסט אמאל געקויפט דארט א שטאפענע היט אין מען האט דארט פארשטאנען אידיש?
דא רעדט מען נאר צו די ביבער היטן סוחרים ווייל זיי קענען יא רעדן אידיש...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 11:47 am

הערשקא האט געשריבן:קיקט אויס אז גאנץ אייוועלט באשטייט פון ביבער היטן אידן
שטאפענע היטן פארט פונקט אזוי ארויף די פרייז א יעדע שטיק צייט, און מען שווייגט

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 9#p1627979

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 11:50 am

הערשקא האט געשריבן:קיקט אויס אז גאנץ אייוועלט באשטייט פון ביבער היטן אידן
שטאפענע היטן פארט פונקט אזוי ארויף די פרייז א יעדע שטיק צייט, און מען שווייגט


פערדס מיניסטער האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:אדער מאכען ווי עס איז געווען 30-40 יאהר צוריק. די מאיאריטעט בחורים און עלטערן (70-80 פראצענט) האבען געטראגען שטאפענע הוטן אינדערוואכען און שבת האט מען געהאט א ביעבער הוט.
אפשר וועט עס העלפן, און אפשר וועט עס אויך ארויפברענגען די פרייזען פון די שטאפענע הוטן


די פרייז פון שטאפענע היטן איז שוין הויך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, ברוך פריעדמאן, זעליג און 28 געסט