שים שלום האט געשריבן:קאסאניער האט געשריבן:וואס עפעס? האט געשריבן:בילדער פון ר שעילע׳ס ברודער
כהער מהאט פארטיילט דארט עסן פאר דריי טויזענט אידן
דער איד וואס האט צוגעשטעלט דארט האט מיר געזאגט ביינאכט אז ער האט אנגעגרייט 4000 סלייסעס קוגעל אין קיין זכר נישט געבליבן אזוי אויך מיט די 5000 לעכט,
ער זאגט פאריאר איז געווען בערך 400 אידן אין דעם יאר איז געווען 4000
זי"ע
זייט ווען עסט איר נאר איין סלייס קוגל און צינדט נאר איין לעכט?
לויט דעם חשבון איז עס
מאקסימום 1000 אידן
ובדרך אגב אויב קענט איר חשבון איז אין קערעסטיר אליינס איז געווען אפשר 4000 אידן
איר זענט געווען אין קערעסטיר ? אין קערעסטיר דרייט זיך דורך במשך די וואך א מינומים פון 15 טויזענט מענטשן , איך וואלט נישט געווען שאקט אז סאיז 20 טויזענט מענטשן במשך די גאנצע וואך
ביי משפחת רובין אליינס ביי די גרויסע יארצייט סעודה איז געווען בערך 1000 זיץ פלעצער און זיך געטוישט א גאנצע צייט נאך מענטשן , און אין די זעלבע צייט ביי זייער טענט פון די עסן קעגן איבער זיך געדרייט הונדערטע מענטשן נאן סטאפ
אין די זעלבע צייט האט פריעדלענדער געהאט א יארצייט סעודה פון בערך 500 מענטשן אויף אמאל און זיך דורך געדרייט הונדערטע מענטשן א גאנצע צייט
אין די זעלבע צייט איז געווען הונדערטע מענטשן ביי הכנסת אורחים פון שיינער פון עסן ביד רחבה כיד המלך
הייסט אין א צייט אפשניט פון בערך 4 שעה איז געווען אפאר טויזענט מענטשן אויף אמאל נאר ביי די עסן אליינס !אן ביים ציון און מענטשן קומען און גיין
און מענטשן זענען נישט לאנג און קערעסטיר מען זאגט תהילים און מען עסט און מען פארט ווייטער, טויזענטער מענטשן זענען שוין צוריקגעפארן מיטוואך וגם אני בתוכם און טויזענטער היינט דאנערשטאג , עס טוישט זיך משמורת , עס איז געווען אינטערסאנט צו זען ווי א פליגער קומען אראפ הונדערטער אידן און הונדערטער גייען אהיים אויפן זעלבע פליגער צוריק
די רובינס זאגן זיי האבן סערווירט די יאר 12000 מענטשן נאר אין די טאג פון יארצייט קעגן 7000 פאריאר , אפילו די נומבערס זענען איבערגעטריבן , פארשטיי די חשבון
עס איז אוממעגליך צו וויסן די נומבערס אבער מען רעדט פון שווערע טויזענטער מענטשן
ווען מיינע אויגן זעען נישט דארט די פארקער וואלט איך אויך געמיינט אז מען רעדט נישט פון קיין גרויסע זאכן