אונזער בלאק וואוט אין 2018

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

אונזער בלאק וואוט אין 2018

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

דער עולם איז פארנומען מיטן מסירת נפש אקט פון ר' שמחה פעלדער אזוי אויך באגריסט מען די פעולות בהצנע וואס די פערלעס ארגענעזאציע טוט די לעצטערע יארן.

אבער ווי איז דיין מסירת נפש?

ניין מען רעדט נישט פון גולגול שלג אדער פאסטן תעניתים...

גיי ארויס צו שטים בודקעס קומעדיגן דאנערשטיג עשרת ימי תשובה און אינאיינעם וועט מען בעזהשי''ת ארויסברענגן א מעכטיגע פאראייניגטע בלאק וואוט ווי קיינמאל בעפאר!
לעצט פארראכטן דורך א. טראכטער אום זונטאג אפריל 08, 2018 3:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זזה »

א. טראכטער האט געשריבן:דער עולם איז פארנומען מיטן מסירת נפש אקט פון ר' שמחה פעלדער אזוי אויך באגריסט מען די פעולות בהצנע וואס די פערלעס ארגענעזאציע טוט די לעצטערע יארן.

אבער ווי איז דיין מסירת נפש?

ניין מען בעט נישט זאלסט מאכן גילגול שלג אדער פאסטן תעניתים...

גיי ארויס צו שטים בודקעס קומעדיגן דאנערשטיג עשרת ימי תשובה און אינאיינעם וועט מען בעזהשי''ת ארויסברענגן א מעכטיגע פאראייניגטע בלאק וואוט ווי קיינמאל בעפאר!

100 %
קליקט דא צו זען Today's Deals

https://amzn.to/3RBAKiD

For the deals go to check out
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

איך אלס פשוט'ע ברוקלינע איינוואינער, בין איך גרייט ארויס צו גיין שטומען, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי זיך צו רעגאסטרירן.... פארוואס זענען נישט דא קיין עסקנים וואס מאכן זיכער צר רעגאסטרירן דעם עולם
אין קרית יואל א האלבע יאר פאר די 18 ווערט שוין יעדע בחור רעגאסטרירט ווייל אויף עלאקשן דעי גייט ער שוין זיין 18.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

עכט היימיש האט געשריבן:איך אלס פשוט'ע ברוקלינע איינוואינער, בין איך גרייט ארויס צו גיין שטומען, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי זיך צו רעגאסטרירן.... פארוואס זענען נישט דא קיין עסקנים וואס מאכן זיכער צר רעגאסטרירן דעם עולם
אין קרית יואל א האלבע יאר פאר די 18 ווערט שוין יעדע בחור רעגאסטרירט ווייל אויף עלאקשן דעי גייט ער שוין זיין 18.

You can access it on this link http://www.elections.ny.gov/votingregister.html
be sure not to fill out the optional part on page 2 (donate organs)
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

קהל עדתינו האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:איך אלס פשוט'ע ברוקלינע איינוואינער, בין איך גרייט ארויס צו גיין שטומען, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי זיך צו רעגאסטרירן.... פארוואס זענען נישט דא קיין עסקנים וואס מאכן זיכער צר רעגאסטרירן דעם עולם
אין קרית יואל א האלבע יאר פאר די 18 ווערט שוין יעדע בחור רעגאסטרירט ווייל אויף עלאקשן דעי גייט ער שוין זיין 18.

You can access it on this link http://www.elections.ny.gov/votingregister.html
be sure not to fill out the optional part on page 2 (donate organs)

Form link http://www.elections.ny.gov/NYSBOE/down ... erable.pdf
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

ביטע, פעלט אינפארמאציע צום קעפל.

ווער לויפט פון אידישע געגענטער וואס האבן א טובת הנאה פון די נייע געזעץ?
פון ניו יארק, אלע געגענטער.

וויפיל מאכט עס אויס אין אלע געגענטער פערצענטואל, אויב קומט מען ארויס שטארק אינאיינעם?

וועט מען מאכן זיכער די לויפער'ס ווייסן וואס אונז וויל מיר, אז מיר זאלן פארשטיין אז זיי ווערן אריינגעוואויט פאר אונז?
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

דער קוטשער האט געשריבן:ביטע, פעלט אינפארמאציע צום קעפל.

א בלאק-וואוט רעכנט זיך וויפיל שטימען קומט אריין פון א פעסיפישע געגענט, לאו דוקא ווער עס געווינט.

היי יאר לויפט גאווענער קאומא איז עס נוגע פאר אלע ניו יארקער איינוואוינער צוגלייך.
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

אגב, איז דא עפעס לאקאלע ערענסטע פארמעסטן (ברוקלין עריע)?
דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דגל יהודה »

איך פארשטיי נישט עפעס אנדערש. ווי זענען אלע סטעיט סענעטערס פין אלע חרידישע געגענטער. פארוואס האבן זיי נישט געהאט קיין שים פראבלעם מיט די ביל אין נישטאמאל געטראכט צוויי אויב די חרידישע גייען עם צירוק אריין וואוטען?
בקיצור מיין וואוט איז באמת גארנישט ווערט ????
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

דגל יהודה האט געשריבן:איך פארשטיי נישט עפעס אנדערש. ווי זענען אלע סטעיט סענעטערס פין אלע חרידישע געגענטער. פארוואס האבן זיי נישט געהאט קיין שים פראבלעם מיט די ביל אין נישטאמאל געטראכט צוויי אויב די חרידישע גייען עם צירוק אריין וואוטען?
בקיצור מיין וואוט איז באמת גארנישט ווערט ????

האסט מיר אויסגעכאפט די ווערטער פון מויל.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

דגל יהודה האט געשריבן:איך פארשטיי נישט עפעס אנדערש. ווי זענען אלע סטעיט סענעטערס פין אלע חרידישע געגענטער. פארוואס האבן זיי נישט געהאט קיין שים פראבלעם מיט די ביל אין נישטאמאל געטראכט צוויי אויב די חרידישע גייען עם צירוק אריין וואוטען?
בקיצור מיין וואוט איז באמת גארנישט ווערט ????

א דינער'דיגע פראגע וואס הילכט אפ אין איינזאמקייט.
איהר אייגענע ווידערקלאנג טוט איהר זעלבסט ענטפערן, ביז עס ווערט שטילער און שטילער, ווי דער געשריי פון אן איינזאמער פארבלאנדזשעטע וואנדערער אין וואלד.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

דגל יהודה האט געשריבן:איך פארשטיי נישט עפעס אנדערש. ווי זענען אלע סטעיט סענעטערס פין אלע חרידישע געגענטער. פארוואס האבן זיי נישט געהאט קיין שים פראבלעם מיט די ביל אין נישטאמאל געטראכט צוויי אויב די חרידישע גייען עם צירוק אריין וואוטען?
בקיצור מיין וואוט איז באמת גארנישט ווערט ????

יונה כהן האט דערמאנט די פראגע אויף קול מבשר און די אמת איז ווייל קיינער האט זיי עס נישט געמאלדן.
קיינער האט זיי נישט געזאגט אז מיר שטייען דא פאר א מלחמת קיום און אז איר ווילט ווידערגעוועלט ווערט שטעלט זיך צו צו ר' שמחה
פארוואס האט זיי קיינער גארנישט געזאגט? איז דא א טעאריע אז וויבאלד זייערע פארבינדעטע און אינזער געמיינדע די וואס 'פארטרעטן' די קאמיונעטי זענען דא נישט געווען אריינגעמישט בלויז די בעלזא עסקנים פון בארא פארק און אגו"י און קרית יואל ממילא....
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

דגל יהודה האט געשריבן:איך פארשטיי נישט עפעס אנדערש. ווי זענען אלע סטעיט סענעטערס פין אלע חרידישע געגענטער. פארוואס האבן זיי נישט געהאט קיין שים פראבלעם מיט די ביל אין נישטאמאל געטראכט צוויי אויב די חרידישע גייען עם צירוק אריין וואוטען?
בקיצור מיין וואוט איז באמת גארנישט ווערט ????

פרעגסט צו די ענטפערסט?

מען בלייבט אינדערהיים במשך דעם וואל טאג און די פאלעטישאנס דארפן ארבעטען פאר אונז.

נישט אזוי?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די סיבה איז עכט ווייל אונזער סטעיט סענעטאר האט סאך א גרעסערע דיסטריקט ווי וומ"ס, די פאר טויזענט וומ"ס וואוטס איז א פיצי חלק פון די דיסטריקט, און אויב וואלטער זיך צוגעשטעלט, וואלטער זיכער גע'פעיסד א פריימערי, ווידער אין אסעמבלי מאכט אונזער וואוט מער אויס, אבער אין אסעמבלי וואלט איין אדער צוויי אסעמבלי לייט נישט געקענט העלפן... די דעמעקראטן האבן א ריזיגע אויבערהאנט... סאו מ'האט געדארפט האבן א סטעיט סענאטאר, און אונזערע שטומען זענען נישט גענוג פאוערפול צו קענען איינטיילן פאר א סטעיט סענעטאר...

גענוי ווי איינער האט געשריבן, דא איז געווען אזוי ווי די מעשה פון פורים... פונקט איז די סענאט 50/50, און ר' שמחה פעלדער איז געווען די דעסיידינג וואוט וכד'... הונדערטער דעטאלן האבן געדארפט קלאפן און האט בס"ד גע'קלאפט...

יעצט גייט איינער פרעגן, דאס מיינט אז אונזער סטעיט סענעטאר האט אונז פארראטן? ניין! ער האט נאר געמוזט קוקן אויפן ביג פיקטשער, אבער ווען סיז געקומען צו אנדערע זאכן, למשל די חברה האבן געמאכט א פרעסס קאנפרענס און גערופן יעדע פאלעטישן וואס זיי האבן נאר געקענט, זיי האבן נישט געקענט האבן קיין איין לאוקעל פאלעטישן! זיי האבן געטראפן איין שונאי ישראל פון קווינס און נאך א פאלעטישן וואס האט נישט געוואוסט אז די קאמיוניטי איז קעגן זיי, ווייל זי איז נישט פון דאהי, אלע אנדערע האבן געוואוסט און זענען נישט געגאנגן... סאו אונזערע וואוטס האט אויסגעמאכט בס"ד אויף דעם פראנט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

איך האב געטראכט די זעלבע ווי 'ווישטיג מאכער', לדוגמא סענעטאר לארקין א רעפאבליקאנער וואס פארטרעט קרית יואל, און איז אלעמאל געווען א פריינד פון די ווילעדזש באאמטע, האט א גרויסע דיסטריקט און ער זוכט נישט זיך אנצונעמען פאר אן אומפאפולערע מיינונג פון א קליינע פראצענט וואוטערס, (בפרט אז ער איז אן אלטער מענטש און ער וועט לכאורה נישט לויפן נאכאמאל, האלט ער זיך נישט ביים שמוציג מאכן פארן ארויסגיין).

נאך ערגער איז אין די סיטי, די ליבעראלע דעמאקראטישע סענעטארן האלטן זיך נישט ביים זיך קריגן מיט די מידיע, זיי ווילן נישט באקומען דעם צונאמען פון 'אנטי-עדיוקעישאן'.
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

אין די פארגאנענע יארן איז ארויסגעקומען איבער 50 טויזענט וואוטס פון די גאר היימישע געגענטער

מאנסי 18000
ב.פ. 14000
ווילי 12000
ק''י 8000
(איך שרייב נישט פונקלעך... ווער עס קען זאל אויסבעסערן)

מען קען עס דאפלען און טריפלען אין א נישטיגע צייט.. ווען דער עולם האלט דערביי...

אזוי אויך קען מען אריינעמען געגענטער וואס זענען נישט אזוי היימיש...

יעצט ווען א גאווענער דערזעהט זיך מיט א ריזיגער בלאק-וואוט איז די זאך אויף א אנדערע לעוועל.

ווי עטליכע האבן געשריבן פריער איז געווען א נס פורים אז פעלדער איז געווען דער מכריע... והכחם עיניו בראשו צו טוהן די חלק ההשתדלות וה' יעזור מן השמים.
לעצט פארראכטן דורך א. טראכטער אום מאנטאג אפריל 09, 2018 12:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

א. טראכטער האט געשריבן:אין די פארגאנענע יארן איז ארויסגעקומען איבער 50 טויזענט וואוטס פון די גאר היימישע געגענטער

מאנסי 18000
ב.פ. 14000
ווילי 12000
ק''י 8000
(איך שרייב נישט פונקלעך... ווער עס קען זאל אויסבעסערן)

מען קען עס דאפלען און טריפלען אין א נישטיגע צייט.. ווען דער עולם האלט דערביי...

אזוי אויך קען מען אריינעמען געגענטער וואס זענען נישט אזוי היימיש...

יעצט ווען א גאווענער דערזעהט זיך מיט א ריזיגער בלאק-וואוט גייט מען אנדערש צו...

ווי עטליכע האבן געשריבן פריער איז געווען א נס פורים אז פעלדער איז געווען דער מכריע... והכחם עיניו בראשו צו טוהן די חלק ההשתדלות וה' יעזור מן השמים.

איך קוק די חילוק צווישן די וואוטס אין מאנסי און אין ווילי ס'איז ממש א הימל געשריי, איז טאקע דא אזא חילוק אין איינוואוינערס? אדער אין די וואס גייען ארויס וואטען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

נאר א גאר הייסע און היציגע פארמעסט בענגט ארויס אזעלכע ריזיגע ציפערן, אינערליכע מחלוקת אין ברוקלין, ק"י.. אדער ווען ס'הערשט א ערענסטע פחד ווי אין מאנסי, ביי סתם וואלן איז נישטא ווייט די ריזיגע נאמבערס. פשוט פאר השתדלות אדער הכרת הטוב גייט דער עולם קיינמאל נישט שטראמען צו די וואל בודקעס..
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

די דאטום איז נישט אזוי גוט פאר אסאך חסידישער אידן וואס וויילן עשרת ימי תשובה אין ארץ ישראל אדער אין אומאן ביים רבין
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

וואס עפעס? האט געשריבן:די דאטום איז נישט אזוי גוט פאר אסאך חסידישער אידן וואס וויילן עשרת ימי תשובה אין ארץ ישראל אדער אין אומאן ביים רבין

רעדיר נישט איין אז דאס איז די תירוץ, ס'איז שוין געווען גענוג וואלן אין פיינע וועטערס, רואיגע צייטן, אבער דער עולם האט דאס אויסגענוצט זיך אפצוריען.

אני הק' גיי אלעמאל שטימען, זינט א שמועס בימי בחרותי מיט מיין ראש ישיבה שליט"א, וואס שיקט אריין א עבסענטי צוליב שמירת עינים.

אין א זייטיגע נאטיץ, געוויסע מענטשן וועלן נישט צוליב די איבערגעטריבענע העצע וואס מען מאכט ביי פארשידענע וואלן, און עס ברויך טאקע א תיקון.
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

for those who understand how the budget deliberations work in Albany, it's not to a big question on local politicians
Usually the Governor and Senate majority leader and Assembly speaker hammer out a deal, and then everyone brings his party members to vote on it, here was the trick that R' simche has a powerful weigh on senate majority leader since he is the one deciding vote to give him the majority position,
So in Assembly, the Speaker won't change his mind for a few Assemblymen, and of course in Senate the Republican majority leader isn't looking on a
Brooklyn state senator
now in terms of votes for the budget, there was more than enough, once Senate majority leader agrees to a deal with the other 2 in room, which is the governor and speaker, the key here is that the Senate leader was held hostage by R simche
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

וואס עפעס? האט געשריבן:די דאטום איז נישט אזוי גוט פאר אסאך חסידישער אידן וואס וויילן עשרת ימי תשובה אין ארץ ישראל אדער אין אומאן ביים רבין

פאר ווער עס האלט דערביי איז דא צו באקומען א בעלאט צו שטימען פאראויס
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:די דאטום איז נישט אזוי גוט פאר אסאך חסידישער אידן וואס וויילן עשרת ימי תשובה אין ארץ ישראל אדער אין אומאן ביים רבין

פאר ווער עס האלט דערביי איז דא צו באקומען א בעלאט צו שטימען פאראויס

ווי?
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:ווי?

עס הייסט "עבסענטי בעלאט" אייביג פאר די וואוטס הענגען צעטלעך אין ביהמ"ד (קרית יואל, אנדערע פלעצער ווייס איך נישט) מיט א נומבער צו קאלן וואו מען קען עס באקומען.
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

א. טראכטער האט געשריבן:
דער קוטשער האט געשריבן:ביטע, פעלט אינפארמאציע צום קעפל.

ווער לויפט פון אידישע געגענטער וואס האבן א טובת הנאה פון די נייע געזעץ?
פון ניו יארק, אלע געגענטער.

וויפיל מאכט עס אויס אין אלע געגענטער פערצענטואל, אויב קומט מען ארויס שטארק אינאיינעם?

וועט מען מאכן זיכער די לויפער'ס ווייסן וואס אונז וויל מיר, אז מיר זאלן פארשטיין אז זיי ווערן אריינגעוואויט פאר אונז?

א בלאק-וואוט רעכנט זיך וויפיל שטימען קומט אריין פון א פעסיפישע געגענט, לאו דוקא ווער עס געווינט.

היי יאר לויפט גאווענער קאומא איז עס נוגע פאר אלע ניו יארקער איינוואוינער צוגלייך.

איר האט נישט געענטפערט אויף מיינע שאלות, אבער איך זעה אז שפעטער כאפט איר שוין וואס איך מיין.

א. טראכטער האט געשריבן:אין די פארגאנענע יארן איז ארויסגעקומען איבער 50 טויזענט וואוטס פון די גאר היימישע געגענטער

מאנסי 18000
ב.פ. 14000
ווילי 12000
ק''י 8000
(איך שרייב נישט פונקלעך... ווער עס קען זאל אויסבעסערן)

מען קען עס דאפלען און טריפלען אין א נישטיגע צייט.. ווען דער עולם האלט דערביי...

אזוי אויך קען מען אריינעמען געגענטער וואס זענען נישט אזוי היימיש...

יעצט ווען א גאווענער דערזעהט זיך מיט א ריזיגער בלאק-וואוט איז די זאך אויף א אנדערע לעוועל.

ווי עטליכע האבן געשריבן פריער איז געווען א נס פורים אז פעלדער איז געווען דער מכריע... והכחם עיניו בראשו צו טוהן די חלק ההשתדלות וה' יעזור מן השמים.

איך האב נישט גערעדט פון געווינען, אויב וויל מען דער עולם זאל פילן וואס מיינט א בלאק וואויט, דארף מען די ציפערן, (אביסל עט ליעסט) און יא, עס רעדט זיך נישט פון נאר די געגענטער, רב צוויבעל פון אגודה קאווערט אסאך אנדערע געגענטער וואס האבן אויך הנאה פון דעם געזעץ טויש.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”