ביר - חמץ שעבר עליו הפסח
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6816
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 345
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am
Think and Thank האט געשריבן:ממעתיקי השמועה האט געשריבן:הרב מיללער, זייער גוט און צום פינטל.
אבער לדעתי איז די אריכות און מהומה איז געווארן אויף דעם נוסח פון די התאחדות בריוו "צוליב די פרישע אויפדעקונג" ... זענען מיר מודיע ...", אן צו דערמאנען אז עס איז געווען א מכירה און אונזערע פוסקים האלטן לחומרא אדער אפילו עס איז נישט אויסגעהאלטן, [ליתר ביאור: די התאחדות צעטל צייגט נישט אן אלס ענטפער אויף א מכירה אז עס איז נישט אויסגעהאלטן וכדומה, נאר ענדערש אלס א פרישע שרעקליכע כשרות סקאנדאל, און למעשה זעט מען דערנאך אז עס איז נישט אזוי, נאר אן אלטע פראבלעם כתמול שלשום, און היי יאר איז בלויז נתחדש געווארן די 'אוי קעי' מכירה, ועל זה יצא הקצף].
למעשה אזוי ווי איר לייגט עס אראפ איז דא א מחלוקת הפוסקים [השגחות] וואס גיבט אלע רעכטן פאר התאחדות צו שרייבן וואס זיי ווילן, און פאר יראים ושלמים צו מחמיר זיין כנהוג עד היום, און יעדער מיט זיין רב זאל זיך פיהרן על מקומו בשלום.
בלייבט למעשה שווער אויב איז עס אן הלכה'דיגן פראבלעם פארוואס איז די תאריך ביז שבועות?
איך ווייס נישט וואס איר דרייט א קאפ. די התאחדות בריוו שרייבט קלאר אז זיי זענען הערשט היי יאר געוואויר געווארן אז דער דיסטריביוטער איז א איד וואס איז ליידער נישט קיין שומתומ"צ, און דעריבער זאל מען נישט קויפן. זיי צייכענען אויך צו די דריי פוסקים וואס שרייבן אז אויף אזא פאל (פון א איד וואס היט נישט פסח) העלפט נישט קיין מכירה אין קיין פאל.
די או קעי איז ארויסגעקומען מיט א בריוו צו שרייבן אז זיי האבן געמאכט א מכירה לויט ר' משה וואס איז יא אויסגעהאלטן לויט די דריי פוסקים - וואס איז א סתירה מיניה וביה, אויסער וואס עס איז נישט מעגליך לויט התאחדות, און ווי רמ"מ ווייסמאנדל (וואס איז געווען אינוואלווד אין די או קעי מכירה) איז מסביר איז עס נישט ריכטיג.
איך ווייס נישט פון וועלכע קאפ און וועלכע זייט איר זענט געדרייט.
ליינטס איבער מיין שפעטערע תגובה, איך האב בסך הכל מסביר געווען די אכט זייטן, ביז רמ"מ ווייסמאנדל'ס בריוו און הרב מיללער איז אנגעקומען מיט אן אויסקלארינג.
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5686
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
ידיעות שונות האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:שאלת תם,
האט התאחדות געוואוסט ביז היי-יאר אז די ביר באלאנגט פאר א איד שאינו שומתומ"צ און ער פארקויפט נישט די חמץ?
איך זעה נישט קיין שום פראבלעם מיט די בריוו פון הגר"ה וו"ב מסערדעהעל, איך פארשטיי נישט פארוואס מענטשן ווערן אזוי עמאציאנעל צוגעשמידט צו אן אישו, בסף הכל האט ער געזאגט אז ער איז געוואור געווארן פון די פראבלעם אז די ביר באלאנגט פאר א איד, און לפי דעתו דעת תורה איז באופן כזה נישט אויסגעהאלטן קיין מכירת חמץ (ודלא כשיטת מרן האיגר"מ זצ"ל) דערפאר איז ער מייעץ לכל הסרים למשמעתו נישט צו קויפן קיין ביר ביז שבועות. מה כל הרעש עליו?
קומט הגרד"י ליווי, באמת גאר א חשוב'ער איד (ביודעי ומכירי קאמינא) און א מומחה גדול בתחום הכשרות, א ירא שמים מרבים, און לפי בינת שכלו ודעתו דעת תורה, ע"י שלוחו הרב וויינפעלד, ובהתייעצות מיט אנדערע גדולי רבנים המכשירים ווי הגר"א עקשטיין און הגרמ"מ ווייסמאנדל שליט"א, האבן זיי יא געהאלטן אז מוטב צו מאכן אזא שטר מכירת חמץ ווי לאזן די חמץ שעבר עליו הפסח לכל הדיעות פון וואס מער מענטשן וועלן לכאורה נכשל ווערן. מה כל הרעש עליהם?
יעצט קומט אריין דער 'והבוחר יבחר' א יעדער איד מאכט זיך זיינע גדרים וסייגים, איינער ווען ער זעהט אז הגר"ה וו"ב זאגט אז די מכירה איז מפוקפק, על אף וואס אנדערע רבנים זענען מיקל, וועט ער ענדערש נעמען די חומרא להינצל מחשש חמץ שעבר עליו הפסח (וואס אגב איז להלכה נאר אן איסור דרבנן, נישט קיין איסור כרת חלילה) אפי' אויב עס איז נאר א חומרא לויט געוויסע רבנים, און אן אנדערער זאגט איך פארלאז מיך אויף די רבנים המתירים וזהו זה.
בעצם, דערמאנט מיך די דעבאטע פון די מחלוקת איבער די עירובין אין ברוקלין, צד א' שרייעט אז עס איז חילול שבת און א פירצה פון פורקי עול, און צד ב' שרייט אז עס איז היתר גמור, און משוגע (לדעתי) איז דער וואס נעמט די מחלוקת צום הארצן, הבוחר יבחר און לאז אנדערע לעבן.
הרב מילער איהר זאגט זייער שטארק.
נאר איין זאך: אויב זאכן וואלטן לכתחלה געווען אזוי קלאר ווי איהר לייגט עס אראפ, וואלט ווארשיינליך געווען אן אנדערע מעשה. אבער ס'דאך נישט אזוי געווען, בסך הכל האט "התאחדות הרבנים" ארויסגעלייגט אן איסור אויף ביר (אגב קיינמאל געוויסט אז התאחדות מיינט ר' הלל וויינבערגער ותו לא), און שפעטער דערוויסט מען זיך אז ס'גאר נישט אזוי פשוט, נאר יש דעות לכאן ולכאן. אין נארמאלע אומשטענדן וואלט מען געמאכט אן ערנסטע אסיפה און דן געווען, קיינמאל געווען אזא זאך אז א מורה הוראה פסק'נט ווייל "מהאט אזוי אנגענומען", פאר מ'גיט ארויס אן איסור אויף א מאכל אדער משתה פאר א גאנצע שטאט פאדערט זיך עפעס מעהר ערנסט כמובן.
נישט דער עצם זאך ברענגט די היציגקייט, נאר די צוגאנג, והיינו טעם דעירובין, והיינו טעם ד... והיינו טעם ד..... און אזוי אויף יעדע זאך וואס ס'ווערט א שטיקל מהומה איז געווענטליך צוליב דעם.
ווען ס'איז דא אן אנדערע צוגאנג ברענגט עס אנדערע רעזולטאטן.
וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן אייער מיינונג אויפ'ן צאנזער רב'ס איסור אויף מאשין מצות.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7079
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
יאך וויל וויסען ביי וועם ער פלעגט ביז איצט פארקויפן די חמץ, אפשר ברויך יענער ווייטער זיין געלט (איך זאג נישט ח"ו אז התאחדות פלעגט עס פארקויפן, און איך ווייס נישט אויב התאחדות פארקויפט חמץ אין דזשענעראל, דאס איז מער א רבנישע פונקציע) און יענער האט אונטערגעצינדען עטליכע רבנים. אין איינע פון די נייעס געשרייבעכצער ווערט געברענגט אז ער האט א רעליגיעזען זון אין קרוין הייטס, און איך גלייב נישט אז דער זוהן האט אים ביז איצטערט צוגעלאזט מיט אומפארקויפטע חמץ, כאטש אויף זיין דרגה
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
-
- שר האלף
- תגובות: 1084
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm
Think and Thank האט געשריבן:ידיעות שונות האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:שאלת תם,
האט התאחדות געוואוסט ביז היי-יאר אז די ביר באלאנגט פאר א איד שאינו שומתומ"צ און ער פארקויפט נישט די חמץ?
איך זעה נישט קיין שום פראבלעם מיט די בריוו פון הגר"ה וו"ב מסערדעהעל, איך פארשטיי נישט פארוואס מענטשן ווערן אזוי עמאציאנעל צוגעשמידט צו אן אישו, בסף הכל האט ער געזאגט אז ער איז געוואור געווארן פון די פראבלעם אז די ביר באלאנגט פאר א איד, און לפי דעתו דעת תורה איז באופן כזה נישט אויסגעהאלטן קיין מכירת חמץ (ודלא כשיטת מרן האיגר"מ זצ"ל) דערפאר איז ער מייעץ לכל הסרים למשמעתו נישט צו קויפן קיין ביר ביז שבועות. מה כל הרעש עליו?
קומט הגרד"י ליווי, באמת גאר א חשוב'ער איד (ביודעי ומכירי קאמינא) און א מומחה גדול בתחום הכשרות, א ירא שמים מרבים, און לפי בינת שכלו ודעתו דעת תורה, ע"י שלוחו הרב וויינפעלד, ובהתייעצות מיט אנדערע גדולי רבנים המכשירים ווי הגר"א עקשטיין און הגרמ"מ ווייסמאנדל שליט"א, האבן זיי יא געהאלטן אז מוטב צו מאכן אזא שטר מכירת חמץ ווי לאזן די חמץ שעבר עליו הפסח לכל הדיעות פון וואס מער מענטשן וועלן לכאורה נכשל ווערן. מה כל הרעש עליהם?
יעצט קומט אריין דער 'והבוחר יבחר' א יעדער איד מאכט זיך זיינע גדרים וסייגים, איינער ווען ער זעהט אז הגר"ה וו"ב זאגט אז די מכירה איז מפוקפק, על אף וואס אנדערע רבנים זענען מיקל, וועט ער ענדערש נעמען די חומרא להינצל מחשש חמץ שעבר עליו הפסח (וואס אגב איז להלכה נאר אן איסור דרבנן, נישט קיין איסור כרת חלילה) אפי' אויב עס איז נאר א חומרא לויט געוויסע רבנים, און אן אנדערער זאגט איך פארלאז מיך אויף די רבנים המתירים וזהו זה.
בעצם, דערמאנט מיך די דעבאטע פון די מחלוקת איבער די עירובין אין ברוקלין, צד א' שרייעט אז עס איז חילול שבת און א פירצה פון פורקי עול, און צד ב' שרייט אז עס איז היתר גמור, און משוגע (לדעתי) איז דער וואס נעמט די מחלוקת צום הארצן, הבוחר יבחר און לאז אנדערע לעבן.
הרב מילער איהר זאגט זייער שטארק.
נאר איין זאך: אויב זאכן וואלטן לכתחלה געווען אזוי קלאר ווי איהר לייגט עס אראפ, וואלט ווארשיינליך געווען אן אנדערע מעשה. אבער ס'דאך נישט אזוי געווען, בסך הכל האט "התאחדות הרבנים" ארויסגעלייגט אן איסור אויף ביר (אגב קיינמאל געוויסט אז התאחדות מיינט ר' הלל וויינבערגער ותו לא), און שפעטער דערוויסט מען זיך אז ס'גאר נישט אזוי פשוט, נאר יש דעות לכאן ולכאן. אין נארמאלע אומשטענדן וואלט מען געמאכט אן ערנסטע אסיפה און דן געווען, קיינמאל געווען אזא זאך אז א מורה הוראה פסק'נט ווייל "מהאט אזוי אנגענומען", פאר מ'גיט ארויס אן איסור אויף א מאכל אדער משתה פאר א גאנצע שטאט פאדערט זיך עפעס מעהר ערנסט כמובן.
נישט דער עצם זאך ברענגט די היציגקייט, נאר די צוגאנג, והיינו טעם דעירובין, והיינו טעם ד... והיינו טעם ד..... און אזוי אויף יעדע זאך וואס ס'ווערט א שטיקל מהומה איז געווענטליך צוליב דעם.
ווען ס'איז דא אן אנדערע צוגאנג ברענגט עס אנדערע רעזולטאטן.
וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן אייער מיינונג אויפ'ן צאנזער רב'ס איסור אויף מאשין מצות.
איהר שטעלט צו ר' הלל וויינבערגער צום הייליגען צאנזער רב?
סתם אזוי איז נישט קיין מצוה אין די תורה צו זיין 'רבוע' אויסער ביי תפלין די מזבח און די חושן, ודי.
און ס'איז בכלל א שאד די צייט און מיה זיך צו טענ'ען ווי קליינע קינדער מיט מענטשן וואס קענען בכלל נישט הערן קיין מיינונג אנדערש ווי זיי טראכטן.
ובזה יצאתי ידי חובתי, הצלחה מרובה.
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5686
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
שארף געענטפערט, כנהוג ווען מען האט נישט קיין זאכליכע תשובה.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
- משה כספי
- שר האלפיים
- תגובות: 2070
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
- לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
- פארבינד זיך:
Think and Thank האט געשריבן:שארף געענטפערט, כנהוג ווען מען דרייט סתם א קאפ מען האט נישט קיין זאכליכע תשובה.
איך מיין דער עולם דא איז טאקע אומוויסענד? סענסעטיוו צו מיינונגען פון גדולי ישראל וואס האלטן אנדערשט ווי מען האט זיי געלערנט? מאשין מצות, עירוב, קטניות, מכירת חמץ, מחיצות, וכו' וכו' איז איין גרויסע קוגל??? אפשר קען מען אריינלייגן שוין אין דעם אשכול די מחלוקה פון ר' שמשון רפאל הירש און ר' יצחק אלחנן מיט רוב גדולי ישראל איבער שטודירן אויך דא?
ועל כגון דא כבר אמרו אם אין דעת הבדלה מנין
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5686
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
צו וואס כאפט איר אזוי שטארק אן מיין תגובה? איך גיב עס אייך גערן.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3684
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am
קיסריה האט געשריבן:ווער שרייט היינט (אדער אמאל) אויף די אידן וועלכע טוען א מלאכה ווען רוב שטאט האלט שבת - איידער שיטת רבינו תם?
האט איינער אמאל נאכגעשריגן די וועלכע רייכערן, ווען ביי 99 פראצענט שטאט איז שבת קודש?
מה יפית׳ניקעס האבן טאקע געזיגט?
וואס איז דער דמיון פון א מלאכה פאר רבינו תם זמן וואס איז א אלטע מחלוקת און די וואס טוען פארלאזן זיך אויף זייערע רביס מדורות הקודמים.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3684
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am
מיללער האט געשריבן:פרידן האט געשריבן:
ווען הרה"ג דומ"ץ קרית יואל האלט ווען אז מען טאר נישט מאכן א עירוב אין קר"י אין איינער מאכט ווייל ער האלט אז מען מעג, צו נישט ער מאכט אבער ער באניצט זיך דערמיט נאכדעם וואס איינער מאכט
איז די זעלבע ווי ווען הרה"ג דומ"ץ קר"י לויט נישט עסן פרי בעקט חמץ שעבר עליו הפסח, אין איינער עסט ווייל זיין רב האלט אז מען מעג
איר מיינט צו זאגן וועגן א שאלה פון מרא דאתרא?
אהא, איך הער, מיט דעם זענט איר גערעכט, דאס איז טאקע אן ערנסטע שאלה
בלעטערנדיג אין די אלטע אשכולות זעה איך אז אמאל פלעגט מען אין אזא פאל שרייבן #טעגלאש אלערט, איך ווייס נישט פונקטליך וואס עס מיינט טעגלאש אבער כך נהגו.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
צו געזונט האט געשריבן:יאך וויל וויסען ביי וועם ער פלעגט ביז איצט פארקויפן די חמץ, אפשר ברויך יענער ווייטער זיין געלט (איך זאג נישט ח"ו אז התאחדות פלעגט עס פארקויפן, און איך ווייס נישט אויב התאחדות פארקויפט חמץ אין דזשענעראל, דאס איז מער א רבנישע פונקציע) און יענער האט אונטערגעצינדען עטליכע רבנים. אין איינע פון די נייעס געשרייבעכצער ווערט געברענגט אז ער האט א רעליגיעזען זון אין קרוין הייטס, און איך גלייב נישט אז דער זוהן האט אים ביז איצטערט צוגעלאזט מיט אומפארקויפטע חמץ, כאטש אויף זיין דרגה
דא האט איר וואס הרב וויינפעלד שרייבט:
- פיצי קעפעלע
- שר האלף
- תגובות: 1496
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
- לאקאציע: Rockland County NY
- פארבינד זיך:
- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5474
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
maybeeynot האט געשריבן:מאגרוב. ר' הלל וויינבערגער
בראנפאן קען האבן נאך חששות למשל מ'עידזשט עס אין אוק פעסער ס'קען האבן בליעות פון יין נסך. פלעיווארס.
אגב בראנפאן איז די איינציגסטע אינדסטרו וואס דארפן נישט ארויס שרייבן די אינגרידענס אופן פראדאקוט
וועגען דעם זע דער אשכול
viewtopic.php?f=5&t=27110
דער גאנצער אשכול דארף ניטאמאל גיין אין גניזה, ווייל עס האט נישט קיין אות אחת שמות....
כ'מיין צו זאגן
קיינער האט ניטאמאל גענומען די מיה נאכצוקוקען די מראי מקומות, איינער האט דא בכלל געעפנט דעם ספר מהר"ם שיק, דברי יואל, אגרות משה??????
איינער קען מיר א טובה טוהן און מיר לינקן אדער אנווייזן וואו כ'קען הערן הרב אשר עקשטיין'ס דרשה, לאמיך הערן זיינע נימוקים, און נאכדעם העליך פראבירן אפצומאכן צו מען רעדט צו די זאך אדער נישט
נו, געגאנגען

הג"ר אשר ווייס שליט"א באציהט זיך די וואך אויף די שערוריה [נוטה להתיר]
http://www.torahbase.org/%d7%97%d7%9e%d ... %a2%d7%97/
http://www.torahbase.org/%d7%97%d7%9e%d ... %a2%d7%97/
-
- שר האלף
- תגובות: 1225
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm
אין כל חדש האט געשריבן:I don't see anything in the link re the Beer story, from his words re a diff story it seems he is actually machmir
דא האסטו עס אין PDF, ער רעדט באריכות דערפון זעה צום סוף פונם שמועס
https://drive.google.com/open?id=0BxRYF ... 9WX0hfRVl3
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק