ביר - חמץ שעבר עליו הפסח

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
mikva yid
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2012 9:43 pm

ביר - חמץ שעבר עליו הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mikva yid »

dovidal האט געשריבן:
hi class האט געשריבן:עפעס זאגט מיר איינער אז ר' הלל וו"ב האט היינט ביים שיעור מעורר געווען איבער א שערוריה איבער די ביר אז עס איז חמץ שעבר עליו הפסח
איינער האט די רעקארדינג? עפעס אינפארמאציע?

וואס איז די שאלה? ביר איז חמץ גמור
ע"כ מחמירין לקנות מגוי שהיה אצלו הביר מקודם הפסח ועל זה מבדילין מוצאי פסח


שמעתי נאכזאגן אויסצוגן פון די דרשה, בערך אזוי:
די בעלי מכשירים האבן זיך דערוויסט אז די פאבריק אין מאנהעטען פון ווי אונזער היימישע ציבור באקומט ביר באלאנגט פאר א יהודי,
די בעלי מכשירים האבן זיך געוואנדן צו אים בעפאר יו"ט אז ער זאל מאכן א מכירה לעכו"ם אבער ער האט נישט געוואלט.
איין רב האט עפעס יא געמאכט א מכירה, אבער די מציאות איז אז די ביזנעס איז געהעריג אנגעגאנגען יו"ט,
האט ר' הלל געזאגט ביי די דרשה אשר ע"כ גייט בד"צ שע"י התאחדות פארעפענטליכן נאך יו"ט וועלכע בירן מען מעג און מען טאר נישט נוצן.
אדרבה ווער עס קען זאגן פונקטליכער תבוא עליו ברכה
מקוה ישראל ה' מושיע בעת צרה
אוועטאר
mikva yid
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2012 9:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mikva yid »

mikva yid האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
hi class האט געשריבן:עפעס זאגט מיר איינער אז ר' הלל וו"ב האט היינט ביים שיעור מעורר געווען איבער א שערוריה איבער די ביר אז עס איז חמץ שעבר עליו הפסח
איינער האט די רעקארדינג? עפעס אינפארמאציע?

וואס איז די שאלה? ביר איז חמץ גמור
ע"כ מחמירין לקנות מגוי שהיה אצלו הביר מקודם הפסח ועל זה מבדילין מוצאי פסח


שמעתי נאכזאגן אויסצוגן פון די דרשה, בערך אזוי:
די בעלי מכשירים האבן זיך דערוויסט אז די פאבריק אין מאנהעטען פון ווי אונזער היימישע ציבור באקומט ביר באלאנגט פאר א יהודי,
די בעלי מכשירים האבן זיך געוואנדן צו אים בעפאר יו"ט אז ער זאל מאכן א מכירה לעכו"ם אבער ער האט נישט געוואלט.
איין רב האט עפעס יא געמאכט א מכירה, אבער די מציאות איז אז די ביזנעס איז געהעריג אנגעגאנגען יו"ט,
האט ר' הלל געזאגט ביי די דרשה אשר ע"כ גייט בד"צ שע"י התאחדות פארעפענטליכן נאך יו"ט וועלכע בירן מען מעג און מען טאר נישט נוצן.
אדרבה ווער עס קען זאגן פונקטליכער תבוא עליו ברכה
אטעטשמענטס

[דער עקסטענשאן wma ארבעט נישט.]

מקוה ישראל ה' מושיע בעת צרה
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2684
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

נישט קיין פאבריק, א דיסטריביוטער (פון כמעט יעדע סארט ביר).
און כמעט אלע ביר אין אונזער געגענט גייט דארך זיינע הענט.

דא האט איר א ליסטע וואו ער דיסטריביוט אלס.
Screenshot_2018-04-04-21-45-29-1.png
Screenshot_2018-04-04-21-45-29-1.png (128.83 KiB) געזען 5628 מאל
בילד
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

מאגרובער רב אין ארגון שיעורי תורה היינט האט נאכגעזאגט פון ר' אשר עקשטיין אז די זאך די מכירת חמץ וואס איז געמאכט געווארן דעם יאר מיט דעם ביר דיסטריביוטער איז א גרויסע אויפטוה.
hi class
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2011 11:14 am
לאקאציע: שויתי ה' לנגדי תמיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hi class »

קען איינער ביטע ברענגן די שיעור פון מאגרוב'ער ?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פומפדותא האט געשריבן:נישט קיין פאבריק, א דיסטריביוטער (פון כמעט יעדע סארט ביר).
און כמעט אלע ביר אין אונזער געגענט גייט דארך זיינע הענט.

דא האט איר א ליסטע וואו ער דיסטריביוט אלס.

זיין פראדוקט ליסט

ר' הילל זאגט אז באדווייזער בכל שום וחניכא דאית להו איז גוט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ובעניי פארשטיי איך נישט פארוואס הרב וויינבערגער שטעלט אראפ א פאקט אז בלויז דער איז דער איינציגיסטער עקסלוסיוו דיסטריביוטער וכו' ס'דאך פארהאן נאך עטליכע גרויסע ווי יוניאן ביר ועוד וואס קאווערן די 5 באראוס און נעססאו סאפפאלק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

קען איינער אפשר מסביר זיין פארוואס אין יארע אכטצען איז נאך נישט דא קיין כשר'ע ביר אויף די מארקעט,? ס'ווערט דאך גענוצט אין די טויזענטערס ביי שמחות וכדו' איז טאקע נישט ווערט די ביזנעס אז א היימישע יוד זאל אין דעם אינוועסטירן ? רובא דרובא ביר היינט האט ניטאמאל קיין OU הכשר ! קען זיין אז מקען זיך פארלאזן אויף היתרים, אבער לכתחילה כל בית ישראל ישען על זה ?
'ומאתים לנוטרים את פריו'
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

farshlufen האט געשריבן:ובעניי פארשטיי איך נישט פארוואס הרב וויינבערגער שטעלט אראפ א פאקט אז בלויז דער איז דער איינציגיסטער עקסלוסיוו דיסטריביוטער וכו' ס'דאך פארהאן נאך עטליכע גרויסע ווי יוניאן ביר ועוד וואס קאווערן די 5 באראוס און נעססאו סאפפאלק.

ובעניי פארשטיי איך נישט צו זענען דען אלע ביר באטלעך אדער רוב ברשותו פון דעם פרייען ייד במשך פסח? ממ"נ אויב האלט ער דאס פאר א לאנגע צייט, דאן איז דאך דא א גרויסער רוב פון באטלעך וואס זענען נישט ביי איהם געווען במשך פסח, אויב גייט עס אדורך שנעל, דאן אין בערך א וואך צוויי איז שוין דא א גרויסע רוב קעגן זיין ביר.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

שטאלצער יוד האט געשריבן:מאגרובער רב אין ארגון שיעורי תורה היינט האט נאכגעזאגט פון ר' אשר עקשטיין דומץ בעלזא אז די זאך די מכירת חמץ וואס איז געמאכט געווארן דעם יאר מיט דעם ביר דיסטריביוטער איז א גרויסע אויפטוה.


ס׳ הייסט ס׳ יא געווען א מכירה אדער נישט?
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

נאכ'ן אויסרעכענען די פארשידענע סארט ביר וואס מען טאר נישט, האט יא געזאגט אז budweiser מעג מען יא, ווייל דאס ווערט נישט דיסטריביוטעד דורך דעם אידישן דיסטריביוטער
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מאתים האט געשריבן:קען איינער אפשר מסביר זיין פארוואס אין יארע אכטצען איז נאך נישט דא קיין כשר'ע ביר אויף די מארקעט,? ס'ווערט דאך גענוצט אין די טויזענטערס ביי שמחות וכדו' איז טאקע נישט ווערט די ביזנעס אז א היימישע יוד זאל אין דעם אינוועסטירן ? רובא דרובא ביר היינט האט ניטאמאל קיין OU הכשר ! קען זיין אז מקען זיך פארלאזן אויף היתרים, אבער לכתחילה כל בית ישראל ישען על זה ?

עס איז נישט היתרים. עס איז לכתחילה מותר לויט די היינטיגע פוסקים
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6815
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

די שאלה איז צווייפאכיג
צו די ביר איז שוין געווען אין סטאר פאר פסח
צו די ביר איז נאך געווען ביי די קאמפאני, נישט דיסטריבוטער אום פסח

און אויב עס איז דא די צוויי ספיקות, הייסט עס א ספק ספיקא??

קען זיין אז די צווייטע ספק איז נישטא פאר א געוויסע זמן. אם כן איז זיכער נישטא קיין ספק ספיקא
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9623
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

עצה טובה קמ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

כנהוג אצל חסידים ואנשי מעשה מקורו ברמ"א וכן נהג הגר"א וגדולי החסידות להבדיל על שכר
ע"כ נוהגין לילך קודם חג הפסח לגוי גמור ולעשות סימנים על איזה באקסעס ֱֱֱ= ועכשיו אין על מה להחיש כיון שהיה אצל הגוי קודם חג הפסח ואגב חידוש שאצל אדמור"י סקווירא החמירו בכל השנה לא לאכול שאם דבר שלא נעשה בביתם אפילו עם הכשר הטוב ביותר אבל הבדילו על שכר מוצאי פסח משכר שהיה אצל גוי מקודם חג הפסח ולאחרונה מביאים שכר עם OU
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6815
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

מוצאי פסח איז נישטא אויף וואס חושש צו זיין

די שאלה איז ווען מען צייכענט אן איז דער גוי עס שוין מייחד פאר א איד ?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9623
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

שאינו יודע האט געשריבן:מוצאי פסח איז נישטא אויף וואס חושש צו זיין

די שאלה איז ווען מען צייכענט אן איז דער גוי עס שוין מייחד פאר א איד ?

מוצאי פסח דארף מען חושש זיין אם הגיע אליו באמצע פסח ע"י דיסטריבוטער של יהודי
ושנית אויב מען ציייכענט אן אינו מיוחד שאומרים לו בפירוש שיכול למכרו אם רוצה וכן פסקו הרבנים
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

שאינו יודע האט געשריבן:מוצאי פסח איז נישטא אויף וואס חושש צו זיין

די שאלה איז ווען מען צייכענט אן איז דער גוי עס שוין מייחד פאר א איד ?

דער גויאישער אייגנטומער איז נישט מייחד גארנישט, עס ליגט ווייטער געהעריג אויפן שעלפ, יעדער קען עס קויפן אן אפי' באמערקן די קליינטשיקע צייכן וואָס מען האָט געמאַכט דערויף.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

און וואס טוט זיך מיט די פולע וויסקי ברענערייען אין קענטאקי און ארום, וואס האבן ליגן ברויפן פאר לאנגע יארן אין די פעסער? אויב איז פארהאן א קאמפעני וואס איז איז אונטער די בעלות פון א יהודי (שמעתי אז דאס איז די מציאות ביי א חלק פון די קאמפעניס), איז לכאורה פארהאן א גרויסע פראבלעם מיט חמץ שעבר עליו הפסח.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

מונאוויטש האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט די פולע וויסקי ברענערייען אין קענטאקי און ארום, וואס האבן ליגן ברויפן פאר לאנגע יארן אין די פעסער? אויב איז פארהאן א קאמפעני וואס איז איז אונטער די בעלות פון א יהודי (שמעתי אז דאס איז די מציאות ביי א חלק פון די קאמפעניס), איז לכאורה פארהאן א גרויסע פראבלעם מיט חמץ שעבר עליו הפסח.

איז עס בכלל חמץ??, איז עס געמאכט פון תבואה??
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשיקטער »

מונאוויטש האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט די פולע וויסקי ברענערייען אין קענטאקי און ארום, וואס האבן ליגן ברויפן פאר לאנגע יארן אין די פעסער? אויב איז פארהאן א קאמפעני וואס איז איז אונטער די בעלות פון א יהודי (שמעתי אז דאס איז די מציאות ביי א חלק פון די קאמפעניס), איז לכאורה פארהאן א גרויסע פראבלעם מיט חמץ שעבר עליו הפסח.


גוט מארגען ! אן אלטע מייסע
זעה דעם מודעה פון 8 יאר צוריק
http://www.crcweb.org/Whisky%20Alert%20 ... Sep%202010).pdf

דארף מען טאקע זוכען אין די ליסטעס פון די כשרות ארגעניזאציעס
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

ראספשע האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט די פולע וויסקי ברענערייען אין קענטאקי און ארום, וואס האבן ליגן ברויפן פאר לאנגע יארן אין די פעסער? אויב איז פארהאן א קאמפעני וואס איז איז אונטער די בעלות פון א יהודי (שמעתי אז דאס איז די מציאות ביי א חלק פון די קאמפעניס), איז לכאורה פארהאן א גרויסע פראבלעם מיט חמץ שעבר עליו הפסח.

איז עס בכלל חמץ??, איז עס געמאכט פון תבואה??

די אמעריקאנע בורבאן וויסקיס באשטייען פון א מינימום 51% קארן, אבער זיי האבן אויך אריינגעמישט תבואה.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

טאקע פארדעם שרייען אלע רבנים המכשירים אז מטאר נשט טרינקען קיין בראנפן אן א השגחה
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

dovidal האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:מוצאי פסח איז נישטא אויף וואס חושש צו זיין

די שאלה איז ווען מען צייכענט אן איז דער גוי עס שוין מייחד פאר א איד ?

מוצאי פסח דארף מען חושש זיין אם הגיע אליו באמצע פסח ע"י דיסטריבוטער של יהודי
ושנית אויב מען ציייכענט אן אינו מיוחד שאומרים לו בפירוש שיכול למכרו אם רוצה וכן פסקו הרבנים


מיר קוקט אויס אז אין א קליינע לאקאלע געשעפט איז כמעט נישט במציאות אז דער גוי זאל אנפילן די שעלפס אינמיטן יו"ט, ביהר איז א פראדוקט וואס האלט זיך לאנג אויפן שעלף, און ס'נישטא קיין אפטע דעליוועריס אויף דעם.

אנצייכענען אויף די באקסעס איז פאר דער וואס וויל נוצן פון דעם ביר פאר א לאנגע טערמין, אבער אז מ'קויפט א באטעל לצורך הבדלה מוצאי יו"ט פעלט עס נישט אויס.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9623
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ידיעות שונות האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:מוצאי פסח איז נישטא אויף וואס חושש צו זיין

די שאלה איז ווען מען צייכענט אן איז דער גוי עס שוין מייחד פאר א איד ?

מוצאי פסח דארף מען חושש זיין אם הגיע אליו באמצע פסח ע"י דיסטריבוטער של יהודי
ושנית אויב מען ציייכענט אן אינו מיוחד שאומרים לו בפירוש שיכול למכרו אם רוצה וכן פסקו הרבנים


מיר קוקט אויס אז אין א קליינע לאקאלע געשעפט איז כמעט נישט במציאות אז דער גוי זאל אנפילן די שעלפס אינמיטן יו"ט, ביהר איז א פראדוקט וואס האלט זיך לאנג אויפן שעלף, און ס'נישטא קיין אפטע דעליוועריס אויף דעם.

אנצייכענען אויף די באקסעס איז פאר דער וואס וויל נוצן פון דעם ביר פאר א לאנגע טערמין, אבער אז מ'קויפט א באטעל לצורך הבדלה מוצאי יו"ט פעלט עס נישט אויס.

אדרבה פרעגט דעם גוי אלע געשעפטן וואס פארקויפן ביר באקומען יעדע 7 ֱֱֱטאג פרישע ביר
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

מכתב התאחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

WhatsApp Image 2018-04-08 at 10.19.02 PM.jpeg
WhatsApp Image 2018-04-08 at 10.19.02 PM.jpeg (123.28 KiB) געזען 4639 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”