ביר - חמץ שעבר עליו הפסח

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אפריל 16, 2018 9:26 pm

גיי שוין גיי האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:ער האט דען דא געהאנדעלט ווייטער מיט די חמצ'ע ביר?

אזוי האט מען דאך מורא. ער איז דאך א פרייער איד!!!
וואס דען איז דא די שערוריה????

ייש"כ פאר די תשובה. דא זעט מען אז אפי' לשיטת ר' משה העלפט נישט די מכירה פאר די חמץ וואס ער פארקויפט אום פסח, ממילא איז דא א חשש אויף אלע ביר עכ"פ אין די ערשטע וואך צוויי נאך פסח צו זיי האבן עס נישט באקומען אום פסח וואס דעמאלטס איז עס אסור אפי' לר' משה.
Innocent until proven Republican

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מאנטאג אפריל 16, 2018 9:38 pm

י
לעצט פאראכטן דורך פסיקתא אום מאנטאג אפריל 16, 2018 9:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מאנטאג אפריל 16, 2018 9:43 pm

סידיראם האט געשריבן:ער האט דען דא געהאנדעלט ווייטער מיט די חמצ'ע ביר?


אוודאי נישט, אויסדריקטלעך נאר מיט די כשר לפסח'דיגע ביר!

אבער חז"ל זאגן אז "אין ביר ירא חטא" סא כ'ווייס נישט
לעצט פאראכטן דורך פלאחותיך אום דינסטאג אפריל 17, 2018 9:15 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מאנטאג אפריל 16, 2018 9:50 pm

גיי שוין גיי האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:ער האט דען דא געהאנדעלט ווייטער מיט די חמצ'ע ביר?

אזוי האט מען דאך מורא. ער איז דאך א פרייער איד!!!
וואס דען איז דא די שערוריה????


ביסט גערעכט ער שרייבט קלאר כקונה מחדש
דאס מיינט עס וועט זיינע אין פסח

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19699
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אפריל 17, 2018 9:09 am

פלאחותיך האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:ער האט דען דא געהאנדעלט ווייטער מיט די חמצ'ע ביר?


אוודאי נישט, אויסדריקטלעך נאר מיט די פסח'דיגע ביר!

אבער חז"ל זאגן אז "אין ביר ירא חטא" סא כ'ווייס נישט


אזוי גאר?

א"כ, נפל פותא בבירא..
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג אפריל 17, 2018 10:53 am

אין ראפשיץ האט מען געוואוסט אז ע''ל(ע) ביעו''ר (זענען) חמץ.
Innocent until proven Republican

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » דינסטאג אפריל 17, 2018 12:54 pm

למעשה האט התאחדות א שטארקע כח איבער אמעריקע...

@Benzinga: Molson Coors Downgraded By Goldman Sachs On Weak Volume; https://t.co/AFqLMIBBO8 $CCE $...

גאלדמאן סאקס האט גענידערט די רעיטינג פון Molson coors ביר קאמפעני צוליב שוואכע פארקויפינגען..

The analyst downgraded shares of Molson Coors Brewing Co Class B
from Buy to Neutral and lowered the price target from $104 to $83.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5813
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג אפריל 17, 2018 2:16 pm

די אברכים זכור צענטער אין ווילי איז עפעס אוועק צו מאכן?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דער רב
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 7:28 pm

תגובהדורך דער רב » דינסטאג אפריל 17, 2018 10:58 pm

מיללער האט געשריבן:פסיקתא,
אזוי ווי ביי אבילות רח"ל ווען מפארקויפט די ביזנעס. דאס אז דער בעה"ב מאכט דעסיזשענס, איז ווייל ער בלייבט א מענעדזשער כאדם העושה בתוך שלו, דאס דארף נישט מבטל זיין א מכירה.

איך זאג נישט להלכה, נאר איך פרעג צו בכגון דא רעדט אויך דער מהר"ם שיק

דער נדונים זענען אינגאנצען נישט גלייך, דער עיקר איז, דער א-ב פון מכירה איז 'גמירת דעת'. דאס איז ביי דעם נישטא. ממילא איז בנידון דידן דאס כמעט נישט ווערט ווייל ער האלט נישט ביים פארקויפן, ער וויל זיך האלטן מיטן חמץ, והראיה אז ער האנדלט דערמיט.
ביי מכירה פון אבילות איז 'ער' זאל נישט ארבייטן, ואכן זה עשה.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אפריל 18, 2018 12:11 am

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:למעשה האט התאחדות א שטארקע כח איבער אמעריקע...

@Benzinga: Molson Coors Downgraded By Goldman Sachs On Weak Volume; https://t.co/AFqLMIBBO8 $CCE $...

גאלדמאן סאקס האט גענידערט די רעיטינג פון Molson coors ביר קאמפעני צוליב שוואכע פארקויפינגען..

The analyst downgraded shares of Molson Coors Brewing Co Class B
from Buy to Neutral and lowered the price target from $104 to $83.

אפשר איז עס ווייל ער האט נישט געהאנדלט אום פסח?....
Innocent until proven Republican

גימפעל
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

תגובהדורך גימפעל » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 12:41 am

ויכוח.jpg
ויכוח.jpg (90.96 KiB) געזעהן 1640 מאל

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 12:57 am

א שיעור אדער א עפענטליכע ויכוח?

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 5:11 pm

לאמיר האפן אז דאס גייט רעקארדירט ווערן
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

באקסער בוים
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 9:26 pm

אפדעיטס פונם שיעור?
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5813
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 10:09 pm

וואס האט מען פון צוויי משגיחים?

מ'דארף א ויכוח צווישן ר' הילל אוון דער הויפט רב פון או קעי
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » פרייטאג אפריל 20, 2018 8:13 am

ער שרייבט מסדר במכירת חמץ קען זיין מען דארף וויסען
דער מציאת הדברים וואס גייט באמת פאר במציאת אויך,
אין גרויסער משגיחים קענען דער תשובות הפוסקים אויך
ביי דער שאלות

דער רב
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 7:28 pm

תגובהדורך דער רב » פרייטאג אפריל 20, 2018 4:14 pm

סידיראם האט געשריבן:די שטיקל דברי יואל קומט דא אריין? ווי איך פארשטיי רעדט ער דארט אויב מען האט פארקויפט די חמץ, און דערנאך האנדעלט ער מיט די חמץ וואס מען האט פארקויפט.

בנידון דידן האט מען דאך פארקויפט די ביר, און מען ווייסט אז ער האט דוקא נישט געהאנדעלט מיט די ביר אין פסח, איז אויב אזוי וואס איז נוגע אויב בכלל האנדעלט ער מיט חמץ אין פסח, סוף כל סוף די חמץ וואס ער האט פארקויפט האט ער פארקויפט בלב שלם, און עס איז נישט קיין הערמה הניכרת, ממילא איז די מכירה אויף די ביר א פיינעם מכירה. כן נראה לפום ריהטא לכאורה

אנטשולדיגט, עס איז נישט אזוי, ער האט יא געהאנדלט מיט די ביר, ווי דער משגיח פון או קעי זאגט אליין אין דעם אינטערוויו

לאידך גיסא, קומט דעם איגרות משה נישט אריין, ווייל ער שרייבט צום סוף, אז אפילו ער האט עובר געווען אויף בל יראה בפסח, מיינט נישט אז דאס וואס ער וויל טוען בהיתר טוט ער נישט בהיתר. דאס איז נאר ווען ער האט געמאכט דער מכירה מדעתו ומרצונו. משא"כ דא וואס ער איז גענצליך נישט געווען אין דער מכירה [כעדות הרב וויינפעלד במכתבו] ס"ה האט ער א טובה געטוען צו מאכן דער מכירה, איז וואס איז דא א צוגלייך.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אפריל 20, 2018 5:18 pm

כ'גלייב נישט אז דער אויסשליסליכער דיסטריביוטער פון רוב ביר פירמעס אין די מעטראפאליטען ניו יארק אומגעגנט זאל מעגן פארמאכן זיין געשעפט פאר ניין טעג אונטער זיין לייסענס מיט די פירמעס, אדער אז ער זאל עס אפי' קענען טון במציאות.
Innocent until proven Republican

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » זונטאג אפריל 22, 2018 7:58 am

גיי שוין גיי האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:די שטיקל דברי יואל קומט דא אריין? ווי איך פארשטיי רעדט ער דארט אויב מען האט פארקויפט די חמץ, און דערנאך האנדעלט ער מיט די חמץ וואס מען האט פארקויפט.

בנידון דידן האט מען דאך פארקויפט די ביר, און מען ווייסט אז ער האט דוקא נישט געהאנדעלט מיט די ביר אין פסח, איז אויב אזוי וואס איז נוגע אויב בכלל האנדעלט ער מיט חמץ אין פסח, סוף כל סוף די חמץ וואס ער האט פארקויפט האט ער פארקויפט בלב שלם, און עס איז נישט קיין הערמה הניכרת, ממילא איז די מכירה אויף די ביר א פיינעם מכירה. כן נראה לפום ריהטא לכאורה

און איך פארשטיי נישט ווי ר׳ משה׳ס תשובה קומט דא אריין ?
הג׳רמ״פ. רעדט ווען ער האט פארקויפט די חמץ און ער מאכט סחורה מיט אנדערע חמץ צו דאס איז מבטל אפילו די ארגענעלע חמץ וואס ער האט פארקויפט און ער האנדעלט נישט דערמיט !!
דא רעדט מען אז ער האנדעלט ווייטער מיט די זעלבע סחורה וואס ער האט פארקויפט. דאס איז זיכער מבטל די מכירה, ניין??? קען זיין אז איך לערנן שלעכט פשט!!!


איך האב ייעטץ מעיין געווען אין דער תשובה נאכאמאל
ר משה רעדט יא פין דער זעלבע מכירה ער זאגט נאר אז
דער אלע סחורה וואס ער האנדעלט ווייטער איז כקונה מחדש אין עס ווערט אסור אין דער חמץ וואס ער האנדעלט נישט בלייבט מכירה, לעניינינו אלעס וואס ער האט פארקויפט פאר געשעפטען אין דער 8טעג איז איסור גמר פין חמץ לאחר פסח , אין אויף דעם ארויף קריגט מען זיך אין מען האלט אז אויב ער האנדעלט ווייטער מיט דער זעלבע מכירה איז ווערט דער גאנצער מכירה בטל ווייל עס ווערט א הערמה ניכרת דער גאנצער מכירה, גראדער ר משה רירט אויך אן דער נקודה פין הערמה , אין ער ענפערט דארט אז וואס ער קען טין בהיתר האט ער גמירת דעת, אבער ווי איך זעה אין תשובת דברי יואל( דער 2 תשובת פתוחים לפני כרגע) אז אויב עס איז הערמה ניכרת אין דער מכירה,( אפילו ער האט גמירות דעת וואס ער קען טין בהיתר) האלטען אלע פוסקים אז עס איז המכירה בטל, ואין לך הערמה ניכרת ווען ער האנדעלט ווייטער דער זעלבע ווי אגאנץ יאר וואס״אויפיציעל״ האט ער דא געמאכט א ״מכירה״ ליצנות ממש פין דער גאנצער מושג מכירת חמץ, ייעטץ דער אלע סחורה וואס ער קויפט פין דער ביר קאמפעניס אין פסח איז עס זיכער אסור,
דער שאלה וועט נאר זיין לט דער דברי יואל אין כמעט אלע אז אויב ער האנדעלט נאר מיט סחורה וואס ער האט נישט פארקויפט למשל נייע סחורה צי דאמאלסט וויבאלד
ער שעפעט נישט דער מכירה איז קען זיין אז מכירה קיים
אבער עס איז סתם דא א פראבלעם אז אלע סחורה וואס ער האט געקויפט אין פסח פין דער ביר קאמפעניס וועט זיין אסור אפילו לט ר משה, אין בכלל דער לעצטע שטיקל פין ר משה אז וואס ער זאגט, אז ער האט גמירות דעת איז אויך דא דן צי זיין בכלל,
אבער דאס אלעס איז שוין אויך פין דער מקילים
דער דברי יואל ברענגט אז סדא וואס האלטען אז עס דארף זיין תוקף המכירה גם בדיני עכו״ם דאס מיינט אז אויב ער נעמט ביר פין דער מכירה קען מען עם תובע זיין אלץ גניבה,


נ ב
איך האב נאר מעיין געוועזען אין דער 2תשובות
בין איך כרגע מסופק צי הערמה ניכרת אין גמירת דעת איז איין זאך דאס מיינט אויב עס איז הערמה ניכרת מיינט אז דער מוכר האט נישט גמירות דעת, אדער הערמה ניכרת איז אפילו עס איז דא גמירות דעת נאר עס וועט נישט העלפען ביי הערמה ניכרת, פארדעס דארף איך מער דורך טין דער סוגיה פין מכירת חמץ

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » זונטאג אפריל 22, 2018 11:07 am

געוועזען ביי א זכר שבת, געוועזען דארטען באדווייזער ביער און בעק ביער, איז עס נישט א חלק פון דיע פראבלעם?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12476
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אפריל 22, 2018 11:27 am

קלוגער האט געשריבן:געוועזען ביי א זכר שבת, געוועזען דארטען באדווייזער ביער און בעק ביער, איז עס נישט א חלק פון דיע פראבלעם?


קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » זונטאג אפריל 22, 2018 11:29 am

שכויעך, כ'אב נישט מדייק געוועזען

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » זונטאג אפריל 22, 2018 8:13 pm

קלוגער האט געשריבן:געוועזען ביי א זכר שבת, געוועזען דארטען באדווייזער ביער און בעק ביער, איז עס נישט א חלק פון דיע פראבלעם?


אפילו וועסט זעהן ביר פין דער געאסערטע
איך זעה ייעטץ אין דער צעטיל אז ער איז אויסשליסלעך
נאר פאר ניו יארק אין אימגעגענד דער שאלה איז ניו זערסי הייסט אימגעגענד אפשר יא? אין מעג מען דארט יא קויפען??? מען קען ערגעץ געוארווערען ווי ווייט זיין לייסענס איז עכ״פ מען דארף וויסען ווי ווארט, אויף למעשה דארף מען פרעגען א רב אדער א מומחה אין דער ענינים,

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » זונטאג אפריל 22, 2018 9:26 pm

און חוץ מזה איז עס נישט נוגע ביי א משמש וואס האט עס געהאט פאר פסח און פארקויפט כדת וכדין.
הלא תדעו הלא תבינו-
שיותר ממה שקריתי לפניכם נשאר בקולמוסי,
אי מחמת תקנת המקום אי מחמת חשש גילוי!

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » זונטאג אפריל 22, 2018 10:28 pm

צום ערשט א גרויסן ״להבדיל״.

אינטערסאנט ווי דער גוישער צייטונג וואס ערשינט אין דעם אידישן ניו יארק מיטן נאמען ״פאוסט״ האט באריכטעט די נייעס און איבערקערעניש פון ביר.

פארשטייט זיך עס שיינט ארויס די נישט פארשטענדעניש פון איינעם וואס האט קיין אנונג וואס פארקויפט מען פארוועם פארקויפט מען. גענוי ווי דער האן אין בני אדם...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעריש'ל און 32 געסט