ביר - חמץ שעבר עליו הפסח

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » זונטאג אפריל 15, 2018 9:38 am

.
לעצט פאראכטן דורך shalsheles אום זונטאג אפריל 15, 2018 1:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג אפריל 15, 2018 11:01 am

יהיה כן האט געשריבן:הג"ר אשר ווייס שליט"א באציהט זיך די וואך אויף די שערוריה [נוטה להתיר]
http://www.torahbase.org/%d7%97%d7%9e%d ... %a2%d7%97/

ער איז דווקא מער פון נוטה לאיסור. ער איז חולק בכל תוקף אויף דעם אגרו"מ, און פסקנ'ט קלאר ווי דער מהר"ם שיק ודעימיה, אז די מכירה איז גענצליך בטל טאמער די בעה"ב האנדלט ווייטער מיט די חמץ.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אפריל 15, 2018 1:44 pm

ווי אזוי לייגט ר' ליפא קליין דער ראש המשגיחים אין התאחדות דעם חוו"ד פון רבני התאחה"ר ?
איך האב נישט קיין חשק צו קויפען דעם מאמענט

דא קען מען הערען שמיעסען
מיט OU OK ַ STAR K
לויט די OU און STAR K איז עס א אויפטו אבער...............

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25036
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אפריל 15, 2018 7:44 pm

אבן יקרה האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:הג"ר אשר ווייס שליט"א באציהט זיך די וואך אויף די שערוריה [נוטה להתיר]
http://www.torahbase.org/%d7%97%d7%9e%d ... %a2%d7%97/

ער איז דווקא מער פון נוטה לאיסור. ער איז חולק בכל תוקף אויף דעם אגרו"מ, און פסקנ'ט קלאר ווי דער מהר"ם שיק ודעימיה, אז די מכירה איז גענצליך בטל טאמער די בעה"ב האנדלט ווייטער מיט די חמץ.

אם מכר את כל הביזנס (לא רק החמץ) להערל, כמו בניד"ד, האם גם בזה ס"ל המהר"ם שיק שהמכירה בטלה אם הביזנס פועל וממשיך בימי הפסח?

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » זונטאג אפריל 15, 2018 7:45 pm

What he hear here is that minheg was always that someone who is doing business with Chumetz in Passover, is the Mcheere butel

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » זונטאג אפריל 15, 2018 7:47 pm

מיללער האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:הג"ר אשר ווייס שליט"א באציהט זיך די וואך אויף די שערוריה [נוטה להתיר]
http://www.torahbase.org/%d7%97%d7%9e%d ... %a2%d7%97/

ער איז דווקא מער פון נוטה לאיסור. ער איז חולק בכל תוקף אויף דעם אגרו"מ, און פסקנ'ט קלאר ווי דער מהר"ם שיק ודעימיה, אז די מכירה איז גענצליך בטל טאמער די בעה"ב האנדלט ווייטער מיט די חמץ.

אם מכר את כל הביזנס (לא רק החמץ) להערל, כמו בניד"ד, האם גם בזה ס"ל המהר"ם שיק שהמכירה בטלה אם הביזנס פועל וממשיך בימי הפסח?

האם יש לך ראיות לכאן או לכאן?
או זה רק בדרך שאלה, במילא בלי בירור אין אנו יכולים להקל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אפריל 15, 2018 8:16 pm

אין כל חדש האט געשריבן:האם יש לך ראיות לכאן או לכאן?
או זה רק בדרך שאלה, במילא בלי בירור אין אנו יכולים להקל

אנו ?

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובהדורך לחיים טובים ולשלום » זונטאג אפריל 15, 2018 8:35 pm

הרב שרגא פאפלאנאש רעט היינט ביים ווכענטליכע זונטאג שיעור ארום איבער די נושא, ער איז מקדים אז ער זאגט נאר להלכה ולא למעשה יעדער זאל פרעגן אין פאלגן די דיינים

צו הערן אויף קול סאטמאר 7188317000 דערנאך דריי מאל 1 (1-1-1)

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » זונטאג אפריל 15, 2018 8:52 pm

אין כל חדש האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:הג"ר אשר ווייס שליט"א באציהט זיך די וואך אויף די שערוריה [נוטה להתיר]
http://www.torahbase.org/%d7%97%d7%9e%d ... %a2%d7%97/

ער איז דווקא מער פון נוטה לאיסור. ער איז חולק בכל תוקף אויף דעם אגרו"מ, און פסקנ'ט קלאר ווי דער מהר"ם שיק ודעימיה, אז די מכירה איז גענצליך בטל טאמער די בעה"ב האנדלט ווייטער מיט די חמץ.

אם מכר את כל הביזנס (לא רק החמץ) להערל, כמו בניד"ד, האם גם בזה ס"ל המהר"ם שיק שהמכירה בטלה אם הביזנס פועל וממשיך בימי הפסח?

האם יש לך ראיות לכאן או לכאן?
או זה רק בדרך שאלה, במילא בלי בירור אין אנו יכולים להקל


אויב מען פארקויפט דער גאנצער ביזנעסס אין ער איז ווייטער אקטיב אין דער ביזנעסס וואס ער ביישליסט זאכען עכ״פ דער גוי קען נישט ביישליסען אויף גרויסער סכומים זעה איך נישט פארוואס עס זאל זיין מותר ווען דער מכירה איז גארנישט , נאר ווען דער גוי קען מחליט זיין וואס אימער אין דער ביזנעסס, אבער למעשה איז דאס נישט אזוי,

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25036
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אפריל 15, 2018 9:29 pm

פסיקתא,
אזוי ווי ביי אבילות רח"ל ווען מפארקויפט די ביזנעס. דאס אז דער בעה"ב מאכט דעסיזשענס, איז ווייל ער בלייבט א מענעדזשער כאדם העושה בתוך שלו, דאס דארף נישט מבטל זיין א מכירה.

איך זאג נישט להלכה, נאר איך פרעג צו בכגון דא רעדט אויך דער מהר"ם שיק

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » זונטאג אפריל 15, 2018 9:37 pm

ראיתי חידוש גדול בענין זה:
בעכו״ם פסקינן שדוקא מעות קונות ולא משיכה.
וא״כ בנידן דידן; כשהשכר של עכו״ם הם ביד הישראל, אם לא שילם הישראל (מאנהעטן ביער) על כל הארדער כולו, אין הביער שלו, רק הם של באדווייזער וכו׳.

וכיון שבנוהג שבעולם לא משלמים קודם Net 30, וכו׳
אין הביער שברשות מאנהעטן ביער, נחשבים כימץ ישראל, אלא כחמץ עכו״ם.

וכל המכירה הוא רק לפנמשוה״ד.

אינו אומר זאת להלכה למעשה אלא שבזה החידוש החמץ יהא מותר לכל השיטות. כיון שהחמץ הם של העכו״ם הראשונים, המייצרים, שמעולם לא יצא מרשותם עפ״י תורה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25036
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אפריל 15, 2018 9:42 pm

ואם היה לו שכר בווערהאוז שלו שכבר עבר ל' יום וכבר שילם? ואם הקדים לשלם קודם ל' יום כמו שיש נוהגים לקבל מחיר ייותר טוב?

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » זונטאג אפריל 15, 2018 10:46 pm

קודם א שטיקעל חזרה...
אויף די עצם מכירת חמץ איז געווען פריערדיגע וואס האבען מערער געווען צו ס'דא סמיכת דעת ועוד בעיות. 
למעשה איז נהוג בכל תפוצות ישראל מכירת חמץ. איינע פון די שטארקע סברות איז אז אדרבא יעדער איז מסכים אז די גוי זאל טאקע נעמען די גאנצע חמץ אין זאל טאקע באצאלען דערפאר.
דאס איז אבער נאר ביי א שומתו"מ וואס וויל נישט קיין חמץ בפסח. א מומר אבער וואס האט נישט קיין 'פראבלעם' מיט חמץ איז א שאלה צו ער האלט טאקע ביים פארקויפען..
למעשה אויב ער האנדעלט ווייטער מיט חמץ איז די גרעסטע ראי' אז מעיקרא האט ער נישט געהאלטן ביים פארקויפען אין דא קומט אריין די מחלוקה אז לדעת האגר"מ איז די מכירה בתקפו. ווי פריער ערווענט, אפילו לדעת האגר"מ העלפט נישט די מכירה פאר די חמץ וואס די מומר קויפט איין בתוך ימי הפסח.
דא אין מען אויפגעקומען מיט אן המצאה וואס נעמט קער פון ביידע פראבלעמען. דהיינו, ער פארקויפט די גאנצע ביזנעס, נישט נאר די חמץ. ממילא קען די גוי די יעצטיגע בעה"ב ווייטער פארקויפען און אפילו איינקויפען חמץ. אין ס'איז דומה צו די היתר מכירה פון שבת (ושמיטה). (אבילות איז בכלל נישט דומה).
אבל דא עקא, אז מ'האמיר סאך א גרעסערע שאלה פון סמיכת דעת. לאמיר זאגען אפילו א מומר קען באשטיין צו פארקויפען די חמץ, אבער האלט ער דען ביים פארקויפען די ביזנעס??? ועוד הרבה שאלות

דעתי העני', אפילו להגר"מ איז עס נישט לכתחילה.. נאר בדעתו הגדולה איז שיטתו געווען אז ס'איז א גוטע זאך און מ'איז מציל סיי די בעה"ב און סיי קונים וואס בלא יודעים קויפן חמץ שעל"ה.. אבער פאר אידען מדקדקים איז עס טאקע נישט געמאכט.. וכן יש עוד פסקים וואס כידוע האט ער אויף געוויסע קלאר אזוי געזאגט.
ווייס'עך נישט וואס די כוונה פון די מוכרים צי ס'איז ממש לכתחילה אדער פשוט אויפצוטוהן כדלעיל וכמשמע מדברי הגרמ"מ ווייסמאנדל.  
לדעתי איז דאס א שאלה וואס באלאנגט נישט דוקא פאר בעלי מכשירים צו פסק'נען.. להיתר וגם לאיסור.. נאר דווקא פאר רבנים מובהקים וגדולי פוסקי זמנינו. לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז ענדערש עסען וואס איז מותר כאטשיג להגר"מ פיינשטיין ווי איידער א אויסגעבעסערטע היתר וואס האט נישט קיין דעקונג פון גדולי הפוסקים..

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » מאנטאג אפריל 16, 2018 1:03 am

יהיה כן האט געשריבן:דער גאנצער אשכול דארף ניטאמאל גיין אין גניזה, ווייל עס האט נישט קיין אות אחת שמות....
כ'מיין צו זאגן
קיינער האט ניטאמאל גענומען די מיה נאכצוקוקען די מראי מקומות, איינער האט דא בכלל געעפנט דעם ספר מהר"ם שיק, דברי יואל, אגרות משה??????
איינער קען מיר א טובה טוהן און מיר לינקן אדער אנווייזן וואו כ'קען הערן הרב אשר עקשטיין'ס דרשה, לאמיך הערן זיינע נימוקים, און נאכדעם העליך פראבירן אפצומאכן צו מען רעדט צו די זאך אדער נישט
נו, געגאנגען

שוין דא האסטו א ביסל שמות.
צוגעלייגטע
9EAEE1C1-902D-4EBE-88E1-EE35B2866433.jpeg
9EAEE1C1-902D-4EBE-88E1-EE35B2866433.jpeg (586.32 KiB) געזעהן 830 מאל
3232E4D6-081B-4875-933C-71BD5C8FDAD1.jpeg
3232E4D6-081B-4875-933C-71BD5C8FDAD1.jpeg (210.88 KiB) געזעהן 830 מאל

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1974
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אפריל 16, 2018 1:12 am

די שטיקל דברי יואל קומט דא אריין? ווי איך פארשטיי רעדט ער דארט אויב מען האט פארקויפט די חמץ, און דערנאך האנדעלט ער מיט די חמץ וואס מען האט פארקויפט.

בנידון דידן האט מען דאך פארקויפט די ביר, און מען ווייסט אז ער האט דוקא נישט געהאנדעלט מיט די ביר אין פסח, איז אויב אזוי וואס איז נוגע אויב בכלל האנדעלט ער מיט חמץ אין פסח, סוף כל סוף די חמץ וואס ער האט פארקויפט האט ער פארקויפט בלב שלם, און עס איז נישט קיין הערמה הניכרת, ממילא איז די מכירה אויף די ביר א פיינעם מכירה. כן נראה לפום ריהטא לכאורה
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג אפריל 16, 2018 1:28 am

מיללער האט געשריבן:פסיקתא,
אזוי ווי ביי אבילות רח"ל ווען מפארקויפט די ביזנעס. דאס אז דער בעה"ב מאכט דעסיזשענס, איז ווייל ער בלייבט א מענעדזשער כאדם העושה בתוך שלו, דאס דארף נישט מבטל זיין א מכירה.

איך זאג נישט להלכה, נאר איך פרעג צו בכגון דא רעדט אויך דער מהר"ם שיק

ווי קען מען פארגלייכן?
באבילות האיסור הוא עצם העיסוק במשא ומתן שהוא היסח דעת מאבילות, אבער אויב ער האט דאס אוועק געגעבן, איז דאס שוין נישט זיין האנדעלן, וממילא אין איסור בזה שעוסקים בהעסק שמכר.
אבל בחמץ אם הוא ממשיך להעסיק העסק שאותו מכר, הרי זה סתירה גמורה להמכירה, ומראה בעצמו שלא מכר כלל, וצודק המנחת אשר שאין זה שייך לגזל עכו"ם, אלא הוכחה גמורה היא שלא היה מכירה מעולם, והרי כל המכירה אצלו אינו אלא מעשה של חוכא ואיטלולא.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אפריל 16, 2018 4:44 am

סידיראם האט געשריבן:די שטיקל דברי יואל קומט דא אריין? ווי איך פארשטיי רעדט ער דארט אויב מען האט פארקויפט די חמץ, און דערנאך האנדעלט ער מיט די חמץ וואס מען האט פארקויפט.

בנידון דידן האט מען דאך פארקויפט די ביר, און מען ווייסט אז ער האט דוקא נישט געהאנדעלט מיט די ביר אין פסח, איז אויב אזוי וואס איז נוגע אויב בכלל האנדעלט ער מיט חמץ אין פסח, סוף כל סוף די חמץ וואס ער האט פארקויפט האט ער פארקויפט בלב שלם, און עס איז נישט קיין הערמה הניכרת, ממילא איז די מכירה אויף די ביר א פיינעם מכירה. כן נראה לפום ריהטא לכאורה

וויאזוי ווייסט מען דאס?! איז דען מעגליך אזא זאך, אז דער אויסשליסליכער דיסטריביוטער זאל פארמאכן דאס געשעפט פאר ניין טעג?
אויב עפעס ווייסט מען אז ער האט יא געהאנדלט.
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג אפריל 16, 2018 9:02 am

איך פארשטיי נישט פארוואס מען שרייבט דא השערות
ווען מען קען הערען דעם מציאת הדברים מפיהם ולא מפי כתבם

דא קען מען הערען שמיעסען
מיט OU OK ַ STAR K
לויט די OU און STAR K איז עס א אויפטו וואס מען דארף טאקע מכיר טובה זיין פאר ר קלמן וויינפעלד אבער...............

הרב שלו' טענדליר א מפקח ביי STAR K זאגט אז זיין עלטער זיידע דער אג"מ האט געשריבען די תשובות אין א שעת הדחק

דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

תגובהדורך דענק און דאנק » מאנטאג אפריל 16, 2018 10:55 am

איך פארשטיי נישט איין זאך ביטע ערקלערן
וואס האט עס צו טון מיט שבועות? ממ"נ איז נאך דא איז אסור איז נישט דא איז מותר, ווי איז שייך צו געבן פון פאראויס א זמן?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג אפריל 16, 2018 11:03 am

דענק און דאנק האט געשריבן:איך פארשטיי נישט איין זאך ביטע ערקלערן
וואס האט עס צו טון מיט שבועות? ממ"נ איז נאך דא איז אסור איז נישט דא איז מותר, ווי איז שייך צו געבן פון פאראויס א זמן?


גוט מארגען
די שאלה האבען שוין היפשע גיפרעגט
פשוט
ביז שבועות איז שוין דער ביר וואס איז געווען ברשות ישרא' שוין לאנג אויסגעגאנגען

אוועטאר
איך בין
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2013 3:18 pm
לאקאציע: אין די וועלט ווי יעדער איינער

תגובהדורך איך בין » מאנטאג אפריל 16, 2018 6:01 pm

אינטערסירט און אלעם

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » מאנטאג אפריל 16, 2018 7:59 pm

סידיראם האט געשריבן:די שטיקל דברי יואל קומט דא אריין? ווי איך פארשטיי רעדט ער דארט אויב מען האט פארקויפט די חמץ, און דערנאך האנדעלט ער מיט די חמץ וואס מען האט פארקויפט.

בנידון דידן האט מען דאך פארקויפט די ביר, און מען ווייסט אז ער האט דוקא נישט געהאנדעלט מיט די ביר אין פסח, איז אויב אזוי וואס איז נוגע אויב בכלל האנדעלט ער מיט חמץ אין פסח, סוף כל סוף די חמץ וואס ער האט פארקויפט האט ער פארקויפט בלב שלם, און עס איז נישט קיין הערמה הניכרת, ממילא איז די מכירה אויף די ביר א פיינעם מכירה. כן נראה לפום ריהטא לכאורה

און איך פארשטיי נישט ווי ר׳ משה׳ס תשובה קומט דא אריין ?
הג׳רמ״פ. רעדט ווען ער האט פארקויפט די חמץ און ער מאכט סחורה מיט אנדערע חמץ צו דאס איז מבטל אפילו די ארגענעלע חמץ וואס ער האט פארקויפט און ער האנדעלט נישט דערמיט !!
דא רעדט מען אז ער האנדעלט ווייטער מיט די זעלבע סחורה וואס ער האט פארקויפט. דאס איז זיכער מבטל די מכירה, ניין??? קען זיין אז איך לערנן שלעכט פשט!!!
לעצט פאראכטן דורך גיי שוין גיי אום מאנטאג אפריל 16, 2018 8:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1974
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אפריל 16, 2018 8:02 pm

ער האט דען דא געהאנדעלט ווייטער מיט די חמצ'ע ביר?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » מאנטאג אפריל 16, 2018 8:05 pm

סידיראם האט געשריבן:ער האט דען דא געהאנדעלט ווייטער מיט די חמצ'ע ביר?

אזוי האט מען דאך מורא. ער איז דאך א פרייער איד!!!
וואס דען איז דא די שערוריה????
צוגעלייגטע
35DD28F6-142E-4A10-AB4C-2AD77FBE6C83.jpeg
35DD28F6-142E-4A10-AB4C-2AD77FBE6C83.jpeg (232.21 KiB) געזעהן 468 מאל

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מאנטאג אפריל 16, 2018 9:24 pm

עס געפעלט מיך ווי מענטשען ווייסען פינקטלעך ווען ער מאכט א ארדער אין ווייניגער ווי 30 יום לפני פסח אין ער האט נישט בייצאלאט, אדער מענטשען ווייסען פינקטלעך מיט וועלכע חמץ ער האנדעלט יא אדער נישט,
ענק ווייסען פינקטלעך, אין דער אוכל חמץ לאכט פין ענק ער האנדעלט וואס ער וויל ער צאלט ווי אזוי ער וויל קיין איינער שטערט עם נישט צי האנדלען אין פסח מיט סיי וועלכע ביר, אין ער האט נישט קיין שום אפהאלט צי האנדלען מיט דער ביר וואס ער האט פארקויפט ווייל ער טרינקט דאך אויך אין פסח, אבער אויף דער אייוועלט
ווייסען מענטשען בעסער. ווי דער בעלבאס אליין
אנפאנג האב איך געמיינט אז מען ווייסט נאכדעם זעה איך אז ייעדער האקט א סברה אויף זיכער אן וויסען בכלל צי עס איז אזוי
לעצט פאראכטן דורך פסיקתא אום מאנטאג אפריל 16, 2018 9:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Williamsburg, כא כא כא, משהלע און 24 געסט