געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך ינואר 09, 2019 12:12 pm

מאתים האט געשריבן:קיינער לערנט נישט ענגליש, ס"ה איז דא א געוויסע הוצאה ביי אנדערע מוסדות, וואס הייסט ענגליש, וואס די תפקיד פון די טיטשערס איז מער ווייניגער צו האלטן די קלאס אין די ראמען (געהערט פון א כתה ב רבי וואס טיטשט ענגליש) סא אונז זעמער אלע אינעם זעלבן פעקל

גראדע איז מיין 9 יעריגער נעכטן אהיימגעקומען מיט א 100 צייכן אויף א גאנץ שווערע math טעסט.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך ינואר 09, 2019 12:16 pm

מען זעהט איינעם רעדן דארטן?

אוועטאר
Spokesman
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

תגובהדורך Spokesman » מיטוואך ינואר 09, 2019 12:18 pm

אהער און אהין האט געשריבן:די מידיא וועט שרייבן ווייטער וואס זיי ווילן.

דער אזוי גערופענער פאטער פון א קינד אין ישיבת שערי תורה, קען זייער גערן ארויסנעמען זיינע קינדער פון דארט, און זיי שיקן דאון די ראוד צו מאנראו וואודבערי שולע געביידע.
........

דעטס רייט!!
"יעדע סוקסעס פאנגט זיך אן מיט די באשלוס צי פרובירן"

פּשוט און פּראָסט
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מיטוואך ינואר 09, 2019 12:23 pm

אױסגעמישט די גרענד ראבײ׳ס

#פעיק ניוז

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך ינואר 09, 2019 12:29 pm

צווישן מענטשן זענען אלץ דא 'מאדנע ברואים' מיט פארשידענע סארטן מיינונגען אדער נארישע לענבנסשטייגער.
די מידיא וועלן אייביג ארויסהייבן און אויסלויבן די אלע סארט מענטשן, יעדער 'האט רעכטן', יעדן וועט מען פארטיידיגן.

איין געוויסע גרופע וואס ווערט געפערליך דיסקרימינירט, און ווערן אראפגעריסן און נישט ערלויבט אויסצופירן זייער סארט לעבנסשטייגער זענען א גרופע וואס ווערן אנגערופן 'ארטאדאקסישע אידן'.

#ענימי אוו די פיפל.
(אויב פירסטו זיך אויף ווי א חי' בצורות אנוש, וועט דער רעפארטער דיר באשרייבן מיט גין גאלד אותיות, אויב ווילסטו לעבן מיט עפעס מאראל ווי א 'מענטש', וועט מען דיר אונטערהאקן די פיס, ווייל זיי זענען דאך די פיינט פון די ''מענטשהייט''...)

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מיטוואך ינואר 09, 2019 12:31 pm

אהער און אהין האט געשריבן:די מידיא וועט שרייבן ווייטער וואס זיי ווילן.

דער אזוי גערופענער פאטער פון א קינד אין ישיבת שערי תורה, קען זייער גערן ארויסנעמען זיינע קינדער פון דארט, און זיי שיקן דאון די ראוד צו מאנראו וואודבערי שולע געביידע.
........

חס ושלום. מטאר עס אפילו נישט אויפן מויל ברענגען.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך ינואר 09, 2019 12:34 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:די מידיא וועט שרייבן ווייטער וואס זיי ווילן.

דער אזוי גערופענער פאטער פון א קינד אין ישיבת שערי תורה, קען זייער גערן ארויסנעמען זיינע קינדער פון דארט, און זיי שיקן דאון די ראוד צו מאנראו וואודבערי שולע געביידע.
........

חס ושלום. מטאר עס אפילו נישט אויפן מויל ברענגען.

ער קומט צו די מידיא, און זאגט אז ער איז נישט צופרידן אין די שולע, כ'האב נישט קיין אהנונג פארוואס ער שיקט נאך זיינע קינדער דארט? ביסט נישט צופרידן? טא שיק ערגעץ אנדערש!

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מיטוואך ינואר 09, 2019 12:41 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:די מידיא וועט שרייבן ווייטער וואס זיי ווילן.

דער אזוי גערופענער פאטער פון א קינד אין ישיבת שערי תורה, קען זייער גערן ארויסנעמען זיינע קינדער פון דארט, און זיי שיקן דאון די ראוד צו מאנראו וואודבערי שולע געביידע.
........

חס ושלום. מטאר עס אפילו נישט אויפן מויל ברענגען.

ער קומט צו די מידיא, און זאגט אז ער איז נישט צופרידן אין די שולע, כ'האב נישט קיין אהנונג פארוואס ער שיקט נאך זיינע קינדער דארט? ביסט נישט צופרידן? טא שיק ערגעץ אנדערש!

וואס הייסט? אויב שיקט ער אין פאבליק סקול ביסטו צופרידען? א יודיש קינד אין פאבליק סקול?
אזא שפראך איז שעדליך. כבר היה לעולמים אז איינער האט געוואלט "אפטוהן" די מוסדות אין אריינגעשטעלט די קינדער אין פאבליק סקול ר"ל.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך ינואר 09, 2019 12:47 pm

אויף "אייוועלט מידיע" איז שוין אויך אמאל ארויפגעקומען אזא סארט פאטער. גאנץ מעגליך אז ס'איז דער זעלבער.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2841
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך ינואר 09, 2019 1:02 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אויף "אייוועלט מידיע" איז שוין אויך אמאל ארויפגעקומען אזא סארט פאטער. גאנץ מעגליך אז ס'איז דער זעלבער.

RT

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך ינואר 09, 2019 1:11 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:די מידיא וועט שרייבן ווייטער וואס זיי ווילן.

דער אזוי גערופענער פאטער פון א קינד אין ישיבת שערי תורה, קען זייער גערן ארויסנעמען זיינע קינדער פון דארט, און זיי שיקן דאון די ראוד צו מאנראו וואודבערי שולע געביידע.
........

חס ושלום. מטאר עס אפילו נישט אויפן מויל ברענגען.

גולם, מאך נישט קיין געוואלדאטן ביטע, אזוי האבן אונזערע רבי'ס תלמידי החת''ס אויסגעלערנט.

די אלע ווארעמם'לעך זאלן זיך גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט, אונז דארף מיר נישט נעמען אחריות אויף יעדע פארפוילטע עפל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מיטוואך ינואר 09, 2019 1:38 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:די מידיא וועט שרייבן ווייטער וואס זיי ווילן.

דער אזוי גערופענער פאטער פון א קינד אין ישיבת שערי תורה, קען זייער גערן ארויסנעמען זיינע קינדער פון דארט, און זיי שיקן דאון די ראוד צו מאנראו וואודבערי שולע געביידע.
........

חס ושלום. מטאר עס אפילו נישט אויפן מויל ברענגען.

גולם, מאך נישט קיין געוואלדאטן ביטע, אזוי האבן אונזערע רבי'ס תלמידי החת''ס אויסגעלערנט.

די אלע ווארעמם'לעך זאלן זיך גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט, אונז דארף מיר נישט נעמען אחריות אויף יעדע פארפוילטע עפל.

יאך האב ליידער נישט געלערנט ביי קיין איינע פון די תלמידי חת"ס. אבער מיר קענען ערליכע אידען וואס פירן זיך בדרכיהם הקדושים, און זיי ריידן נישט אזוינע ווערטער.
אפילו דער פאטער האט געטוהן א הימעל שרייענדע עוולה, איז זיין קינד נעבעך גארנישט שולדיג.

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מיטוואך ינואר 09, 2019 3:19 pm

דער יעניגער איז א געטאן אן אומרעכט. זיינע קינדער זענען גארנישט שולדיג.. (ביטע לאז ארויס דעם היייליגן חת"ס צוליב דיין כעס'יגן אויסברוך)

מרן הק' מסאטמאר האט געהייסן ווארפן קינדער נאר ווען זיי מאכן חלילה קאליע אנדערע.

פיליבאסטער
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 8:12 pm

תגובהדורך פיליבאסטער » מיטוואך ינואר 09, 2019 7:08 pm

צו גיין העצן אין די פרעסע אין אזא צייט וואס די חינוך איז אונטער סכנה איז א געפערליכע רשעות
אין אויגן פון גוי איז נישט אזא חילוק צו מלערנט גארנישט ענגליש אדער מלערנט נאר א שעה שפראך רעכענען וכדו', אבער וואס דער גוי זעהט יא איז א טאטע פון די היימישע מוסד איז אויף זייער זייט, אין אנדערע ווערטער האט דער איד (?..) באשמירט אלע מוסדות אין נ.י.
(איך גלייב נישט אז דער מחלל השם האט א פראבלעם מיט שטודירן א האלבע טאג חכמות חיצונית, טא פארוואס זאל ער נישט שיקן זיין קינד אין א היברו דעי סקול?)

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך ינואר 09, 2019 7:54 pm

א רוף צו דעם מחלל השם:
''נעם אראפ דיינע שמוציגע שווארצע הענטשוך פון אונז"

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

לא עת לחשות

תגובהדורך Graphic24 » מיטוואך ינואר 16, 2019 1:41 pm

רבותי! רייסט איין פאר רחמי שמים...!!
די חברה האבן זיך היינט א לאז געטאן אינטערזיכן איינע פון די היימישע מוסדות...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך ינואר 16, 2019 1:49 pm

Graphic24 האט געשריבן:רבותי! רייסט איין פאר רחמי שמים...!!
די חברה האבן זיך היינט א לאז געטאן אינטערזיכן איינע פון די היימישע מוסדות...

קום אריין קלאר, וועלכער חברה, וואסערע מוסד, און זענען זיי געקומען מיט רעגולערע געווער, אדער מיליטערישע סטייל גאנס?

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מיטוואך ינואר 16, 2019 1:54 pm

ס'איז צרות, די קאמישענאר האט צוגעשיקט בריוו פאר די מוסדות, זי גייט ווייטער מיטן קאפ אין וואנט.

קודאס פאר @גולם וואס האט שוין פאראויס געזעהן בעיניו הבדולחים אז ס'קומט א גזירת שמד רח"ל.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך ינואר 16, 2019 1:57 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:ס'איז צרות, די קאמישענאר האט צוגעשיקט בריוו פאר די מוסדות, זי גייט ווייטער מיטן קאפ אין וואנט.

קודאס פאר @גולם וואס האט שוין פאראויס געזעהן בעיניו הבדולחים אז ס'קומט א גזירת שמד רח"ל.

וואס וועט געשעהן?
טורמע? מיר זענען גרייט דערויף!!
וואס קענען זיי שוין טאן, מיט מענטשן וואס זענען גרייט זיך צו שלאגן עד הסוף?

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך ינואר 16, 2019 2:14 pm

פיליבאסטער האט געשריבן:צו גיין העצן אין די פרעסע אין אזא צייט וואס די חינוך איז אונטער סכנה איז א געפערליכע רשעות
אין אויגן פון גוי איז נישט אזא חילוק צו מלערנט גארנישט ענגליש אדער מלערנט נאר א שעה שפראך רעכענען וכדו', אבער וואס דער גוי זעהט יא איז א טאטע פון די היימישע מוסד איז אויף זייער זייט, אין אנדערע ווערטער האט דער איד (?..) באשמירט אלע מוסדות אין נ.י.
(איך גלייב נישט אז דער מחלל השם האט א פראבלעם מיט שטודירן א האלבע טאג חכמות חיצונית, טא פארוואס זאל ער נישט שיקן זיין קינד אין א היברו דעי סקול?)


אין אזא צייט צו פארנאכלעסיגן אזא עיקר איז זיך געשאסן אין די פיס
לאמיר האפן די הנהלה זאל טון צום דבר.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2551
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך ינואר 16, 2019 2:35 pm

רצון טוב האט געשריבן:
פיליבאסטער האט געשריבן:צו גיין העצן אין די פרעסע אין אזא צייט וואס די חינוך איז אונטער סכנה איז א געפערליכע רשעות
אין אויגן פון גוי איז נישט אזא חילוק צו מלערנט גארנישט ענגליש אדער מלערנט נאר א שעה שפראך רעכענען וכדו', אבער וואס דער גוי זעהט יא איז א טאטע פון די היימישע מוסד איז אויף זייער זייט, אין אנדערע ווערטער האט דער איד (?..) באשמירט אלע מוסדות אין נ.י.
(איך גלייב נישט אז דער מחלל השם האט א פראבלעם מיט שטודירן א האלבע טאג חכמות חיצונית, טא פארוואס זאל ער נישט שיקן זיין קינד אין א היברו דעי סקול?)


אין אזא צייט צו פארנאכלעסיגן אזא עיקר איז זיך געשאסן אין די פיס
לאמיר האפן די הנהלה זאל טון צום דבר.


די מוסד האט שוין צוריק אנגעפאנגען צו לערנען ענגליש מיט די יונגלעך

אגב אויף אלע אנדערע געוואלדעס איז אזוי:
למעשה איז שוין ליידער היינט עקספעקטעד די אונטערזוכינגען און מען ארבעט אויף געהעריגע אלטערנאטיוון אויפן לעגאלן פראנט עז מאטש וואס מען האט פרובירט מיט שיינעם עס זאל נישט אקומען צו דעם ווייל דער קאנסענסוס איז אז עס איז בלויז א פראגע פון צייט.
דער לדורן האט דערווייל נישט געארבעט. לתפיל דארף מען סייווי סוי יעצט דארף מען זיין גרייט למלחמה

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » מיטוואך ינואר 16, 2019 2:38 pm

זאכען האבען זיך געגעבען א שאקעל מיט'ן נייעם אדמינעסטראטער און מ'איז כעת אינמיטען די פראסעס צוריקציעפענען די לימודי חול דיפארטמענט כבמי קדם
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2841
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך ינואר 16, 2019 2:39 pm

אין וועלכע מוסד זענען זיי היינט אנגעקומען?

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך ינואר 16, 2019 2:45 pm

וואספארא בריוו האט די קאמישענער געשיקט היינט?

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך ינואר 16, 2019 2:46 pm

אורח הכבוד האט געשריבן:זאכען האבען זיך געגעבען א שאקעל מיט'ן נייעם אדמינעסטראטער און מ'איז כעת אינמיטען די פראסעס צוריקציעפענען די לימודי חול דיפארטמענט כבימי קדם

סאיז נאך פארבליבן בערך 3-4 חדשים היי יאר פאר לימודי חול
ס'צים האפן די פראסעס זאל נישט געדויערן האלב פין די צייט
אויב די נייע אדמיניסטראציע האט שכל זאלן זיי כאטש אהערשטעלן ווי די מוסדות אין ווילי ווי מען לערנט געהעריג די לימודים.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מחי', בעריש'ל, זזה, טראנספארט, משה בעלז, קהל עדתינו, רואיג! און 55 געסט