געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 5:42 pm

טענקיו טשאדעלע בן באדעלע הלוי.

טענקיו געוואלד און געשריגן.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 12:27 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:


היינט ביים יערליכער סעודת הודאה כ״א כסלו האט דער סאטמארע רבי מהר״א שליט״א בתוך דבריו שטארק גערעדט באריכות איבער די אנטוויקלונג ארום דעם חינוך געזעץ וואס די ניו יארק סטעיט קאמישענאר וויל חלילה פארדרייען.

די רבי האט מער ווייניגער פארגעליינט אלעס וואס כ׳האב געשריבן פריער אין טאג, [נאר איין קליינע נקודה טיפער, דאס איז איבער די געציילטע לעצטע_מינוט_געשטיקלטע ווערטער וואס עטליכע שונא ישראל האבן צוגעשריבן צום יעצטיגן געזעץ [די פעלדער עמענדמענט], הארט פאר דער גאווענער האט עס אינטערגעשריבן צוריק פסח אויפדערנאכט. וואס די ווערטער ניצט דער קאמישענאר ווי דער מכלומרישן שליסל צו טאן וואס זי האט באשלאסן, אז די יעצטיגע געזעץ איז אן הוספה אויפן אלטן געזעץ. כ׳וועל דאס פראבירן אויסצושמועסן אין א באזינדערע תגובה. (ווער ס׳געדענקט גוט, האט די רבי פארלאפענעם חוה״מ פסח גערעדט פון דעם פרט אויך).]

פארוואס איך באצייכן דאס ״דעם יעצטיגן געזעץ״ איז, ווייל דאס איז די טריקענע מציאות, די פעלדער געזעץ איז דאך א פאקט! און במשך דעם דרשה היינט האט די רבי טאקע גענומען דעם ריכטונג. ער האט באשילדיגט די סטעיט קאמישאנער מיטן פארלעצן געזעצן, און אזוי אויך פרייהייט פון רעליגיע. ווייל איינמאל די פעלדער געזעץ איז באשטעטיג געווארן, איז עס שוין א ״עקזעסטירענדע געזעץ״, און ס׳פאלט אטאמאטיש אוועק דער עבר. ואסביר.

קודם כל, באשילדיגט ער דעם קאמישענער אז מיט עצם ווילן אויסטייטשן א געזעץ נישט ריכטוג, טוט זי - לויט פילע ליגאלע עקספערטן פארלעצן פארשידענע געזעצן. און דאס וואס זי וויל טאן טוט זי נישט בשוגג אדער בטעות. נאר במזיד, מיט א קלארע כוונה צו שטערן און אינטער לייגן פיס פאר די אידישע חינוך.

און מיט דעם וואס זי וויל פארדרייען, אדער טוישן א איצטיגע געזעץ [די פעלדער עמענדמענט] מיטן בלויזן כוונה און ציל איינצוימען די חינוך פאר די אידישע ת״ת, טוט זי פארלעצן די פרייהייט פון רעליגיע וואס די אמעריקאנע קאנסטעטוציע טיילט אונז צו. מ׳קען אין אמעריקא נישט איינפירן געזעצן וואס טוען איינצוימען ריליגיעזע פרייהייט.

[פימפל למחשבה. דאס איז אין איינוועגס א שטעקן פאר אין פאל די דעמעקראטישע סענאט באשליסט ח״ו צוריקצודרייען צו אלטן געזעץ. די דאזיגע טענה אז ס׳איז קעגן די קאנסטאטוציע וועט עס בעזהשי״ת קענען צוריקהאלטן.]

נאכדעם האט די רבי מאריך געווען מיט א גאר שארפן סטעיטמענט דיירעקט אדרעסירט צום סטעיט עדזשיקעשן קאמישענער, ווי ער האט איר פארגעהאלטן פארן מאכן א יד אחת מיט די שונא הדת.

אונעם סטעיטמענט האט די רבי אויך ארויסגעברעגט אז די עדזשיקעשן קאמישענער׳ס כוונה קען נישט זיין אז זי וויל בלויז ׳פארבעסערן׳ די חינוך פאר די קינדער פון ניו יארק סטעיט, אדרבא, זאל די סטעיט קאמישענער ערשט זעהן צו פארעכטן די עדזשיקעשן פון די פובליק סקול׳ס. ווייל די גרעדזשעוועטער׳ס [יוצאים בלע״ז] ארויס פון די אידישע מוסדות קענען זיך מיט זייערע סקילס פילפאכיג פארמעסטן מיט די פובליק סקול גרעדזשעוועטער׳ס.

ער האט שטארק מאריך געווען מיט זיין סטעיטמענט צום עדזשיקעשן קאמישענער, ביים סוף פונעם סטעיטמענט האט ער שארף קלארגעשטעלט אז די יהדות החרדית וועט פאראייניגטערהייט שטיין פעלזן פעסט זיך נישט צו ברעכן פאר אירע גזירות. און פארשפראכן אריינצופירן די קעיס אונעם געריכט.


* * *

א קורצע ס״ה. די איצטיגע געזעץ [די פעלדער עמענדמענט] איז פאקטיש די וואפן מיט וואס זיך צו שלאגן אין געריכט. ווייל לויטן אלטן געזעץ וואלט מען אין געריכט נישט געווען וואס צו טענה׳ן. פאקטיש איז געווען א געזעץ אז מ׳מיז לערנען, און מ׳האט עס נישט מקיים געווען! אין פאקט האט יאפעד שוין געהאט צוגעגרייט א קעיס אריינציפירן אין געריכט קעגן די סטעיטס פארן נישט אינפארסירן זייערע געזעצן. (ווי שוין אויסגעשמועסט אויבן).

משא״כ מיטן יעצטיגן געזעץ איז די מערכה גאר א אנדערש. ווייל מיר פאלגן אויס געזעץ געהעריג, עכ״פ לויט אונזער שטאנדפונקט אויפן פעלדער עמענדמענט, און ווי געזאגט איז די גירסי מיט וואס די קאמישענער וויל עס אפלערנען איז לויט די ליגאלע עקספערטן נישט אויסגעהאלטן!.

ובעזר ה׳ נעשה ונצליח.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

פרידן
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 2:55 am

לויט ווי איך פארשטיי אפשר פארשטיי איך נישט גוט אבער אז אפי' די אלטע געזעטץ אויב עס קומט פאר די העכסטע געריכט וואס איז מער רעכט געשטימט כעת און עס וועט ווערן א נאצינאלע רעליגיע פרייהייט פראגע צו די סטעטיס קענען הייסן רעליגעזע סקולס ווי אזוי צו לערנען איז עס כמעט גארענטירט צו געפסלט ווערן

אז מען קען גיין און די ריכטונג פין זיך קריגן קעגן די געזעטץ בכלל און עס אויסקעמפען ביז אהין איז עס א ישעוה לדורות

מש"כ אז מען קריגט זיך פשט און די געזעטץ ווי אזוי די געזעטץ איז יעצט געשריבן קען עס מארגן זיין געשריבן אנדערש און איבער מארגן קען מען אנהייבן רודפ'ן און ניו שערסי

און בכלל אפי' לויט די יעצטיגע געזעטץ היות די קאמישאנאר איז א מחותן דא ביים טיש קען א רשע מאכן גענוג און נאך קאפ ווי אויב ער/זי וויל אפי' לויט די אמת'ע פשט

אגב די גרעסטע חסד איז אז זי איז געגאנגען אזוי שארף א בחינה פון תפסת מרובה אזאך וואס קיינער קען זיך נישט צושטעלן אפי' נישט די מאדערענע וואלט זי געגאנגען מיט שכל און פארלאנג וואס זי קען באמת לעגאל משוגע מאכן וואלט באמת געווען אסאך א גרעסער צרה ווייל אסאך וואלטן זיך צוגעשטעלט עכ"פ ביי די מאדערענע און די קאמף וואלט געווען שווערער
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 3:49 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 3:31 am

אנפאנג וואך האט מען דא גערעדט וועגן מציצה בפה דעמאלטס האב איך מיך נישט אריין געמישט היות מען האט זיך דא געקריגט ווי קעץ וועגן זייטיגע זאכן

דעמאלטס ביי מציצה איז געווען וואס האבן געהאלטן אז מען זאל זיך דורך קומען א בחינה פין בוחר רע במעיטו מאכן א שטיקל קערפערשאפט צווישן רבנים מיט א איבערזיכט מטעם די העלט דעפארטמענט א מוהל זאל ווערן באשטעטיגט וכו' אזוי אז די רעגורונג זאל מער נישט וועלן אסר'ן מציצה בפה

דעמאלטס האט טייל געטענה'טף בשום אופן די מלחמה דארף זיין מיש דיך ארויס, לאז מיך לעבן מיין לעבן, די קעגנער האבן געטענה'ט אז די געסט א פתח און די ביזט מרצונך מסכים אז די שטאט זאל זיך אריין מישען, אפי' האסט לכתחלה נאר מסכים געווען נאר אויף א מינימים אבער די וועסט ליידן און ליידן מארגן וועט ער זאגן אז יעצט אז ער איז אינעווייניג זעט ער אז עס איז אסאך ערגער ווי ער האט געמיינט, און מען מיז עס אסר'ן אינגאנצען אין דעמאלטס וועסטו שוין נישט אפי' זיך קענען שלאגן אז ער זאל זיך נישט אריין מישען, די מעסדזעדש דארף זיין קלאר איך בין רעליגיעז און מיש דיך ארויס
(סאנדס פארמיליער די שיטות, שמעקט פין אוירא דאר"י)

למעשה איז מען געגאנגען מיט די צווייטע מהלך און דאס איז וואס זיי טענען אז צום סוף איז עס בטל געווארן אן דעם וואס מען זאך דארפן נאכגעבן, און ווען בשעתו גייט מען ווען מיט די ערשטע מהלך וואלט די שטאט נאך יעצט געהאט א ווארט אויף דעם, און מען וואלט געדארפט אלטס האפן אויף די חסדים פונעם העלט קאמישאנאר נישט צו מאכן קיין גערידער.

למעשה וועם עס קומט די קרעדיט וועל מער לאזן פאר מארגען ביי ריסעס ווען מען גייט געבען די JJ דרינקס נישט דאס איז די נקודה פין די ארגימענט און איז בכלל נישט נוגע לגבי די שאלה

די נקודה איז צו מען זאל פארהאדלען מיט א פשרה און זיי לאזן האבן מיט אונזער הסכמה א איבערזיכט אויף אונזער חינוך און זיך אויסנעמען אז נאר 123 און אז אז תורה קען גערעכענט ווערן
צו ניין מען דארף באקעמפען די עצם געדאנק פין זיך אריין מישן אין נישט נאכגעבן ביז מען וועט אראפ קריכן צו דעי קאמישארנער צו די נעקסטע ווייל לאזן מיט אונזער הסכמה זיי זיך מישען אפי' עס איז אויסגענומען נאר 123 און תורה איז אויך א חלק איז עסאנפאנג פין א אייז בארג,

יעצט די וואס שרייען אז ביי מציצה בפה האט מען געזען אז נאר די כח פין זאגן אז מאיז גרייט אויף מסירת נפש האט געארבייט באציען זיך אויף די מהלך נישט וואס האט געפויעלט ביים מעיאר נאר אז ווען די מעיאר האט נאכגעגעבן פאר סיי וואס די סיבה איז איז עס מפטירן כדאתמול וכלא היה
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 3:48 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 3:42 am

אין כל חדש תחת השמש...
Capture.JPG
Capture.JPG (105.48 KiB) געזעהן 1975 מאל

אוועטאר
פרייזן
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 9:06 am

..

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

אונזער קלארע מעסידזש לפני העמים והשרים

תגובהדורך אורח הכבוד » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 9:32 am

SatmarHQ: Neizer Askunim, Hrh"ch R' Moshe Duvid Niderman, now at dinner while addressing the New Chinuch-Gzirah, declared loud and clear in front@
"!!of NY's elected Officals attending the dinner: "Let me be very clear: THIS IS NOT GOING TO HAPPEN
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 9:35 am

אורח הכבוד האט געשריבן:SatmarHQ: Neizer Askunim, Hrh"ch R' Moshe Duvid Niderman, now at dinner while addressing the New Chinuch-Gzirah, declared loud and clear in front@
"!!of NY's elected Officals attending the dinner: "Let me be very clear: THIS IS NOT GOING TO HAPPEN


"There is a RED line what we CAN'T and we will NOT cross"
No One In The World!! Let me repeat, No One In The World!! Can Force us to Change our Holy Way of Life!!
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 9:36 am

פרידן האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי אפשר פארשטיי איך נישט גוט אבער אז אפי' די אלטע געזעטץ אויב עס קומט פאר די העכסטע געריכט וואס איז מער רעכט געשטימט כעת און עס וועט ווערן א נאצינאלע רעליגיע פרייהייט פראגע צו די סטעטיס קענען הייסן רעליגעזע סקולס ווי אזוי צו לערנען איז עס כמעט גארענטירט צו געפסלט ווערן

אז מען קען גיין און די ריכטונג פין זיך קריגן קעגן די געזעטץ בכלל און עס אויסקעמפען ביז אהין איז עס א ישעוה לדורות

מש"כ אז מען קריגט זיך פשט און די געזעטץ ווי אזוי די געזעטץ איז יעצט געשריבן קען עס מארגן זיין געשריבן אנדערש און איבער מארגן קען מען אנהייבן רודפ'ן און ניו שערסי

די פעדעראלע געריכט דארף זיין די "לעצטע" אפציע, ווייל אויב ח"ו בארעכטיגן זיי יא די סטעיט'ס שטעלונג, אפילו למחצה ולשליש ולרביע, דאן איז מען אויף צרות אין גאנץ אמעריקע, און פון דארט צוריקצודרייען איז זייער שווער. ממילא איז די ריכטיגע וועג אז מ'זאל פרובירן מיט אלע אופנים קודם צו פארהאנדלען מיט די סטעיט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 9:47 am

פרידן האט געשריבן:אנפאנג וואך האט מען דא גערעדט וועגן מציצה בפה דעמאלטס האב איך מיך נישט אריין געמישט היות מען האט זיך דא געקריגט ווי קעץ וועגן זייטיגע זאכן

דעמאלטס ביי מציצה איז געווען וואס האבן געהאלטן אז מען זאל זיך דורך קומען א בחינה פין בוחר רע במעיטו מאכן א שטיקל קערפערשאפט צווישן רבנים מיט א איבערזיכט מטעם די העלט דעפארטמענט א מוהל זאל ווערן באשטעטיגט וכו' אזוי אז די רעגורונג זאל מער נישט וועלן אסר'ן מציצה בפה

דעמאלטס האט טייל געטענה'טף בשום אופן די מלחמה דארף זיין מיש דיך ארויס, לאז מיך לעבן מיין לעבן, די קעגנער האבן געטענה'ט אז די געסט א פתח און די ביזט מרצונך מסכים אז די שטאט זאל זיך אריין מישען, אפי' האסט לכתחלה נאר מסכים געווען נאר אויף א מינימים אבער די וועסט ליידן און ליידן מארגן וועט ער זאגן אז יעצט אז ער איז אינעווייניג זעט ער אז עס איז אסאך ערגער ווי ער האט געמיינט, און מען מיז עס אסר'ן אינגאנצען אין דעמאלטס וועסטו שוין נישט אפי' זיך קענען שלאגן אז ער זאל זיך נישט אריין מישען, די מעסדזעדש דארף זיין קלאר איך בין רעליגיעז און מיש דיך ארויס
(סאנדס פארמיליער די שיטות, שמעקט פין אוירא דאר"י)

למעשה איז מען געגאנגען מיט די צווייטע מהלך און דאס איז וואס זיי טענען אז צום סוף איז עס בטל געווארן אן דעם וואס מען זאך דארפן נאכגעבן, און ווען בשעתו גייט מען ווען מיט די ערשטע מהלך וואלט די שטאט נאך יעצט געהאט א ווארט אויף דעם, און מען וואלט געדארפט אלטס האפן אויף די חסדים פונעם העלט קאמישאנאר נישט צו מאכן קיין גערידער.

למעשה וועם עס קומט די קרעדיט וועל מער לאזן פאר מארגען ביי ריסעס ווען מען גייט געבען די JJ דרינקס נישט דאס איז די נקודה פין די ארגימענט און איז בכלל נישט נוגע לגבי די שאלה

די נקודה איז צו מען זאל פארהאדלען מיט א פשרה און זיי לאזן האבן מיט אונזער הסכמה א איבערזיכט אויף אונזער חינוך און זיך אויסנעמען אז נאר 123 און אז אז תורה קען גערעכענט ווערן
צו ניין מען דארף באקעמפען די עצם געדאנק פין זיך אריין מישן אין נישט נאכגעבן ביז מען וועט אראפ קריכן צו דעי קאמישארנער צו די נעקסטע ווייל לאזן מיט אונזער הסכמה זיי זיך מישען אפי' עס איז אויסגענומען נאר 123 און תורה איז אויך א חלק איז עסאנפאנג פין א אייז בארג,

יעצט די וואס שרייען אז ביי מציצה בפה האט מען געזען אז נאר די כח פין זאגן אז מאיז גרייט אויף מסירת נפש האט געארבייט באציען זיך אויף די מהלך נישט וואס האט געפויעלט ביים מעיאר נאר אז ווען די מעיאר האט נאכגעגעבן פאר סיי וואס די סיבה איז איז עס מפטירן כדאתמול וכלא היה

מיט איין זאך איז דא אנדערש, און דער רבי האט עס נעכטן שטארק ארויסגעברענגט:

דער געזעץ אין חינוך איז אלס אזוי געווען קעגן אונזערע אינטערעסן, און די רעגירונג האט זיך פארהוילן פון קוקן, ממילא ווען איז דער פראבלעם געווען נאר פארדעקט, און אויב וויל מען יעצט ראטעווען וואס מ'קען איז נאר שייך צו פארדרייען מיט צייט און לשונות אינעם געזעץ, ווייל צו בטל מאכן א געזעץ וואס האט אייביג עקזעסטירט איז ממש נישט מעגליך בדרך הטבע אין אזא פאל.

ווידעראום ביי מציצה בפה ווען דא איז געווען דער אנהייב פון שטריק, עס איז געווען א נייע געזעץ, כאטש וואס אין שפיטעלער איז אלס געווען דאס דער רול, איז עס אבער געווען א נייער מציאות אז די רעגירונג זאל זיך מישן אין דעם, דארט האבן די רבנים געהאלטן אז מ'דארף שוין אראפלייגן א פוס און נישט לאזן ס'זאל קומען דערצו אז מ'זאל עווענטועל מוזן זיין בוחר רע במיעוטו ח"ו.

נ.ב. איך וויל נאר צולייגן א נקודה וואס איך ווייס אז דאס פאסירט כסדר ווען ס'קומט צו אזוינע צייטן.

קיינער איז נישט אומגערעכט ווען מען טוט עפעס כדי אויפצוטוהן. קיינער פון די רבנים אדער עסקנים טוען ניט אליינס גארנישט, קיינער וועקט זיך נישט אויף איין טאג און לויפט טון עפעס אן איבערשמועסן מיט עקספערטן. די שאלה וועמעס עצה האט בעסער געארבייט אדער וואלט ווען בעסער געארבייט איז אלעס רעטאריק וואס דער באשעפער האט איבערגעלאזט אין יעדע סאמאטוכע אז די קליינע קינדערלעך זאלן נישט איינשלאפן.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 9:55 am

אמת אמת איך האב מסביר געווען די צדדים און זיך אויפטון סיי אז מיין מהלך ארבייט די קרעדיט קומט מיר און סיי דיין מהלך ארבייט נישט קרעדיט קומט זיך נישט פאר דיר איז קינדעריש

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5953
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 10:35 am

@זאלציג, אמת אז די געזעץ איז אלעמאל געווען אויף די ביכער, יעצט אבער ווילן זיי זיך אנהייבן צום ערשטן מאל אריין מישן למעשה אין אונזערע ישיבות. אויב לאזט מען זיי אריין למחצה לשליש ולרביע איז פונקט אזוי דא דער חשש אז איבער מארגן וועט עס גיין ווייטער.

ווילסט אנהייבן אריין קומען ביי אונז? לא מיטן אן אלף!
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 10:41 am

אבער צו זאגן אז מ'וועט יא לערנען געהעריג א שעה אנדערהאלבן לימודי חול הייסט נישט געמאכט פשרות אדער ערלויבט פאר דער רעגירונג זיך צו מישן, זינט מ'האט דאס געטוהן אלע יארן ווען ס'איז נאך געווען א וועלט מיט צדיקים.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5953
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 11:17 am

די פראבלעם [פון געוויסע] איז נישט וויפיל מ'ועט לערנען, אויב מ'עט לערנען אנדערש ווי אונזערע גדולים האבן געוואלט איז דאס זעלבסט דער פראבלעם, נישט די 'מישן'.

די מישן אישו איז אפילו אויב מ'טוט גארנישט אנדערש ווי ביז היינט, בלויז אז מ'לאזט זיי אריין האבן איבערזיכט און איינטיילן וואס יא און וואס נישט. היינט פארלאנגען זיי בלויז אנדערהאלבן שעה און מארגן עפעס אנדערש.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 11:38 am

די מישן אישו איז א קנאפער פראבלעם. ווייל מיר גייען זיי נישט פאלגן סיי ווי! [אזוי ווי סוואלט געווען אין פאל מציצה בפה ווערט חלילה פארבאטן].

די פראבלעם איז בעיקר א געריכטליכע אנקלאגע קעגן די סטעיט און די מוסדות, פארן נישט פארסירן/אויספאלגן די געזעץ. וואס ביז דעם פארלאפענעם יו״ט פסח, אויב וואלט אזאנס פאסירט וואלטן מיר נישט געהאט קיין שום דעפענס טול מיט וואס צו גיין צום טיש. ס׳איז דא א געזעץ, מיר געניסן פון בענעפיטן, און מיר פאלגן נישט!. דאס וואלט געמיינט אז די סטעיט רעגירונג וואלט געווען געצוויגען אפצושטעלן אלע פראגראמען וואס די מוסדות געניסן, און אפילו סיי פארשליסן. ביסיידס אז די מוסדות וואלטן געקענט אויסשטיין שווערע לא_סוט׳ס מילאנען דאלארן, דורך די טרויעריג בארימטע יאפעד אא״וו. און נאך א לאנגע ליסטע פון עגמת נפש פאר די מוסדות און אפילו די עלטערן!.

יעצט [לפי דעם נייעם געזעץ], איז לערנען גמרא תוס׳, ד׳ חלקי שו״ע, ערשטע אין צווייטע חבירים דורכאויס דעם גאנצן טאג, און פון 5 ביז זעקס לערנען לימודי חול [אווי מ׳האט געטאן ביז היינט] וואן האנדרעט פארצענט ליגאל!

צוריק צו די מישן חלק, יעצט לפי דעם נייעם געזעץ איז קיין פראבלעם נישט די מוסדות זאלן אדרוכגיין אינספעקציעס. ווייל ווי געזאגט קומט מען נאך דעם געזעץ אינגאנצן. אוואדי איז אלעמאל בעסער ווי ווייניגער זיי שטעקן זיך אריין די נאז, אבער פארשטייסט וואס כ׳מיין ארויסצוברענגען.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 12:01 pm

די גאנצע שעות ארויף שעות אראפ דיבאטע איז אירעלעווענט. ווייל לויט די עגזעסטירענדע [נייע] געזעץ לערנט מען לימודי חול (גמרא תוס׳ וכדו׳) א גאנצן טאג!
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 12:21 pm

@פרידן ביסטו זיכער אז מציצה בפה איז געבליבן אז מען פארהאנדלט נישט?

התאחדות הרבנים האט שטרענג גע'פסל'ט עטליכע מוהלים, איך ווייס נישט צו דאס איז געווען טייל פון א אגרימענט מיט די רעגירונג, אדער עס איז געווען א אייגענע באשלוס.

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 12:28 pm

האט דא איינער די דרשות האדמורי"ם שליט"א פון נעכטן נאכט איבער די נושא?
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 4:10 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:@זאלציג, אמת אז די געזעץ איז אלעמאל געווען אויף די ביכער, יעצט אבער ווילן זיי זיך אנהייבן צום ערשטן מאל אריין מישן למעשה אין אונזערע ישיבות. אויב לאזט מען זיי אריין למחצה לשליש ולרביע איז פונקט אזוי דא דער חשש אז איבער מארגן וועט עס גיין ווייטער.

ווילסט אנהייבן אריין קומען ביי אונז? לא מיטן אן אלף!


איך וויל דא צולייגן איין נקודה.
ווער האט דיר געזאגט טעם די רעגירונג אז די קענסט זאגן לא מיט אן אלף ?
דער פראבלעם איז אז זיי זענען בכלל נישט געווען אינטעסירט ווייל פארוואס יא ביז די יאפפעד חברה זענען געקומען
יעצט אז זיי מאכן זיך יא צוטון ברצון אדער באונס קענסטו אים נישט זאגן ניין פשוט ווייל ער האט א רעכט על פי געזעץ אזוי עכ׳׳פ זאגט די בי או אי

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 4:26 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די מישן אישו איז א קנאפער פראבלעם. ווייל מיר גייען זיי נישט פאלגן סיי ווי! [אזוי ווי סוואלט געווען אין פאל מציצה בפה ווערט חלילה פארבאטן].

די פראבלעם איז בעיקר א געריכטליכע אנקלאגע קעגן די סטעיט און די מוסדות, פארן נישט פארסירן/אויספאלגן די געזעץ. וואס ביז דעם פארלאפענעם יו״ט פסח, אויב וואלט אזאנס פאסירט וואלטן מיר נישט געהאט קיין שום דעפענס טול מיט וואס צו גיין צום טיש. ס׳איז דא א געזעץ, מיר געניסן פון בענעפיטן, און מיר פאלגן נישט!. דאס וואלט געמיינט אז די סטעיט רעגירונג וואלט געווען געצוויגען אפצושטעלן אלע פראגראמען וואס די מוסדות געניסן, און אפילו סיי פארשליסן. ביסיידס אז די מוסדות וואלטן געקענט אויסשטיין שווערע לא_סוט׳ס מילאנען דאלארן, דורך די טרויעריג בארימטע יאפעד אא״וו. און נאך א לאנגע ליסטע פון עגמת נפש פאר די מוסדות און אפילו די עלטערן!.

יעצט [לפי דעם נייעם געזעץ], איז לערנען גמרא תוס׳, ד׳ חלקי שו״ע, ערשטע אין צווייטע חבירים דורכאויס דעם גאנצן טאג, און פון 5 ביז זעקס לערנען לימודי חול [אווי מ׳האט געטאן ביז היינט] וואן האנדרעט פארצענט ליגאל!

צוריק צו די מישן חלק, יעצט לפי דעם נייעם געזעץ איז קיין פראבלעם נישט די מוסדות זאלן אדרוכגיין אינספעקציעס. ווייל ווי געזאגט קומט מען נאך דעם געזעץ אינגאנצן. אוואדי איז אלעמאל בעסער ווי ווייניגער זיי שטעקן זיך אריין די נאז, אבער פארשטייסט וואס כ׳מיין ארויסצוברענגען.


איך האב נישט קיין געדולד פאר לאנגע הסברים און אזוי ווי איך האב נאכנישט געהערט די דרשות אדער געליינט די טעקסט דערפון האב איך נאכנישט געוואלט צולייגן ווייל א גרויס חלק עולם האט געהערט עט ליעסט איינס פון די צוויי דרשות
ועוד חזון

דער פעלדער געזעץ האט בעצם נישט אריינגערעט בכלל אינעם עדיוקעשן לאו בפרטיות און איז בלויז געווען א מראה מקום. צולייגט אויף קליינגעלט עז פאללאוס
״אויב א מוסד לערנט די לימודים קענען זיי באקומען געלט״
וואס איז יעצט געשען ווען עס האט געפעסט איז אז סך הכל לגבי געלט ענינים אינעם בודזשעט איז אנערקענט גמרא אלס א לימוד. דעטס אלל
יעצט ווען די בי או אי טראכט וואס הייסט א לימוד קענען זיי יענס נוצן אלס א רעפערענס ווייל קוק אויב לגבי געלט הייסט עס א לימוד איז דאך פונקט אזוי אלס א סקול
למעשה דער קאמישאנער האט געמאכט אן אייגן החלטה און צוגעלייגט איז אייגענע גיידענס אינקלודיג יענע רעפרענס אבער געטוישט די ענפארסמענט אין ריוויו חלק

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 4:44 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:האט דא איינער די דרשות האדמורי"ם שליט"א פון נעכטן נאכט איבער די נושא?
צוגעלייגטע
איד.JPG
איד.JPG (53.19 KiB) געזעהן 678 מאל
בלאט.JPG
בלאט.JPG (112.2 KiB) געזעהן 678 מאל
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 5:05 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:האט דא איינער די דרשות האדמורי"ם שליט"א פון נעכטן נאכט איבער די נושא?

מהר''א
חלק א.jpg
חלק א.jpg (83.02 KiB) געזעהן 588 מאל
חלק ב.jpg
חלק ב.jpg (87.19 KiB) געזעהן 588 מאל

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 5:09 pm

ער רעדט מסתמא פון די אוידיא פון די דרשות האדמורי"ם.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 5:09 pm

@געוואלד געשריגן. ס׳איז נישט פארהאן 2 באזינדערע געזעצן, איינס וואס מ׳ברויך לערנען און נאכדעם וואס מ׳ברויך לערנען צו באקומען געלט.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 5:15 pm

לעצט פאראכטן דורך משה11 אום דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 5:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go, joegreen, maybeeynot, ארשיווא, ברוך, נו שוין און 59 געסט