געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » זונטאג אפריל 01, 2018 11:51 pm

כא כא כא האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:למעשה איז בה די ביל געפעסט פאר יודן'ס וועגן מער ווייניגער אויסער איין קליינע הערה וואס מען קען זיך דינגען דערויף

ניסים חוץ לדרך הטבע דורך דעם יודישען שליח שמחה פעלדער

ווי עס קורסירן קלאנגען האט אדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א געווען שטארק פארמישט דאנערשטאג און ערב יום טוב און אויך טעלעפאנישע געשפערעכן מיטן גאווערנאר ירום הודו זיך בעטענדיג אויסצווארטען אז שמחה זאל קענען אויספירן

כ''ק אדמו"ר מהר''א האט אויך אריין געשלעפט כ''ק אדמור מבאבוב, אויפן פארלאנג פון שמחה פעלדער אז ער דארף אויך רבנים בעקאפ פון זיין דיסטריקט,
און די ביידע רבנים האבן עם געשיקט ערב פסח מצות
אזוי אויך איז ער נאך בדיקת חמץ ארויף צום ציון הק' מסאטמאר זי''ע איינרייסן.


מ׳האט ב״ה אראפגענומען אלע נייע, שטרענגע פארלאנגען פון לימודי חול פון לימודי כפירה ב״ה.

שמחה פעלדער איז געווען דער גוטער שליח צו ראטעווען רבבות ילדי ובחורי ישראל און אלע מוסדות התורה פון די געפערליכע גזירה נוראה.



נ.ב. יעדער קען יעצט נעמען קרעדיט... ווייל א געווינס האט טויזנט טאטעס, וכו׳.

ראבב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:55 pm

תגובהדורך ראבב » מאנטאג אפריל 02, 2018 12:12 am

איינער קען מסביר זיין וואס עס איז גוועהן?

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מאנטאג אפריל 02, 2018 1:23 am

באקומען אין אישי


*והיא שעמדה... שבכל דור ודור... והקב"ה מצילינו מידם*

ווי באקאנט איז דא א געזעץ אין אמעריקע אז עלטערן זענען מחיוב צו געבן קינדער א געזעצליכע עדיוקעישן, און די געזעץ אין ניו יארק סטעיט פאר רעליגעזע / פריוואטע סקולס, פלעגט זיין אז מ'דארף לערנען לכה"פ 4 שעה סעקולער סטאדיס, מיט 12 סאבזשעקטס, וואס זאל זיין עקוויעלענט צו די פאבליק סקולס, וואס אין די סובזשעקטס זענען דא לימודי כפירה ועוד רח"ל.

ביז היינט פלעגט עס די סטעיט נישט אינפארסירן, און יעדע מוסד האט געטון כל הישר בעיניו,

אזויווי ליידער די לעצטערע יארן איז דא אסאך היט פון געוויסע גרופעס יא צו אינפארסן, הייסט אז אין א חודש ארום קומען זיי ארויס מיט א סעט פון רעזעלוציעס וויאזוי מען גייט דאס אינפארסן, דהיינו אז די סופעראידענדענט פון די פאבליק סקול, גייט אריין גיין צו די פריוואטע סקולס פון זיין דיסטריקט זיכער צו מאכן אז מ'קומט נאך די געזעץ, אויב טרעפט ער אז נישט, שטעלט מען תיכף אפ אלע פאנדינג, און אויב ביז 90 טאג איז נישט דא קיין געהעריגע פלאן אף קארעקשען, ווערט די סקול איליגעל, און אלע עלטערן באקומען א באפעל אז מ'טאר מער נישט שיקן אהין.

זענען די עסקנים ובראשם הרה"ח ר' יושע אסטערייכער הי"ו אויפגעקומען מיט א פלאן צו טוישן די געזעץ, און געהאפט עס אריינצוריקן שטילערהייט אין די לעצטע מינוט פון די בודזשעט, די פרישע געזעץ נעמט אינגאנצן אראפ די סכום פון שעות וואס מ'דארף צו לערנען למודי חול, און נידערט די סובזשעקטס פון 12 צו 4.

ווי באקאנט איז כ"ק מרן רבינו שליט"א די איינציגער וואס איז שוין פארנומען חדשים אויפרודערען יהדות החרדית אויף די גזירה וואס הויערט אויף כלל ישראל היל"ת, האבן זיך די עסקנים געוואנדן צו רבינו שליט"א זאגענדיג אז כדאי צו קענען דורכצופירן די טויש אין געזעץ, מוז מען האבן א שטארקע רבני'שע אויטאריטעט, און אסאך געלט.

די פלאן איז געווען אז שמחה פעלדער וועט צולייגן די געזעץ צום בודזשעט, און אזוי ווי די רעפאבליקאנער (אין די סענעט) ניצן אים כסדר פאר די 1 וואוט וואס איז מכריע, וועלן זיי אים שטיצן, אבער כדאי צו באקומען זייער פולע שטיצע האט מען דאס געדארפט באארבעטן חדשים פריער.

דא איז אריינגעקומען הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו וואס עפ"י הוראות כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט ער זיך אריינגעלייגט ראשו וריבו די לעצטע פאר חדשים בדמים תרתי משמע, און ב"ה געלונגען צו באקומען די שטיצע פון פילצאליגע סענעטארן.

לעצטע וואָך 3 טאג פאר יו"ט האט עס געליקט, דורך דעם עסעמבלי ספיקער העסטי, און די עסעמבלי (וואס איז דעמעקראט מעזשארטי) האט זיך געשטעלט אין די לענג און ברייט קעגן די געטוישטע געזעץ, וואס האט געלייגט די גאנצע הארוואניע אין געפאר.

ווי נאר כ"ק רבינו האט באקומען די באריכט פון די עסקנים נאנט צו די נושא, אז לויט ווי עס קוקט אויס שטייען אלע חרדישע מוסדות אין באלדיגע סכנה, האט רבינו שליט"א תיכף גערופן דעם הויז בחור, און געגאנגען זיך משטתח זיין על הציון הקדושים פון כ"ק רבותינו נבג"מ אין קרית יואל, מתפלל צו זיין אויף א ישועה מן השמים, וואס אויף די מאמענט האט אויסגעקוקט בדרך הטבע ווי עס איז דערנאך.

למעשה האט זיך די גאנצע בודזשעט פארהאנקעט וועגן די איינע געזעץ און עס איז געווארן א גאנצע סקאנדאל, דורך אויס די גאנצע וואך איז כסדר פארגעקומען העפטיגע מיטינגן צווישן הרה"ח ר' יושע אסטערייכער, הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר מיט כ"ק רבינו שליט"א כדת מה לעשות.

יום בדיקת חמץ, האט גאווערנער קאומא'ס אפיס פרובירט צו רופן הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין שליט"א און נישט געקענט צוקומען, בדיקת חמץ 1:00 ביינאכט, האט דער גאווערנער פערזענליך אריינגערופן צו רבינו שליט"א אין שטוב, זיך געבעטן בתחנונים אז רבינו זאל נאכלאזן, און מ'וועט שוין פארהאנדלען נאכדעם, אויף וואס רבינו שליט"א דער גרויסער לוחם מלחמות השם, האט קאטעגאריש אפגעווארפן.

ר' שמחה פעלדער איז געווען אין כסדר'דיגע קאנטאקט מיט רבינו שליט"א אויף יעדע טריט, און רבינו שליט"א אים געהייסן ער זאל נישט אראפבעקן טראץ קומען אינטער שווערע אטאקעס פון אלע זייטן מכם ובכם.

די עסעמבלי האט געהאפט אז אזוי ווי עס וועט קומען נענטער צו די דעידליין (12:00 פסח ביינאכט) וועט שמחה פעלדער מיזן צוריקציען, נישט וועלן אז די גאווערמענט שאט דאון זאל גיין אויף זיין פעקל.

עטליכע שעה פאר'ן זמן, האט רבינו שליט"א באפוילן ר' שמחה צו פארלאזן אלבאני, און אהיים פארן פאר יו"ט אן זיך ברעכן.

די עסעמבלי זעהנדיג אז ער מיינט דאס ערענסט, און ציהט נישט צוריק, האבן בלית ברירה נאכגעבן 99% פערצענט פונעם געזעץ, און ב"ה שפעט אויפדערנאכט איז טאקע די בודזשעט דורך מיט די נייע געטוישטע געזעץ.

*לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי*ד

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג אפריל 02, 2018 1:45 am

עני דעטאלן וואס יא און וואס נישט?

מאתים
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » מאנטאג אפריל 02, 2018 1:57 am

איך שטיי און ווינדער זיך, אזוי ווינציג איז די חרדישע בלאק וואוט ווערט ?
פון אלע טויזנטער אידן אויסגעשפרייט לענגאויס נוי יארק מיט אירע מעכטיגע בלאק וואוט'ס האבן מיר נישט קיינעם אין אלבעני אונזער צו פארטרעטן, נאר איין ר' שמחה ??
וואס איז מיט אונזער מכלומרשט נאענטער גאווערנאר וואס מיר אלע האבן אים אריינגעוואוט ?
וואס איז מיט די צענדליגער סענאטארן און אסעמבלי לייט וואס פארטרעטן די אלע חרדישע געגעגנטער?
'ומאתים לנוטרים את פריו'

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מאנטאג אפריל 02, 2018 1:59 am

4 זאכן דארפן די מוסדות לערנען:

ליינען ענגליש
שרייבן ענגליש
רעכנען (מעטה)
מאפע (דזשיטגראפי)

מ׳האט אראפגענומען:
סייענס
קולטור
וועלט היסטריע (כפירה)
עוועלושען (כפירה)
אסטראמניע (כנ״ל)
בייאלאגיע
קארענט איווענטס (פאליטיק)

די אלע זאכן וואלטן אלע חדר אינגלעך געדארפט לערנען.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג אפריל 02, 2018 2:25 am

קאוד: וועל אויס אלע

עטליכע שעה פאר'ן זמן, האט רבינו שליט"א באפוילן ר' שמחה צו פארלאזן אלבאני, און אהיים פארן פאר יו"ט אן זיך ברעכן.

די עסעמבלי זעהנדיג אז ער מיינט דאס ערענסט, און ציהט נישט צוריק, האבן בלית ברירה נאכגעבן 99% פערצענט פונעם געזעץ, און ב"ה שפעט אויפדערנאכט איז טאקע די בודזשעט דורך מיט די נייע געטוישטע געזעץ.

*לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי*ד[/quote]

די פאהר שירות שטומען נישט
האט זיך שמחה געבראכן אדער פארקערט?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מאנטאג אפריל 02, 2018 3:22 am

וואס עפעס? האט געשריבן:די פאהר שירות שטומען נישט
האט זיך שמחה געבראכן אדער פארקערט?


עס שטימט זייער גוט, רבינו שליט"א האט געזאגט פאר ר' שמחה אז ער זאל אהיים פארן און זיך נישט ברעכן אפילו עס וועט קאסטן א שאט דאון, און ווען די חברה האבן געזעהן אז ער ברעכט זיך נישט האבן זיי נאכגעגעבן 99% פונעם ביל.
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג אפריל 02, 2018 8:28 am

מצלמה האט געשריבן:4 זאכן דארפן די מוסדות לערנען:

ליינען ענגליש
שרייבן ענגליש
רעכנען (מעטה)
מאפע (דזשיטגראפי)

מ׳האט אראפגענומען:
סייענס
קולטור
וועלט היסטריע (כפירה)
עוועלושען (כפירה)
אסטראמניע (כנ״ל)
בייאלאגיע
קארענט איווענטס (פאליטיק)

די אלע זאכן וואלטן אלע חדר אינגלעך געדארפט לערנען.

שכוח מצלמה. וואס איז מיט די סכום שעות. דאס איז אויך אראפ?

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג אפריל 02, 2018 9:34 am

אז מען האט נישט אלע לימודים וואס מען האט אראפגענומען, דאן ברויך מען מער נישט אזויפיל שעות דאס צו שטודירן
בוי זיך זעלבסט

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג אפריל 02, 2018 10:52 am

ייש"כ פאר די אלע נייעס ברענגער, איין זאך אבער קען ערקלערן וואס האט דער געזעץ אפעקטירט דעם בודזשעט אז ס'וואלט געקענט ברענןגן א שאטדאון?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג אפריל 02, 2018 11:03 am

כידוע איז ר יהושע די ריקן ביין פון שמחה פעלדער און ער שטייט אינטער אלע ערענסטע נושאים וואס איז נוגע פארן חרידישן אידענטום אין אולבעני פאר די לעצטע איבער 20 יאר

קיין בילד העט מען כמעט קיינמאל נישט זעהן ( אחוץ ווען די נ.י. פאוסט באשמיצט אים) און זיין נאמען העט נישט שטיין אין ערגעץ קיינמאל

אדאנק זיין מסירות נפש האט שוין כלל ישראל פול געניסן ביודעים ובלא יודעים
עס איז נאר צום האפן אז די עולם העט אים צוהערן ווען עס קומט צו די עלעקשענס
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מאנטאג אפריל 02, 2018 11:07 am

זיי געבן די זעלבע געלט אפילו מען שטודירט ווייניגער?

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מאנטאג אפריל 02, 2018 11:23 am

מי יודע האט געשריבן:ייש"כ פאר די אלע נייעס ברענגער, איין זאך אבער קען ערקלערן וואס האט דער געזעץ אפעקטירט דעם בודזשעט אז ס'וואלט געקענט ברענןגן א שאטדאון?


פעלדער האט במחתרת... אריינגערוקט די ביל אז די מוסדות זענען באפרייט פון די קאריקולעם, אינעם בודזשעט.

דאס מיינט אז כדי דער בודזשעט זאל דורכגיין, ווערט די נייע געזעץ באשטעטיגט, און אויב נישט, איז קיין בודזשעט נישטא - איז נישטא קיין רעגירונג פון 12 ביינאכט אפריל 1, נאכן דעדליין וואס פונעם בודזשעט.

און עס ווערט א גאווערמענט שאט-דאון וואס אפעקטירט אלע ניו יארק סטעיט פיליאלעס, פון באפעלאו ביז ניו יאר סיטי ועד בכלל.

וויבאלד דער ספיקער העסטי, האט זיך געכאפט האט ער געמאכט א ויצעקו. און געלאפן צו די פרעסע און ס׳איז געווארן א צעקה גדולה בכל ארץ ניו יארק אז פעלדער היידזשעקט דעם בודזשעט.

דער י״ה האט באקומען שרעקליכע לחץ פון זיין ליבעראלן חדר, און האט אנגעהויבן קאלן די רביים מ׳סאטמאר, באבוב אז זיי זאלן הייסן פעלדער אראפקריכן אבער שוין.

בחצות הלילה - בדיקת חמץ נאכט (1:00 ביינאכט) האט י״ה געקאלט און פארפירט א גאנצע שעה מיט אלע הבטחות אבער פעלדער זאל עס תיכף ארויסנעמען.

למעשה האט זיך פעלדער ב״ה נישט געבראכן, (עפ״י הוראתם של האדמורי״ם) נאר געמאלדן אז ער פארט אהיים פראווען דעם יום טוב, זאל זיין וואס ס׳זאל זיין.

2 שעה פארן זמן, אלבאני ברענט און ברטט ווי א קרבן פסח, און פעלדער האלט ווארט, ער פארט אהיים.

פון דארט און ווייטער איז שוין אלעס פיין געפארן ב״ה.

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מאנטאג אפריל 02, 2018 11:38 am

איז ער למעשה דארט געליבען? אדער געגעבן זיין וואוט 'רימאטלי'?

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מאנטאג אפריל 02, 2018 11:41 am

רעסטאראנט האט געשריבן:למעשה איז בה די ביל געפעסט פאר יודן'ס וועגן מער ווייניגער אויסער איין קליינע הערה וואס מען קען זיך דינגען דערויף

ניסים חוץ לדרך הטבע דורך דעם יודישען שליח שמחה פעלדער

ווי עס קורסירן קלאנגען האט אדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א געווען שטארק פארמישט דאנערשטאג און ערב יום טוב און אויך טעלעפאנישע געשפערעכן מיטן גאווערנאר ירום הודו זיך בעטענדיג אויסצווארטען אז שמחה זאל קענען אויספירן

על בשורה טוב מברך ברוך הטוב והמטיב!
ישר כח פארן ברענגן די פרייעדיגע בשורה.

למעשה, וואס איז די קלייניקייט וואס ער האט נישט אויסגעפירט?

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 02, 2018 11:45 am

זיי וואלטן עס געקענט ארויסנעמען פון די באדזשעט, נאר די מעשה איז אזוי די גאנצע רעפאבליקאנער מיאריטעט אין סטעיט סענאט הענגט אויף ר' שמחה פעלדער, סוי ער האט געמאלדן פאר די רעפאבליקאנער סענאט פירער אז אויב די געזעץ וועט נישט זיין אין די באדזשעט ווערט ער א דעמאקרעט, האבן זיי עס געמוזט אריינלייגן, אבער בעצם אויף די באדזשעט האט מען נישט געדארפט זיין וואויט עס איז ברייט דורכגעגאנגען בשעת ר' שמחה האט געפראוועט דעם סדר, און ר' שמחה האט בכלל נישט געשטימט ווייל דאכציך אז מ'מוז דארט זיין צו שטימען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג אפריל 02, 2018 12:18 pm

האט שוין יפד ארגענעזאציע ימ״ש ארויסגעלייגט א סטעיטמענט דערויף?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג אפריל 02, 2018 1:15 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:האט שוין יפד ארגענעזאציע ימ״ש ארויסגעלייגט א סטעיטמענט דערויף?

ער איז יעצט אין א דעד ענד.

קלוג איז ער נישט, לאמיר זעהן וויאזוי ערעט עס עסן.

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מאנטאג אפריל 02, 2018 1:17 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:האט שוין יפד ארגענעזאציע ימ״ש ארויסגעלייגט א סטעיטמענט דערויף?

ער איז יעצט אין א דעד ענד.

קלוג איז ער נישט, לאמיר זעהן וויאזוי ערעט עס עסן.


זיי זענען זייער סאפיסטיקירט. זייער שרוד, זייער אקטיוו ליידער ליידער

פון זיי אונטערשאצן וועלן מיר גארנישט האבן. זיי שלאפן ליידער נישט און קומען אן זייער זייער ווייט.
השי"ת זאל אונז באשיצן פון די עוכרי ישראל מכם ובכם, ווייל זייער רשעות האט ליידער נישט קיין גבול.

כל טוב
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

תגובהדורך כל טוב » מאנטאג אפריל 02, 2018 1:34 pm

מצלמה האט געשריבן:
פעלדער האט במחתרת... אריינגערוקט די ביל אז די מוסדות זענען באפרייט פון די קאריקולעם, אינעם בודזשעט.

וויאזוי רוקט מען אריין במחתרת?
און פארוואס קענען זיי עס נישט ארויס רוקן?
און וויאזוי האט דער ספיקער נישט געכאפט די שטיקל?

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מאנטאג אפריל 02, 2018 1:46 pm

איינער ווייסט ווי דוב הייקינד איז געווען?
געפארן צו די שטחים אויף יום טוב?

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג אפריל 02, 2018 1:53 pm

בילדער האט געשריבן:איינער ווייסט ווי דוב הייקינד איז געווען?
געפארן צו די שטחים אויף יום טוב?


פעלדער און הייקינד ארבייטן אלעמאל צוזאמען. דאס האט נאר געקענט טוהן ווערן בשתיקה פון די סטעיט סענאט.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג אפריל 02, 2018 1:58 pm

און וואס וועט זיין נעקסטע יאר ה"י?
כ'מיין ווי אזוי פארזיכערט מען אז ס'זאל חלילה נישט נאכאמאל פאסירן, די חברה גייען דאך נישט איינרוען, און ווי ס'שיינט פארט ניו יארק מער און מער ליבעראל רח"ל

אץ קוצץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » מאנטאג אפריל 02, 2018 2:15 pm

פין דעם אשכול איז משמע אז עס כולו נצחון פאר כלל ישראל, אבער פין אנדערע הערט, אז די מצב איז ווייט ווייט פין נצחון.., אין גרויסע מערכות איז ערווארטעט, מען דארף גרויס רחמי שמים. אנדערע ריפען עס 'רע במיעוטו'.

קען איינער וואס איז קלאר באהאווענט אין די נושא (אן קיין נטיה...) אראפלייגען די מצב מער קלארער וואס דא גייט פאר ?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קארפענטער און 22 געסט