געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

אחראי: יאנאש

Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

קאנסילמאן האט געשריבן:איר האט געקוואט מיין תגובה, איר רעדט צו מיר?!

איך כאפ נישט וואס איר ווילט, איך האב גענפערט פאר א צווייטע ניק א פראגע איבער פעלדער געזעץ, איך האב ארויסגעברענגט א אמת'ע וויכטיגע נקודה גארנישט מיט אייך, אייך בכלל נישט געקוואט נאר ווען איר האט דירעקט געפרעגט, די אשכול איז נישט איבער עקסילענטץ, די אשכול איז איבער די גזירת החינוך, ביטע ארויסלאזען פערזענליכע נגיעות.

סאררי

איי געס איי מיסאנדערסטוד יו
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

ץץ
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

געוואלד געשריגען

למעשה לערנט דער שופט פשט אין די פעלדער געזעץ אז סאיז גאר לטובת די עדיוקעישאן דעפארטמענט. דהיינו אז סקומט צו מוסיף זיין אויף די פארלאנגען און נישט אראפנעמען.
אויב זאלען קומענדיגע שופטים אויך דאס אננעמען, מיינט עס אז די גאנצע פעלדער געזעץ איז ראוי לצור על פי צלוחיתו, ווייל לויט דעם איז נמצא אז די גאנצע קריטיקעל טינקינג וכו' איז נאר א הוספה אויף די פריערדיגע פארלאנגען.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

די מראי מקומות לאז איך פאר אנדערע
ווי זעסטו דא אז איך וויל אזוי אריינלערנען פשט און ער שרייבט נישט אזוי אליינס ?
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (49.18 KiB) געזען 4119 מאל
Capture2.JPG
Capture2.JPG (22.4 KiB) געזען 4119 מאל
Capture3.JPG
Capture3.JPG (37.05 KiB) געזען 4119 מאל
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

ועוד
אטעטשמענטס
Capture4.JPG
Capture4.JPG (40.54 KiB) געזען 4119 מאל
Capture5.JPG
Capture5.JPG (14.81 KiB) געזען 4119 מאל
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

גולם פון פראג האט געשריבן:געוואלד געשריגען

למעשה לערנט דער שופט פשט אין די פעלדער געזעץ אז סאיז גאר לטובת די עדיוקעישאן דעפארטמענט. דהיינו אז סקומט צו מוסיף זיין אויף די פארלאנגען און נישט אראפנעמען.
אויב זאלען קומענדיגע שופטים אויך דאס אננעמען, מיינט עס אז די גאנצע פעלדער געזעץ איז ראוי לצור על פי צלוחיתו, ווייל לויט דעם איז נמצא אז די גאנצע קריטיקעל טינקינג וכו' איז נאר א הוספה אויף די פריערדיגע פארלאנגען.

דא איז דא צוויי חלקים.
ערשטנס וואס מיינט דער פעלדער געזעץ
צווייטנס אויב דער פעלדער געזעץ איז אויסגעהאלטן
באמת אז בכלל נישט נוגע ווייל אין פעדעראל קאורט איז בעיקר די שאלה אוי וואס דער געזעץ מיינט נאר אויף וויפיל עס איז אוסגעהאלטן און נישט אויף וואס עס מיינט
דער קאמישאנער אליין פאר זיך האלט אויך אז ער האט רעכטן מער ווי עס שטייט אינעם אמענדמענט
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:

לייען דורך די ערשטע חלק.
אונזער שופט ענטפערט דארט אויף די צוויי פראגן ווי פאלגענד:
א. די פעלדער געזעץ איז אדער מוסיף אדער גורע אויף די ביז איצטיגע פארלאנגען, און דאס איז געוואנדען לויט די דיסקרעשען פון די קאמישאנער.
ב. די פעלדער געזעץ איז געזעצליך טאקע ווייל סנעמט נישט אוועק פון די רעכטען פון די קאמישאנער.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

צו פארשטייען געבען בעסער פאר די וואס האבען נישט דורכגעלייענט די גאנצע פסק. הערה: איך שרייב לפי הבנתי, און אויב אנדערע פארשטייען בעסער זאל מען צולייגן אדער זאגען.

מיר האבען שוין איטליכע וואכען צוריק ערקלערט אז די פעלדער געזעץ איז נישט קיין פטור פאר ישיבות נישט צו לערנען לימודי חול נאר עס ברענגט אריין נייע מושגים אין די בילד, סאו אנשטאט אז די גאווערמענט זאל זאגען, אונז קוק מיר נאר אויף די לימודי חול ווי סייענס און מעטה און ענגליש, מוזען זיי יעצט פון היינט און ווייטער אויכעט קוקן אויף אנדערע זאכען, ווי למשל וויאזוי די סקול לערענט אויס קריטיקעל טינקינג, וכדו'. במילא די געווינס איז געוועזן אז פון היינט און ווייטער קען מען אויך רעכענען די לימודי קודש אלץ א חלק פון די פארלאנגען פון די רעגירונג.
דא איז אבער א גרויסע פראבלעם, אז די פעלדער געזעץ זאגט אונז נישט אז מ'ברויך "נישט" לערנען סייענס אדער מעטה. און ס'זאגט אונז אויך "נישט" וויפיל שעות מ'ברויך לערנען לימודי חול. במילא איז געקומען די עדיוקעשען דעפארמענט און געזאגט, אונז גיי מיר ארויסגעבען קלארע גיידליינס, וואס מ'ברויך "יא" לערנען און סקול. און דאס רעכענט אריין סייענס און מאטעמאטיק און ענגליש, וואס מ'ברויך לערנען א מינימום פון עטליכע שעה א טאג (זיבעצן שעה א וואך פאר כתה ח-ט).
אויף דעם ארויף טוט זיך יעצט די ריזיגע מערכה, און מ'גייט גיין אין קאורט דאס צו באקעמפען.
אבער אויזער דעם איז פארהאנען א מערכה וועגען די פעלדער געזעץ. יאפפע"ד הנודע לשמצה האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגען די גאווארמענט, טענה'דיג אז די פעלדער געזעץ איז נישט קאנסטיטוציאנעל צוליב א רייע סיבות, בעיקר ווייל עס מאכט א אויסנאם פאר די רעליגיעזע מוסדות, און דאס איז נישט אויסגעהאלטען.
אויף דעם האט די שופט גע'טענה'ט אז יאפפעד האט נישט קיין רעכט צו רופען אין קאורט די גאווערמענט איבער די פעלדער געזעץ. פארוואס? ווייל די פעלדער געזעץ האט נישט אוועקגענומען קיין שום רעכטען פון די רעגירונג, און די קאמישענער קען ווייטער פארלאנגען די מוסדות זאלען לערנען סייענס און ענגליש און מעטה, ווי זיי האבען טאקע געטוהן.
יעצט אויף וואס בויט די שופט זיין פסק? אויף דריי ווערטער!
אין די פעלדער געזעץ, דארט ווי מען רעכענט אויס די זאכען וואס מ'ברויך יא לערנען (וואס די האפענונג איז געווען אז לימודי קודש וועלן קענען פאררעכענט ווערן אלס א טייל פון זיי), שטייט קלאר ארויסגעשריבען NOT LIMITED TO
דאס מיינט אז די אלע הוספות פון פעלדער געזעץ, איז נישט פשט אז אנשטאטס מ'זאל לערנען סייענס און מעטה גייט מען לערנען דיזע זאכען, נאר אז "בנוסף" צו די געווענדליכע לימודים, ברויך מען אויך לערענען קריטיקעל טינקינג וכדו'. די קאמישאנער האט אבער ווייטער א רעכט צו פארלאנגען אז מ'זאל לערנען די בעיסיק זאכען ווי סייענס און מעטה און ענגליש.
עד כאן הנוגע לענינינו.
והנוגע לעתיד: דער פשט וואס די שופט לערענט איז לכאורה די ריכטיגע לעגאלע פשט, (און אויבען מיט עטליכע בלעטער צוריק האבען מיר שוין געשריבען ענדליך דערצו, נאר קיינער האט מיך נישט געוואלט אויסהערען). אין כ'זעה נישט קיין סיבה פארוואס די קומעדיגע שופטים זאלען זיך מחולק זיין מיט עם.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

גולם פון פראג האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:ניין, כ'האב נישט פארשטאנען, פעלדער האט געמאכט אז געזעץ וואס איך האלט אז די קאמישענאר טייטשט דאס שלעכט אויס, און אויב דער געריכט אורטיילט אז מיין פשט איז דאס ריכטיגע, בלייבט דער פעלדער שפיצל - ווי דו רופסט עס - אויף אייביג, ס'האט נישט צו טוהן צי ער איז דער דיסיידינג וואוט, און ס'האט אויך נישט צו טוהן צו וואס ס'טוט זיך אפ ביי ענגליש אין די חדרים, וועט מען יא אנהייבן לערנען די שעה וואס מ'לערנט נארמאלע זאכן, און זיך אויסלערנען אביסל ענגליש.

די שפיצעל פון פעלדער איז לכתחילה געווען א דורעכפאל ווייל סהאט גארנישט קלאר געשטעלט. סהאט ווייטער געלויטעט אז מיר מוזען לערנען מיט די קינדער סייענס ענגליש און היסטארי. נאר די גרויסע דערגרייכונג איז געווען אז מקען אויך רעכענען לימודי קודש פאר קריטיקעל טינקינג. און אויכעט אז מברויך נישט לערנען די נידריגסטע זאכען וואו טיאטער און מאוויס.
ברוך השם די שפיצעל איז געלאנגען, אלע גויאישע צייטונגען האבען געשימפט אויף אונדז. אבער למעשה איז עס ב"ה געלונגען. פאר א האלבע יאר. איצטערט איז מען מפטירין כדאתמול. נישטא ווער סזאל אריינרוקען לשונות אין געזעצען לטובתנו. יעצט גייט מען מוזען באקעמפען די עסק אין געריכט, און דאס איז צרות ווי א בארג
למשל אין די פעלדער געזעץ שטייט אז יעדעס קינד מוז קאנען שרייבען א עסיי אויף ענגליש. אונדזערע תינוקות של בית רבן געבן אוועק יעדע מינוט פאר לימודי קודש ב"ה און זיי קאנען ניטאמאל שרייבען א פערעגרעף אויף ענגליש. כגלייב אז אפילו דא אויף אייוועלט זענען דא ווייניג וואס קענען שרייבען א עסיי אויף ענגליש אן טעותים.
נאכדעם איז דא מאטעמאטיק און סייענס, וואס אפילו די מינימום מוז מען לערנען און קענען. כרעד שוין נישט פון די כפירה וואס איז דא אין די היינטיגע סייענס.
דאס אלעס איז אין די פעלדער געזעץ!

דאס האבען מיר געשריבען א צאל בלעטער צוריק, און כנראה איז דאס קרוב צו דאס וואס די שופט שרייבט איצטערט.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

צום אלעם ערשט האב איך שוין אויך געשריבן עטליכע בלעטער צוריק "קודאס פאר גולם פון פראג פארן פאראויס זעהן דעם גזירת שמד ווען קיינער האט נאך נישט געזעהן".

נאכדעם, דער שופט האט קלאר נישט גענומען קיין שטעלונג אין וואס צו לערנען אין דעם געזעץ זינט נישט דאס איז די נושא, ער זאגט נאר אז ס'איז בכלל נישט זיכער אז די פעלדער געזעץ נעמט אוועק כח פון די קאמישאנער, נאר ס'קען זיין אז ס'איז גאר מוסיף, NOT LIMITED TO מיינט בכלל נישט אז דער געזעץ איז בנוסף צו דעם וואס מ'מוז שוין במילא לערנען אין לימודי חול, דאס מיינט אז דאס וואס ס'שטייט אינעם געזעץ אז מ'דארף נאר לערנען פיר סאבדזשעקטס איז נישט באגרעניצט, נאר אויב די קאמישאנער וויל קען זי צולייגן.

אפשר קען מער הער גולם זאגן אויף וועלכן באזיס מ'גייט גיין אין קאורט אן קיין פעלדער געזעץ?
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

שוין גענוג מאל איבערגעקייט ממילא וועט דאס זיין מיין לעצטער תגובה עבסענט פיוטשער דעוועלאפמענטס.
דער פסק פונעם שופט אויף וויפיל עס איז נוגע און אויף וואס עס איז געבעיסד איז איגאנצן אנדערש פון א לעגאלן קוק ווינקל.
די איינציגסטע זאך וואס דיין אפטייטש אינעם פסק מיט וואס די ביזט גערעכט איז אז דער שופט האלט פונקט ווי דער קאמישאנער האט דערווייל במציאות סייווי געטון אז דער פעלדער געזעץ איז נישט א באגרעניצונג.
נקודת האמת
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2016 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודת האמת »

קאנסילמאן האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:עפעס א דור הפלגה, איז פעלדערס געזעץ אין קראפט אדער נישט? וואס טוט די קאמישינער מיט די פעלדערס געזעץ?

עס האט מיט ווי מען שלאגט כפרות, די בלאט איז כסדר מסביר די מעלות דערפון, די איד איז כסדר מסביר די חסרונות דערפון, די בלאט האט די וואך מסביר געווען ווי סאך עס האט געהאלפן, וכן להפיך, די וואס וואס שלאגען כפרות אויף ראדני וועלן נישט פארפעלן די געלעגענהייט דא ארויסצוברענגן.... וכו' וכן להפיך די מעלות, משרשו איז עס די זעלבע מחלוקה צו חיים דוד צוויבעל מעג רעדן אין וומסב"ג, און די זעלבע איז ווי אזוי מען טייטשט אויס די לעצטע פסק אין נידעריגן קארט מיט יאפפעד.

קלאר?! אז מען ווייסט די כללים קען מען איינשפארען פלאטץ אויפן סערווער פון אסאך תמימות'דיגע תגובות.

The first part I understand, If the Felder law is good or not

But where does Harav Zwiebel come into the picture
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

די אנטי חינוך-אנטי דת אקטיוויסטן, רוען נישט, יאפפעד הידוע לשמצה לויפן קיין אלבאני צו מלשין זיין די ישיבות.
אם השם לא ישמור עיר, שוא שקד שומר, מיר דארפן אבער טון אונזער השתדלות און שטעלן א שומר, א חלק דערפון וועט זיין אין די שטים בודקעס.
Capture.PNG
Capture.PNG (20.73 KiB) געזען 3340 מאל
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4445
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

דראמאטישער באריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

די שליח הנאמן פון גדולי דורינו הרה"ח ר' משה דוד ניעדערמאן הי"ו פון די פירער פון PEARLS וועט איבערגעבען א באריכט איבער די פארשריפט אינעם "לעגאלן און פאליטישן קאמף" פון די גזירות החינוך און ניו יארק
דעים מוצש"ק פר' יתרו ביים דינער "וזיכנו" פאר די סאטמארע מוסדות (מהרי"י) אין בארא פארק אין תפארת רבקה זאל
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

איז דא עפעס פארשריפט וואס איז נאכנישט באקאנט?
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

שפיגליצקי האט געשריבן:איז דא עפעס פארשריפט וואס איז נאכנישט באקאנט?

וואס ער האט נאכנישט איבערגעגעבן זינט זיין לעטע דרשה, איז דא אסאך

גראדע האט העסקן הדגול ושליח.... פארגאנגענע וואך איבערגעגעבן א דרשה אין דעם זעלבן נושא
ביים דינער לטובת מוסדות פאפא אין וויליאמסבורג
איי געס אז פאפא'ס קריצ-פעדאנט צו אייוועלט איז פארנומען געווען מיט אנדערע זאכן אין עס נישט געמאלדן

אגב האט איינער די דרשה?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

ער האט יא, נישט אין א פארמאלע דרשה, אבער אין דער איד איז אלעס אפדעיטעד געהעריג מיט א פונקטליכקייט, דאכט זיך אז דער קרייז צו וועם ער גייט רעדן מוצ"ש ליינען דער איד.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

ניס קראכער האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:איז דא עפעס פארשריפט וואס איז נאכנישט באקאנט?

וואס ער האט נאכנישט איבערגעגעבן זינט זיין לעטע דרשה, איז דא אסאך

גראדע האט העסקן הדגול ושליח.... פארגאנגענע וואך איבערגעגעבן א דרשה אין דעם זעלבן נושא
ביים דינער לטובת מוסדות פאפא אין וויליאמסבורג
איי געס אז פאפא'ס קריצ-פעדאנט צו אייוועלט איז פארנומען געווען מיט אנדערע זאכן אין עס נישט געמאלדן

אגב האט איינער די דרשה?

איך בין געווען ביי די דרשה ביי פאפא דינער דורך (שרייב ארויס) ר׳ ח׳׳ד צוויבל.
די עיקר סיבה פארוואס איך האב נישט געשריבן דערוועגן איז ערשטנס ווייל קיין ׳׳חידושים׳׳ איז עכט נישט געווען נאר בעיקר אן היסטאריל פערספעקטיוו און זייט דעמאלטס איז שוין אדורך דעם קאורט קעיס וואס טוישט אפאר חלקים.
והשנית צוליב איינע פון די שרייבערס דא ביי דעם פארום וואס האבן זיכער געמאכט אז דאס ווערט אויך א פאליטיק פאר סאם אננאון ריזאן און האט מיר אנגעחזרט מיין אישי קעסטל מיט פערזענליכע מיאוסע באליידיגונגען עד כדי כך אז ער האט מיר אזוי שטארק אפגעטון אויף טערקיש אז ער לאזט מיר ניטאמאל ריספאנדן.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

די דרשה פונעם באגאאבטען איש הכלל הרב חיים דוד צוויבעל שליט"א - וו. פרעזידענט אגודת ישראל באמריקה, איז געווען זייער שיין און אינטערעסאנט, אבער האט נישט פארמאגט קיין שום סודות פון אונטער די קוליסן.

ער האט זייער שיין צולייגט די השתלשלות הדברים אנגעהויבן פון אפאר יאר צוריק, וכו'.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

הלשון האט געשריבן:די דרשה פונעם באגאאבטען איש הכלל הרב חיים דוד צוויבעל שליט"א - וו. פרעזידענט אגודת ישראל באמריקה, איז געווען זייער שיין און אינטערעסאנט, אבער האט נישט פארמאגט קיין שום סודות פון אונטער די קוליסן, ער האט זייער שיין צולייגט די השתלשלות הדברים אנגעהויבן פון אפאר יאר צוריק, וכו'.

סודות פון אינטער די קוילסן וועט מען דערציילען יארען ארום ווען די עסקנים וועלן שרייבען א לעבענס בוך, פאר א סיבה איז דאס סודות, און די ציבור דארף נישט "אלעס" וויסען, אבער מען דארף גענוג וויסען צו זיין אינוואלאווד.

ניס קראכער האט געשריבן:אגב האט איינער די דרשה?

גם אני מצטרף, אויב איינער האט די דרשה ביטע ארויפלייגען, ווען ח"ד צוויבעל רעדט איז עס אינטערסאנט צו הערן.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

ליינט אין די "אידישע צייט" א קורצע אינטערסאנטע אינטערוויוא מיט הרב ישראל רייזמאן שליט"א (ארויסגענומען פונעם מאמענט), ער ענדיגט צו אז זאכען גייען אין גיטען ריכטונג לטובה און אז נישט אלעס קען מען דערציילען, אבער עס איז דא אסאך הצלחה אינעם קאמף און עס איז פול בעסער ווי געווען.

על בשורות טובות אומר וכו, אבער מען דארף ווייטער מתפלל זיין.
ראבב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראבב »

אורח הכבוד האט געשריבן:די שליח הנאמן פון גדולי דורינו הרה"ח ר' משה דוד ניעדערמאן הי"ו פון די פירער פון PEARLS וועט איבערגעבען א באריכט איבער די פארשריפט אינעם "לעגאלן און פאליטישן קאמף" פון די גזירות החינוך און ניו יארק
דעים מוצש"ק פר' יתרו ביים דינער "וזיכנו" פאר די סאטמארע מוסדות (מהרי"י) אין בארא פארק אין תפארת רבקה זאל

בריכט??
ראבב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראבב »

וואס האט ער גזאגט?
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

איז עפעס פארגעגאנגען נעכטן אין אלבאני?
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

אין דער היינטיגער "דער בלאט" אין אוצר אפטיילונג איז דא א גאר קלארער רייכער אינפארמאטיווער שמועס מיט הרה"ח ר' יצחק עוזיאל סופר הי"ו, אלעס ארום די גזירת החינוך, וואס איז דער פלאן אויף ווייטער, ווי אזוי צו באשיצן דעם חרדי'שן חינוך דורכן בארימטן 'פעלדער געזעץ'.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”